בלאט 12 פון 12
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 2:08 pm
דורך פעינטער
וואס זאגט דער עולם דא לוינט זיך צי קויפן די סעמסאנג נאט 8 אדער סיז א שאד די געלט ?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 4:09 pm
דורך טרויבן88
אנטקעגן וועלכע פאון?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 5:34 pm
דורך מוזיק עקספערט
וואס זאל איך ענדערש קויפן, S8, iPhone - 8 אדער iPhone - x???
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 6:38 pm
דורך פעינטער
טרויבן88 האט געשריבן:אנטקעגן וועלכע פאון?
סעמסאנג עס 8 פלאס
אדער די פיקסל עקס על
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 6:47 pm
דורך קורקלענד
די אייפאון עקס האט איין עיקר מעלה איבער די אייפאון אכט, דאס אז ס'קאסט מיט א דריי הונדערט דאלער טייערער, און איר קענט זיך דרייען און פרייען צו צייגן יעדער אז איר דרייט זיך מיט א טעלעפאן וואס קאסט א גאנצע אלפ'ל. די אנדערע מעלות זענען אז עס האט א סקרין וואס גייט מן הקצה אל הקצה, פעיס אנלאק דורך 3D רעקאגניציע און נאך אפאר קלייניקייטן.
אזויווי אייביג האט עפל געטראפן נאך עפעס א פקחות וויאזוי צו שטיפן מערערע צו קויפן די טייערערע מאדעל דורך דעם וואס זיי האבן אריינגעשטעלט אין די אכט א שוואכערע באטערי ווי זיי האבן אין זייער איצטיגער מאדעל. א שטייגער ווי וואס זיי האבן ביז נישט לאנג צוריק דורך געבן א נאר קארגע זעכצן ג''ב אין זייער ביליגסטע מאדעל, ווען ס'וואלט זיי ממילא געקאסט כמעט די זעלבע אריינצולייגן דאפעלט. און זעכצן איז געווען זייער ווייניג פאר מעסיגע באניצער. אבער פאר זיי איז דאס געווען א ישועה ווייל ס'האט געצווינגען די קונדן צו שפענדן אמווייניגסטנס א הונדערטער מער אויף א נייע טעלעפאן, ווען פאר זיי איז דאס געווען כלו רווח, און ס'האט געהויבן די רווחים אין גרויסן. אזוי אויך דאהי האפן זיי אז די שוואכערע באטערי וועט באצווינגן די המון עם צו שפענדן נאך דריי מאות אויף די כלומרשט ריזיגע חידושים, פשוט אז מ'זאל קענען האבן א ניצבארע באטערי.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 6:48 pm
דורך קורקלענד
פעינטער האט געשריבן:טרויבן88 האט געשריבן:אנטקעגן וועלכע פאון?
סעמסאנג עס 8 פלאס
אדער די פיקסל עקס על
איך וואלט געגאנגען פאר די פיקסעל עקס על. אבער אז איר גייט פאר זייטיגע שמאנצעס און פיטשעווקעס דאן קויפט די סעמסאנג.
Re: טעכנאלאגישע נייעס
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 7:24 pm
דורך טרויבן88
פעינטער האט געשריבן:טרויבן88 האט געשריבן:אנטקעגן וועלכע פאון?
סעמסאנג עס 8 פלאס
אדער די פיקסל עקס על
די תירוץ אויף דעם איז פשוט...
נאוט 8, גרויס, מוזטו האבן גרויסע הענט, עס איז נישט ווערט מער ווי די עס-8, עס איז א גרעסערע עס-8,עס האט א פּען, אבער איז נישט ווערט די געלט, לדעתי, אויב די האסט גרויסע הענט, און די האסט ליב א גרעסערע פאון, איז דאס א גוטע מעטש,
עס-8 (נאוט-8) אנטקעגן די נייע פיקסעל? ווענדט זיך, אויב די ווילסט א שנעלערע פאון פון די סעמסאנג, (מיט א פיר מאל בעסערע קאמערע) איז די פיקסעל די ענטפער, אויב א בעסערע סקרין, אויב די פיקסעל וועט עס נישט האבן, דאן איז די עס-8 די ענטפער
קלארער גערעדט, נעם די פיקסעל אויב נישט פאר די סקרין
Re: טעכנאלאגישע נייעס
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 7:31 pm
דורך טרויבן88
מוזיק עקספערט האט געשריבן:וואס זאל איך ענדערש קויפן, S8, iPhone - 8 אדער iPhone - x???
אוי אוי אוי, ווי פאנגט מען אן, וואס ניצטו יעצט??? אויב די ניצט די אייפאון דאן איז די אייפאון-עקס א גוטע אויסוואל אויב די האסט ליב איי בעסערע און באקוועמערע סקרין, אחוץ אויב די האסט נישט ליב די חלק וואס קומט אריין אויבן פון די סקרין, וואס קען נערוועז מאכן באזירט אויף די נערווען דיינע...
אויב די האסט עס נישט ליב דאן נעם די אייפאון-8,
יעצט אויף די עס-8, וואס איז דא ציצולייגן? אחוץ אויב די האסט אן אנדערע ענדרויד וואס די ווילסט אפשר קויפן
נשלח: פרייטאג יאנואר 12, 2018 12:35 pm
דורך שמעקעדיג
ווי איך שרייב שוין יערליך, קומט פאר יעדע אנהייב יאר (למספרם) א CES שאו וואו מען באווייזט די נייע טעכנאלאגישע וואונדער וואס וועט ערשיינען אין דעם קומענדיגן יאר.
דאס יאר איז געוויזן געווארן א נייע אינטרעסאנטע איידיע, צו באשיצן פרויען (אדער סיי וועמען) פון רעיפ אדער אנדערע איבערפאלן. עס איז א סארט ברעיסלעט וואס קען ארויסלאזן אזא מין שטינק אז דער איבערפאלער זאל מוזן אנטלויפן באצייטנס....
https://www.engadget.com/2018/01/09/the ... cous-stin/
נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2018 11:33 pm
דורך שמעקעדיג
דער עולם שימפט און ברויזט!
די באקאנטע 'בעסט ביי' געשעפטן האבן א אפטיילונג פאר סערוויס, צו פארעכטן אלע אייערע קאמפיוטער פראבלעמען. זיי רופן זיך 'גיעק סקוואד'. יעצט איז נתגלה געווארן אז זיי ארבעטן באהאלטענערהייט פאר די עף.בי.איי. אדורכצונישטערן אייער קאמפיוטער צי איר פארמאגט אומלעגאלע זאכן.... שטייצעך בעסט ביי לייקנט דאס.. א לאוסוט איז אויפן וועג!
https://www.geek.com/tech/lawsuit-alleg ... s-1701906/(וויצלער זאגן אז די היימישע קאמפיוטער געשעפטן און קיאסקן ארבעטן אויך פאר די וועד משמרת/מאושר נאכצוגיין אייערע פריוואטע סודות...)
נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2018 10:37 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: ייש"כ. אבי אונז האמיר געמיינט אז נאר אין רוסלאנד קריכט די גאווערנמענט אריין אין פריוואטן לעבן פון די מענטשן. זיי זוכן אייביג קאנטער רעוואלוציאנערן. ס'איז אבער נאך דאך דא (ב"ה) א שטיקל חילוק. די עף.בי.איי. קומט נאך (דערווייל) נישט קלאפן אויף די טירן פון מענטשן אינמיטן די נאכט ווייל זיי האבן אויסגעדרוקט א מיינונג אקעיגן די גאווערנמענט...! פאר סעקשן 8 און פ.ס. שווינדל קומען זיי (בעוה"ר) יא...!
נאך א זאך: דאהי אין ב.פ. איז געווען (איך מיין ער איז שוין ב"ה ארויס פון ביזנעס) א קאמפיוטער סטאר וואס האט באלאנגט פאר א ביסל א צודרייטן (ליטווישן ) איד. מיינער א קרוב האט א מאל געכאפט א וויירוס אויף זיין לעפטאפ. (ווייל ער האט אויפגעמאכט עפעס א זאפטיג לשון הרע'לע אויף א פובליק פיגור.) ווען ער איז געגאנגען צו דעם איד ער זאלל איהם העלפן (פארשטייצעך פאר גוט באצאלט) ארויסנעמען דעם וויירוס. האט ער איהם געמאכט גאנצע, לאנגע און ברייטע חקירות ודרישות אין וועלכע סייטס ער איז געווען (וואס דער בהמה וואלט דאך געקענט ממילא וויסן). און אויך געגעבן א לאנגע מוסר דרשה אז מענטשן גייען אין נישט טויגעדיגע סייטס. וכו' וכו'...!
ווען איך בין אמאל אריינגעגאנגען צו זיין סטאריק'ל כדי צו קויפן א קארטרידזש פאר מיין אלטן פרינטער, האט ער מיך אנגעהויבן חוקר ודורש צו זיין ווער מיין טאטע, זיידע און עלטער זיידע זענען געווען. און אין וועלכן קינדערגארטן מיין באבע ע"ה איז געגאנגען ווען זי איז געווען א קליין מיידל...! און פון וועלכן שטעטל אין אונגארן אדער ליטא זיי זענען געקומען. פון שאראש פאטיק אדער פון מונקא טאבאר...!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 7:46 am
דורך שמעקעדיג
א נייע דורכברוך אין טעכנאלאגיע, קען פארשנעלערן אייער אינטערנעט ספיד ביז 100 מאל שנעלער.
https://www.theguardian.com/technology/ ... mes-faster
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 3:59 pm
דורך חמלה גדולה
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 5:25 pm
דורך קורקלענד
א פליפּ פאון אויף די פארלאנג פון די רבנים?
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2019 4:38 pm
דורך ונבנתה העיר
Galaxy s10 and s10+.
20190125_022708.jpg
נשלח: דינסטאג יולי 04, 2023 10:34 pm
דורך חמלה גדולה