בלאט 12 פון 18

נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 7:15 pm
דורך שבת אחים
ווען גייט זיך די קאנפליקט אויפהערן רח״ל? ס׳נעמט נישט קיין עק! מיין גאנץ לעבן הער איך די זעלבע זאך נאכאמאל און נאכאמאל וחוזר חלילה,
#נישט נארמאל

נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 7:41 pm
דורך מבקר
שבת אחים האט געשריבן:ווען גייט זיך די קאנפליקט אויפהערן רח״ל? ס׳נעמט נישט קיין עק! מיין גאנץ לעבן הער איך די זעלבע זאך נאכאמאל און נאכאמאל וחוזר חלילה,
#נישט נארמאל

כשיעלו לציון מושיעים, לשפוט את הר עשיו, ואז תהיה לה' המלוכה.


[tag]שבת אחים[/tag] איך האף אז דו וועסט כאטשיג דעמאלט זיין דאנקבאר צו גאט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 7:41 pm
דורך chusid
וואס שטופט דע איגנט צו רצחנ'ן און אין איין וועגס ענדיגן זייער אייגן לעבן? זענען זיי דעפרעסט? פשוט מסירת נפש פאר זייער ציל? אדער פשוט זייער כח המחשבה איז נישט אנטוויקלט און טראכטן בכלל נישט אריין ?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 7:54 pm
דורך שבת אחים
מבקר האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:ווען גייט זיך די קאנפליקט אויפהערן רח״ל? ס׳נעמט נישט קיין עק! מיין גאנץ לעבן הער איך די זעלבע זאך נאכאמאל און נאכאמאל וחוזר חלילה,
#נישט נארמאל

כשיעלו לציון מושיעים, לשפוט את הר עשיו, ואז תהיה לה' המלוכה.


[tag]שבת אחים[/tag] איך האף אז דו וועסט כאטשיג דעמאלט זיין דאנקבאר צו גאט


מ׳וועט דעמאלסט רעדן, דערווייל איז אלעס טיף אין ת אריין! ונזכה ונחי׳.

Re: אקטואלע נייעס פון ארץ ישראל און ארום

נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 8:08 pm
דורך [NAMELESS]
chusid האט געשריבן:וואס שטופט דע איגנט צו רצחנ'ן און אין איין וועגס ענדיגן זייער אייגן לעבן? זענען זיי דעפרעסט? פשוט מסירת נפש פאר זייער ציל? אדער פשוט זייער כח המחשבה איז נישט אנטוויקלט און טראכטן בכלל נישט אריין ?

עס איז דעפרעסיע געפיל פאר נקמה און אויפברויז, צוזאמען מיט א פארלוירענע האפענונג און לעבן,

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk

נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 10:32 pm
דורך berlbalaguleh
גראדעמעכעלע האט געשריבן:
chusid האט געשריבן:וואס שטופט דע איגנט צו רצחנ'ן און אין איין וועגס ענדיגן זייער אייגן לעבן? זענען זיי דעפרעסט? פשוט מסירת נפש פאר זייער ציל? אדער פשוט זייער כח המחשבה איז נישט אנטוויקלט און טראכטן בכלל נישט אריין ?

עס איז דעפרעסיע געפיל פאר נקמה און אויפברויז, צוזאמען מיט א פארלוירענע האפענונג און לעבן,

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk

דאס איז די סאטמאר'ע און נטורי חרתא ווערסיע. סתם זיי זענען בלוטדורשטיגע רוצחים. זיי הרג'ענען לשם רציחה...!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 10:37 pm
דורך berlbalaguleh
אדנירם האט געשריבן:השב"כ: חשש ל 400 מחבלים שיגיעו מחר לישיבת פונובי'ז...

אדנירם: דער עולם דא כאפט נישט. מ'דארף עס צו זאגן פאר א ישיבה'שע אוידיענץ... :lol:

נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 10:58 pm
דורך [NAMELESS]
א בריסקער איז אריבער שער שכם, און צו זיין שרעק זעט ער פאר די אויגן ווי אן אראבער ציעט ארויס פון הויזן א לאנגע חלף, דער בריסקער מאכט מיט קולות וברקים די ברכה "אשר קדשנו וכו. על קידוש השם", דער אראבער נעמט זיך אנטלויפן פאר שרעק, און דער בריסקער יאגט אים נאך, נו.... נו.... נו..... ברכה לבטלה...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 11:27 pm
דורך [NAMELESS]
היינט איז אומגעקומען אין א טעראר אטאקע הרה"ח ר' ישעיהו עקיבא קלמן קרישעווסקי הי"ד, ר' ישעיהו איז געווען א פינסק קארלינער חסיד, און מחבר ספר פניני ישעיהו על התורה ופרקי אבות, און אוועק אינעם יונגען עלטער פון 59 יאר.

ר' ישעיהו האט געדאווענט אינדערפריה אין ביהמ"ד פינסק קארלין בשכונת בית ישראל, דארט ווי ער דאווענט יעדען טאג.נאכן דאווענען ווארטענדיג אינדרויסן ביים באס סטאנציע פאר א 'מונית' איז צוגעקומען דער רוצח אין אים דערמארדערט צוליב זיין אידישע גלויבן.

דער מערדער איז 'אלא אבא דזשאמאל' פון די 'דזשאבאל מוכבאר' געגענט אין מזרח ירושלים, דער מערדער איז א קרוב צו דער מערדער פון די הר נוף אטאקע. נאך יענע אטאקע האט ער זיך געלאזט הערן אין אן אינטערוויא צו ynet ווי ער לויבט אויס די אטאקע אין הר נוף... און ווי זיינע שכנים האבן געטיילט קענדיס לכבוד המאורע...

דער נפטר איז געבוירן ז' אייר תשט"ז, צו זיינע עלטערן ר' עקיבא און מלכה, זיין טאטע איז געווען פון די שטארקע מגידי שיעור אין ישיבת טשעבין כוכב מיעקב. דער נפטר האט געלערנט אין מוסדות קארלין צו ווי ער איז טאקע געבליבן מקושר עד עמקי נשמתו, א נאנטשאפט האט ער אויך געהאט קיין ראחמסטריווקע ווי ער פלעגט יעדע ר"ח סעודה ברענגען ניסלעך צו קענען הערן ברכת העץ פונעם רבי'ן.

ר' ישעיהו איז געווען א היבשער תלמוד חכם ויודע ספר, וואס מען האט מיט אים געקענט שמועסן אין לערנען, אין ער האט ארויס געגעבן די ספר פניני ישעיהו על התורה.

גאר שטארק האט ער זיך אנגעשטרענגט, אז אויף יעדע ברכה היצא מפיו, זאל זיין כאטש איינער וואס זאל ענטפערן אמן דערויף. נאך פלעגט ער האבן אן אינטערעסאנטע מנהג, צו גיין יעדען טאג צו ווי מער ברית'ן, דערנאך פלעגט ער צוטיילן די עסן פאר אברכים. ער האט אפי' געקענט גיין צו 9 ברית'ן א טאג!

די לעצטע פאר יאר האט ער געוואוינט אליינס, ער האט איבער געלאזט איין זוהן שניאור זלמן ני"ו וואס איז א ליבאוויטשער חסיד.

יודע בגוים לעינינו, נקמת דם עבדך השפוך.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 11:36 pm
דורך קאווע טרינקער
הסתר אסתיר פני.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 11:38 pm
דורך ליפא
דאס לעצטע בילד פון דעם נפטר צופרי אין שול. בילד איז פון די סעקיוריטי קעמערע.
rps20151013_233854.jpg

Re: אקטואלע נייעס פון ארץ ישראל און ארום

נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 11:56 pm
דורך [NAMELESS]
די שרעקליכע רציחה
https://vimeo.com/142339879

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 12:25 am
דורך [NAMELESS]
דעם וועם מזעהט ווי ער האקט אריין אין עם רח"ל האט לכאורה איבער געלעבט און דאס איז הרב נייהויז אדער הרב פסח קרישבסקי און הרב ישעי' קרישבסקי הי"ד איז לכאורה אינטערן קאר,
עס איז א באזינדערע נס אז די רוצח האט געזעצט מיט די מעסער אן ישוב הדעת און נישט געשטאכן-געשנידן,
עס איז אנבליוועבל ווי די אראבער האלט נישט ביים פייגערן און נאכן אריינהייבן לכה"פ 10 קוילען הייבט ער זיך נאך אויף און וואקט צו זיין קאר... ער האט לכאורה געפלאנט נאך אהיים צו דרייווען...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 12:47 am
דורך געוואלדיג
אוי רייסט מיר די הארץ פון די היינטיגע אטאקע, דער נפטר האב איך געקענט, ר' פסח קרישבסקי לרפו"ש וואס איז אויך א דראמער (פויקער) ביי ירושלימער חתונות קען איך גוט, און ר' יו"ט נייהויז לרפו"ש קען איך אויך איהם און אויך די משפחה עס רייסט די הארץ, מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 12:49 am
דורך שמעקעדיג
סעים היער. איך בין צעשאסן און צובראכן.
#תחל שנה וברכותיה.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 12:53 am
דורך chusid
וואס טוט יענער? ער שיסט אים ? אינטערסאנט וויאזוי אין ווייניגער ווי 10 סקונדעס איז שוין דא א לוחם

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 1:33 am
דורך שבת אחים
געוואלדיג האט געשריבן:אוי רייסט מיר די הארץ פון די היינטיגע אטאקע, דער נפטר האב איך געקענט, ר' פסח קרישבסקי לרפו"ש וואס איז אויך א דראמער (פויקער) ביי ירושלימער חתונות קען איך גוט, און ר' יו"ט נייהויז לרפו"ש קען איך אויך איהם און אויך די משפחה עס רייסט די הארץ, מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די.


פון וועלכע קרישבסקי רעדט מען דא? איז עס די משפחה וואס הרה״ג ר׳ מאיר בראנדסדארפער ז״ל און ר׳ מענדל גרינבערג־שיקאגו זענען איידעמער דארט? די באוויסטע קרישבסקי ברודער פון ירושלים תולדות אהרן?

Re: אקטואלע נייעס פון ארץ ישראל און ארום

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 2:03 am
דורך [NAMELESS]
chusid האט געשריבן:וואס טוט יענער? ער שיסט אים ? אינטערסאנט וויאזוי אין ווייניגער ווי 10 סקונדעס איז שוין דא א לוחם

די ערשטע מענשט האט געשפריצט פעפער ספרעי

Re: אקטואלע נייעס פון ארץ ישראל און ארום

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 8:56 am
דורך גרויסע מענטשעלע
בילד

Re: אקטואלע נייעס פון ארץ ישראל און ארום

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 9:21 am
דורך גר ותושב
גאנץ שטיל היינט ברוך השם לאמיר האפן עס זאל אנהאלטן

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 10:49 am
דורך גיבור
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:היינט איז אומגעקומען אין א טעראר אטאקע הרה"ח ר' ישעיהו עקיבא קלמן קרישעווסקי הי"ד,
דער נפטר איז געבוירן ז' אייר תשט"ז, צו זיינע עלטערן ר' עקיבא און מלכה,

האט ער געהייסן נאך זיין טאטע אדער איז עס א טעות ?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 11:04 am
דורך געוואלדיג
וועלקאם בעק, [tag]גיבור[/tag]

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 11:21 am
דורך [NAMELESS]
גיבור האט געשריבן:
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:היינט איז אומגעקומען אין א טעראר אטאקע הרה"ח ר' ישעיהו עקיבא קלמן קרישעווסקי הי"ד,
דער נפטר איז געבוירן ז' אייר תשט"ז, צו זיינע עלטערן ר' עקיבא און מלכה,

האט ער געהייסן נאך זיין טאטע אדער איז עס א טעות ?

טעות, שם אביו ראובן.