בלאט 12 פון 26

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 3:39 pm
דורך יאיר
ווען איך בין זיך מתבונן אין די כשרונות וואס מען געפינט דא, אויף די מוחות וואס וואלטן געקענט פארנוצט ווערן אויף וויכטיגערע ענינים ווי האקן אויף רבנים וואס האקן אויף די אינטערנעט, אויף די בליציגע רעיונות פון וואס די גאנצע וועלט וואלט געקענט נהנה זיין אנשטאט אפאר מקוה קראצערס און מצה שיבערס, אויף די יסורי הנפש וואס יעדער קלוגער-ווי-עוורעדש איד ביי אונז האט אז מען זאל חלילה נישט געוואויר ווערן אז ער נאשט ממקומות זרים ר"ל, קומט מיר אויפ'ן געדאנק דעם מאמר החכם:
Where ignorance is bliss, it is folly to be wise ~ Thomas Gray
דאס איז פשט, איזהו חכם, הלומד מכל אדם. אויב אלע מענטשן זענען איגנאראנט, זיי דו אויך. דראפע זיך נישט ארויס, ווייל ס'וועט דיר טייער קאסטן. און אויף צוריק איז נישטא קיין וועג. ראה בני, הוזהרת.

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 12:52 am
דורך הוגה
[tag]יאיר[/tag], דו ביסט צו יונג פאר דעם. אזא געדאנקן-גאנג קומט געווענטליך ערשט נאך אסאך יארן ארום חכמה'ווען, נאכן איבערטוישן אלע ארום דיר צו ווערן חכמים ערשט דאן ווערט מען צוריק א פשטן על אפם וחמתם פון אלע. אויב האלטסטו שוין ביי דעם יעצט, וואס וועסטו טון ביי די בן ארבעים לבנה ? :lol:

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:15 am
דורך אביגדור
אל תשכון באוהליך עוולה - שפאר אויס ש"ד פון דא, ביטע.

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 4:38 am
דורך טעפל
נישט געקענט בעסער ארויסברענגען די זאך..

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 9:24 am
דורך דעת תורה
ער איז נישט ניי דא, אויב כאפ איך גוט דעם רמז...

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 2:52 am
דורך משה געציל
חברה ס'קומט גוטע צייטן! קאווע טרינקער איז געווארן פערציג און ער איז אריין אין אייוועלט מאד! נאך אביסל פאנגט אן פליען אייער!

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 8:25 am
דורך קאווע טרינקער
משה געציל האט געשריבן:חברה ס'קומט גוטע צייטן! קאווע טרינקער איז געווארן פערציג און ער איז אריין אין אייוועלט מאד! נאך אביסל פאנגט אן פליען אייער!

פערציג? זעכציג!
אייער? שטיינער!

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 11:15 am
דורך [NAMELESS]
קאווע, איך ווייס פאר א פאקט אז אייזיק האניג האט פלאגיאירט די ליריקס פון זיין ניגון פון אן אלט ספר "ספר תהלים" וואס פארצייטישע אידן פלעגן זאגן מיט א טעם, כ'מיין אז עוז והדר האט עס שוין אויך איבערגעדרוקט, געב דעם קרעדיט פארן מרא קמא.

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 12:14 pm
דורך [NAMELESS]
הוגה האט געשריבן:[tag]יאיר[/tag], דו ביסט צו יונג פאר דעם. אזא געדאנקן-גאנג קומט געווענטליך ערשט נאך אסאך יארן ארום חכמה'ווען, נאכן איבערטוישן אלע ארום דיר צו ווערן חכמים ערשט דאן ווערט מען צוריק א פשטן על אפם וחמתם פון אלע. אויב האלטסטו שוין ביי דעם יעצט, וואס וועסטו טון ביי די בן ארבעים לבנה ? :lol:

איז בין געוועהן זיכער אז [tag]יאיר[/tag] איז כאטש זעכציג. [tag]הוגה[/tag]/ די ווייסט פאר א פאקט אז ער איז אינטער 40?

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 12:16 pm
דורך [NAMELESS]
קופערניקוס האט געשריבן:קאווע, איך ווייס פאר א פאקט אז אייזיק האניג האט פלאגיאירט די ליריקס פון זיין ניגון פון אן אלט ספר "ספר תהלים" וואס פארצייטישע אידן פלעגן זאגן מיט א טעם, כ'מיין אז עוז והדר האט עס שוין אויך איבערגעדרוקט, געב דעם קרעדיט פארן מרא קמא.

קאווע טרינקער האט געגעבן די מקור פאר די קאמע'ס
אלוקים אל דמי לך, אל תחרש ואל תשקוט קל, כי הנה, אויביך, יהמיון, ומשנאיך נשאו ראש (קרעדיט: אייזיק האניג)

נשלח: זונטאג יולי 21, 2013 3:37 am
דורך יאיר
ראשעקאל האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:[tag]יאיר[/tag], דו ביסט צו יונג פאר דעם. אזא געדאנקן-גאנג קומט געווענטליך ערשט נאך אסאך יארן ארום חכמה'ווען, נאכן איבערטוישן אלע ארום דיר צו ווערן חכמים ערשט דאן ווערט מען צוריק א פשטן על אפם וחמתם פון אלע. אויב האלטסטו שוין ביי דעם יעצט, וואס וועסטו טון ביי די בן ארבעים לבנה ? :lol:

איז בין געוועהן זיכער אז [tag]יאיר[/tag] איז כאטש זעכציג. [tag]הוגה[/tag]/ די ווייסט פאר א פאקט אז ער איז אינטער 40?

היות איך בין שוין געקומען צום אומ-שכל און תשובה געטון בין איך א קטן שנולד.

נשלח: זונטאג יולי 21, 2013 9:53 pm
דורך הוגה
[tag]יואב[/tag],

וישמע יואב את קול הקאווע שטיבל ויאמר מדוע קול הקריה הומה...

עפעס גייט פאר וואס איך ווייס נישט??? :shock:

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 2:12 pm
דורך [NAMELESS]
די וועלט זאגט: לאכן לאכט, דער וואס לאכט דער לעצטער.
יואליש טענה'ט: לאכן לאכט, דער וואס לאכט דער שטילסטער.
טאמבל סאס, לעומתו, ארגומענטירט: לאכן לאכט דער וואס לאכט אפילו ווען קיינער זעהט נישט.
ואני אומר : לאכן לאכט דער וואס לאכט.

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 2:22 pm
דורך [NAMELESS]
דער עולם פארשטייט געוויס אז די חתימה איז באזירט אויף די שיטה פון בין כך ובין כך קרויים בנים.

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 2:24 pm
דורך טאמבל סאס
מ'דארף אוועקלייגן די אלטע אונטערשריפטן דא, ס'זאל נישט פארגעסן ווערן מאורך הגלות.

דו מוזט נישט גלויבן וואס דו ווילסט נישט גלויבן,
דו קענסט אויך גלויבן וויבאלד יענער גלויבט,
דער חילוק וועט זיין צי דו גלויבסט ווייל דו גלויבסט, צי דו גלויבסט ווייל דו קענסט נישט גלויבן.
------------------
יעדער מיינט זיך, און איך מיין מיך. אויב מיינט ער דיך, מער ווי ער מיינט זיך, ביסטו אדער קעגן שפיגל, אדער אין א מטה.
----------------
מיין לייק מיינט חלילה נישט קיין הסכמה אויף אייערע אומליבליכע לעכערליכע דעות.

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 2:29 pm
דורך קאווע טרינקער
קופערניקוס האט געשריבן:קאווע, איך ווייס פאר א פאקט אז אייזיק האניג האט פלאגיאירט די ליריקס פון זיין ניגון פון אן אלט ספר "ספר תהלים" וואס פארצייטישע אידן פלעגן זאגן מיט א טעם, כ'מיין אז עוז והדר האט עס שוין אויך איבערגעדרוקט, געב דעם קרעדיט פארן מרא קמא.

קודם, תתחדש פאר דיין נייע חתימה.
כ'האב ערשט יעצט באמערקט דיין הערה אויף מיין חתימה, די סיבה פארוואס איך גיב קרעדיט פאר אייזיק, איז ווייל דורך אים בין איך inspired געווארן אין דעם פסוק. שוין יארן וואס איך זאג אויס ספר תהילים שבת אינדערפרי מיט די טערקישע ריפלעקטער טלית אויף די פלייצע אין די פאליש פון סקווירא שטיבל, אבער כ'האב מיך נישט אפגעשטעלט זיך צו מתעלס זיין מיט דוד המלך געבעט פאר יוסטיץ, פאר תיקון עולם, און פאר נקמה אין די רשעים.
ייש"כ ר' אייזיק. און ייש"כ פאר'ן מחבר פונעם ניגון.
א באזונדערע ייש"כ פאר'ן מאכן דעם ניגון אויף א נייע פסוק, נישט אויף צמאה לך נפשי.

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:16 pm
דורך סאשי פיש
[tag]זר זהב[/tag] זיי מסביר דיין חתימה פליז

זומער כייייטאס

CU

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 12:52 pm
דורך יואליש
קופערניקוס האט געשריבן:די וועלט זאגט: לאכן לאכט, דער וואס לאכט דער לעצטער.
יואליש טענה'ט: לאכן לאכט, דער וואס לאכט דער שטילסטער.
טאמבל סאס, לעומתו, ארגומענטירט: לאכן לאכט דער וואס לאכט אפילו ווען קיינער זעהט נישט.
ואני אומר : לאכן לאכט דער וואס לאכט.


איך זעה נישט קיין סתירה צווישן מיין געדאנק און טאמבעל סאוס'. פארקערט, טאמבעל סאוס' איז אן עקסטענשאן פון מיין. בשעת מיין געדאנק שענקט א ספעציעלע וועליו פאר שטילע געלעכטער בכלליות, און ווי שטילער אלס בעסער, באציט זיך זיינס צו א פרטיות'דיגע און טאקע אולטימעט שטילקייט, די אפוועזענהייט פון אויגן און אויערן. אלו ואלו.

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 1:14 pm
דורך שמעקעדיג
סאשי פיש האט געשריבן:[tag]זר זהב[/tag] זיי מסביר דיין חתימה פליז

זומער כייייטאס

CU


והילד איננו, נישטא ווער ס'זאל מסביר'ן.

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 1:34 pm
דורך [NAMELESS]
יואליש האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:די וועלט זאגט: לאכן לאכט, דער וואס לאכט דער לעצטער.
יואליש טענה'ט: לאכן לאכט, דער וואס לאכט דער שטילסטער.
טאמבל סאס, לעומתו, ארגומענטירט: לאכן לאכט דער וואס לאכט אפילו ווען קיינער זעהט נישט.
ואני אומר : לאכן לאכט דער וואס לאכט.


איך זעה נישט קיין סתירה צווישן מיין געדאנק און טאמבעל סאוס'. פארקערט, טאמבעל סאוס' איז אן עקסטענשאן פון מיין. בשעת מיין געדאנק שענקט א ספעציעלע וועליו פאר שטילע געלעכטער בכלליות, און ווי שטילער אלס בעסער, באציט זיך זיינס צו א פרטיות'דיגע און טאקע אולטימעט שטילקייט, די אפוועזענהייט פון אויגן און אויערן. אלו ואלו.



ולבי אומר לי שכל הצוחקים שוים, כל מי שרוצה ליטול את כתר הצחוק, יבוא ויטול.

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 2:44 pm
דורך שמעקעדיג
גם צחוק מכאיב?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:00 pm
דורך מאטי
די וועלט זאגט: לאכן לאכט, דער וואס לאכט דער לעצטער.
יואליש טענה'ט: לאכן לאכט, דער וואס לאכט דער שטילסטער.
טאמבל סאס, לעומתו, ארגומענטירט: לאכן לאכט דער וואס לאכט אפילו ווען קיינער זעהט נישט.
ואני אומר : לאכן לאכט דער וואס לאכט.
ורה"ק אומרת (פאר די ליבעראלע, קאווע שטיבל אומרת) לאכן לאכט דער וואס ליינט קופערניקוס תגובת.

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 2:20 pm
דורך [NAMELESS]
פאני, זר זהב האט געמיינט אז ער גייט האבן די לעצטע ווארט אין די גאנצע לאכן סומאטאכע, העל נא!