בלאט 12 פון 23
נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 2:30 pm
דורך cictim
קריינא דאגרתא - סימן רה.pdf
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 6:32 pm
דורך ירא שמים
בערל דו האסט עכט געשוויצט פאר די תגובה!! ׳נאר׳ וועגן דעם האסטו באקומען מיין לייק[emoji48]
נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 8:21 pm
דורך berlbalaguleh
דאס הייסט געשוויצט...? איך האב נאר געוואלט בארואיגן א צובראכענעם איד. וואס האט געמאכט א שנעלן איינטריט און א נאך שנעלערן אויסטריט פון קאווע שטיבל... ער פיהלט זיך נעבעך שטארק דיסאפוינטעד אז די שיטה אין וועלכע ער האט געגלייבט כל ימיו איז צורינען געווארן דורך פשוט'ע אויפווייזונגען און פאקטן. אוי האט מען איהם פארפיהרט און פארנארט. ער וועט נאך מסתמא געוואויר ווערן אז דער קלויזנבורגער רב זצ"ל איז נישט געווען אזא שייגעץ ווי זיינע רבי'ס האבן איהם געלערנט אין חדר. און אז דער ליובאוויטשער רבי זצ"ל איז נישט געווען א גוי. און אז די אראבערס זענען נישט אזעלכע פיינע מענטשן און להבדיל, די ציונים זענען נישט אזעלכע גרויסע שקצים ווי מ'האט איהם געלערנט אין חדר...!
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 11:47 pm
דורך טמיר
עס זעט אויס ווי בראשית האט באקומען א ספעציעלע הוראת שעה פון ר"מ פילאף אריינצוטאנצן אין ק"ש און ללמד תועים בינה און ראטעווען וואס מען קען נאך. יעצט קענט עטץ רעדן צום דופן, זיין סמארטפאון איז שוין א בערגל ברוכווארג
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 11:54 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווער געדענקט מפיץ אמונה?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 29, 2015 1:26 pm
דורך יעקב מענטש
איך בין בכלל נישט אויסגעקאכט אין די נושא, אבער אזוי ווי איך לייען יעצט דעם ענגלישן בוך the satmar rebbe וואס הרב דוד מייליש האט ארויסגעגעבן, האב איך מיך אנגעשטויסן אין א מימרא פון ר' שניאור קאטלער ז"ל האט געזאגט, וואס איז רעלעוואנט צו די נושא.
זאגט ער:
נישט סאטמער רב האט א 'שיטה', ניין! סאטמער רב איז גערעכט עפ"י הלכה. די מהלך פון בוחר הרע במיעוטו וואס אונז האבן אנגענומען איז א 'שיטה'
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 12:51 am
דורך [NAMELESS]
היימישער ליטוואק האט געשריבן:הציץ ונפגע האט געשריבן:איך וויל יעצט נישט עוסק זיין אין "באטשי"'ס פירכות, דעריבער איז מעגליך אז מיין פאלגענדער פראגע איז שוין געפרעגט געווארן דורך אים. איך האב א ראיה ברורה פון רמב"ם אין יד וואו מ'זעט קלאר אז שלש שבועות זענען נישט גע'פסק'נט להלכה. פאלגנד איז דער רמב"ם,
ואם יעמוד מלך מבית דוד הוגה בתורה ועוסק במצוות כדוד אביו, כפי תורה שבכתב ושבעל פה, ויכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה, וילחם מלחמות ה', הרי זה בחזקת שהוא משיח, אם עשה והצליח ונצח כל האומות שסביביו ובנה מקדש במקומו וקבץ נדחי ישראל הרי זה משיח בודאי. ואם לא הצליח עד כה או נהרג בידוע שאינו זה שהבטיחה עליו תורה והרי הוא ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו.
(רמב"ם הלכות מלכים פרק יא הלכה ד)
שטעלט זיך די פראגע, אויב איז ער גע'הרג'ט געווארן און עס שטעלט זיך ארויס אז ער איז נישט משיח, וויאזוי קען דער רמב"ם שרייבן אז ער איז ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו, אמער ער האט דאך עובר געווען אויף די שלש שבועות?
באטשי פרעגט דאס אין דעם אשכול "לכבוד די יארצייט...".
אדרבה, עפן א פרישע אשכול אויף דעם נושא און מיר וועלן דן זיין פאוינט ביי פאוינט...
אומגלויבליך!
שוין יארן וואס איך דריי מיך ארום מיט די קשיא, כ'האב שוין אנגעפרעגט צענדליגע אידן - ביניהם הייסע סאטמארע - דערוועגן, וכולם מלאו פיהם מים [און אויב ס'געווען 'מים אין בו', איז אבער יא צומאל געווען 'נחשים ועקרבים יש בו'].
גראדע האב איך אפילו א תשובה להשיב דעת הויוא"מ שלא ראה את דברי הרמב"ם, אז היות דער שטיקל איז חלק פון וואס די צענזור האט משמיט געווען, איז מעגליך אז סאטמארער רב האט בכלל נישט געזען דעם שטיקל רמב"ם [ואע"פ שאין ראי' לדבר, זכר לדבר איכא. אז אין ויוא"מ ברענגט ער שטיקלעך פונעם רמב"ם אפאר הלכות געריקט פון דעם שטיקל. און ס'נישט מסתבר אז ער האט פשוט 'פארזען' אדער זיך אומוויסנדיג געמאכט פון דעם שטיקל. אע"כ מחוורתא כדשנינן אז ער האט עס נישט געזען וויבאלד ס'איז פון די השמטות].
-----------------
גאלד האט געשריבן:דער מגדול עוז וואס איז אריינגעדריקט אינעם רמב"ם אדרעסירט דער קשיא, ער לערנט פשט אינעם רמב"ם אז ווען איינער האט אלע שטריכן פון משיח, דהיינו ער איז "הוגה בתורה ועוסק במצוות כדוד אביו, כפי תורה שבכתב ושבעל פה, ויכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה" דאן איז שוין קיין שום נפק"מ צו עווענטועל פאלט ער דורך מיט זיין מיסיע צו אויסלייזן כלל ישראל, א מענטש ווערט נישט נידון למפרע צוליב די תוצאה פון א הצלחה, און דאס וואס דער רמב"ם פירט אויס "הרי הוא ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו" מיינט אז אפי' די מיסיע פאלט דורך און ליידער פאלן דער עם ישראל תחת יד האומות מיטדעם אלעם איז דער אינדיווידועלער מענטש ווערט מוזכר לשבח בדורות הבאים,
כמה אידן האבן מיר געענטפערט ענליכעס, אבער דאס איז ממש נישט גערעדט צום זאך [והודו לי בזה]: אויב ער איז אן ערליכער איד, וואס האט נישט אויסגעלייזט כלל ישראל, איז א סימן אז ער איז נישט געווען משיח. אויב איז ער נישט משיח און האט סתם אזוי געמאכט אן אויפשטאנד, דאן איז ער נישט אין כלל פון 'השלמים הכשרים שמתו', נאר ער איז א רשע מרושע וואס האט עובר געווען אויף די שלש חמורות. אנטשולדיגס, די שלש שבועות [אקעי, היינו הך].
אלא מאי, דער רמב"ם האט קלאר געהאלטן אז ס'נישטא קיין שלש שבועות.
------------------
יאיר האט געשריבן:גאלד, אפשר קענסטו ברענגען דעם לשון פונ'ם מגדל עוז און דער מקור, ווייל איך טרעף עס נישט אינ'ם רמב"ם.
איך מיין אז דער רמב"ם איז נישט נוגע צו די ענין פון שלש שבועות לגבי ציונות. דער רמב"ם רעדט ווען עס איז דא אן ערנסטע צד אז ער איז משיח, און ער גייט אויף דעם ציל, אלס אנגעגעבענער משיח, ווען לדעתו איז שוין געקומען דעם קץ, צוריקנעמען ארץ ישראל. אויב וועט מען נישט לאזן אפילו משיח אייננעמען ארץ ישראל צוליב די שלש שבועות וועט ער דאך קיינמאל נישט קענען קומען, לויט'ן רמב"ם אז משיח דארף נישט באווייזן קיין שום מופתים. אבער ווען ציונות איז אויפגעקומען איז דאך דאס געווען פאר די פארקערטע ציל, און אויף דעם איז לכאורה יא חל די שלש שבועות נישט צו אייננעמען ארץ ישראל פאר משיח קומט.
במחכ"ה, איז דאס געמאלן וואסער. מילא מ'וויל מחלק זיין צווישן א 'ממשלת המינים', און א ממשלת חרדים, ניחא. אבער אז דער שאלה איז איבער עובר זיין אויף שלש שבועות, דאן איז דער דורכגעפאלענער משיח יענער גענגסטער וואס האט פשוט עובר געווען אויף די ג' שבועות. אפגעזען פונעם פאקט, אז ער איז - אין אנדערע ענינים - אן ערליכער איד. חוץ אויב ס'נישטא קיין איסור שלש שבועות, וכנ"ל.
און דיין טענה אז 'אויב וועט מען נישט לאזן אפילו משיח אייננעמען ארץ ישראל צוליב די שלש שבועות וועט ער דאך קיינמאל נישט קענען קומען, לויט'ן רמב"ם אז משיח דארף נישט באווייזן קיין שום מופתים' - כדבריך, איז ממש נישט ריכטיג. ווייל לכולי עלמא דארף דער משיח זיין אויסדערוועלט דורך גאט [כאטש ער דארף נישט באווייזן קיין מופתים פארן המון עם. אבער אמת'דיג פאר זיך דארף ער זיין], קומט אויס אז ווען איינער דערקלערט זיך פאר משיח דארף זיין א ספק משיח אמת, ספק עובר על שלש שבועות. איז ווילאנג זיינע מעשים זענען אויסגעהאלטן גלייבט מען אים, און אויב איז ער מצליח נעמט מען אן אז ער איז משיח. אבער אויב פאלט ער שפעטער אדורך, דאן איגלאי מילתא למפרע אז דער איז געווען א שקרן ביז יעצט, און ער האט פשוט עובר געווען אויף די שלש שבועות, וואס דארף אים ווען פארוואנדלן אין א שייגעץ אנשטאט אין א גדר פון 'ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו'.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 1:19 am
דורך דעת תורה
אין קובץ גינת ורדים האט מען אסאך גערעדט דערוועגן
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 1:48 am
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן:אזוי ווי אונזער געטרייער חבר ..."שמעקעדיג" וועלכער האט זייער א חשוב'ע פאזיציע דא אין קאווע שטיבל. א יעדער בלאז וואס גייט ארויס מהגה פיו הקדוש, באקומט תיכף דאזנס אף לייקס.
עהעם
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 6:16 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דעת תורה האט געשריבן:אין קובץ גינת ורדים האט מען אסאך גערעדט דערוועגן
לינק ביטע
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 11:48 am
דורך גאלד
מ'האט דא געבעטן אז מ'וויל זעהן דעם מגדל עוז
נאדער
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 1:55 pm
דורך סקרן
געקויפט לעצטענס א הערליך ספר מענה חכם פון ר' יואל כהן פון ליובאוויטש ווי ער טוהט דורך ויואל משה און על הגאולה לענ"ד איז עס א הערליך ארבעט
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 2:24 pm
דורך יעקב מענטש
סקרן האט געשריבן:געקויפט לעצטענס א הערליך ספר מענה חכם פון ר' יואל כהן פון ליובאוויטש ווי ער טוהט דורך ויואל משה און על הגאולה לענ"ד איז עס א הערליך ארבעט
איז ער מבאר זיין רבינ'ס שיטה אויך?
נישט אתחלתא דגאולה, חלילה א בענקעל אין כנסת, אבער צוריקגעבן שטחים איז מוראדיג הארב!
איך מאך נישט חוזק, ס'איז אבער זייער שווער צו אנצייגן ווי אויפן ספעקטרום ליבאוויטש שטייט
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 8:00 pm
דורך mevakesh
איך בין ווייט פון א לובאוויטשער אבער דאכט זיך אז לגבי די שיטות איז עס זייער פארשטענדליך ער קען זיין אן אנטי ציוני און נאכאלץ האלטן אז עס איז סכנות נפשות צוריקצוגעבן שטחים
Sent from my Z717VL using Tapatalk
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 10, 2017 3:10 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
סקרן: אז דו האסט שוין יא אויפגעברענגט דעם אשכול, וועל איך דיר אנטראגן נאך אפאר הערליכע ספרים אין דעם נושא, כ'ווייס נישט צו איינער האט שוין געשריבן דערוועגן, שווער איבערצוקוקן 28 דפים, אבער ס'שאדט נישט, דאפעלט איז שטערקער זאגט די וועלט.
המדינה היהודית, הרב יעקב משה ברגמן שליט"א.
ר' יעקב משה איז אן אייניקל פון הרב ר' יעקב משה חרל"פ זצ"ל (מן הסתם הייסט ער נאך אים). ער איז געווען א שליח פאר בני עקיבא אין בראזיל. ווי ער האט עוסק געווען אין קירוב, היינט צו טאגס וואוינט ער אין ירושלים.
די ספר איז מן הסתם פון די בעסטע ספרים אין די נושא,
זייער שיין דרך ארץ'דיג אהן קיין שמות וכנויים, חרמות ושמתות, אדער ראשי תיבות'ר. ברענגט צו אלע קשיות, יעדע מראה מקום, פארענטפערט אלעס מיט א פינקטלעכקייט, איז נישט מאריך און אויך נישט מקצר, נישט פארנומען מיט דרשות אדער אגדות, א גרינגע לשה"ק, עכט א הערליכע ספר, ס'קומט אין א ווייכע דעקל, א דינעם ספר
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 1:01 am
דורך דער גאלדענער אדלער
אויך איז כדי צו דערמאנן דעם ספר "יהודי וארצו" פון הרב אברהם קורמאן ז"ל, וואס א חלק פונעם ספר געט ער זיך אפ מיטן ויואל משה און מיטן על הגאולה, אבער די ספר איז נישט דוקא פאר דעם געווידמעט, אבער ער ארבייט אריין און פארענטפערט אלעס בטטוד"ת.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 12:18 pm
דורך יעקב מענטש
mevakesh האט געשריבן:איך בין ווייט פון א לובאוויטשער אבער דאכט זיך אז לגבי די שיטות איז עס זייער פארשטענדליך ער קען זיין אן אנטי ציוני און נאכאלץ האלטן אז עס איז סכנות נפשות צוריקצוגעבן שטחים
Sent from my Z717VL using Tapatalk
זיין פראבלעם איז געווען שלימת הארץ, נישט סעקיוריטי
נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 12:31 pm
דורך הקטן
יעקב מענטש האט געשריבן:זיין פראבלעם איז געווען שלימת הארץ, נישט סעקיוריטי
גרעד האט ער פין
סעקיוריטי
נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 3:51 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ביסט גערעכט אז רוב דער שטורעם זיינער איז געווען סעקיוריטי, אבער ביים ׳עד דמשק׳ דרשה האט ער לכאורה נישט געמיינט סעקיוריטי.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 4:44 pm
דורך הקטן
פין וואו נעמסטו דאס?
מלחמת יום הכיפורים זענען זיי געקימען אויף עטוואס מער וואו אויף עסקי קש ותבן.
דער חבדסקער האט נישט געמאכט קיין סוד אז דאס זאל מען ניצען אלס א פאנדל צי מאכן א הסכם שלום מיט סיריע.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 4:50 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב עס נישט גרונטליך דורכגעטוהן, אבער דער אויסדרוק 'עד דמשק' קומט פון א משיח'יסטישע טראכטסגאנג, אז עתידה ירושלים שתתפשט עד דמשק.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 4:55 pm
דורך הקטן
מעגליך אז משיח האט אויך געשפילט א ראלע
דאס איז נישט ממש די זעלבע וואו שלימות הארץ
נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 5:12 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב פארשטאנען אז די אלע נישט ציונים קוקען אן די מדינה אלס עפעס אן קיין רעליגיעזע געוויכט, נאר א פראקטישע זאך, פונקט ווי ווען איינער קויפט ערגעץ א הויז און ער לייגט דארט א שלאס.
ווען דער ליובאוויטשער רבי האט געהייסען עד דמשק, האט ער געהאלטען אז ס'איז א חלק פון א גאולת הארץ, נישט סתם פראקטיש.
אפשר מאך איך א טעות, אבער אזוי האט מיר אויסגעקוקט.