בלאט 12 פון 19

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:57 am
דורך הדד בן בדד
ריכטיג,

נישט ריכטיג, דער אמרי חיים איז געווען א חכם מחוכם און א גרויסער פיקח.

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 6:00 am
דורך הדד בן בדד
shem-tov האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:

און ביי א באזוך אין האט אמעריקא יאהרן צוריק ווען ער האט אפגעשטאט א באזוך ביי ר׳ יואל מ׳סאטמאר זצ״ל האט אים סאטמארער רב געפרעגט: ויזניצער רב וואס הערט זיך אין ארץ ישראל? האט ער גענטפערט: איך לייען נישט קיין צייטונגען!

אינטערסאנט שטיקל געבעקס ווייל לויט וויאזוי די יודעי דבר געדענקן האט זיך אונזער רבי משהלע געווארפן מיט אלע גלידער און די ציינער האבן אים היבש געקלאפט ווען ער איז נאר געשטאנען אין די ד' אמות פון סאטמאר רב זי"ע. און אוודאי נישט געענטפערט מיט אזא אויבער חכמהשקייט. קענסט ווייטער פארקויפן דיינע באבקעס פאר דיינע וויזשניצע פרענדס פון מקוה. אבער למען ההיסטארי האב איך דיר עס דערציילט

שם טוב, עס איז א מעשה ידוע. ווען ר' משה'לע איז דאס ערשטע מאל געקומען קיין אמעריקא אלס רבי האט ער באזוכט ביים סאטמאר רב, און דער סאטמאר רב האט אים געפרעגט, כמנהגו, "וואס הערט מען נייעס אין ארץ ישראל", ער האט נישט געמיינט זיך טענה'ן איבער ציונות אדער גארנישט, ער האט סתם געוואלט מאכן א שמועס. אבער ר' משה'לע, וואס איז כידוע נישט געווען קיין שארפער (שמואל איך האף ביסט צופרידן), האט געענטפערט מיט תמימות, "איך ליין נישט קיין צייטונגען".

דער שמועס האט זיך דארט געענדיגט און ווען ער איז ארויס האט סאטמאר רב געפרעגט פון יאסל'ען, "זיין טאטע איז דאך יא געווען א קלוגער איד, ווי נעמט זיך צו אים אזא חכם?".

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 6:02 am
דורך הדד בן בדד
ראוונע האט געשריבן:
chaims האט געשריבן:איך קען די אלע מעשיות אבער איך זעה נישט וואס עס האט מיט מידות חוץ פון די מעשה אז זיינע אייניקלעך לאזט ער וואס ווי ווייט איך ווייס איז עס נישט אמת

הייסט אז נישט פארגינען סאטמאר צו האבען א פייפער (אין שיקען חברה אין סאמע ערב יום כיפור צושניידען די ווייערס) האט נישט מיט קיין מידות
אין לויפען אויסכאפען ישיבה ספרינג וואלי פון סאטמאר אפילו סאיז יארען לאנג געשטאנען ליידיג ווייל ער האט נישט געהאט וואס צו טון דערמיט אבי סאטמאר זאל נישט קענען בויען אין צושטערן זיין חלום פון מאנסי רבי האט אויך נישט מיט מדות. הא?

ראוונע, זיי נישט ברוגז, עס איז נישט געשטאנען ליידיג, אין פאקט איז עס געווען באזעצט דורך ישיבה ספרינג וואלי פאר אסאך יארן נאך וואס וויזניץ האט עס אפגעקויפט, יס"וו איז געבליבן אין דעם בנין ביז זייער נייע בנין איז געווען גרייט.

די עוולה אויף וואס מען איז געשפרינגען איז געווען אז ער האט באצאלט נאך צוויי מיליאן (פיל מער וויפיל עס איז דעמאלס געווען ווערט) אז זיי זאלן ברעכן דעם קאנטראקט מיט סאטמאר.

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 11:17 am
דורך [NAMELESS]
הדד בן בדד האט געשריבן:

פארוואס האט ער דאס נישט געפרעגט אויף ר' מאטעלע? נאך א קושיא האב איך, איך האב געהערט אז ר' משה'לע איז נאך געווען בחיי אביו אין אמעריקע ביים סאטמאר רב, און סאטמאר רב איז געווען ביי איהם אויף ביקור גומלין, וואלט ער שוין דאן געדארפט איינזעהן מיט וועמען ער האט צוטוהן. און בכלל ביי די פטירה פונעם אמרי חיים האט שוין סאטמאר רב געהאלטן נאכן סטראוק און קיין ערנסטן שמועס נישט געקענט האלטן מיט עמיצן וואס איז נישט געווען רגיל מיט איהם, מחמת קושי דיבורו.

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 11:54 am
דורך ראוונע
ריכטיג האט געשריבן:
ראוונע האט געשריבן:
chaims האט געשריבן:איך קען די אלע מעשיות אבער איך זעה נישט וואס עס האט מיט מידות חוץ פון די מעשה אז זיינע אייניקלעך לאזט ער וואס ווי ווייט איך ווייס איז עס נישט אמת

Sent from my DROID Pro using Tapatalk 2

הייסט אז נישט פארגינען סאטמאר צו האבען א פייפער (אין שיקען חברה אין סאמע ערב יום כיפור צושניידען די ווייערס) האט נישט מיט קיין מידות
אין לויפען אויסכאפען ישיבה ספרינג וואלי פון סאטמאר אפילו סאיז יארען לאנג געשטאנען ליידיג ווייל ער האט נישט געהאט וואס צו טון דערמיט אבי סאטמאר זאל נישט קענען בויען אין צושטערן זיין חלום פון מאנסי רבי האט אויך נישט מיט מדות. הא?

נישט פארגינען?? דו געדענקסט אפשר ווער ס'האט געמאכט דעם פייפער און פארוואס? דו געדענקסט ווען ס'האט אויפגעהערט צו פייפן און פארוואס?

יא איך געדענק ווער עס האט געמאכט די פייפער. סאטמאר האט עס געמאכט ווייל זייער זמן איז פופצען מינוט נאך די וויזניצע זמן
אין רבי מאטעלע האט עס ממש נישט אויסגעהאלטען אז ער פלעגט צושטאפען די אויער ווען די סאטמארע פייפער האט געפיפען (ווען א פייער טראק איז דורעכגעפארען האט אים עס נישט אזוי געשטערט ווי די פייפער)
עס האט אויפגעהערט פייפען איינמאל ווען מהאט געמאכט א פשרה אז קיינער גייט נישט פייפען ביז וויזניץ האט עס געבראכען (מכלומרשט מיט א מעשה פון א פרוי וואס האט מחלל שבת געווען)
שפעטער איז עפעס נאכאמאל געווארען ביי עפעס א שלום אז סאטמאר האט אויפגעהערט צו פייפען (היינט צו טאגס ווייס איך נישט וואס די מצב מיט די פייפער איז ווייל איך וואוין שוין נישט דארט)

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 11:59 am
דורך ראוונע
הדד בן בדד האט געשריבן:
ראוונע האט געשריבן:
chaims האט געשריבן:איך קען די אלע מעשיות אבער איך זעה נישט וואס עס האט מיט מידות חוץ פון די מעשה אז זיינע אייניקלעך לאזט ער וואס ווי ווייט איך ווייס איז עס נישט אמת

Sent from my DROID Pro using Tapatalk 2

הייסט אז נישט פארגינען סאטמאר צו האבען א פייפער (אין שיקען חברה אין סאמע ערב יום כיפור צושניידען די ווייערס) האט נישט מיט קיין מידות
אין לויפען אויסכאפען ישיבה ספרינג וואלי פון סאטמאר אפילו סאיז יארען לאנג געשטאנען ליידיג ווייל ער האט נישט געהאט וואס צו טון דערמיט אבי סאטמאר זאל נישט קענען בויען אין צושטערן זיין חלום פון מאנסי רבי האט אויך נישט מיט מדות. הא?

ראוונע, זיי נישט ברוגז, עס איז נישט געשטאנען ליידיג, אין פאקט איז עס געווען באזעצט דורך ישיבה ספרינג וואלי פאר אסאך יארן נאך וואס וויזניץ האט עס אפגעקויפט, יס"וו איז געבליבן אין דעם בנין ביז זייער נייע בנין איז געווען גרייט.

די עוולה אויף וואס מען איז געשפרינגען איז געווען אז ער האט באצאלט נאך צוויי מיליאן (פיל מער וויפיל עס איז דעמאלס געווען ווערט) אז זיי זאלן ברעכן דעם קאנטראקט מיט סאטמאר.

אפילו נאכדעם וואס ישיבה ספרינג וואלי האט אוועקגעמופט איז עס געשטאנען ליידיג ביז מהאט געטראפען וואס צו טון דערמיט (ווילחאוויטץ)
דעס איז חוץ די בילדינג אויף עישעל לעין וואס שטייט שוין יארען ליידיג (סא ער האט נישט אויס געכאפט דעם בילדינג ווייל ער האט זיך זייער שטארק גענויטיגט אין פלאץ. דעטס מיי פוינט
די גרעסטע עולה אין מיי מיינד איז געווען דאס מחייב זיין יעדע אינגערמאן אריינצוברענגען צוואנציג טויזענט דאללער דערפאר

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 12:05 pm
דורך [NAMELESS]
יעדער סאטמארער (און סיי וועלעכער איד אין מאנסי) ווייסט ווען הדלקת הנרות איז, סאטמאר האט דאס נישט געמאכט פאר באקוועמליכקייט נאר מיט א פאליטישע סיבה דירעקט קעגן ר' מאטעלע, און ער האט פארשטאפט זיינע אויערן פשוט ווייל ס'האט איהם געשטערט דאווענען מנחה. ווי נאר די פאליטישע סיבה האט זיך אויפגעהערט (קרי: ר' חיים יהושע איז נישט געווען באקוועם קומענדיג קיין מאנסי און זיין געשפאנט מיט ויזניץ האט ער געבעטן פאר שלום) האט דאס שוין מער נישט אויסגעפעלט.

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 12:12 pm
דורך ראוונע
ריכטיג האט געשריבן:יעדער סאטמארער (און סיי וועלעכער איד אין מאנסי) ווייסט ווען הדלקת הנרות איז, סאטמאר האט דאס נישט געמאכט פאר באקוועמליכקייט נאר מיט א פאליטישע סיבה דירעקט קעגן ר' מאטעלע, און ער האט פארשטאפט זיינע אויערן פשוט ווייל ס'האט איהם געשטערט דאווענען מנחה. ווי נאר די פאליטישע סיבה האט זיך אויפגעהערט (קרי: ר' חיים יהושע איז נישט געווען באקוועם קומענדיג קיין מאנסי און זיין געשפאנט מיט ויזניץ האט ער געבעטן פאר שלום) האט דאס שוין מער נישט אויסגעפעלט.

אקעי יעצט זעה איך איז די האסט נישט קיין אננונג וואס די רעדסט ווייל די פייפער האט נאך געפיפען יארען נאך וואס רבי חיים יהושע איז געקומען קיין מאנסי.
צווייטענס לאמיר זאגען אז סאטמאר האט עס געמאכט מיט פאליטישע חשבונות. איז וואס? וועגן דעם מעג מען שוין רייסען ווייערס? מאנסי איז עפעס זיינס? (אזוי האט ער זיך איינגערעדט) אין ווען א פייערטראק איז דורעכגעפארען אין געמאכט א גערודער האט אין עס אויך אזוי געשטערט אז ער האט געדארפט פארשטאפען זיינע אויערען?
קאם אן זיי נישט נאריש. די ווייסט זייער גוט אז רבי מאטעלע האט געטון אלעס אין די וועלט אז סאטמאר זאל נישט קענען בויען אין מאנסי ווייל ער האט געהאט א חלום פון זיין מאנסי רבי אין ער האט געזעהן אין דעם א שטער (אדער אפשר ווייסטו נישט. אזוי ווי דעס אז די פייפער האט אויפגעהערט פייפען ווען רבי חיים יהושע איז געקומען קיין מאנסי)

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 12:14 pm
דורך [NAMELESS]
ראוונע האט געשריבן:
הדד בן בדד האט געשריבן:
ראוונע האט געשריבן:
chaims האט געשריבן:איך קען די אלע מעשיות אבער איך זעה נישט וואס עס האט מיט מידות חוץ פון די מעשה אז זיינע אייניקלעך לאזט ער וואס ווי ווייט איך ווייס איז עס נישט אמת

Sent from my DROID Pro using Tapatalk 2

הייסט אז נישט פארגינען סאטמאר צו האבען א פייפער (אין שיקען חברה אין סאמע ערב יום כיפור צושניידען די ווייערס) האט נישט מיט קיין מידות
אין לויפען אויסכאפען ישיבה ספרינג וואלי פון סאטמאר אפילו סאיז יארען לאנג געשטאנען ליידיג ווייל ער האט נישט געהאט וואס צו טון דערמיט אבי סאטמאר זאל נישט קענען בויען אין צושטערן זיין חלום פון מאנסי רבי האט אויך נישט מיט מדות. הא?

ראוונע, זיי נישט ברוגז, עס איז נישט געשטאנען ליידיג, אין פאקט איז עס געווען באזעצט דורך ישיבה ספרינג וואלי פאר אסאך יארן נאך וואס וויזניץ האט עס אפגעקויפט, יס"וו איז געבליבן אין דעם בנין ביז זייער נייע בנין איז געווען גרייט.

די עוולה אויף וואס מען איז געשפרינגען איז געווען אז ער האט באצאלט נאך צוויי מיליאן (פיל מער וויפיל עס איז דעמאלס געווען ווערט) אז זיי זאלן ברעכן דעם קאנטראקט מיט סאטמאר.

אפילו נאכדעם וואס ישיבה ספרינג וואלי האט אוועקגעמופט איז עס געשטאנען ליידיג ביז מהאט געטראפען וואס צו טון דערמיט (ווילחאוויטץ)
דעס איז חוץ די בילדינג אויף עישעל לעין וואס שטייט שוין יארען ליידיג (סא ער האט נישט אויס געכאפט דעם בילדינג ווייל ער האט זיך זייער שטארק גענויטיגט אין פלאץ. דעטס מיי פוינט
די גרעסטע עולה אין מיי מיינד איז געווען דאס מחייב זיין יעדע אינגערמאן אריינצוברענגען צוואנציג טויזענט דאללער דערפאר

די פלאן פון מאכן זיין חדר דארטן האב איך שוין געהערט בשנת תשנ"ח און ישיבה ספרינג וואלי איז נאך געווען דארטן ביז ממש אפאר יאר צוריק איך ווייס נישט וואס דו רעדסט, די (קליינע ) בילדינג אויף עישעל לעין ווערט שוין באנוצט פאר זיין מיידל סקול פאר איבער צוואנציג יאר און בעפארדעם געווען זיין ישיבה סוי איך ווייס נישט ווען ס'איז געשטאנען ליידיג.

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 12:22 pm
דורך [NAMELESS]
ראוונע האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:יעדער סאטמארער (און סיי וועלעכער איד אין מאנסי) ווייסט ווען הדלקת הנרות איז, סאטמאר האט דאס נישט געמאכט פאר באקוועמליכקייט נאר מיט א פאליטישע סיבה דירעקט קעגן ר' מאטעלע, און ער האט פארשטאפט זיינע אויערן פשוט ווייל ס'האט איהם געשטערט דאווענען מנחה. ווי נאר די פאליטישע סיבה האט זיך אויפגעהערט (קרי: ר' חיים יהושע איז נישט געווען באקוועם קומענדיג קיין מאנסי און זיין געשפאנט מיט ויזניץ האט ער געבעטן פאר שלום) האט דאס שוין מער נישט אויסגעפעלט.

אקעי יעצט זעה איך איז די האסט נישט קיין אננונג וואס די רעדסט ווייל די פייפער האט נאך געפיפען יארען נאך וואס רבי חיים יהושע איז געקומען קיין מאנסי.
צווייטענס לאמיר זאגען אז סאטמאר האט עס געמאכט מיט פאליטישע חשבונות. איז וואס? וועגן דעם מעג מען שוין רייסען ווייערס? מאנסי איז עפעס זיינס? (אזוי האט ער זיך איינגערעדט) אין ווען א פייערטראק איז דורעכגעפארען אין געמאכט א גערודער האט אין עס אויך אזוי געשטערט אז ער האט געדארפט פארשטאפען זיינע אויערען?
קאם אן זיי נישט נאריש. די ווייסט זייער גוט אז רבי מאטעלע האט געטון אלעס אין די וועלט אז סאטמאר זאל נישט קענען בויען אין מאנסי ווייל ער האט געהאט א חלום פון זיין מאנסי רבי אין ער האט געזעהן אין דעם א שטער (אדער אפשר ווייסטו נישט. אזוי ווי דעס אז די פייפער האט אויפגעהערט פייפען ווען רבי חיים יהושע איז געקומען קיין מאנסי)

אה"נ ס'האט גענומען צייט ביז ס'האט זיך אויסגעארבעט, איך ווייס ממקורות נאמנים אז ער איז שוין געווען פארנומען מיט דעם תיכף ווען ער איז געקומען.

איך ווייס נישט ער זאל האבן געשיקט זיינע בחורים טוהן אזא זאך.

איך ווייס נישט וואס ער האט געטוהן ווען א פייערטראק האט (?) געפיפן (שטילער ווי די סאטמארער פייפער) אין די שטילע מאנסי פונקט אינמיטן זיין דאווענען, און דו ווייסט מן הסתם אויך נישט.

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 12:22 pm
דורך שבת אחים
ראוונע האט געשריבן:
הדד בן בדד האט געשריבן:
ראוונע האט געשריבן:
chaims האט געשריבן:איך קען די אלע מעשיות אבער איך זעה נישט וואס עס האט מיט מידות חוץ פון די מעשה אז זיינע אייניקלעך לאזט ער וואס ווי ווייט איך ווייס איז עס נישט אמת

Sent from my DROID Pro using Tapatalk 2

הייסט אז נישט פארגינען סאטמאר צו האבען א פייפער (אין שיקען חברה אין סאמע ערב יום כיפור צושניידען די ווייערס) האט נישט מיט קיין מידות
אין לויפען אויסכאפען ישיבה ספרינג וואלי פון סאטמאר אפילו סאיז יארען לאנג געשטאנען ליידיג ווייל ער האט נישט געהאט וואס צו טון דערמיט אבי סאטמאר זאל נישט קענען בויען אין צושטערן זיין חלום פון מאנסי רבי האט אויך נישט מיט מדות. הא?

ראוונע, זיי נישט ברוגז, עס איז נישט געשטאנען ליידיג, אין פאקט איז עס געווען באזעצט דורך ישיבה ספרינג וואלי פאר אסאך יארן נאך וואס וויזניץ האט עס אפגעקויפט, יס"וו איז געבליבן אין דעם בנין ביז זייער נייע בנין איז געווען גרייט.

די עוולה אויף וואס מען איז געשפרינגען איז געווען אז ער האט באצאלט נאך צוויי מיליאן (פיל מער וויפיל עס איז דעמאלס געווען ווערט) אז זיי זאלן ברעכן דעם קאנטראקט מיט סאטמאר.

אפילו נאכדעם וואס ישיבה ספרינג וואלי האט אוועקגעמופט איז עס געשטאנען ליידיג ביז מהאט געטראפען וואס צו טון דערמיט (ווילחאוויטץ)
דעס איז חוץ די בילדינג אויף עישעל לעין וואס שטייט שוין יארען ליידיג (סא ער האט נישט אויס געכאפט דעם בילדינג ווייל ער האט זיך זייער שטארק גענויטיגט אין פלאץ. דעטס מיי פוינט
די גרעסטע עולה אין מיי מיינד איז געווען דאס מחייב זיין יעדע אינגערמאן אריינצוברענגען צוואנציג טויזענט דאללער דערפאר

איך וויל זיך נישט אריינמישן אין די דעבאטע גופא, אבער עישל לעין איז קיינמאל נישט געוועהן ליידיג, אין פאקט זיי זיכען נאך בנינם און זיי האלטן אין איין צובויען און צולייגן קלאסן און קיין איין בנין וואס מאנסי־וויזניץ פארמאגט איז ליידיג!, פשוט ווייל ס׳וואקסט צו יעדעס יאהר, ס׳איז דאך ממש א בחינה פון ששה בכרם אחד, יעדעס יאהר קומען צי הונדרעטער קינדער און מ׳דארף צולייגן נאך קלאסן.

ר׳ מאטעלע האט נישט ״מחייב״ געוועהן קיינעם צו געבן גארנישט ער האט ״געבעטן״ אז דער עולם זאל זיך משתתף זיין און שטייצעך קיינעם נישט געבעטן קיין 20 טויזענט דאללער !!! רוב וויזניצע חסידים האבן נישט קיין איבריגע 5000 דאללער און ר׳ מאטעלע ווייסט דעס גאנץ גוט!, אני הקטן בין שוין דעמאלסט געוועהן אויף זייער ליסט פון אנ״ש וואס איך פלעג זיי געבן שיין געלט פאר די מאנסי מוסדות (בעיקר די כולל) און ״קיינער״ האט מיר גארנישט געבעטן פאר ישיבה ספרינג וואלי אפגערעדט מחייב געוועהן עפעס, איך ווייס נישט פון ווי דו נעמסט דיינע מעשיות עס איז הוילע בלאָף !

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 12:59 pm
דורך פאפיטעס
פרצופל האט ר' מאטעלע אנגעווארנט מיטן ערגסטן ווער עס גייט טוהן זאכליכע שריט ביי די שבת פייפער, אין ווען עס האט פאסירט וואס סהאט פאסירט זענען עטליכע בחורים געווארפן געווארן פון ישיבה, אין דער רבי האט געזאגט א שארפן דרשה דערקעגן,

אין וועגן די בנינים,
סאיז הוילע לגיונות וואס איר האט געשריבן, 20 עישעל איז קיינמאל געווען ליידיג, פונקט פארקערט, מען האט פאר אפאר יאר צוריק ציגעבויט א הערליכן בנין פון צוויי שטאק דארט אויף יענע שטח פון עישעל,
אין ווילחאוויץ איז געווארן עוועילעבל פאר וויזניץ בערך צוויי חדשים נאך ישיבת ספרינג וואלי האט ארויסגעמופט פון דארט, סא פאר די שרייבסט עפעס, מאך קלאר דיינע פאקטן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 1:52 pm
דורך דברים ככתבן
איינער האט דא די בריוו פון אלי' ניימאן און קען עס ארויפלייגן דא?

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 2:30 pm
דורך ראוונע
ריכטיג האט געשריבן:
ראוונע האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:יעדער סאטמארער (און סיי וועלעכער איד אין מאנסי) ווייסט ווען הדלקת הנרות איז, סאטמאר האט דאס נישט געמאכט פאר באקוועמליכקייט נאר מיט א פאליטישע סיבה דירעקט קעגן ר' מאטעלע, און ער האט פארשטאפט זיינע אויערן פשוט ווייל ס'האט איהם געשטערט דאווענען מנחה. ווי נאר די פאליטישע סיבה האט זיך אויפגעהערט (קרי: ר' חיים יהושע איז נישט געווען באקוועם קומענדיג קיין מאנסי און זיין געשפאנט מיט ויזניץ האט ער געבעטן פאר שלום) האט דאס שוין מער נישט אויסגעפעלט.

אקעי יעצט זעה איך איז די האסט נישט קיין אננונג וואס די רעדסט ווייל די פייפער האט נאך געפיפען יארען נאך וואס רבי חיים יהושע איז געקומען קיין מאנסי.
צווייטענס לאמיר זאגען אז סאטמאר האט עס געמאכט מיט פאליטישע חשבונות. איז וואס? וועגן דעם מעג מען שוין רייסען ווייערס? מאנסי איז עפעס זיינס? (אזוי האט ער זיך איינגערעדט) אין ווען א פייערטראק איז דורעכגעפארען אין געמאכט א גערודער האט אין עס אויך אזוי געשטערט אז ער האט געדארפט פארשטאפען זיינע אויערען?
קאם אן זיי נישט נאריש. די ווייסט זייער גוט אז רבי מאטעלע האט געטון אלעס אין די וועלט אז סאטמאר זאל נישט קענען בויען אין מאנסי ווייל ער האט געהאט א חלום פון זיין מאנסי רבי אין ער האט געזעהן אין דעם א שטער (אדער אפשר ווייסטו נישט. אזוי ווי דעס אז די פייפער האט אויפגעהערט פייפען ווען רבי חיים יהושע איז געקומען קיין מאנסי)

אה"נ ס'האט גענומען צייט ביז ס'האט זיך אויסגעארבעט, איך ווייס ממקורות נאמנים אז ער איז שוין געווען פארנומען מיט דעם תיכף ווען ער איז געקומען.

איך ווייס נישט ער זאל האבן געשיקט זיינע בחורים טוהן אזא זאך.

איך ווייס נישט וואס ער האט געטוהן ווען א פייערטראק האט (?) געפיפן (שטילער ווי די סאטמארער פייפער) אין די שטילע מאנסי פונקט אינמיטן זיין דאווענען, און דו ווייסט מן הסתם אויך נישט.

אין איך ווייס אז עס איז שטותים רבי חיים יהושע האט גארנישט געטון מיט די פייפער ווען ער איז געקומען ווערן רב אין מאנסי
איך האב נישט געזאגט אז ער האט געשיקט זיינע בחורים
נישט די פייפער האט געשטערט רבי מאטעלע פון דאווענען נאר די פאקט אז א צווייטען האט אויך א פייפער
די מעשה מיט ישיבה ספרינג וואלי גייט שוין צוריק בערך צוואנציג יאר צוריק אין דעמאלטס איז די בילדינג אויף עישעל געשטאנען ליידיג
איך האב מיט מיינע אייגענע אויגען געזעהן דעם צעטל אויפען וואנט אין וויזניצע ביהמ״ד פון אלע אינגעלייט וואס האבען שוין אריינגעברענגט דאס געלט (ער האט נישט געהייסען געבן אייגען געלט ער האט געזאגט מזאל אריינברענגען מקען גיין נאך געלט דערפאר)

אין אויב עטץ קענסט פאקטען. פארוואס האט די קאלובער נישט געוואלט פארקויפען די שטח אונטער חרדים פאר סאטמאר?
וואס האט רבי מאטעלע געזאגט פאר רבי אהרן דוד רובינשטיין (א סאטמארע שכן וואס פלעגט אסאך אריינפאלען אין וויזניץ) נאך רבי חיים יהושע׳ס איינטריט דרשה?

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 2:40 pm
דורך גאנצל
ר' חיים יהושעלע האט זיך אויסגעגליכען מיט ר' מאטעלע וועגן די פייפער ווען ס'האט זיך אנגעהויבן די תשובה באוועגונג אין סאטמאר און מקהאט זיך אנגעהויבן איבערבעטן מיט אלע מיט וועם מ'האט זיך געשלאגען פארדעם

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 2:56 pm
דורך ראוונע
גאנצל האט געשריבן:ר' חיים יהושעלע האט זיך אויסגעגליכען מיט ר' מאטעלע וועגן די פייפער ווען ס'האט זיך אנגעהויבן די תשובה באוועגונג אין סאטמאר און מקהאט זיך אנגעהויבן איבערבעטן מיט אלע מיט וועם מ'האט זיך געשלאגען פארדעם

קארעקט

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 3:00 pm
דורך chusid
איך געדענק אז איך האב געליינט די טעקסט פון א דרשה וואס דער ישועות משה האט גערעדט קעגן זיין זון , זאגט ער דארט אז ער פלעגט צאלן שווערע געלטער פאר פראפעסארן אים צו היילן אין די אינגע יארן, איך האב באקומען די אימפרעשן אז עפעס מענטל אישוס איז געווען דארט. איינער ווייסט וואסערע פראפעסארן ער רעדט פון?

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 3:01 pm
דורך געוואלדיג
איך מיין די גבאים זאלן אפטיילן די אשכול פון דא צו א באזונדערע אשכול

נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 4:22 pm
דורך יצמחפרקני
ריכטיג האט געשריבן:יעדער סאטמארער (און סיי וועלעכער איד אין מאנסי) ווייסט ווען הדלקת הנרות איז.

און וואס איז אין ירושלים, בני ברק, וויליאמסבורג, בארא פארק - וכו', דארט ווייסט מען נישט???

נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 8:40 pm
דורך [NAMELESS]
א ודאי ווייסט מען און א פייפער איז טאקע א באקוועמליכקייט געבויעט אויף א מנהג נאך מזמן הבית, אבער יעדער וואס געדענקט דאס ווייסט אז דארט איז געווען אן אנדערע כוונה, לעולם שטערט נישט פארן אלגעמיינער מאנסיער איד אז דער ויזניצער פייפער פייפט אביסל פריער און שוין, און סאטמאר האט דאס אויך נישט געבאדערט און באדערט זיי היינט אויך נישט, נאר דער פייפער האט מען געמאכט מיט אן אנדערע כוונה.
שוין, ווען טיילט מען אפ דעם אשכול?

נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 8:49 pm
דורך געוואלדיג
ריכטיג האט געשריבן:שוין, ווען טיילט מען אפ דעם אשכול?

נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 11:01 pm
דורך ראוונע
ריכטיג האט געשריבן:א ודאי ווייסט מען און א פייפער איז טאקע א באקוועמליכקייט געבויעט אויף א מנהג נאך מזמן הבית, אבער יעדער וואס געדענקט דאס ווייסט אז דארט איז געווען אן אנדערע כוונה, לעולם שטערט נישט פארן אלגעמיינער מאנסיער איד אז דער ויזניצער פייפער פייפט אביסל פריער און שוין, און סאטמאר האט דאס אויך נישט געבאדערט און באדערט זיי היינט אויך נישט, נאר דער פייפער האט מען געמאכט מיט אן אנדערע כוונה.
שוין, ווען טיילט מען אפ דעם אשכול?

אין רבי מאטעלע האט אויך נישט אזוי שטארק געשטערט די גערודער וואס די פייפער האט געמאכט נאר עפעס אן אנדערע כוונה האט ער געהאט דערביי
נו ווען טיילט מען שוין אפ דעם אשכול?

ויזניץ

נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 6:35 am
דורך פישערער רבי
וואס איז פונקט פאסירט אין ויזניץ ווען דער ישועות משה זצ"ל האט ארויסגעווארפן מהר''י מויזניץ?

איך לייג דא ארויף צוויי לינקס צו צוויי כתבות פון פרייע באקאנטע צייטונגען אין אה"ק וועגן דער מעשה אין ויזניץ און מחלוקת פון מהר"י זייט און מהר"מ זייט (שרוליסטים און מנדליסטים).
א http://m.ynet.co.il/Articles/3386661

ב http://www.haaretz.co.il/misc/1.1321399

וואס ס'קומט ארויס פון די כתבות ווי ס'אויך באקאנט אז ס'האט צו טאן מיט די ישועות משה'ס רעבעצין לאה זי האט געפיינט ישראל און מער ליב געהאט מנדלה אז ער זאל זיין דער יורש וכו'.
און זי האט געפיינט ישראל פון אפאר סיבות ס'דא וואס שרייבן וועגן זיין געבן צדקה און צו גרויסע מאסן און ער איז אריין אין חובות. און ס'דא וואס שרייבן וועגן דעם אז ער האט אנגעהויבן זיך דערנענטערן צו זיין פעטער פון מאנסי וואס די רעבעצין האט עם שוין געפיינט וועגן דער מעשה פון דער הייליגער אמרי חיים'ס ירושה און די מחלוקת מיט איר מאן.

ווער ס'ווייסט מער פרטים ווערט געבעטן דא ארויף צו לייגן און משתף זיין דעם עולם.
אין וועלכע יאר פונקט האט דאס פאסירט? כ'בין כמעט זיכער תשמ"ד עמעצער קען באשטעטיקן?
וואס איז פונקט געווען די דרשה פון דער ישועות משה איבער דער גלייכער און דער קרומער עפעס אזוי?