בלאט 12 פון 22

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 12:54 am
דורך נולד מאוחר
מוח איך בין נישט סארקאסטיש ,איך האלט באמת אז צווישן די חז''ל איז געווען חכמים וואס האבן גוט פארשטאנען צי א מענטש און זייענע מידות, תכונות כדו'. לאו דוקא דער תנא וואס איז געווען שטארק און הלכה איז גווען שטארק און השקפה אדער סייקאלאדזשי. סאיז דא נעמען און מסכת אבות וואס מ'טרעפט כמעט אדער בכלל נישט בשייכת אן הלכה'דיגע שמועס.

דיין שאלה איבער סאבקאנטשעס איז א יסודיתדיגער שאלה ,וואס איז נוגע עני שמועס דא און שטיבעל אפי' צימעס קען מען נישט אנרירען פארשטיין ווי אזוי מיר טראכטען און וויאזוי מיר מאכן זיכער אז מיר זענען אויפ'ן ריכטיגע טרעק.
פארוואס שפיערסטו פארוואס איז דיר דאס א שטער דוקא ביי דיין עקספערמענט אויף חז''ל, משא''כ דערע סומטכעס?

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 12:57 am
דורך יאיר
נולד מאוחר האט געשריבן:וואס הייסט תורה של בל פה מאי איכא למימר?
פון דעם רעדט מען דאך דא?

ס'איז א ווערטער שפיל לויט די גמרא אין קידושין סו א.

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 1:08 am
דורך נולד מאוחר
יאיר האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:וואס הייסט תורה של בל פה מאי איכא למימר?
פון דעם רעדט מען דאך דא?

ס'איז א ווערטער שפיל לויט די גמרא אין קידושין סו א.

עפעס געפעלט מיר נישט. כהאב נאכגכקוקט די גמ' און עפעס רעדט מען דארט ''מיד נזרקה בו אפיקורסת'',כ'האב גלייך ציגעהאקט די גמ' (די בראזער) .

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 2:38 am
דורך איינגעמיירעט
זייענדיק עסוק אגאנצען טאג על המחיה ועל הכלכלה האב איך אינגאנצען נישט באמערקט,אז די קאווע טרינקערס האבן רעאגירט צו מיין רעאגירונג.
נאכען טרינקען א קאווע דא,וויל איך אביסעל זיך אויסלופטערן די מח און אביסעל העלפען פארגרעסערען די קאווע שטיבעל פארום.
צום ערשטען דער וואס האט געשריבען אז די ספרים זענען זיך נישט מתייחס צו די קשיות און דרייען זיך ארויס פון פארענטפערן די קושיות צו עם וועל איך מיך נישט מתייחס זיין משום אין משיבין וד"ל.
מבין ריסי קולמוסיך איז ניכר דיין פארווייטאגטקייט אויף יעדע ענין פנימי,איך בין דיך דן לכף זכות מן הסתם האט מען דיך אלץ קינד אנגעפאקט מיט א שפע פון אמונת טפילות,און ווען די אויגען האטסיך דער צועפנט ביסטו אזוי צובושעוועט געווארען,אז די האסט מחליט געווען דעיטס איט וואס מיין מיין אויגען זעעט איז אמת וואס נישט נישט.
בנוגע צו אלעס און חז"ל האט א פשט עפ"י פשט, אוודאי איז אונזער ערשטע ארבעט צו פארשטיין אלעס עפ"י פשט,אבער יעדער קומט אהן ערגעהצוואו צו א מחסום און ער מוז מודה זיין אז סאיז דא עפעס טיפער,ביי איינעם איז דאס רבב"ח און בבא בתרא,ביי איינעם איז עס מצוות כלאים שעטנז,פרה אדומה,ביי איינעם איז עס לוט,אבימלך ופיכול שר צבאו,גלות מצרים,אלופי עשיו,דור המבול,עץ הדעת,דור הפלגה,ביי איינעם איז עס סדר קדשים וטהרות, הכלל ערגעצוואו גייסטו עס מוזען מודה זיין,(און אוודאי וועט רש"י און שאר ראשונים טייטשען די פשוטע טייטש בנוגע די טייטש אלץ מפרש אויס [ביי די וועי רש"י פארקריכט אסאך פון עומק הפשט ואכמ"ל] אבער בנוגע די כוונות הענין וועלען די ראשונים אוכט גיין אסאך צו פנימיות התורה א שטייגער ווי די רמב"ן רשב"א ר"ן)

די רמח"ל זאגט א געוואלדיג משל.
א קעניג האט געהאט א גרויסע פלאץ מיט אסאך גרויסע אוצרות,דער קעניג האט געהאט איין איינציג קליין קינד,האט זיך געמאכט דער קעניג איז קראנק געווארען און ער דערזעעט זיך און פעקיל, דאס בן יחידל זיינער איז יונג און אומערפארען,מקען עם נישט אנטרויען מיט אזוינע גרויסע אוצרות,ווייטער איבערגעבען פאר אן אפוטרופוס וועם קען מען דען טראסטען.האט ער מחליט געווען ער גייט אלעס באהאלטען אונטער די ווענט איי וויאזוי וועט עס די קינד טרעפען.איז ער אויפגעקומען מיט א רעיון.
ער גייט מאכען מאדנע און אינטרעסאנטע מאהלונגען און דיזיינס און געוויסע מקומות און די פאלאץ,און היות די זוהן וועט דאך וואונען אין די פאלאץ,ווען ער וועט עלטער ווערען ,וועט ער אוודאי וועלען פארשטיין וואס איז פשט פון דיע מאדנע זאכען וועט ער אויפברעכן די ווואנט וועט ער טרעפן די מוראדיגע אוצרות און אז ער וועט זיין קלוג וועט ער פארשטיין אז מן הסתם איז אונטער אלע ווענט באהאלטען גרויסע אוצרות און ער וועט אלעס טרעפען,

דאס זעלבע איז מיט תורתינו הק' אודאי ווען מאיז יונג יא סשטימט ספיין סוואול די פשט שטומט געגאנגען ווייטער.
אבער ווען מווערט עלטער הייבט מען אהן צוזען נישט אלעס שטומט און מהייבט צו זעען אז סליגט עפעס טיפער,און מהייבט אהן צו נישטערען און די אוצרות און אין די סודות התורה איינמאל מחאפט די געדאנק פארשטייט מען אז דא ליגט נאך אסאך אסאך טיפקייטען און נישט נאר דא נאר יעדע חלק התורה איז פיל מיט טיפקייטען און עמקות'ן.מער האב איך שוין נישט קיין כח פאר היינט אגוטע נאכט יודען

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 3:15 am
דורך מוח שליט
איינגעמיירעט האט געשריבן:צום ערשטען דער וואס האט געשריבען אז די ספרים זענען זיך נישט מתייחס צו די קשיות און דרייען זיך ארויס פון פארענטפערן די קושיות צו עם וועל איך מיך נישט מתייחס זיין משום אין משיבין וד"ל....איך בין דיך דן לכף זכות מן הסתם האט מען דיך אלץ קינד אנגעפאקט מיט א שפע פון אמונת טפילות,

אדרבה אז איר וועט ברענגען אפאר דוגמאות וועט דער עולם הנאה האבען אין זיך טאקע אויסבעסערען פין די אמונות טפילות. שקויעך

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 9:12 am
דורך ברזלי הגלעדי
איינגעמיירעט האט געשריבן:זייענדיק עסוק אגאנצען טאג על המחיה ועל הכלכלה האב איך אינגאנצען נישט באמערקט,אז די קאווע טרינקערס האבן רעאגירט צו מיין רעאגירונג.
נאכען טרינקען א קאווע דא,וויל איך אביסעל זיך אויסלופטערן די מח און אביסעל העלפען פארגרעסערען די קאווע שטיבעל פארום.
צום ערשטען דער וואס האט געשריבען אז די ספרים זענען זיך נישט מתייחס צו די קשיות און דרייען זיך ארויס פון פארענטפערן די קושיות צו עם וועל איך מיך נישט מתייחס זיין משום אין משיבין וד"ל.
מבין ריסי קולמוסיך איז ניכר דיין פארווייטאגטקייט אויף יעדע ענין פנימי,איך בין דיך דן לכף זכות מן הסתם האט מען דיך אלץ קינד אנגעפאקט מיט א שפע פון אמונת טפילות,און ווען די אויגען האטסיך דער צועפנט ביסטו אזוי צובושעוועט געווארען,אז די האסט מחליט געווען דעיטס איט וואס מיין מיין אויגען זעעט איז אמת וואס נישט נישט.
בנוגע צו אלעס און חז"ל האט א פשט עפ"י פשט, אוודאי איז אונזער ערשטע ארבעט צו פארשטיין אלעס עפ"י פשט,אבער יעדער קומט אהן ערגעהצוואו צו א מחסום און ער מוז מודה זיין אז סאיז דא עפעס טיפער,ביי איינעם איז דאס רבב"ח און בבא בתרא,ביי איינעם איז עס מצוות כלאים שעטנז,פרה אדומה,ביי איינעם איז עס לוט,אבימלך ופיכול שר צבאו,גלות מצרים,אלופי עשיו,דור המבול,עץ הדעת,דור הפלגה,ביי איינעם איז עס סדר קדשים וטהרות, הכלל ערגעצוואו גייסטו עס מוזען מודה זיין,(און אוודאי וועט רש"י און שאר ראשונים טייטשען די פשוטע טייטש בנוגע די טייטש אלץ מפרש אויס [ביי די וועי רש"י פארקריכט אסאך פון עומק הפשט ואכמ"ל] אבער בנוגע די כוונות הענין וועלען די ראשונים אוכט גיין אסאך צו פנימיות התורה א שטייגער ווי די רמב"ן רשב"א ר"ן)

די רמח"ל זאגט א געוואלדיג משל.
א קעניג האט געהאט א גרויסע פלאץ מיט אסאך גרויסע אוצרות,דער קעניג האט געהאט איין איינציג קליין קינד,האט זיך געמאכט דער קעניג איז קראנק געווארען און ער דערזעעט זיך און פעקיל, דאס בן יחידל זיינער איז יונג און אומערפארען,מקען עם נישט אנטרויען מיט אזוינע גרויסע אוצרות,ווייטער איבערגעבען פאר אן אפוטרופוס וועם קען מען דען טראסטען.האט ער מחליט געווען ער גייט אלעס באהאלטען אונטער די ווענט איי וויאזוי וועט עס די קינד טרעפען.איז ער אויפגעקומען מיט א רעיון.
ער גייט מאכען מאדנע און אינטרעסאנטע מאהלונגען און דיזיינס און געוויסע מקומות און די פאלאץ,און היות די זוהן וועט דאך וואונען אין די פאלאץ,ווען ער וועט עלטער ווערען ,וועט ער אוודאי וועלען פארשטיין וואס איז פשט פון דיע מאדנע זאכען וועט ער אויפברעכן די ווואנט וועט ער טרעפן די מוראדיגע אוצרות און אז ער וועט זיין קלוג וועט ער פארשטיין אז מן הסתם איז אונטער אלע ווענט באהאלטען גרויסע אוצרות און ער וועט אלעס טרעפען,

דאס זעלבע איז מיט תורתינו הק' אודאי ווען מאיז יונג יא סשטימט ספיין סוואול די פשט שטומט געגאנגען ווייטער.
אבער ווען מווערט עלטער הייבט מען אהן צוזען נישט אלעס שטומט און מהייבט צו זעען אז סליגט עפעס טיפער,און מהייבט אהן צו נישטערען און די אוצרות און אין די סודות התורה איינמאל מחאפט די געדאנק פארשטייט מען אז דא ליגט נאך אסאך אסאך טיפקייטען און נישט נאר דא נאר יעדע חלק התורה איז פיל מיט טיפקייטען און עמקות'ן.מער האב איך שוין נישט קיין כח פאר היינט אגוטע נאכט יודען

קיינער האט נישט קיין פראבלעם מיט א פשט עפ קבלה אויב מען ווייסט אז די קבלה איז ישר פין משה רבינו די issue מיט קבלה איז וויבאלד עס איז נישט לאגיק דארף מען קלאר וויסען אז עס קומט דירעקט מסני און די צווייטע פראבלעם איז אז ווען אזאך האט א הערליכען לאגישע אדער פאעטישע
פשט און עס ווערט פארטייטשט אויף א אימלאגישע קבלהדיגען ענין שפירען אסאך אז עס איז offensive צי די תורה

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 9:44 am
דורך ברזלי הגלעדי
[quote="מוח שליט"]עס איז כדאי די זאלסט ליינען אביסל די בוך פין Sherlock Holmes. די וועסט זעהן וויפעל זאכען ער האט אפגעטייטשט פין פינעף ווערטער וואס איינער האט ארויסגערעדט.
נעם דיינע ווערטער וואס די האסט געשריבען. וויפעל זאכען קען איך וויסען פין דעם? לאין שיעור. איך ווייס אז די האסט געלערנט גמרות אין מדרשים, איך ווייס אז די טראכסט טיף, אז די האסט נישט מורא צו טראכטען אנדערש ווי די עסטעבלישמענט. איך בין משער אז די האסט צו טון מיט אסאך פין דיינע ארומיגע דערוועגן. איך ווייס אז די האסט אינטערנעט.

אין יעצט פאר די דזשואק אוף איט, גיי איך זאגען אז איך ווייס אויך אז די שרייבסט שנעל. ווייל די האסט פרובירט צו ברענגן א ראי' פינעם פאקט אז אמוראים קריגען זיך. וויאזוי איז דאס א ראי' אויף עניטינג? אויב למשל צוויי פיסכאלגען האבען א מיינונגס פארשידענהייט וויאזוי צו פארטייטשין א געוויסע אקט פין א מענטש, זאגט דאס אז די גאנצע מהלך פין פארטייטשען איז נישט ריכטיג?

בקיצור מען קען זען אין כאפן גאר אסאך דקותדיג הרגשים פין יעדע ווארט וואס סתם א מענטש רעדט, ק"ו פין א טיפע מענטש, ק"ו ווען א טיפע מענטש שרייבט פאעטרי, ק"ו בן בנו של ק"ו ווען עס איז דבר ה'.

ביי די ענין פין משנה איז גאר אן אנדערע זאך. מען האט געהאט אן עסטאבלישט גירסא, אין מענטשען האבען זיך אזוי איינגעחזר'ט. מען האט זיך איינגעחזר'ט די ווערטער ווי א טעיפ רעקרדאר. אזוי מען לערנט אפי' היינט קינדער צו קענען פין אויסענווייניג "מיט'ן לשון". עס איז אוממעגליך אז עס זאלען זיך נישט אריינכאפען גאר אסאך טעותים. קוק וויפעל מאל מען דארף איבערגיין א ספר תורה וואס א סופר קאפיעט דאך פין א טעקסט, ק"ו ווען אלעס איז פין זכרון. מען קען נישט ארומשיקען אימעילס אז מען דארף טוישען די לשון. מען מיז לאזען דעם טעקסט אין זאגען פשטל'ך אינעם אנגענומענע טעקסט.

איך ווייס נישט פונקטליך וואס די טענות פין די צדוקים זענען געווען. צו זאגען אז לא תבערו אש בכל מושבותיכם מיינט אז עס טאר נישט ברענען א פייער איז פשוט נגד השכל. עס איז א סאך מער מסתבר אז מען רעדט פין טון עפעס א קריעטיוו מלאכה, אין נישט אז א פייער טאר נישט ברענען.
מצד שני די ענין פין ממחרת השבת קוקט אויס גאנץ א גיטע טענה. איך מיין אז די כוזרי שרייבט אז מצד די פשט אין פסוק איז נוטה ווי זיי. אבער חז"ל האבען געהאלטען מסברא חיצונית אז די תורה מיינט אוודאי צו געבן פיפציג טעג צייט צווישען בכורי קציר שעורים ביז קציר חטים, אין די תורה האט פשוט אויסגעשמועסט דאס ציילען מיטן אנהייבען פין אנהייב וואך. ממילא האבען זיי אזוי אריינגעלערנט.

ר׳ שליט אי אתה מודה אז מיט די approach פין די כוזרי ווערט די credibility פין קבלות חזל שוואכער אויב האבען חזל געקענט פארטייטשן די תורה לויט זייער געשמאק אין אויב האט פאר סאם ריזען איינער געהאלטן אנדערש שרייט מען צוויי טויזענט יאר במגל זה אם כן מה בין בני לבן חמי

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 10:14 am
דורך ברזלי הגלעדי
מוח שליט האט געשריבן:עס איז כדאי די זאלסט ליינען אביסל די בוך פין Sherlock Holmes. די וועסט זעהן וויפעל זאכען ער האט אפגעטייטשט פין פינעף ווערטער וואס איינער האט ארויסגערעדט.
נעם דיינע ווערטער וואס די האסט געשריבען. וויפעל זאכען קען איך וויסען פין דעם? לאין שיעור. איך ווייס אז די האסט געלערנט גמרות אין מדרשים, איך ווייס אז די טראכסט טיף, אז די האסט נישט מורא צו טראכטען אנדערש ווי די עסטעבלישמענט. איך בין משער אז די האסט צו טון מיט אסאך פין דיינע ארומיגע דערוועגן. איך ווייס אז די האסט אינטערנעט.

אין יעצט פאר די דזשואק אוף איט, גיי איך זאגען אז איך ווייס אויך אז די שרייבסט שנעל. ווייל די האסט פרובירט צו ברענגן א ראי' פינעם פאקט אז אמוראים קריגען זיך. וויאזוי איז דאס א ראי' אויף עניטינג? אויב למשל צוויי פיסכאלגען האבען א מיינונגס פארשידענהייט וויאזוי צו פארטייטשין א געוויסע אקט פין א מענטש, זאגט דאס אז די גאנצע מהלך פין פארטייטשען איז נישט ריכטיג?

בקיצור מען קען זען אין כאפן גאר אסאך דקותדיג הרגשים פין יעדע ווארט וואס סתם א מענטש רעדט, ק"ו פין א טיפע מענטש, ק"ו ווען א טיפע מענטש שרייבט פאעטרי, ק"ו בן בנו של ק"ו ווען עס איז דבר ה'.

ביי די ענין פין משנה איז גאר אן אנדערע זאך. מען האט געהאט אן עסטאבלישט גירסא, אין מענטשען האבען זיך אזוי איינגעחזר'ט. מען האט זיך איינגעחזר'ט די ווערטער ווי א טעיפ רעקרדאר. אזוי מען לערנט אפי' היינט קינדער צו קענען פין אויסענווייניג "מיט'ן לשון". עס איז אוממעגליך אז עס זאלען זיך נישט אריינכאפען גאר אסאך טעותים. קוק וויפעל מאל מען דארף איבערגיין א ספר תורה וואס א סופר קאפיעט דאך פין א טעקסט, ק"ו ווען אלעס איז פין זכרון. מען קען נישט ארומשיקען אימעילס אז מען דארף טוישען די לשון. מען מיז לאזען דעם טעקסט אין זאגען פשטל'ך אינעם אנגענומענע טעקסט.

איך ווייס נישט פונקטליך וואס די טענות פין די צדוקים זענען געווען. צו זאגען אז לא תבערו אש בכל מושבותיכם מיינט אז עס טאר נישט ברענען א פייער איז פשוט נגד השכל. עס איז א סאך מער מסתבר אז מען רעדט פין טון עפעס א קריעטיוו מלאכה, אין נישט אז א פייער טאר נישט ברענען.
מצד שני די ענין פין ממחרת השבת קוקט אויס גאנץ א גיטע טענה. איך מיין אז די כוזרי שרייבט אז מצד די פשט אין פסוק איז נוטה ווי זיי. אבער חז"ל האבען געהאלטען מסברא חיצונית אז די תורה מיינט אוודאי צו געבן פיפציג טעג צייט צווישען בכורי קציר שעורים ביז קציר חטים, אין די תורה האט פשוט אויסגעשמועסט דאס ציילען מיטן אנהייבען פין אנהייב וואך. ממילא האבען זיי אזוי אריינגעלערנט.

ספר הכוזרי מאמר ג אות מא
ואמור שלא נחלוק עם הקראים במה שהם טוענים עלינו מן המובן ממלת ממחרת השבת ועד ממחרת השבת שהוא מיום ראשון, ואחר כן נאמר שאחד מן הכהנים או השופטים או המלכים, הרצוים עם דעת הסנהדרין וכל החכמים ראה כי הכונה מן המספר ההוא לשום חמשים יום בין בכורי קציר שעורים ובכורי קציר חטים, ושמירת שבעה שבועות שהם שבע שבתות תמימות, ונתן לנו דמיון בתחלת יום מהשבוע, לומר אם תהיה ההתחלה מהחל חרמש בקמה מיום ראשון תגיעו עד יום הראשון, להקיש ממנו שאם תהיה ההתחלה מיום שני נגיע עד יום שני. והחל חרמש מונח אלינו בכל עת שנראה שהוא ראוי נתחיל בו ונספר ממנו. וקבעו אותו שיהיה יום שני של פסח, ולא יהיה בזה סתירה לתורה

זעענדיג יעצט נאכאמאל דעם כוזרי מיין איך אז ער זאגט ממש הערליך.
טראכט אריין, מאכט עס סענס אז מען פאנגט אהן צו ציילען פין סתם א שבת? איז דען נישט טויזענט מאל מער מסתבר אז מען געט די טיפיקעל נאמבער פין פופציג טעג [וואס דאס איז געבויט אויף די אוביקיוטיס (ubiquitous)נאמבער פין זיבען] צו ציילען צווישען די חטים ביז שעורים. ווען דו מאכסט ווען אזא סעט אפ, וויאזוי וואלסטו עס אויסגעשטעלט? מיט פופציג טעג ציילען פין א פלעינע שבת אדער מיט פופציג טעג אונטערשיד פין חטים ביז שעורים?

ר׳ שליט אי אתה מודה אז מיט די approach פין די כוזרי ווערט די credibility פין קבלות חזל שוואכער אויב האבען חזל געקענט פארטייטשן די תורה לויט זייער געשמאק אין אויב האט פאר סאם ריזען איינער געהאלטן אנדערש שרייט מען צוויי טויזענט יאר במגל זה אם כן מה בין בני לבן חמי[/

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 10:26 am
דורך יאיר
פון דעם כוזרי איז א ראיה צו מיר, ווייל די גמרא זאגט דאך קלאר אז ממחרת השבת מיינט פסח, מיט דער הילף פון פארשידענע דרשות, כאטש יום טוב ווערט קיינמאל נישט אנגערופן שבת, אנדערש ווי דער כוזרי וואס זאגט אז די חכמים האבן עס פשוט מייסד געווען אויף א באשטימטע זמן, און לויט דעם איז באמת נישט קיין חילוק ווען מ'הייבט אן ציילן, משא"כ לויט די דרשות חז"ל איז א חיוב מן התורה צו ציילן דוקא פון ממחרת הפסח, און אזוי האט מען זיך אנגעבליך געפירט זינט מתן תורה.
אגב, דער כוזרי איז זייער מסתבר, ווייל אין די תורה ווערט נישט דערמאנט קיין איין מאל אז שבועות האט עפעס א שייכות מיט פסח, (אויסער לויט די דרשת חז"ל אז שבת מיינט פסח) עס איז שטארק ניכר אז דאס איז אן עקסטערע יום טוב פאר זיך.

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:02 am
דורך ברזלי הגלעדי
יאיר האט געשריבן:פון דעם כוזרי איז א ראיה צו מיר, ווייל די גמרא זאגט דאך קלאר אז ממחרת השבת מיינט פסח, מיט דער הילף פון פארשידענע דרשות, כאטש יום טוב ווערט קיינמאל נישט אנגערופן שבת, אנדערש ווי דער כוזרי וואס זאגט אז די חכמים האבן עס פשוט מייסד געווען אויף א באשטימטע זמן, און לויט דעם איז באמת נישט קיין חילוק ווען מ'הייבט אן ציילן, משא"כ לויט די דרשות חז"ל איז א חיוב מן התורה צו ציילן דוקא פון ממחרת הפסח, און אזוי האט מען זיך אנגעבליך געפירט זינט מתן תורה.
אגב, דער כוזרי איז זייער מסתבר, ווייל אין די תורה ווערט נישט דערמאנט קיין איין מאל אז שבועות האט עפעס א שייכות מיט פסח, (אויסער לויט די דרשת חז"ל אז שבת מיינט פסח) עס איז שטארק ניכר אז דאס איז אן עקסטערע יום טוב פאר זיך.

יוט ווערט טאקע קיינמאל נישט אנגעריפען יום השבת אבער עס ווערט אנגעריפען שבתון קען זיך הערן ממחרת השבת as a refrance צי די שבתון

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:06 am
דורך מוח שליט
אופס,
עס קוקט אויס אז איך האב נישט גיט אפגעלערנט דעם כוזרי. back to the drawing board then. :)

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 1:48 am
דורך מוח שליט
אגב מיר דארפען געדענקען אז די צדוקים וואס טענהן אז מען דארף לערנען נאר פשוט פשט האבען א וויכטיגע פאזיציע אין די ראמען פין הלכה. די גמרא סנהדרין לג: זאגט אז אויב א בי"ד האט זיך טועה געווען לזכות את החייב מיתה, בלייבט עס שוין אזוי אין מען איז נישט מחזיר. זאגט די גמרא אז אויב איז די טעות געווען אויף אזא הלכה וואס אפי' די צדוקים זענען מודי צו די הלכה, ד.ה. עס איז א בפירושע פסוק אהנע קאמפליצירטע דרשות [אין רמזימלעך] דעמאלטס איז מען יא מחזיר. ווייל זיל קרי בי רב. וביארו המפרשים אז מען קען אים נישט אנרופען א צדיק בדינו אויב עס איז ממש מפורש בהדיא אין די תורה אנדערש.
בעקיפין איז דא א שטיקעל לעגיטימאציע צו די צדוקישע גאנג. חז"ל זאגען דא אז עס שטייט אין פסוק 'צדיק אל תהרג', דרשנט מען אז איינמאל בי"ד האט אים געגעבן א דין צדיק אפי' בטעות קען אים שוין די בי"ד נישט צוריקרופען ווען זיי כאפען זייער טעות. זאגט אבער די גמרא אז דאס איז נאר ווען די פסק דין האט עפעס לעגיטימאציע. ד.ה. אז מצד די צדוקישער טייטש איז די פסק אויסגעהאלטען, דעמאלט קען דער פסק דין האבען א נאמען פין פסק דין. נמצא אז די דרשה זאגט, אז די תורה זאגט, אז די דרשה איז נישט אייזען שטארק. עפעס אזוי, ניין?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 1:51 am
דורך היימישער ליטוואק
מוח שליט האט געשריבן:אגב מיר דארפען געדענקען אז די צדוקים וואס טענהן אז מען דארף לערנען נאר פשוט פשט האבען א וויכטיגע פאזיציע אין די ראמען פין הלכה. די גמרא סנהדרין לג: זאגט אז אויב א בי"ד האט זיך טועה געווען לזכות את החייב מיתה, בלייבט עס שוין אזוי אין מען איז נישט מחזיר. זאגט די גמרא אז אויב איז די טעות געווען אויף אזא הלכה וואס אפי' די צדוקים זענען מודי צו די הלכה, ד.ה. עס איז א בפירושע פסוק אהנע קאמפליצירטע דרשות [אין רמזימלעך] דעמאלטס איז מען יא מחזיר. ווייל זיל קרי בי רב. וביארו המפרשים אז מען קען אים נישט אנרופען א צדיק בדינו אויב עס איז ממש מפורש בהדיא אין די תורה אנדערש.
בעקיפין איז דא א שטיקעל לעגיטימאציע צו די צדוקישע גאנג. חז"ל זאגען דא אז עס שטייט אין פסוק 'צדיק אל תהרג', דרשנט מען אז איינמאל בי"ד האט אים געגעבן א דין צדיק אפי' בטעות קען אים שוין די בי"ד נישט צוריקרופען ווען זיי כאפען זייער טעות. זאגט אבער די גמרא אז דאס איז נאר ווען די פסק דין האט עפעס לעגיטימאציע. ד.ה. אז מצד די צדוקישער טייטש איז די פסק אויסגעהאלטען, דעמאלט קען דער פסק דין האבען א נאמען פין פסק דין. נמצא אז די דרשה זאגט, אז די תורה זאגט, אז די דרשה איז נישט אייזען שטארק. עפעס אזוי, ניין?

איז די דרשה אביסל באזירט, בדרך אסמכתא, אויף צדיק אל תהרג = צדוקי אל תהרג?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 1:57 am

אפשר איז פשט אז דער דיין מוז נישט וויסן די דרשה, אבער א קלארע פסוק חומש מוז ער יא קענען, ממילא איז דאס סאך א גרעסער טעות.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 2:01 am
דורך מוח שליט
היימישער ליטוואק האט געשריבן:

עס שטייט אין פסוק נקי וצדיק אל תהרג, איז דאך שווער עס דארף ווען שטיין נקי אל תהרג, וואס פעלט אויס דאס ווארט צדיק. אמר ר' ליטאי, ש"מ תלת, ש"מ דאסור להרוג צדוקי, וש"מ דדין צדיק תלוי בדין צדוקי, וש"מ עוד דכדאי הוא לתורתינו ליתן מקום לדברי צדוקים כדי למנוע מלהרוג אפי' רשע המחויב מיתה.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 2:07 am
דורך מוח שליט
יאיר האט געשריבן:
מוח שליט האט געשריבן:אגב מיר דארפען געדענקען אז די צדוקים וואס טענהן אז מען דארף לערנען נאר פשוט פשט האבען א וויכטיגע פאזיציע אין די ראמען פין הלכה. די גמרא סנהדרין לג: זאגט אז אויב א בי"ד האט זיך טועה געווען לזכות את החייב מיתה, בלייבט עס שוין אזוי אין מען איז נישט מחזיר. זאגט די גמרא אז אויב איז די טעות געווען אויף אזא הלכה וואס אפי' די צדוקים זענען מודי צו די הלכה, ד.ה. עס איז א בפירושע פסוק אהנע קאמפליצירטע דרשות [אין רמזימלעך] דעמאלטס איז מען יא מחזיר. ווייל זיל קרי בי רב. וביארו המפרשים אז מען קען אים נישט אנרופען א צדיק בדינו אויב עס איז ממש מפורש בהדיא אין די תורה אנדערש.
בעקיפין איז דא א שטיקעל לעגיטימאציע צו די צדוקישע גאנג. חז"ל זאגען דא אז עס שטייט אין פסוק 'צדיק אל תהרג', דרשנט מען אז איינמאל בי"ד האט אים געגעבן א דין צדיק אפי' בטעות קען אים שוין די בי"ד נישט צוריקרופען ווען זיי כאפען זייער טעות. זאגט אבער די גמרא אז דאס איז נאר ווען די פסק דין האט עפעס לעגיטימאציע. ד.ה. אז מצד די צדוקישער טייטש איז די פסק אויסגעהאלטען, דעמאלט קען דער פסק דין האבען א נאמען פין פסק דין. נמצא אז די דרשה זאגט, אז די תורה זאגט, אז די דרשה איז נישט אייזען שטארק. עפעס אזוי, ניין?

אפשר איז פשט אז דער דיין מוז נישט וויסן די דרשה, אבער א קלארע פסוק חומש מוז ער יא קענען, ממילא איז דאס סאך א גרעסער טעות.

פארוואס זאל דאס זיין א חילוק צו ער מיז ווען וויסען אדער נישט. טאמער וועל איך ווייזען אז דער דיין איז נעבעך אן אונס גמור ווייל אין זיין ביהמ"ד איז געווען א טעות אינעם ספר תורה, וועט דאס מיר עפעס טוישען? איך זיך נישט דא צו ברעכטיגען זיין סיבה אדער מקום של טעות. עס מיר מער משמע [אין אזוי האב איך געזעהן אין די מפרשים] אז דאס איז א הבנה אינעם גדר פין צדיק בדינו. ד.ה. אז מען דארף קענען האבען עפעס א מהלך אז דא איז געווען א פסק.

העלפט מיר פארשטיין א מאמר חז"ל, ס'איז פיקוח נפש!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 2:47 am
דורך יאיר
רבותי, דאס איז א דרשה חז"ל אין וואס אונזער גאנצער עתיד ווענדט זיך. די גמרא זאגט אין סנהדרין צא אז אויב איינער גלייבט נישט אין תחיית המתים מן התורה וועט ער נישט האבן קיין חלק אין עולם הבא. רש"י איז מסביר אז מען מוז דוקא גלייבן אז עס האט א מקור אין די תורה, ווייל אויב נישט איז די אמונה גארנישט ווערד. איינע פון די מקורות פאר תחיית המתים איז די וואך, אינ'ם פסוק אז ישיר משה, און רשי ברענגט די גמרא אז עס שטייט בלשון עתיד אז ער וועט זינגען שירה לעתיד לבא. איי אויף אסאך פלעצער שטייט א לשון עתיד אויף הוה, ענטפערט רש"י אז דארט איז די כונה אז ער האלט דאס אין איין טון, אזוי ווי ככה יעשה איוב, אבער דא איז עס אן איינמאליגע זאך, וואלט געדארפט שטיין אז שר משה.
ואני בעניי, זע אין דעם א סתירה פון אומצאליגע פסוקים, ווי דער רמב"ן פרעגט שוין אז אין תהלים שטייט יעשו עגל בחורב, תפתח ארץ ותבלע דתן, אלעס אויף אן איינמאליגע זאך. ועוד, אפילו אויב עס איז טאקע שווער דעם פסוק, אפשר מיינט עס אז משה וועט זינגען נאכאמאל שירה, ביים די שירת הבאר, אדער אן אנדערע מאל, וואו איז פון דא א ראיה דוקא אויף תחיית המתים?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 3:02 am
דורך מוח שליט
יאיר האט געשריבן:רבותי, דאס איז א דרשה חז"ל אין וואס אונזער גאנצער עתיד ווענדט זיך. די גמרא זאגט אין סנהדרין צא אז אויב איינער גלייבט נישט אין תחיית המתים מן התורה וועט ער נישט האבן קיין חלק אין עולם הבא. רש"י איז מסביר אז מען מוז דוקא גלייבן אז עס האט א מקור אין די תורה, ווייל אויב נישט איז די אמונה גארנישט ווערד. איינע פון די מקורות פאר תחיית המתים איז די וואך, אינ'ם פסוק אז ישיר משה, און רשי ברענגט די גמרא אז עס שטייט בלשון עתיד אז ער וועט זינגען שירה לעתיד לבא. איי אויף אסאך פלעצער שטייט א לשון עתיד אויף הוה, ענטפערט רש"י אז דארט איז די כונה אז ער האלט דאס אין איין טון, אזוי ווי ככה יעשה איוב, אבער דא איז עס אן איינמאליגע זאך, וואלט געדארפט שטיין אז שר משה.
ואני בעניי, זע אין דעם א סתירה פון אומצאליגע פסוקים, ווי דער רמב"ן פרעגט שוין אז אין תהלים שטייט יעשו עגל בחורב, תפתח ארץ ותבלע דתן, אלעס אויף אן איינמאליגע זאך. ועוד, אפילו אויב עס איז טאקע שווער דעם פסוק, אפשר מיינט עס אז משה וועט זינגען נאכאמאל שירה, ביים די שירת הבאר, אדער אן אנדערע מאל, וואו איז פון דא א ראיה דוקא אויף תחיית המתים?

די גמרא וואס די ברעגסט אראפ איז אמר ר' מאיר.. שר לא נאמר אלא ישיר, מכאן לתחיית המתים מן התורה. איז דאך דאס זעלבע אויך אז יאיר לא נאמר אלא מאיר. נו פארוואס באצווינגסטו דיך אין אנוז אלע פונקט מיט דעי דרשה. :) [ואולי ר' מאיר לשיטתיה אזיל דלא סבר מכלל לאו אתה שומע הן. ודו"ק]
נו איך פארשטיי אז מיטן נאכזאגען עס אין דיין נאמען האסטו שוין מקיים געווען דעם האומר דבר בשם אומרו. אבער ווען די זאגסט נאך עפעס בשם רש"י אין עס שטייט אין דע הג"ה אז עס איז נישט מדברי רש"י, איז דאך שוין יא שווער די קשיא. וואס וועט זיין מיט דעם מביא גאולה לעולם? הייסט עס אז נישט נאר תחיית המתים איז אין דזעפארדי דא.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 3:17 am
דורך יאיר
ר' מאיר האט נישט געהייסן יאיר, ער האט געהייסן נהוראי!
און וויסן זאלסטו אז דאס איז שוין די בעסטע דרשה וואס איך האב געקענט טרעפן. אויב מען העלפט מיר נישט ארויס, וויל איך נישט זאגן וואס קען פאסירן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 3:21 am
דורך מוח שליט
יאיר האט געשריבן:ר' מאיר האט נישט געהייסן יאיר, ער האט געהייסן נהוראי!

ווער רעדט דען פין זיין ליגעל אראמעיק נאמען?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 3:24 am
דורך מוח שליט
יאיר האט געשריבן:ר' מאיר האט נישט געהייסן יאיר, ער האט געהייסן נהוראי!
און וויסן זאלסטו אז דאס איז שוין די בעסטע דרשה וואס איך האב געקענט טרעפן. אויב מען העלפט מיר נישט ארויס, וויל איך נישט זאגן וואס קען פאסירן.

וואס קען שוין זיין, העסט דיר ח"ו אפטון א מעשה. נו מיר האבען דאך וועגן דעם תחיית המתים.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 3:36 am
דורך מוח שליט
בד"וו, דער פסאודא רש"י זאגט עפעס אן אינטערסאנטען פשט'ל אז מען רעדט פין איינעם וואס גלייבט אין תחיית המתים [ווארשיינליך מכח מסורה] אבער ער גלייבט נישט אז עס שטייט אין די תורה, אין פאר דעם אליינס איז ער א "כופר גמור" [לשון זה ליתא בשום מקום אחר בדברי רש"י על הגמרא ועל תנ"ך]. אין אויף דעם זאגט די משנה אז אין לו חלק לעולם הבא.

די סיבה פאר דעם דוחק איז לכאורה ווייל ער האט געהאלטען אז תחה"מ אין עולם הבא איז די זעלבע זאך. נו וואס פאר א סטראשע איז צו זאגען פאר איינעם וואס גלייבט נישט אין תחיית המתים, דהיינו עוה"ב, אז מען וועט אים נישט געבען קיין עוה"ב. מוז דאך זיין די פשט אז ער גלייבט אין תחה"מ/עוה"ב נאר ער גלייבט נישט אז עס איז מוכח פינעם פסוק. דעמאלט איז דאך שוין זייער א גיטע סטראשע. והבן.
וע"ע בגמרא לקמן צא: אז ריב"ל דרשנט תחה"מ פינעם פסוק עוד יהללוך סלה. אין תוך כדי דיבור זאגט ער עוד יהללוך סלה מיינט עוה"ב. אלמא דדבר אחד הוא וכנ"ל. ודלא כהרמב"ם. ויש ליישב.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 3:53 am
דורך יאיר
מוח שליט האט געשריבן:בד"וו, דער פסאודא רש"י זאגט עפעס אן אינטערסאנטען פשט'ל אז מען רעדט פין איינעם וואס גלייבט אין תחיית המתים [ווארשיינליך מכח מסורה] אבער ער גלייבט נישט אז עס שטייט אין די תורה, אין פאר דעם אליינס איז ער א "כופר גמור" [לשון זה ליתא בשום מקום אחר בדברי רש"י על הגמרא ועל תנ"ך]. אין אויף דעם זאגט די משנה אז אין לו חלק לעולם הבא.

די סיבה פאר דעם דוחק איז לכאורה ווייל ער האט געהאלטען אז תחה"מ אין עולם הבא איז די זעלבע זאך. נו וואס פאר א סטראשע איז צו זאגען פאר איינעם וואס גלייבט נישט אין תחיית המתים, דהיינו עוה"ב, אז מען וועט אים נישט געבען קיין עוה"ב. מוז דאך זיין די פשט אז ער גלייבט אין תחה"מ/עוה"ב נאר ער גלייבט נישט אז עס איז מוכח פינעם פסוק. דעמאלט איז דאך שוין זייער א גיטע סטראשע. והבן.
וע"ע בגמרא לקמן צא: אז ריב"ל דרשנט תחה"מ פינעם פסוק עוד יהללוך סלה. אין תוך כדי דיבור זאגט ער עוד יהללוך סלה מיינט עוה"ב. אלמא דדבר אחד הוא וכנ"ל. ודלא כהרמב"ם. ויש ליישב.

דאס איז נישט קיין בד"וו, דאס איז די רש"י וואס מאכט מיך ציטערן. אפילו אויב איך גלייב אין תחיית המתים, אויב בין איך נישט מודה אז דער מקור איז פון אז ישיר אדער אן אנדער פסוק, דעמאלט זענען מיינע אלע מצוות וואס איך האב אזוי שווער אנגעהארעוועט גארנישט ווערד. איך האלט אז ס'איז נישט קיין יושר אז צוליב פשט אין א פסוק זאל איך פארלירן מיין גאנצע עולם הבא. איך ווייס נישט פארוואס דו זאגסט מיט א זיכערקייט אז רש"י האט עס נישט געשריבן, סך הכל זאגט אזוי דער באר שבע מכח סברא און צוליב קשיות, אדער האט ער געוואלט בארואיגן זיין גילטי געפילן. די סיבה פארוואס רשי האט אזוי געלערנט, איז ווייל אזוי איז פשוט פשט אין די משנה, האומר אין תחיית המתים מן התורה. מען דארף אפילו נישט צוקומען צו רש"י.
אגב, מען קען אויך גלייבן אין תחיית המתים מכח די פסוקים אין יחזקאל, און א סטראשע איז עס אפילו אויב ער גלייבט נישט, ווייל ווען ער הערט "אין לו חלק לעולם הבא!" גיבט דאס אים א קיצל, אפילו ער גלייבט נישט.