בלאט 12 פון 23

נשלח: דינסטאג יוני 09, 2015 12:59 pm
דורך חסידי לאומי
chosen people האט געשריבן:
היימישער האט געשריבן:
chosen people האט געשריבן:@ הרב דעת תורה
למעשה רוב פרומע ווילימסבורג'ע פרויען שערן זיך נישט די מקום התורף..


פארוואס טאקע, עס איז דא א איסור ?

איסור איז זעכער נישט דא, די פרעגסט פארוואס זיי טוען עס נישט, קען זיין ווייל עס איז יסורים בשעת מען מאכט עס, קען זיין אז עס איז אן ענין צו זיין ווי מיאוס'ער פאר די מאן, או י''ל ווייל עס איז נישט דא קיין שטאט'ישע פראגראם וואס באצאלט פאר דעם, אדער קען זיין אז זיי קיקען נישט ווי מען מעג נישט אז זיי ווייסן אפי' נישט אז זיי האבן האר דארט, נעם וועלעכע טעם עס געפעלט דיך בעסער, ווייל און אפאר דורות גייט עס ווערן א תקנה פון וועד החמשה בוראו'ס און מען וועט זיך מוטשנען וואס די טעם פאר די תקנה איז איז געווען..


זע בייגעלייגט

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 10:17 pm
דורך קאווע טרינקער
קען איינער ביטע אהערשטעלן די קליפ פון ערמאנטע רב וואס איז מעורר אידישע טעכטער זיך צו באשיינען פאר די מענער, מתובל עם מפרשי התורה על פרשת השבוע כי תעיצעי

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 10:21 pm
דורך רויטע וואנצעס
Holy cow
ליפא האט זיך צולאזט..

https://video-lga1-1.xx.fbcdn.net/hvide ... e=55DFDF6F

Re: תגלחת נשים

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 10:33 pm
דורך סביב העולם
Lipa schmeltzer low life even a פסוק חומש ורשי you cant learn or you lying on purpose רשי don't say anything on וגלחה את ראשה "only on the next phrase ועשתה את צפרניה ״תגדלם״ כדי שתתנוול it's about time people should see you for what you really are you are a משכיל and all your sermons are דרשות של דופי ואין לך חלק לעולם הבא God doesn't take bribery your singing in hospitals doesn't mean anything if you don't believe in תורה שבעל פה you are an אפיקורס and your חסד won't help you in the world to comeבילד

.

Re: תגלחת נשים

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 10:34 pm
דורך סביב העולם
ק/פ
אין די תשובות פון ייטב לב שרייבט ער צוויי טעמים אויפן חומרא אז אשת איש זאלען זיך שערן; וועגן חציצה, און וועגן דעם שיטת הזוהר וואס אסר'ט גילוי שער אפי' בבית.

אין שבט הלוי איז דא א תשובה ווי ער שרייבט אז אלע אשכנז'ישע פרויען דארפן זיך שערן מן הדין וועגן מנהג ונדר.
וועגן די ספרד'ישע שרייבט ער אז ס'איז נכון אז זיי זאלן אויך מקבל זיין אויף זיך דעם חומרא, וויבאלד עס איז א שטארקע מילתא בטעמא.

.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 10:51 pm
דורך petergrifin
ליפא האט אנטדעקט אמעריקא.
@סביב ס׳האט מיר נאך קײנער נישט מסביר געװען װאס איז געשעהן די לעצטע הונדרעט – צװײ הונדרעט יאהר
אז אלע זענען מחויב מחמיר צו זײן אויף אזוי װײט אז ס׳איז שוין געװארן מן הדין. װאס איז געװען ביז דעמאלסט?
איך מײן עס ערנסט.

Re: תגלחת נשים

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 11:15 pm
דורך דעת תורה
אין די תשובה פון יטב לב (אין אבני צדק) זעט מען דוכט זיך דאס פארקערטע, אז ס'איז נישט קיין שאלה פון חציצה (אפשר ברענגט ער אנדערע וואס זאגן אזוי, אבער ער אליין מאכט עס אוועק). מען קען מדייק זיין פון אים אז דאס שערן איז בעיקר געווען צוליב פראקטישע סיבות; היות מ'האט מילא צוגעדעקט די האר אפילו אין חצר כמבואר בב"ח (נישט מעיקר הדין), האט מען עס אפגעשוירן ווען עס איז געווארן צו גרויס, און האט געשטערט פארן קאפ צודעק, אדער אויב ס'איז ארויסגעשטאנען פונעם טיכל וכדו' פלעגט מען עס שערן.

אויב איך געדענק גוט ברענגט ער בכלל נישט דעם זוהר, און עס קומט בכלל נישט אריין ווייל אפשערן האט גארנישט מיטן חומרא פון זוהר עס זאל זיך נישט ארויסזען.

און אוודאי איז ליפא הייליג גערעכט אז בכל התורה כולה - סיי שבכתב און סיי בעל פה - זעט מען קלאר די מעלה פון האר פאר פרויען. און דער שבט הלוי האט גראדע אויך א שטארקע נקודה אז דאס איז א ערנסטע שאלה סוכ"ס איינמאל מ'האט זיך עס שוין איינגעפירט. כמבואר לעיל באשכולתין.

תגלחת נשים

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 11:17 pm
דורך ירא שמים
כווייס נישט צו סאיז שוין געווארן דערמאנט דא , אבער אין כתבי האר״י מבואר הטעם פארוואס ע״פ סוד שערט א פרוי נישט די האר פון קאפ , אנדערש ווי א מאן וואס שערט יא די האר פון קאפ.

Re: תגלחת נשים

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 11:26 pm
דורך petergrifin
.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 11:26 pm
דורך יואליש
פרוי פרוי ווי איז דיין האר. האר האר ווי איז דיין פרוי.

תגלחת נשים

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 11:44 pm
דורך ירא שמים
ל׳ הרמב״ן ״ותגלח את ראשה שהוא נוול גדול״ ער קען עס איבער מאכן און זאגן אנשטאט רש״י די רמב״ן.

Re: תגלחת נשים

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 12:19 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אביסל שפעט, נו נו.
לויט וואס איך האב געזעהן, איז אפילו דער 'אור-אלטע' מנהג איז נישט אזוי איי איי איי. דער חת''ס שרייבט דוכט זיך 'מנהג נשים צדקניות', נישט דער אלגעמיינע מנהג. דער מהר''ם שיק איז דער דעה וואס מ'נוצט פאר גייען אין מקוה ליל שני דיו''ט און מ'קען נישט וואשען די האר. דער שואל ומשיב, ווי פריערדערמאנט האט עס נישט געזען אלס אן אנגענומענער מנהג. אלזא, אמבעסטענ'ס איז דאס געווען א פיהראכץ פון כ'ניאקישע פרויען. דאס איז נישט מחייב זייער קינדער, ס'איז א הנהגה'לע פונקט ווי זינגען דער צו יענער ליד שבת חוה''מ סוכות.
דער ענין פונ'ם וועד ארבע ארצות איז סתם מאדנע. ווי איז געהערט געווארען פון א תקנה, נישט קיין חומרא צח מנהג, פאר פריוואטע מענטשען? אלע תקנות זענען נוגע א כלל. אז צוויי מענטשען מאכען ביזנעס, צו איינער טוט עפעס וואס טוט וויי דער רבים, האט מען געמאכט א תקנה דאקעגען. אבער אז יעדער פרוי דארף מחמיר זיין פאר זיך, אויף א זהר צו וואס? דער הוו''א איז מיר מאדנע.
און לאז אפ מיט'ן חשב האפוד מיט'ן טעפליקע רב. יא, ער איז געווען אין כולל ביי איהם. דאס מיינט אז כל דבריו איז דברי רבו? ער דערמאנט איהם דען אזוי אפט אין זיין ספר אז ער איז דער תלמיד מובהק?

Re: תגלחת נשים

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 12:53 am
דורך סלינקי
.

תגלחת נשים

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:13 am
דורך HotCoffee

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 5:42 am
דורך [NAMELESS]
ס'איז דא צוויי זוהר'ס, איינס רעדט זיך פון צודעקן די קאפ און די אנדערע זוהר ווארפט אריין אפאר ווערטער פון זיך אפשערן. אבער למעשה זעט מען פון די הויפט מקובלים, ווי ר' חיים וויטאל און די רמ"ק אז א פרוי טאר זיך דווקא נישט אפשערן די האר. און דאכט זיך אז די רמ"ק אין אור יקר לערנט אזוי אריין און די זוהר.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 8:51 am
דורך הוגה
בן אדם האט געשריבן:ס'איז דא צוויי זוהר'ס, איינס רעדט זיך פון צודעקן די קאפ און די אנדערע זוהר ווארפט אריין אפאר ווערטער פון זיך אפשערן.


איך האב נאך אין ערגעץ נישט געזעהן א זהר וואס רעדט פון פרויען זיך שערן. אפשר ברענגסטו אראפ דעם לשון הזהר.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 10:15 am
דורך שטילע אינגערמאן
עירמאנטע רב געבט א ביאור אין די הלכתה
http://www.youtube.com/watch?v=sRK-28Ei--Q&sns=em

Re: תגלחת נשים

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 10:26 am
דורך [NAMELESS]
אי''ה נעקסטע וואך אויף מיין טשאנעל שלישי ושישי וועל איך פאוסטען א ווידעא וויאזוי מען דארף זינגען,


#צודרייט

Re: תגלחת נשים

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 12:07 pm
דורך דעת תורה
הוגה האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:ס'איז דא צוויי זוהר'ס, איינס רעדט זיך פון צודעקן די קאפ און די אנדערע זוהר ווארפט אריין אפאר ווערטער פון זיך אפשערן.


איך האב נאך אין ערגעץ נישט געזעהן א זהר וואס רעדט פון פרויען זיך שערן. אפשר ברענגסטו אראפ דעם לשון הזהר.

עס איז דא דער באקאנטער זוהר וועגן האר וואס איז געוויקסן בימי נידותה (דוכט זיך מיר אויף דעם באציט זיך בעיקר דער אבני צדק אויפצו ווייזן אז די מנהג איז נישט ווי דער זוהר).

Re: תגלחת נשים

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 2:13 pm
דורך הויזן טראגער
סיז דא א זוהר וועגן די הארבקייט אז די האר פון די פרוי זאל זיין אויפגעדעקט אפילו א שפיץ פון א האר זאל נישט ארויסשטעקן, איך געדענק נישט יעצט צו די זוהר רעדט נאר אויפן גאס אדער אויך אינדערהיים, בסתמא מיינט מען דעם זוהר.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 2:18 pm
דורך [NAMELESS]
די זוהר רעדט אויך אינדערהיים. די אנדערע זוהר פון ימי נידותה וואס רעדט זיך יא פון שערן געדענק איך נישט ווי ס'איז.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 3:01 pm
דורך signout
זאל דער פורק עול גיין אויף טערעפי אויב ער ווערט קראנק ביי יעדע האריגע אין נישט משוגע מאכען כלל ישראל צו טוישן א הלכה אין מסורה, רוב כלל ישראל איז זייער צופרידן מיט די הלכה אין מסורה

Re: תגלחת נשים

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 3:24 pm
דורך petergrifin
אפשר ביזטו מרחיב אביסל אויף די '' מסורה''?