בלאט 12 פון 12
נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 12:50 am
דורך נולד מאוחר
שצם_חנכל האט געשריבן:עמי איז אויך פאזיטיוו צו לב טהור און שרייבט גאנץ איבערצייגענד. ער רייסט אריין אין משפחה וויפיל ס'גייט.
פראנקפורטער האט באזוכט דארט און ער האט פרישע בילדער וואו מען זעט די אינגלעך זיך שפילן לוסטיג לעבעדיג
כ'בין שוין אינגאנצען צומישט כ'ווייס נישט וועם צו גלייבן
כמיין ער גלייכט אלץ צי זיין אויבער חכם. יעצט אז משפחה מצליח און יעדער נארמאלער מענטש איז קעגען איז שוין מער קאנטערוועשל צי זיין פרא.
נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 1:03 am
דורך petergrifin
שצם_חנכל האט געשריבן:וועלעכע קליפס לאזן איבער א בלי ספק'דיגע מסקנא?
זוך אויף יו טוב די קליפס פון זײנע צײטן װען מען האט איהם ארעסטירט און ער איז געזעצן. כ׳מײן די מידיע
האט געמאכט גוטע אינטערװיאס מיט איהם און law enforcement official's.
נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 2:25 am
דורך פישלע העררינג
די קאווע בלעטער (יא, עס קומט ארויס אי"ה) וועט האבן אן עקסקלוסיוו איבער לב טהור, גאר אנדערש פון די אלע מאגאזינען. העכסט היסטאריש.
נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 12:28 am
דורך מצטמק ויפה
מצליח האט געטוען א הערליכע ארבייט מיט די ארטיקל פון לב טהור. די אינפארמאציע וואס זיי ברענגען אראפ איז נישט מוראדיג, ווייל יעדער וואס קוקט נאר איין ווידיאוי אויף די נושא זעט מער וויפיל עס שטייט אונעם ארטיקל. אבער למעשה האב'ן זיי געטוען א הערליכע שטיקל ארבייט מיט'ן פאָרן ציווישען די טראפענס, ווען אין די זעלבע צייט וואס ער רייסט פון סיי שטיקער איז ער זייער סימפאטיש איבער זיי.
ספעציעל איז מיר געפאָלן וויאזוי ער ענדיגט צו דעם ארטיקל "כלל ישראל פאלגט נאך די השתלשלות מיט ערנסטע זארג, אויפהייבנדיג די הענט מיט א תפילה אל אבינו שבשמים אז קיינער זאל חלילה נישט געשעדיגט ווערן און אלעס זאל זיך אויסארבעטן לטובה".
מצליח מיט א פרישע חידוש באמבע קאווער סטארי
נשלח: פרייטאג מאי 23, 2014 4:16 am
דורך יושר
https://www.facebook.com/photo.php?fbid=454211248046975&l=4cce61873cמצליח איז ווידעראמאל ארויסגעקומען מיט א זעלטענער באמבע קאווער סטארי, א אינטערוויו מיט א ספעציעלער בחור איינער האללענדער פון קרית יואל וואס פירט אן מיט א ביזנעס. שטארקער חידוש
נשלח: פרייטאג מאי 23, 2014 10:26 am
דורך פישלע העררינג
זייער אן אינטרעסאנטע איינפאל. צו קוקן אין יענע ריכטונג איז בכלל נישט אויף דער ראדאר פון אונזערע היימישע עדיטערס און שרייבערס. גאר געניאל!
נשלח: פרייטאג מאי 23, 2014 10:40 am
דורך [NAMELESS]
/
נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 11:04 pm
דורך כוכב
די ערשטע מאל געקויפט מצליח. גאר שטארק די ארטיקל איבער דעם ספעציעלע קינד.
אויך האט ער אן ארטיקל איבער משכונות סיטואציה פארהאנדלער. מוראדיג אינטרעסאנט. ער לאט זיך אריין אין די גאנצע פסיכאלאגישע שפיל צווישן די רויבער און פאליציי. שטארק הנאה געהאט.