בלאט 12 פון 22

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 10:02 pm
דורך בן תמליון
ממי האסט עס גוט ארויסגעברענגט. ייש"כ.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 10:02 pm
דורך שרייבער
הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב דאס איז א פאקט, איי ער שרייבט רחמנות'דיגע קאממענטס, ווייל ס'פאסט אזוי, ס'איז מענאר'ס, ווען ער קען וואלט ער חלילה אריינגעפארן מיט זיין קאר אינעם גאנצן ציבור ביי די לוי' ח"ו

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 10:06 pm
דורך יאיר
שרייבער האט געשריבן:הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב דאס איז א פאקט, איי ער שרייבט רחמנות'דיגע קאממענטס, ווייל ס'פאסט אזוי, ס'איז מענאר'ס, ווען ער קען וואלט ער חלילה אריינגעפארן מיט זיין קאר אינעם גאנצן ציבור ביי די לוי' ח"ו

פון וואנעט נעמסטו דאס? און ביטע, אויב א גוי וועלכער איז גראדע אן אוהב ישראל וואלט געליינט דעם דאזיגן קאמענט, צו וואלסטו אים געקענט באשולדיגן פאר'ן אנהייבן פיינט האבן חסידישע אידן?

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 10:06 pm
דורך בן תמליון
יאיר טייערע חלום חלמת. זיי ווערן איבערגענומען ווי מיר אויף זיי. ווילסט אנהייבן מיטן האלאקאסט? אגב מען שעכט קינדער אין סיריע יעדן טאג מיין הארץ בלוטיקט אבער די וועלט דאס נאט גיב א דעם.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 10:08 pm
דורך בונעס איירעס
ממי שאמרו ס'דאס ערשטע שיינע קאמענט דא.. דארפן מיר ווארטן ביז דעם 12טן בלאט? (חוץ פון די מקוננים מיט די גראמען וואס איז אויך גאר רירענד און צו דער זאך)

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 10:09 pm
דורך בונעס איירעס
.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 10:09 pm
דורך קאווע טרינקער
בונעס איירעס האט געשריבן:.

אה, שלום עליכם, כ'האב שוין חושש געווען אז דיין נאמען איז גלו... רח"ל.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 10:13 pm
דורך בונעס איירעס
קאווע טרינקער האט געשריבן:
בונעס איירעס האט געשריבן:.

אה, שלום עליכם, כ'האב שוין חושש געווען אז דיין נאמען איז גלו... רח"ל.


פון וואו האסטו גענומען דיין חשש?
זיי ניט בייז כ'שטיי און ווארט צו הערן עפעס א שיינעם ברודעליכען קאמענט, נאך אזא טראגעדיע, און אט דא האט ממי מיך מחי' געווען
אלזא בין איך דא

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 10:18 pm
דורך יידל
בן תמליון האט געשריבן: קודם די פון אונז וואס שרייבן קאמענטס אויף נייעסן וואלטן געשריבן א גוט ווארט און זיכער נישט קיין האס ווי זיי שרייבן אפט.

שרייבער האט געשריבן:הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב דאס איז א פאקט, איי ער שרייבט רחמנות'דיגע קאממענטס, ווייל ס'פאסט אזוי, ס'איז מענאר'ס, ווען ער קען וואלט ער חלילה אריינגעפארן מיט זיין קאר אינעם גאנצן ציבור ביי די לוי' ח"ו

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 10:58 pm
דורך בדחן
איז דא ערגעץ א בילד פון די טאטע פון די נפטרת?

טויזענטער אידן ביי ד לוויה באגלייטן די ארון מיט נאסע אויגע

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 11:44 pm
דורך גינות

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 12:06 am
דורך זר זהב
עקסעלענט דזשורנאליזם פון די דזשואיש פרעס:

The tragedy has stunned the Satmar community in Williamsburg, where Nachman and Raizel Glauber were expecting their first child. Raizel complained that she could not feel her unborn baby’s movements, and under the principle that saving a life takes precedent over laws of the Sabbath, the couple hired a non-Jewish cab driver to take them to the hospital.

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 12:08 am
דורך נולד מאוחר
ביסט סארקאסטיש?

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 12:08 am
דורך זר זהב
וואדען?

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 12:20 am
דורך [NAMELESS]
איך ווער משוגע. איך קען נישט אויפהערן צו טראכטען פון נחמן און זיין ווייב. 24 שעה צוריק זענען זיי געשטאנען אפאר מינוט אוועק פון זייער טויט.

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 12:23 am
דורך נולד מאוחר
סאיז געווען שיין צי זען ווי אידן וואס זענען ביים וו''ב סאמטכע באשילדיגט געווארן, אז זיי האבן פיינט א צווייטע איד. האט זיך ארויסגעשטעלט ווי זיי האבן געבליטיגט און געווינט דא אין שטיבל. ניין זיי זענען נישט קיין סעלף העטינג דזשאס.

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 12:28 am
דורך זר זהב
אזא טראגעדיע קען א זעלבסטהאסער אויך באוויינען.

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 12:46 am
דורך [NAMELESS]
קיין איין ווארט איבער דאס קינד

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 1:05 am
דורך בדחן
בדחן האט געשריבן:איז דא ערגעץ א בילד פון די טאטע פון די נפטרת?

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 1:06 am
דורך זר זהב
נישט אויף די געוועב

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 1:09 am
דורך יואליש
בן תמליון האט געשריבן:יאיר טייערע חלום חלמת. זיי ווערן איבערגענומען ווי מיר אויף זיי. ווילסט אנהייבן מיטן האלאקאסט? אגב מען שעכט קינדער אין סיריע יעדן טאג מיין הארץ בלוטיקט אבער די וועלט דאס נאט גיב א דעם.

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 1:14 am
דורך איינגעמיירעט
יאיר האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן:הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב דאס איז א פאקט, איי ער שרייבט רחמנות'דיגע קאממענטס, ווייל ס'פאסט אזוי, ס'איז מענאר'ס, ווען ער קען וואלט ער חלילה אריינגעפארן מיט זיין קאר אינעם גאנצן ציבור ביי די לוי' ח"ו

פון וואנעט נעמסטו דאס? און ביטע, אויב א גוי וועלכער איז גראדע אן אוהב ישראל וואלט געליינט דעם דאזיגן קאמענט, צו וואלסטו אים געקענט באשולדיגן פאר'ן אנהייבן פיינט האבן חסידישע אידן?

יאיר טייערס ווי זענען דיע אלע אוהבי ישראל געווען ווען מהאט אויסגעקוילעט מיינע עלטערע זיידעס און עלטערע באבעס און מן הסתם דיינע אוכט,איז געווען א לאנד וואס זאל אונז געבען שוץ,איז דיר דאס נישט גענוג ראי׳ צוגלייבען חז״ל וואס זאגען אונז הלכה בידוע, און חז״ל וואס זאגען אונז רחמנים בני רחמנים,פלוצלינג ווערסטו איבערגענומען פון א גוי וואס ספאסט צושרייבען א קאממענט פון מיטגעפיל,קיין געניץ וואלט ער נישט געגעבן פאר דיר,משא״כ דער איד וועט נישט זיצען אינשרייבען קיין מן השפה ולחוצדיגע קאממענטס אבער ווען סוועט קומען למעשה וועט ער טוהן אלעס צו ראטעווען אן אנדערע יומען ביענג,

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 2:48 am
דורך טעפל
ליידער אפילו אין די איזרעלישע וועבזייטליך איז געוועהן זייער העסליכע קאמענטס..