בלאט 12 פון 14
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 1:14 am
דורך petergrifin
האסט מורא ארויס צו גײן אין די רעגן? ביזט נישט געמאכט פון צוקער!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 6:06 am
דורך יואב
אנאנסירן ערב פסח מיט פאטאס: "אין אוסטראליע עסט מען שוין מצות אין גרויסן. נאה? וואס עסן. מ'האלט שוין דארט נאכן אפיקומן".
אדער שביעי של פסח: "די ארץ ישראל אידן עסן שוין חמץ. או, ניין. היי יאר איז דאך אחרון של פסח שבת, מילא ברויכן זיי ווארטן נאך א טאג. אבער ווען דא וועט זיין אחרון בו ביום, וועט שוין זיין נאכט אין ישראל, און דער עולם דארט וואשט זיך שוין איבער סולת'דיגע זעמלעך. (יא? שוין יעצט? נאה! איך מיין נאך צוויי שעה. ניין? לאמיר זעהן...אראפ מיט די ברילן...נוץ אלע צען פינגער אויסצורעכנען זעקס זיבן שעה...שוטה וואס דו ביזט).
נשלח: מוצ"ש פעברואר 22, 2014 10:21 pm
דורך petergrifin
יא יא. ס׳הײבט זיך דא אן און ס׳ענדיגט זיך דארט!
נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 1:23 pm
דורך גם כי אלך
א אשכול צו קייכן פאר געלעכטער... קיפ איט אפ חברה.
נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 2:04 pm
דורך יואליש
יואב האט געשריבן:זיך אונטערברומען אזא נערווען טאנצענדע כמו ניגון ביים וואשן זיך צו נטילת ידים והמסעתף, לכתחילה דורך די נאז, אויב אבער ס'צו שטיל און ס'גריצעלט נישט די ארומיגע, איז מען יוצא אפילו דורך די מויל.
אלעס האט א מקור אין הלכה. ס'איז דא א תשובות מנחת יצחק צו סקולען'ער רבי ז"ל איבער תיכף לנטילה ברכה און זינגן. כ'געדענק נישט די ענטפער. כפי מונח בזיכרוני איז ער מתיר אן ווערטער, אבער כ'מזאל זיך נישט פארלאזן אויף מיר. ס'איז כדי צו פרעגן א שאלה.
נו, סכין, מלח!!
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 7:27 am
דורך יואב
איך מיין מיך, איך זאג דאס נאר הויך!
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 9:43 am
דורך ברעט מענינג
א קאווע גיסט זיך אויס אויפן טיש, איינער ריפט זיך אן "די טעלעפאון האט אויך געכאפט א טבילה"? חחחח
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 9:50 am
דורך יואב
דער עצם מושג פון אויסגיסן קאווע, איז סאך מער אויסגעדראשען ווי א טעות. אויסגיסן קאווע, לפחות א טראפ, איז דאך כמעט הלכה למשה מסיני.
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 9:53 am
דורך ברעט מענינג
איך קען נישט ציגיין צים שבת אן א בריעדיגע מקוה
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 10:25 am
דורך its me
Telling the cashier when he is searching for the price tag "I think its free" chchchc
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 10:27 am
דורך יואב
its me האט געשריבן:Telling the cashier when he is searching the price tag "I think its free" chchchc
נוסח אחר: "דאס קאסט אויך געלט"? חחח
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 12:06 pm
דורך רויטע וואנצעס
פארשטייסט נישט וואס איך רעד צו דיר??!!!
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 3:44 pm
דורך מ גפני
יואב האט געשריבן:its me האט געשריבן:Telling the cashier when he is searching the price tag "I think its free" chchchc
נוסח אחר: "דאס קאסט אויך געלט"? חחח
אדער דער וואס שטייט אונטער מיר ביים רעדזשיסטער לייגט אראפ זיינע חפצים נעבן מיינע און זאגט פארן קעשיר "ער באצאלט אויך פאר מיינע אייטעמס" חננחנננחחח
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 8:53 pm
דורך לאליפאפ
יונגעלע וואס גייסטעך פארשטעלן אויף פורים?
סע א סיקרעט (שאקלט מיטן קאפ רעכטס און לינקס)
כ'בעט דיר זאג מיר.. איך גיי קיינעם נישט דערציילן.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 6:50 pm
דורך פליגן כאפער
מען קומט ארויס ערב יום טוב פין מיקוה שטייען דארט צוויי כולל אינגעלייט באמת וואנדערבארע ליצים אין פרעגן יעדן פריש געשויערטן אין געשוירענע איד .זאג נאר וווילסט מיר אפשר געבן א פעקעלע?
נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 8:05 am
דורך פיטומי מילי
מיין טאטע האט נישט קיין געלט האט נישט קיין הויז ער האט נאר יארצאט
נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 8:09 am
דורך פיטומי מילי
טאטע שיק מיר הויזן
נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:02 pm
דורך פליגן כאפער
ביידעוועי פאר די אלע וואס פרעגן זאג נאר ביסט געבוירן אין א טרעין האבעך א געוואלדיגער ענטפער ניין כבין געבוירן אין שפיטאל אין אין שפיטאל מאכט זיך די טיר אליינס אויף אין אליינס צי
נשלח: מוצ"ש מערץ 01, 2014 10:31 pm
דורך איש הישר
"וואס גייט זיין די נאמען פון די בעיבי?" (צום עלטערן ברודער פון דעם רך הנימול)
נשלח: מוצ"ש מערץ 01, 2014 11:51 pm
דורך מאטי
נו ...אמעריטשקע..
נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 1:09 am
דורך יואב
פליגן כאפער האט געשריבן:ביידעוועי פאר די אלע וואס פרעגן זאג נאר ביסט געבוירן אין א טרעין האבעך א געוואלדיגער ענטפער ניין כבין געבוירן אין שפיטאל אין אין שפיטאל מאכט זיך די טיר אליינס אויף אין אליינס צי
למען האמת כאפ איך בכלל נישט די טענה. לי יהא מיין מאמע זאל מיך ווען יא האבן אויסגעשפיגן אינעם באן וואגאן, וואס איז דאס מיך יא צו נישט מחייב יעצט צו צומאכן א טיר? איך ברויך עפעס זיין אין דער זעלבער קאנדישן ווי ביים געבורן?
שוין, יואב, האסט אפגעפרעגט דעם ווארט. יעצט שפירסטו זיך גוט? שוטה איינער
נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 1:37 am
דורך פיטומי מילי
ווי אזוי הייסט די בעבי (פארן ברית)
ישעי׳ געציל (שייגעציל)
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 11:51 am
דורך ברעט מענינג
איינער קומט אן צו א שמחה און ער זעט אז ער איז אנגעקימען צו פרי
ריפט ער זיך אן "דער עולם איז שוין אהיים געגאנגען?"