בלאט 12 פון 37

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2013 10:36 pm
דורך זר זהב
ס'איז ווי דער חותם פון א אידן. מייחד הויה ב"ה אויף אלע וועלטן און רוחות, און זיידע יעקב האט דאס געזאגט, איז עס אויך נאסטאלגיע

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2013 10:42 pm
דורך קאווע טרינקער
איך פארשטיי, אז איינמאל דאס איז געווארן די פסוק פאר קבלת עול מלכות שמים, איז דאס ספעציעל, מיין שאלה איז הא גופא.

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2013 10:53 pm
דורך הוגה
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך וויל פארשטיין מיט וואס איז דער פסוק "שמע ישראל" אזוי ספעציעל?


זייער פשוט! לערן אדורך די ספר שער היחוד והאמונה פון ר' אהרן סטראשעלע וועסטו אלעס פארשטיין. :D

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2013 11:08 pm
דורך קאווע טרינקער
נישט אין פלאן.
אבער לאמיר זיך נישט נער'ן, די אלע פירושים איז אלץ א דאנק וואס דער פסוק ווערט געזאגט טעגליך.
ווען די רש"י להזהיר גדולים על הקטנים וואלט געווען סוף סדרה וואלט נישט געווען קיין איין תורה אויף דעם. פארשטייסט?

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2013 11:52 pm
דורך ונבנתה העיר
קאווע, חסידות חב"ד זאגט נישט קיין 'תורות'.

נשלח: פרייטאג יולי 12, 2013 3:41 am
דורך הוגה
[tag]קאווע טרינקער[/tag], לערן דורך די שער היחוד והאמונה (אויך פון די אלטע רבי), איך זאג דיר אז דו וועסט שוין פארשטיין. דיסקלעימער, איך האב עס נאך נישט געלערנט, נאר גענוג געבליקט צו קענען וויסן אז דער פסוק encompasses די מהות פון די באשעפער, קוב''ה ושכינתיה, השתלשלות ובריאת העולמות, כלל ישראל, די תורה ועוד. ממילא פארשטיי איך אז דער פסוק איז די יסוד פון אלעס.

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 2:19 pm
דורך boxcover
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך פארשטיי, אז איינמאל דאס איז געווארן די פסוק פאר קבלת עול מלכות שמים, איז דאס ספעציעל, מיין שאלה איז הא גופא.

ווי כ'האב שוין געשריבן במקום אחר, די עיקר פארוואס מען קומט אראפ אויף די וועלט איז כדי להכיר את בוראו. שמע ישראל איז די אנערקענונג פון דיין מויל, הארץ, נשמה און טייסטער אז דו אנערקענסט איז, דו ליעבסט אים און דו האסט מורא פון אים.

נשלח: זונטאג יולי 21, 2013 5:18 pm
דורך שמעקעדיג
איך זעה (לייען) אפט אז מענטשן לאזו איבער צוואה מען זאל זיי נישט מספיד זיין. וואס איז פשט דערפון?
געווענליך איז עס א צער פאר די משפחה אז מען קען זיך נישט אויסגעבן די צער און מען מוז עס דערשטיקן אין זיך,
בפרט פאר יונגערע מענטשן, ווי איך האב געלייענט יעצט אויפן פאלטישאנערס זון אז ער האט צוואה געלאזט מען זאל נישט מספיד זיין, וואס איז פשט? האט נישט אזא יונגער מענטש קיין אנדערע דאגות? איז עס אן ענין?

נשלח: זונטאג יולי 21, 2013 8:24 pm
דורך הוגה
פרעג מיר נישט 'פארוואס' אבער עס ווערט געברענגט (דאכצעך פון ר"ח וויטאל) אז עס איז א צער פארן נפטר ווי לענגער עס נעמט צווישן פטירה און קבורה. אויך שטייט אז די נשמה ווערט געפייניגט אויב מען איז מגזם און מען זאגט זאכן וואס זענען נישט הונדערט פראצענט אמת.

שמעתי שהמהרנ"ץ מבאבוב כתב כן (וגם לגבי נוסח המצבה) בצוואתו שכתב בשנת הארבעים לחייו, ומי יודע יום מותו. זאל ער עס באשטעטיגן.

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 8:47 am
דורך יואב
אויב איינער נעמט זיך אונטער נישט צו טוהן קיין שום סגולות פאר 40 טעג, און ער ווערט געהאלפן.
הייסט דאס א סגולה?

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 9:55 am
דורך נולד מאוחר
נאר אויב ער טרעפט א אופן עס צי פארקויפן פאר געלט

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 2:12 pm
דורך זר זהב
אין קיצור שו"ע לערן איך אז מ'זאל באקן לכ' שבת 3 חלות, איין גרויסע איין מידיעם און איין קליינע. די מידיעם פאר ביינאכט די גרויסע פאר בייטאג און די קליינע פאר שלישקעס. איז מיין פראגע פן וואו וועט ער האבן לחם משנה ביי שלישקעס?

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 11:48 pm
דורך געפילטע פיש
שלוש סעודות עסט מען דאך אין שול, סא אדער מאכט מען מיט א חבר, אדער איז מען יוצא מיט'ן רבי'נס לחם משנה...

מעיקר הדין דארף מען טאקע לחם משנה פאר של"ס, אבער אינטערעסאנט איז אז די לויט די טעם פארוואס מ'דארף לחם משנה, די טאפעלטע מן וואס איז געפאלן, איז נישט געווען גענוג פון לחם משנה פאר די סעודה שלישית. ווייל פרייטאג אינדערפרי איז דאך געפאלן פאר צוויי טעג, דאס הייסט פיר סעודות, די ערשטע פאר פרייטאג פרישטאג, די צווייטע פאר די פרייטאג צונאכטס סעודה, די דריטע פאר שבת אינדערפרי, און די פערדע און לעצטע מנה איז געבליבן פאר שלוש סעודות, סא ווי אזוי האבן די אידן אין מדבר געהאט לחם משנה?

אפשר דערפאר פירט מען זיך צו עסן אין שול בסעודת מריעים, אזוי אז מ'זאל זיך קענען צאמפארן מיט א צווייטען פאר לחם משנה.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 12:52 am
דורך רויטע וואנצעס
מתוק :like

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:15 am
דורך קאווע טרינקער
איין סעודה מיינט נישט איין בילקעלע.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 12:53 pm
דורך געפילטע פיש
און?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 2:53 pm
דורך קאווע טרינקער
געפילטע פיש האט געשריבן:און?

אם כן, יתכן שעשו שני לחמים מ"מנה" אחד.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 3:37 pm
דורך געפילטע פיש
אויב אזוי האסטו אפגעפרעגט די גאנצע מקור פאר לחם משנה.

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:25 pm
דורך קלוג און יונג
נעכטן האט אונזער חשובע רב פארגעלערנט א שטיקעל דברי יואל, ווי ער האט נאכגעזאגט אז די רבי ז''ל שטעלט זיך אויפען דאפעלטען לשון די וואך. ''ונתנו ה' אלוהיך בידך - ושבית שביו... אז ער זאגט שוין ונתנו בידיך, וואס דארף ער איבערזאגען ושבית שביו?

יעדער שאקלט מיטן קאפ, און אני ה'יונגער' קוק ווי א קלאץ.

איך וויל אויפהייבען די הענט און פרעגן, רבונו של עולם וואס איז די דאפעלטע לשון, די תורה וויל דאך רעדן פון די 'שביה'! אז די וועסט זיי באזיגען, און פאנגען א שיין פרוי...וגו'

קומט מיר אבער גלייך אין קאפ אריין די באקאנטע מימרא וואס מיין מלמד האט מיר געזאגט ווען איך האב איהם געפרעגט אז זיין 'תורה'לע' מאכט נישט קיין סענס. 'אין משיבין על הדרוש'

וויל איך וויסען: ווייסט איינער פון ווי דעי קלוגע סטעיטמענט שטאמט? איז עס סתם ארויסגענומען פון קאנטעקסט, אדער איז עס פערמישען צי רעדן שטותים מיט לאקשען?

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 11:44 pm
דורך נולד מאוחר
אין מושיבין על הדרוש איז בהכרח בשאפען געווארן מיט די עצם מושג דרוש.
דרוש מיינט אז נישט ע''פ עומק הפשט וואס מיינט געווענדליך לאגיק. יעצט אויב הייבסטו אן פרעגן א קשיא לכוארה ווי אזוי האט פרעה געמעגט שלאפן אן קריאת שמע סאיז דאך דא אן הלכה אפי' בני נח איז מחויב בק''ש?
ענטפער איך לאגיק יענע צייטען איז נאך נישט געווען הלכה אדער פרעה האט נישט מקיים הלכות. איז דאך די גאנצע דרוש חרוב. מיז מען דאך זאגן אין מוישבין על הדרוש.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 10:12 am
דורך שמעקעדיג
ווען איך שטויס זיך אן אין די ווערטער "גיהנם כלה והם אינם כלים" ווערט מיר שווער די שאלה, וואס מיינט דאס?
דער גיהנם ענדיגט זיך און זיי נישט? דארף דאס צו זיין א קללה? אדער ענדערש א ברכה?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 1:25 pm
דורך big joe
איינער פון די חורבנות פארוואס אינז זעהן אזוי אויס היינט, איז ווייל מיר קוקן אהן אלע פריעדיגען אזויווי א סקווירא קוקט אויף זיין רבי...

חז''ל האבן אסאך מאהל גענוצט גוזמאות, סלענגס, און סתם קללות וואס דארף נישט מאכן סענס.און דאס מאכט זיי נישט קלענער

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 1:29 pm
דורך טאמבל סאס
און דאס איז די חורבן היינט אויך. אז מ'זאגט 'אונזערע רבנים נוצן גוזמאות, און זאכן וואס מאכן נישט קיין סענס'.
ס'מאכט טאקע נישט קיין סענס, אבער דאס מאכט זיי נישט קלענער.