בלאט 12 פון 13
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:28 pm
דורך בעל אחריות
אברהם ברוך האט געשריבן:yn.NY האט געשריבן:איך קען אויך נישט די הלכה.
אבער כ'האב געפרעגט א [פאפא] דיין, ער האט מיר געזאגט 'קענסט רואיג טראגן'. ס'אינטרעסירט מיך בכלל נישט צו מ'קען עס יא זעהן אדער נישט, אדער וואס די זיכוי הפת היתר איז! כ'טראסט דעם דיין ווען כווייז איהם א שמאטע, אפילו כ'קען נישט די הלכה... א מין געלעכטער ווי ס'וואקסען ארויס תלמידי חכמים פון אינטערן טיש. (אגב, רבי ז"ל מסאטמאר האט הוראה? כפרעג ווייל כ'ווייס נישט)
איך וואלט טאקע נישט געטראסט א דיין מיט א בדיקה ווען איך ווייס אז זיין היתר איז געבויעט אויף א סברה וואס רוב דיינים זענען מחולק מיט אים.
אפילו אויב ער הייסט ר' ישראל מנשה פרידמאן?
נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 12:28 am
דורך שמן למאור
אברהם ברוך האט געשריבן:yn.NY האט געשריבן:איך קען אויך נישט די הלכה.
אבער כ'האב געפרעגט א [פאפא] דיין, ער האט מיר געזאגט 'קענסט רואיג טראגן'. ס'אינטרעסירט מיך בכלל נישט צו מ'קען עס יא זעהן אדער נישט, אדער וואס די זיכוי הפת היתר איז! כ'טראסט דעם דיין ווען כווייז איהם א שמאטע, אפילו כ'קען נישט די הלכה... א מין געלעכטער ווי ס'וואקסען ארויס תלמידי חכמים פון אינטערן טיש. (אגב, רבי ז"ל מסאטמאר האט הוראה? כפרעג ווייל כ'ווייס נישט)
איך וואלט טאקע נישט געטראסט א דיין מיט א בדיקה ווען איך ווייס אז זיין היתר איז געבויעט אויף א סברה וואס רוב דיינים זענען מחולק מיט אים.
איך וואלט געטראסט מיין דיין אויף יעדע שאלה וואס איך פרעג אים, נישט קיין נפק"מ ווער עס איז מסכים מיט אים, און ווער עס קריגט זיך. וואס דען איז די פוינט צו האבן א באשטימטע דיין וואס מען פאלגט, אויב גייט מען ממילא אויסוועלן וואס יא צו פאלגן און וואס נישט?
אגב, וויאזוי דארף איך קוקן אויף די רוב? רוב דיינים וואס וואוינען אין וויליאמסבורג? רוב חסידישע דיינים? רוב חרדישע רבנים? רוב ארטאדאקסישע רבנים?
כ'מיין אז רוב חרדישע דיינים האלטן אז מען דארף גיין צו די בחירות אין ארץ ישראל, דאס וואלסטו אויך געטון קעגן דיין סאטמארע דיין?
נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 10:01 am
דורך פונדאַמענטאַל
שמן למאור האט געשריבן:ער האט מיר פארציילט אז ער איז אראפגעפארן ביז מאנסי זיך צו טענה'ן בהלכה מיט ר' מאטעלע מוויזניץ זצ"ל וואס איז געווען פון די שטארקע אוסרים, און ר' מאטעלע האט נישט געוואלט רעדן הלכה, נאר געזאגט אז ער האט א טעם הכמוס.. האט זיך ר' יצחק גאלדבערגער אנגעריפן.. מיט א טעם הכמוס קען איך גארנישט מאכן און ער האט ארויסשפאצירט פון דארטן...
ר' מאטע'לע איז נישט געווען פון די 'גרעסטע אוסרים', אויב געדענק איך גוט איז די לשון וואס איז געדרוקט פון דרשה אז מען זאל זיך נישט פארלאזן צו מקיל זיין - די משמעות: עס זענען דא סברות לקולא אבער מען זאל זיך נישט פארלאזן דערויף. די אנגענימענע מיינונג ביי פילע פון זיינע חסידים איז אז ער האט געהייסן נישט צו טראגן כדי זיך נישט צו קריגן מיט סאטמאר. איך האב נישט קיין first hand information אבער דאס איז וואס איך האב געהערט.
נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 10:15 am
דורך [NAMELESS]
עפעס א מעשה געדענק איך אז ער האט געהייסן טוישן א טאוול וואס איז געשטאנען "כפי הוראת אדמו"ר שליט"א אסור לטלטל" וכו', ער האט געהייסן טוישן צו "אין לטלטל" (כלומר, "מ'זאל נישט" נישט "מ'טאר נישט").
נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 11:46 am
דורך שמן למאור
פונדאַמענטאַל האט געשריבן:די אנגענומענע מיינונג ביי פילע פון זיינע חסידים איז אז ער האט געהייסן נישט צו טראגן כדי זיך נישט צו קריגן מיט סאטמאר. איך האב נישט קיין first hand information אבער דאס איז וואס איך האב געהערט.
קען זיין אז דאס איז געווען זיין 'טעם הכמוס'...
נשלח: מוצ"ש אפריל 29, 2023 10:50 pm
דורך אדונינו
א וואסער ווערט גערעכנט ווי א מחיצה
ד״ה מען קען טראגן איבעראל ווייל די קאנטענענטן זענען ארומגענומען מיט וואסער…
די קושיא פרעגט די גמרא (עירובין כב:) און די גמרא זאגט אז די מחיצה/וואסער דארף ווערן געמאכט בידי אדם.
נשלח: דינסטאג מאי 02, 2023 5:33 pm
דורך מיסטעריע
ווי קען מען איבער הערן אלע דרשות?
נשלח: דינסטאג מאי 02, 2023 6:20 pm
דורך חכם עתיק
וואס איז דאס ברוקלין עירוב?
נשלח: דינסטאג מאי 02, 2023 9:24 pm
דורך וואלווי
אדונינו האט געשריבן:א וואסער ווערט גערעכנט ווי א מחיצה
ד״ה מען קען טראגן איבעראל ווייל די קאנטענענטן זענען ארומגענומען מיט וואסער…
די קושיא פרעגט די גמרא (עירובין כב:) און די גמרא זאגט אז די מחיצה/וואסער דארף ווערן געמאכט בידי אדם.
ווען מ'רעדט פון וואסער מחיצות דא אין ברוקלין, רעדט מען פון די מחיצות שנעשו ע"י אדם. די רבנים המתירים פון די עירוב זענען ארום געפארן איבער גאנץ ברוקלין צו זען די מחיצות און barriers ביי די וואסער.
Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין
נשלח: דינסטאג מאי 02, 2023 9:28 pm
דורך שערי יושר
כווייס נישט פארוואס מען רעדט דא הלכה, מהרזל האט קלאר געזאגט אז ס'איז נישטא קיין עירוב
נשלח: דינסטאג מאי 02, 2023 9:47 pm
דורך וואלווי
שערי יושר האט געשריבן:כווייס נישט פארוואס מען רעדט דא הלכה, מהרזל האט קלאר געזאגט אז ס'איז נישטא קיין עירוב
ס'האט צו טוהן ווי ווייט מ'איז אנגעקומען מיטן לערנען אלס בחור, והבוחר יבחר ווער ס'איז די מובחר.
ס'דא רבנים וואס האבן קוים גענדיגט מס' ברכות אין ישיבה, זייער רבנישע וועלט באשטייט פון געבן ברכות. ס'דא וואס האבן נאך אביסל געבלעטערט זיי פארשטיין שוין די חומרא פון שבת, זיי שרייען טאקע שבת, אבער נאר ביז דארט. נאכדעם איז די ערענסטע מתמידים וואס זענען געגאנגען צו מס' ערובין און ווייטער, זיי פארשטייען עירובין און ווי אזוי מ'טוט א טובה פאר יודענסוועגען און גרינגער מאכן זייער לעבן.
נשלח: דינסטאג מאי 02, 2023 9:49 pm
דורך berlbalaguleh
שערי יושר: און אז אזא גאון זאגט איז עס זיכער אמת. און אויב ס'איז (ח"ו) יא דא זאל עס זיין בטל אן הפקר כעפרא דערעא. די וועלט רייט אז ס'איז יא דא א מדינה (הטמאה). מהרז"ל זאגט אז ס'איז נישט דא. און אויב יא איז עס שוין לאנג בטל געווארן.
נשלח: דינסטאג מאי 02, 2023 10:47 pm
דורך אברהם ברוך
מיסטעריע האט געשריבן:ווי קען מען איבער הערן אלע דרשות?
7187057009
נשלח: דינסטאג מאי 02, 2023 11:53 pm
דורך מיסטעריע
אברהם ברוך האט געשריבן:מיסטעריע האט געשריבן:ווי קען מען איבער הערן אלע דרשות?
7187057009
שכוח
נשלח: זונטאג מאי 07, 2023 3:08 am
דורך אינטערסאנטער
בעל אחריות האט געשריבן:אינטערסאנטער האט געשריבן:וועלכע רב טראגט די אחריות אויף די עירוב אין וויליאמסבורג? נישט נאר ווער עס האלט אז אויב עס איז דא מעג מען טראגן, איך פרעג וועלכע רב נעמט די אחריות און ווען עס איז דא א שאלה פילט ער אז עס ליגט אויף אים.
אין בארא פארק איז דא ר' חיים לייב כ"ץ, און נאך. ווער איז די בעל אחריות אין וויליאמסבורג?
ר יצחק הערשקאוויטש
ר יערב זיידה
ר מאיר מייעס
ר' יעקב זיידא איז דער וויזשניצער דיין. ריכטיג? וועלכע וויזשניץ?
ווער זענען די אנדערע צוויי, און ווי אויך פון וואנעט נעמסטו אז זיי נעמען די אחריות אויף דעם. למשל אודוואריאר רב האלט אויך אז מען מעג טראגן אויב עס איז דא אן עירוב, אבער ער איז נאך קיינמאל נישט ארויסגעקומען אז ער איז אחראי וואך ביי וואך אויף די עירוב.
נשלח: זונטאג מאי 07, 2023 4:38 am
דורך אוהב ספרים
אינטערסאנטער האט געשריבן:ווער זענען די אנדערע צוויי?
הרב מייעס דומ"ץ בעלזא וומסב"ג, חתן רבי פישעלע
הרב הערשקאוויטש בן רבי פישעלע ודומ"ץ בקלז"ב
נשלח: זונטאג מאי 07, 2023 4:39 pm
דורך הקטן
שמן למאור האט געשריבן:
ס'איז דא א ליין ווי מען קען אריינריפן יעדע וואך עקסטער און הערן אויב די עירוב איז גוט.
917-23ERIV איז איינע פין די נאמבערס
נשלח: מיטוואך מאי 10, 2023 10:47 am
דורך Yesh
איך האב געהירט אז סאיז דא א תשובה פין ר׳ יחזקאל ראטה אז די ערוב אין ווילאמסבארג איז
כשר אין ר׳ ישראל חיים מנשה האט עם געבעטן ער זאל עס באהאלטן
איינער ווייסט פין דעם?
אינ אויב יא ווי קען מען עס זעין?
נשלח: מיטוואך מאי 10, 2023 9:09 pm
דורך האנדעלער
א נישט היימישער יוד שפאצירט אין ב"פ שבת אינדערפרי און ער טראגט זיין טלית אין האנט. פלוצלינג גייט אריבער איינער און הייבט אים אהן פארצוהאלטען היתכן ער טראגט אום שבת ווען עס איז נישטא קיין עירוב. ענפערט אים דער פרעמדער יוד אינוערעסאנט איך האב געהערט אז סדא וואס האלטען אז מען טאר נישט טראגען מיט די עירוב אבער אהן א עירוב טאר מען אויך נישט טראגען?
נשלח: פרייטאג מאי 12, 2023 12:36 pm
דורך אינטערסאנטער
אוהב ספרים האט געשריבן:אינטערסאנטער האט געשריבן:ווער זענען די אנדערע צוויי?
הרב מייעס דומ"ץ בעלזא וומסב"ג, חתן רבי פישעלע
הרב הערשקאוויטש בן רבי פישעלע ודומ"ץ בקלז"ב
ערלעדיגט, אבער איך וויל זעהן א דרשה, בריוו, צעטל וכדומה, אז זיי שרייבן אז זיי נעמען אחריות אויף די עירוב כל כולו, אויף די זעלבע אופן ווי רבי חיים לייב כ"ץ מיט ר' יחזקאל ראטה'ס בית דין האבן געשריבן אז זיי זענען די אחראים אויף די עירוב וואך ביי וואך. דערווייל האב איך נאך נישט געטראפן קיין איין רב וואס זאל זאגן אז די עירוב ליגט אויף זיין קאפ, אז סיי וועלכע מכשול, פראבלעם, וכדומה, זאל מען זיך קענען ווענדן צו אים.
זאגן אז אויב עס איז דא אן עירוב מעג מען טראגן, מיינט נישט אז זיי נעמען די אחריות אויף די עירוב, און איינס פון די הויפט נימוקים פון פריערדיגע רבנים וואס האבן זיך מתנגד געווען צום עירוב איז געווען ווייל עס איז שווער - אין א שטאט וואס האט נישט קיין רב - צו טרעפן א געהעריגע בעל אחריות. אין בארא פארק איז טאקע נישט דא קיין שטאטס רב אפיציעל, אבער עס איז דאך דא רבנים וואס זיי האבן בשעתו קלאר געזאגט, און עס איז היינט ווייטער אזוי, אז יעדע פרט ופרט פון די עירוב ליגט אויף זייער קאפ. אין וויליאמסבורג האב איך נאך נישט געטראפן דערווייל קיין שום מעלדונג פון די אויבנדערמאנטע רבנים דערוועגן.
נשלח: פרייטאג מאי 12, 2023 1:28 pm
דורך שעפטאל
כ'ווייס נישט אויב ס'קומט דא אריין..
לאזט מיך ביטע אריין לייגען מיינע 2 סענט [נע, נאך די חרדישע געשעפטען אינפלאציע - לאזט מיך ביטע אריין לייגן מיינע 20 דולר..]
מיך עגבערט אז פאר יאהרן צוריק פלעגען די רבנים (וואס האבן געוועהן נגד די עירוב) האקען אויף דעם ביי יעדע גלעגענהייט [א ווינדער ס'איז דא אזויפיהל צרות, חילול שבת בפרהסיא אין בארא פארק.. וכדו']
וואס האט זיך געטוישט היינט?
לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט ס'איז ווייל כל מחלוקת שאינה לש"ש אין סופה להתקיים
א בנשק'ל האט מיך איין שבת אויפן וועג אהיים פון שוהל אפירגעהאלטען: וואלסטו געגעסען פלייש וואס האט א חשש?!
כ'האב עם גענטפערט: אויב מיין רב לאזט..
די עירוב איז א גרויסע פראבלעם, ס'נעמט אוועק געוויסע רבנים'ס מאכט
נשלח: פרייטאג מאי 12, 2023 4:52 pm
דורך הקטן
אינטערסאנטער האט געשריבן:
ערלעדיגט, אבער איך וויל זעהן א דרשה, בריוו, צעטל וכדומה, אז זיי שרייבן אז זיי נעמען אחריות אויף די עירוב כל כולו. דערווייל האב איך נאך נישט געטראפן קיין איין רב וואס זאל זאגן אז די עירוב ליגט אויף זיין קאפ, אז סיי וועלכע מכשול, פראבלעם, וכדומה, זאל מען זיך קענען ווענדן צו אים.
...
אין בארא פארק איז טאקע נישט דא קיין שטאטס רב אפיציעל, אבער עס איז דאך דא רבנים וואס זיי האבן בשעתו קלאר געזאגט, און עס איז היינט ווייטער אזוי, אז יעדע פרט ופרט פון די עירוב ליגט אויף זייער קאפ. אין וויליאמסבורג האב איך נאך נישט געטראפן דערווייל קיין שום מעלדונג פון די אויבנדערמאנטע רבנים דערוועגן.
איך בין נייגעריג,
@אינטערסאנטער, וואס דו האלסט.
פארוואס טאקע האסטו נישט געזעהן אן אפענע בריוו? איז דאס ווייל קיינער נעמט נישט קיין אחריות , אדער ווייל קיינער וויל נישט ווערן טערערזירט וכד' ?!?
איך ערווארט זאלסט דיך ארויסדרייען און זיך מאכן טעמיש "איך ווייס נישט למעשה איז נישט דא בלא בלא בלא",
ליהוי ידיע לך דאס די כתב הכשר ווערט געשריבן א יעדעס און קימט אן צי די רבנים פין גרעסערע קהילות
נשלח: פרייטאג מאי 12, 2023 6:45 pm
דורך תפוח
@אינטערסאנטער קודם כל אלע דריי רבנים המכשירים זענען מצוי און דו קענסט זיי טרעפן צו פרעגן.
ועוד, איך בין כמעט זיכער איך האב געזעהן א געמיינזאמע בריוו פון די דריי רבנים אויפן כשרות העירוב.
אויב דו טראגסט נישט מיטן עירוב און נאכן זעהן א בריוו וועסטו אנהייבן טראגן, וועל איך פרובירן צו שאפן די בריון.