בלאט 12 פון 12
נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 9:40 pm
דורך קאצקע ציקער
די וועג וויזוי דעי מאנדל האלט אזא שווייגעניש וועגן דעי פרשה איז א שטיקל סימן אז עפעס איז יא פארגעגאנגען
נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 12:07 am
דורך קהל'ס נער
כא'דער נייעס, דעי מאנדל געדעינקט גארנישט פון די מעשה, ער דערציילט אלעס נאך פון זיין טאטע, סאו וואס ער זאגט מיינט עכט גארנישט.
וואס יא, ס'דא יודן וואס לעיבן היינט וואס זענען מעיד אז זיי האבן אליינס געזעהין די מעשה.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 2:19 am
דורך דוד שריפטליך
berlbalaguleh האט געשריבן:היסטאריע: ס'איז טאקע במציאות געווען אזא פאל ביי אן אראבישע אדער דרוזישע משפחה וואו זייער פיהר יעריג יונגל האט זיך איין טאג גענימען רעדן פערפעקט ענגליש. מיט א בריטישן אקצענט. און קיין איינער פון זיינע עלטערן קען נישט רעדן ענגליש.
נאר דאס גייט שוין אריין אין ענייני אמונה פון גילגולים. אין פאקט. אין ארץ ישראל איז דא א מיידל פון עטליכע צוואנציג יאר. וואס זי האט פארשידענע פערזענליכקייטן. איינס איז פון א קליין קינד. ווען זי האט די פערסאנאליטי נעמט זי א מוצץ (צאמי) און רעדט ווי א בעיבי/טאדדלער. אויך האט זי א פערסאנליטי פון א פיאנא שפילער. זי האט קיינמאל נישט געלערנט מיוזיק. אבער ווען זי האט די פערסאנאליטי קען זי שפילן זייער שיינע מיוזיק. די גרעסטע (פרייע) דאקטוירים און סייקייעטריסטן אין א"י פרובירן צו געבן פארשידענע הסברים וועלכע לייגן זיך נישט אויפ'ן שכל. אבער דאס ווייזט אז ס'האט עפעס צו טון מיט גילגולים.
לענייננו. אונז האבן דאמאלס געוואוינט אין ארץ ישראל. מיין טאטע זאגט אז די גאנצע מדינה האט זיך גערודערט מיט דעם יונגל. אלע צייטונגען האבן געזוכט צו אינטערוויוען דעם קינד. זיין טאטע האט איינגעזעהן אז דאס איז נישט גוט פאר איהם. ס'קען שאטן פאר אן עיה"ר. איז ער געגאנגען מיט זיין יונגל צו דעם היילגן בעלזער רב זי"ע. דער רב האט איהם אריינגענימען אין א שטוב. ווען ער איז ארויס האט ער אלעס פארגעסן. מ'האט פארציילט אז ווען דער יונגל איז נאכדעים צוריקגעגאנגען אין חדר האט ער אלעס פארגעסן. אפילו א"ב און עברי. ער האט געמוזט אנהייבן לערנען אלעס פון אנהייב.
איך האב געהערט א ווערסיע אז דער הייליגער בעלזער רב האט געהייסן דער יונגל זאל זיך טובלן
אין א מקוה ווייניגער פון 40 סאה
נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 2:38 am
דורך berlbalaguleh
דויד שריפטליך: דאס איז סתם שיינע מעשיות. כמו שאמרתי. אונז האבן דאמאלס געוואוינט אין ארץ ישראל. מיין טאטע האט פארציילט. אויך מיין רבי אין חדר. אז דער בעלזא רב זצ"ל האט איהם אריינגענימען אין א שטוב. ווען ער איז ארויס האט ער אלעס פארגעסן. ער האט געדארפט אנהייבן פון די התחלה. אפילו אל"ף בי"ת.
Re: דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך
נשלח: פרייטאג מאי 17, 2024 1:47 am
דורך כספי
אין ויקיפדיה ברענגען זיי אז ר' בן ציון גרוסמן האט אמאל געשריבן אין א אויסגאבע (שעה טובה גל' 698) אז ער האט געהערט פון איינעם ר' בעריש ראזנבערג (א מחבר ספרים פון נתניה) וואס האט געלערנט בחברותא מיט דעם ישראל משה מאנדל, און יענער האט עם געזאגט אז עכט קען נאך דער ישראל משה כל התורה כולה, נאר ער רעדט נישט פון דעם ע"פ הוראתו פונעם בעלזער רב... און וועגן דעם וועט דער ישראל משה מאנדל קיינמאל זיך נישט משתתף זיין ביי שיעורים, וויבאלד ווען מ'זאגט נאך מאמרי חז"ל זאגט מען עס נישט נאך פונקטליך, און דאס גריצלט עם אין די אויערן.
כ'מיין אז יעדער וואס קען עם ווייסט אז ס'איז א חוכא וטלולא....
נאך ברענגען זיי פון ר' ברוך אבוחצירא (בבא ברוך) אז ער פארציילט די מעשה אז דער בעלזער רב האט געשיקט דעם אינגל צו זיין טאטע דער הייליגע סידנא באבא סאלי, און באבא סאלי האט אריבערגעפירט זיין האנט אויפן יונגלס מויל, און דעמאלטס האט ער פארגעסן די תורה, און בבא סאלי האט עס מסביר געווען ע"פ די גמרא פון בא מלאך וסטרו על פיו, און ביי דער אינגל האט דער מלאך פארגעסן.
Re: דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך
נשלח: דינסטאג מאי 21, 2024 12:55 pm
דורך די קעפעלע
די בני יששכר אין חודש סיון מאמר א' אות ז' איז מסביר די ענין פארוואס לערנט מען מיטן קינד די גאנצע תורה און דערנאך מאכט מען איהם פארגעסען.
וזה לשונו הקדוש:
על דרך שאמרו רז"ל, דהנשמה בבואה אל עולם הזה ועודנה בעיבור במעי האם, מלמדין אותה כל התורה כולה, וכשבא הזמן שיצא העיבור לאויר העולם, בא מלאך וסטרו ומשכחין ממנו כל התורה (נדה ל, ב). והנה על זה גם כן הקושיא כנ"ל, למה מלמדין אותו חס ושלום לריק ומשכחין ממנו אחר כך?:
אבל הוא, דהנה זאת התורה הנה היא נעלמת מעיני כל חי, ואין מבוא לאנוש עלי אדמה בארציות להשיג ממנה אפילו מעט קט, זולת בסיוע ועזר אלהי, כי הוא אמר ויהי, ומי יאמר לו מה תעשה. והנה אם הוא פעולת אלהי עולם, אין מבוא לשכר ועונש, כיון שהוא דבר ההכרחי בגזירת היוצר בראשית. על כן משכחין ממנו כל התורה כולה בבואו אל העולם, כדי שיסגל ידיעת התורה אחר כך מרצונו ביגיעה ובחירה בדעת שלמה. ופעולת הלימוד שמלמדין אותו כל התורה במעי אמו מהני, שתישאר בו חקיקה בכח העזר האלהי, כדי שיהיה יכול בארציות להוציא מן הכח אל הפועל.
ובאם לא היה לו מציאות התורה בכח, אין מבוא לבוא לנגוע בקצה ענייני התורה בעולם הזה, כדמיון שאי אפשר לדגי הים שכל מציאות חיותם במים, שיהיו יכולים להשתדל ביגיעה לפרוח באויר כעוף השמים, ויותר מזה המשל כפלי כפלים לאין משער המשכיל יבין. אבל כיון שנחקק בו בעזר אלהי רוחניות התורה, הגם שמשכחין ממנו מטעם הנ"ל, עם כל זה נשאר הדבר אצלו בכח, ועל ידי יגיעתו יכול להוציא הדבר מן הכח אל הפועל. והוא כדמיון בן אדם שראה איזה דבר ונשכח ממנו זמן רב, עם כל זה בעת שראה הדבר – נחקק בכח הזכרון, ובמעט קט על ידי השתדלות יזכור: כך וכך היה המעשה. כן הוא העניין הנרצה מה שמלמדין לאדם כל התורה קודם בואו לעולם, הגם שמשכחין ממנו, בכדי שיבוא לו העניין ביגיעה על ידי בחירתו. אבל להיות שהוא מן הנמנע זולת בעזר אלהי, הנה כיון שנשאר אצלו בכח הזכרון, הנה על ידי יגיעתו והשתדלותו יוכל להוציא הדבר מן הכח אל הפועל.
Re: דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך
נשלח: דינסטאג מאי 21, 2024 5:47 pm
דורך שווארצע אדיסי
כספי האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 17, 2024 1:47 amכ'מיין אז יעדער וואס קען עם ווייסט אז ס'איז א חוכא וטלולא....
יעדער וואס קען וועים? רעב בערל רויזענבערג איז א באקאנטע און פארלעסליכער מענטש.
Re: דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך
נשלח: מיטוואך מאי 22, 2024 4:11 am
דורך נחום הסופר
שווארצע אדיסי האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 21, 2024 5:47 pm
כספי האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 17, 2024 1:47 amכ'מיין אז יעדער וואס קען עם ווייסט אז ס'איז א חוכא וטלולא....
יעדער וואס קען וועים? רעב בערל רויזענבערג איז א באקאנטע און פארלעסליכער מענטש.
ער האט געמיינט צו זאגן יעדער וואס קען מאנדל
Re: דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך
נשלח: מיטוואך מאי 22, 2024 9:03 pm
דורך berlbalaguleh
איך פארשטיי נישט וואס ס'איז נאך דא צו טענה'ן איבער דעם עניין. א יעדער וואס האט געוואוינט אין ארץ ישראל, פונ'ם פריער'דיגן דור געדענקט די מעשה. מיין טאטע. האט עס מיטגעהאלטן. און מיין רבי אין חדר האט אונז פארציילט די מעשה ווען ס'איז געשעהן.
Re: דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך
נשלח: מיטוואך מאי 22, 2024 9:06 pm
דורך סקעפטיקער
אבער ערשט האנטיגע עדות וואס זאלן דעטאלירן פונקטליך וואס מ'האט אים געפרעגט און וואס ער האט געזאגט איז נישטא (חוץ איין מפוקפק'דיגע מעשה צו פאמפן א געוויסע ספר)
Re: דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2024 9:35 pm
דורך berlbalaguleh
מיין רבי אין חדר האט פארציילט, א די גאנצע מעשה האט זיך אנגעהויבן ווען דער יונגל מאנדל האט אנגעהויבן צו לערנען חומש. ער איז געגאנגען אין א געהעריגן חדר. ווען די רבי האט געלערנט חומש. דער יונגל האט נישט אויסגעהערט. די רבי האט איהם געפרעגט פארוואס ער הערט נישט אויס. האט ער געזאגט, "ווייל איך קען שוין".האט איהם די רבי געזאגט..."נו, זאג דעם פסוק חומש"... האט ער געזאגט. די רבי האט זיך זייער שטארק געווינדערט. האט ער געזאגט פאר די יונגל. זאג די נעקסטע פסוק (וואס די רבי האט נאכנישט געלערנט.) האט ער געזאגט. האט די רבי געזאגט ..און וואס רש"י זאגט ווייסטו אויך? יא. אזוי האט ער אנגעהויבן צו זאגן חומש מיט רש"י, משניות און גמרא. די רבי האט גערופן זיין טאטע. זיין טאטע האט איהם נישט געלאזט מער גיין אין חדר. ער איז געבליבן אין זיין הויז. ווען די מענטשן האבן געהערט פון די מעשה זענען געקומען רבנים און גרויסע תלמידי חכמים צו רעדן מיט איהם אין לערנען.
די זאך איז אנגעקומען אפילו צו די פרייע צייטונגען. זיי האבן געשיקט מענטשן צו רעדן מיט איהם. אפילו די חילונים, פרייע אידן אין ארץ ישראל זענען נתפעל געווארן פון דעם.
זיין טאטע האט מורא געהאט פאר אן עין הרע. האט ער איהם גענימען צו די בעלזער רב ר' אהרן, זי"ע. די בעלזער רב האט זיך פארשפארט אין א שטוב מיט איהם. ווען דער יונגל איז ארויסגעקומען האט ער אויפגעהערט צו רעדן דברי תורה מיט מענטשן. א טייל מענטשן זאגן אז די בעלזער רב האט איהם געמאכט פארגעסן די גאנצע תורה. א טייל מענטשן זאגן אז ער האט איהם אנגעזאגט אז ער זאל מער נישט רעדן...!
אויב דו גלייבסט נישט (דו ביסט דאך א סקעפטיקער) קענסטו פרעגן ביי מיין רבי. נאר ער האט געמאווט. ער וואוינט זייער ווייט. ס'איז שווער אנצוקומען אהין. קיין באסעס פארן נישט דארט. מ'דארף פליען.
Re: דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2024 9:38 pm
דורך סקעפטיקער
דיין רבי האט עס מיטגעהאלטן? אדער פארציילט גאסן שמועות?
Re: דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2024 9:42 pm
דורך berlbalaguleh
איך ווייס נישט: איך בין נאך דאמאלס געווען א קליין יונגל. איך האב נישט געפרעגט מיין רבי קיין קלאץ קשיות.
דאס איז געווען אין אן אנדער לאנד. נישט אין ארץ ישראל. וואו די מעשה איז געשעהן.
Re: דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך
נשלח: פרייטאג מאי 24, 2024 12:25 am
דורך היום
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 23, 2024 9:35 pm
מיין רבי אין חדר האט פארציילט, א די גאנצע מעשה האט זיך אנגעהויבן ווען דער יונגל מאנדל האט אנגעהויבן צו לערנען חומש. ער איז געגאנגען אין א געהעריגן חדר. ווען די רבי האט געלערנט חומש. דער יונגל האט נישט אויסגעהערט. די רבי האט איהם געפרעגט פארוואס ער הערט נישט אויס. האט ער געזאגט, "ווייל איך קען שוין".האט איהם די רבי געזאגט..."נו, זאג דעם פסוק חומש"... האט ער געזאגט. די רבי האט זיך זייער שטארק געווינדערט. האט ער געזאגט פאר די יונגל. זאג די נעקסטע פסוק (וואס די רבי האט נאכנישט געלערנט.) האט ער געזאגט. האט די רבי געזאגט ..און וואס רש"י זאגט ווייסטו אויך? יא. אזוי האט ער אנגעהויבן צו זאגן חומש מיט רש"י, משניות און גמרא. די רבי האט גערופן זיין טאטע. זיין טאטע האט איהם נישט געלאזט מער גיין אין חדר. ער איז געבליבן אין זיין הויז. ווען די מענטשן האבן געהערט פון די מעשה זענען געקומען רבנים און גרויסע תלמידי חכמים צו רעדן מיט איהם אין לערנען.
די זאך איז אנגעקומען אפילו צו די פרייע צייטונגען. זיי האבן געשיקט מענטשן צו רעדן מיט איהם. אפילו די חילונים, פרייע אידן אין ארץ ישראל זענען נתפעל געווארן פון דעם.
זיין טאטע האט מורא געהאט פאר אן עין הרע. האט ער איהם גענימען צו די בעלזער רב ר' אהרן, זי"ע. די בעלזער רב האט זיך פארשפארט אין א שטוב מיט איהם. ווען דער יונגל איז ארויסגעקומען האט ער אויפגעהערט צו רעדן דברי תורה מיט מענטשן. א טייל מענטשן זאגן אז די בעלזער רב האט איהם געמאכט פארגעסן די גאנצע תורה. א טייל מענטשן זאגן אז ער האט איהם אנגעזאגט אז ער זאל מער נישט רעדן...!
אויב דו גלייבסט נישט (דו ביסט דאך א סקעפטיקער) קענסטו פרעגן ביי מיין רבי. נאר ער האט געמאווט. ער וואוינט זייער ווייט. ס'איז שווער אנצוקומען אהין. קיין באסעס פארן נישט דארט. מ'דארף פליען.
דיין רבי לעבט נאך?
ער איז נאך ביים דעת?
זקן מופלג!!!!!
Re: דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך
נשלח: פרייטאג מאי 24, 2024 2:56 am
דורך berlbalaguleh
מיין רבי (נישט דער וואס טיילט קוגל) לעבט אין גן עדן. דארט אנצוקומען איז זייער שווער .קיין קארס און באסעס פארן דארט נישט.
Re: דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך
נשלח: פרייטאג מאי 24, 2024 8:57 am
דורך משה רבקש
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 24, 2024 2:56 am
מיין רבי (נישט דער וואס טיילט קוגל) לעבט אין גן עדן. דארט אנצוקומען איז זייער שווער .קיין קארס און באסעס פארן דארט נישט.
פשיהא... זייער ווייניג רבי'ס קומען אן אין גן עדן.
Re: דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך
נשלח: פרייטאג מאי 24, 2024 11:02 am
דורך א גוט יאר
משה רבקש האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 24, 2024 8:57 am
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 24, 2024 2:56 am
מיין רבי (נישט דער וואס טיילט קוגל) לעבט אין גן עדן. דארט אנצוקומען איז זייער שווער .קיין קארס און באסעס פארן דארט נישט.
פשיהא... זייער ווייניג רבי'ס קומען אן אין גן עדן.
נאכדערצו פון יענע דור...
Re: דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך
נשלח: פרייטאג מאי 24, 2024 11:29 am
דורך שפילער
א גוט יאר האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 24, 2024 11:02 am
משה רבקש האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 24, 2024 8:57 am
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 24, 2024 2:56 am
מיין רבי (נישט דער וואס טיילט קוגל) לעבט אין גן עדן. דארט אנצוקומען איז זייער שווער .קיין קארס און באסעס פארן דארט נישט.
פשיהא... זייער ווייניג רבי'ס קומען אן אין גן עדן.
נאכדערצו פון יענע דור...
פארוואס? זיי זענען אריבער דעם שואה און קימען נישט אן אין גן עדן?
Re: דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך
נשלח: זונטאג מאי 26, 2024 10:23 pm
דורך צקון לחש
שפילער האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 24, 2024 11:29 am
פארוואס? זיי זענען אריבער דעם שואה און קימען נישט אן אין גן עדן?
גן עדן איז געמאכט פאר לוזערס?
Re: דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך
נשלח: זונטאג מאי 26, 2024 10:30 pm
דורך שפילער
צקון לחש האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 26, 2024 10:23 pm
שפילער האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 24, 2024 11:29 am
פארוואס? זיי זענען אריבער דעם שואה און קימען נישט אן אין גן עדן?
גן עדן איז געמאכט פאר לוזערס?
ניין וואס פאלט דיר ביי?