בלאט 1 פון 1

גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 2:31 am
דורך שעפטל
ביטער! ביטער! מ'האט דערויף געציטערט, אבער געהאפט ס'וועט למעשה זיך עפעס טוישן.

קומט יעצט אריין די שרעקעדיגע נייעס, אז מ'רעדט שוין נישט פון אז מ'האט מורא אז ס'גייט ווערן א געזעץ, ס'איז א פאקט! ס'איז שוין א געזעץ!

די כנסת המינים האבן יעצט געשטימט 64 קעגן 21 איבער די נייע געזעץ אריינצושלעפן די ישיבה בחורים אינעם טריפה'נעם צה"ל רח"ל.


כלל ישראל האט פראטעסטירט איבער די וועלט אויסשרייענדיג זייער וויי געשריי, דערביי אוועקגעלייגט אלע פריוואטע דיפערענצן פוו צווישן זיך, מ'האט מתפלל געווען און איינגעריסן טעגליך, מ'האט -על פי פקודת ראשי ישיבת בא"י- פלייסיג געלערנט האפענדיג די כח התורה וועט באשיצן, אבער מיט די רשעי ישראל מיט זייער בחירה האט מען נישט געקענט אויפטוהן.

יא היינט האבן די פרומע חברי הכנסת געזאגט תהילים און סליחות אז ס'זאל נישט צושטאנד קומען, קוקט אבער אויס אז ס'האבן אמאל געלעבט קליגע אידן וואס האבן אוועקגעמאכט זייער טענה אז 'פוו אינעווייניג וועלן מיר אסאך קענען אויפטוהן'...! זיי זענען אדורכגעפאלן! זיי זענען א מעט מן המעט, און אלע אנדערע פראקציעס ווילן זעהן א נקמה אין זיי, און ליידער לאכן די פרייע א גוטס ס'לעצטע.

אבער, כלל ישראל געט נישט אויף!

העמער זעהן צו ס'וועט זיין פרטים וואס וועלן יבוא'נען.