בלאט 12 פון 13
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 9:21 pm
דורך אויליגער
אפדעיטס פון בלומענבערג
ווי באקאנט אין די שטעטל קרית יואל האט מען אריינגעלייגט אסך געלט און כוחות עס זאל ווערן א ווילידזש פאר זיך אין זיך אפטיילען פון וואדבערי מאנרא. נאכן אינוועסטירן פארמעגנס מיט געלט מיט כוחות זיך שלאגען אין קארט האט מען זיך אפגעטיילט און קרית יואל איז געווארן א ווילעדזש פאר זיך.
די מעלות פון א ווילעדזש איז זייער אסך ואי אפשר לפורטם ווי למשל
עקסטערע סקול דיסטריקט
עקסטערע פאליס (פאבליק סעפטי)
אסך געלט פון די רעגירונג אין פראגרעמס
אייגענע זאנונג און פערמיטס
וכו. וכו.
איינע פון די מעלות פון די נייע ישוב אין בלומענגבערג איז אז דאס איז שוין א ווילעדזש און מדארף נאר האבן א מערהייט אין די וואויטערס (א קנאפע פאר הונדרעט) איבער צו נעמען די ווילעדזש. אין ווי באקאנט ליידט די נייע ישוב פון זייער אסך שונאים גוים פון די געגנט וואס זיכען זיך נישט קיין נייע שכנים און זיי פרובירן צו לייגען שטיינער אויף טריט און שריט מזאל נישט באקומען קיין פערמיטס סיי ביי די מיידעל סקול און ביי די מקווה און ווי נאך זיי קענען.
פרובירן זיי יעצט צו אויפצולעזן די ווילעדזש אזוי אפילו די יודען וועלן האבן מער שטימען זאלן זיי נאכאלס קענען מאכן פראבלעמען
היינט איז פארגעקומען א רעפערענדום צו עס זאל בלייבן א ווילעדזש צו נישט,
די אנפירער פון די ישוב, לאם און שמילאוויטש לייגען אריין גרויסע כוחות עס זאל בלייבען א ווילעדזש
העלמיר ווארטען און זעהן וויאזוי עס וועט זיך אויסלאזען
נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 2:01 am
דורך [NAMELESS]
כוכב האט געשריבן:[quote=
קען מיר איינער מסביר זיין וואס א דיין גייט דא העלפן?
איך געדענק נאך ווען בעיסוואטער דיין איז איינשטומיג אויפגענומען געווארן אלס דיין.
א דיין שפילט נישט קיין שום ראלע אין די הצלחה פון א נייער קרי'.
צופיל אנדערע און וויכטיגערע פאקטארן דארפן פאלן אין פלאץ אז די קרי' זאל זיך אויסארבעטן און ביזדערווייל האט עס נישט קיין הענט און קיין פוס, און איך פארשטיי באמת נישט דעם חשבון פון מיסטער לאם.
איך זע נישט פארוואס א מענטש זאל זיך אהינציען אין אן ארץ לא זרוע וואס האט נישט קיין שום פלאן וואס דער צוקונפט זאל זיין, אין דער צייט וואס די דירות זענען נישט ספעציעל ביליג.
במדבר הזה יפלו פגריכם, דא אין וויליאמסבורג וועלן מיר זיצן, אז מ'צאלט 3000 דאלער רענט זע איך נישט פארוואס מ'זאל נישט צאלן פיר, מיר וועלן ווייטער וויינען און בריקעווען, שעלטן און שימפען, ווייל דאס איז אונזער ספעציעליטעט, פון קרעכצן פאר שליו און וואסער, ועולם גולם כמנהגו נוהג, די טי פארטיס וועלן ווייטער גיין אין די נומערן פון 40 א נאכט, ואין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים.
זייער פשוט וואס א דיין גייט העלפן. ס'איז נאך א משפחה אין דארף!
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:45 pm
דורך הרב_שלום
איך זעה אז אין בלומינבערג קען מען קויפען הייזער פאר זייער ביליג אינטער 100K לייגט אריין אין גוגל
Real estate in bloomingburg for sale
די בעסטע איז אז מען רעדט צו א בילדינג לויער פאר דעם אויב איינער ווייסט פון א לויער אין יענע געגענט ביטע לאזען וויסען
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:28 pm
דורך בן תמליון
א דראמאטישע זיג פארן נייעם אידישן יישוב. א ריכטער האט באפוילן די באורד אף עלעקשאן צו עפענען אלע אידישע שטימען און סערטיפייען די עלעקשאן. דער ווילידזש בלייבט. ממש א נס חנוכה תשע"ה, צושטערט א לאנגן טייערן פראצעס פון די שונאים צו אפשטעלן דעם אידישן וואוקס.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2014 8:11 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
הרב_שלום האט געשריבן:איך זעה אז אין בלומינבערג קען מען קויפען הייזער פאר זייער ביליג אינטער 100K לייגט אריין אין גוגל
Real estate in bloomingburg for sale
די בעסטע איז אז מען רעדט צו א בילדינג לויער פאר דעם אויב איינער ווייסט פון א לויער אין יענע געגענט ביטע לאזען וויסען
אזוי? מ'קען קויפען א גויישע הויז און איבערמאכען דער קאך וכדו' אויף אידיש, און מ'דארף ניטאמאל זיין א חלק פונ'ם היימישען ישוב אבער געניסען פון אלס וואס זיי האבען צוצושטעלען? געוואלדיג. דאס איז א מוסטער פאר קומעדיגע שטעטלעך פאר אידען. טאמער איינער בויט עפעס קען מען נעמען א piggyback און יעדער געווינט.
ס'איז שוין דא א היימישער איד וואס האט גע'עפענט א ביזנעס אין געגענעט, א פאבריק צו וואס ווי היימישע אידען קענען ארבעטען? ברגע אז ס'איז דא א מקור פון פרנסה פאר א געוויסע צאל מענטשען, פארדינט יעקעק איינער, ווייל דעמאלס איז דא ווער ס'זאל ספענדען געלט אין די לאקאלע געשפעטען און מאכען ביזנעס פאר יעדער איינער.
דער עיקר פרעג אין איין שאלה. דער קהלה געזעלשאפט איז קלוג אויסגעשטעלט? מ'האט זיך געלערנט פונ'ם טעיות פון פריערדיגע שטעטלעך און געמאכט שטאטוטען וואס מצד אחד לאזט פירען דער שטאט און מצד שני לאזט נישט טרעטען אויפ'ן עולם? אדער האט מען אזוי שנעל געלאפען צו קענען קויפען א ביליגע הויז אז מ'האט פארגעסען אין גאנצען פון די צוקונפטיגע פראבלעמען.
לערן זיך שנעל. אדער לאז דער גאנצע זאך הפקר אדער מאכט'ס קלוגע שטאטוטען, ווייל טאמער נישט וועסטו זיך טרעפען אין תש"נ אין קרית יואל נאכאמאל, רח"ל.
נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 10:01 pm
דורך בן תמליון
אין א פרישן דורכברוך פארן נייעם יישוב האט אהרן ראבינער, א היימיש חתן אייוואוינער אין בלומינגבורג באזיגט די אינקאמבענט פאר טראסטי אינעם ווילעזדש.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 3:05 am
דורך שלמה המלך
נאכנישט א קלארע זיג... מען דארף נאך ציילען די עבסענטי בעלעטס מיט די עפידעווידס, דערנאך וועט מען דעררקלערען דער זיגער, ווארשיינליך וועט ער ארויסקומען א זיגער דערנאך אויך אבער והרשעים כים נגרש השקט לא יכלו.......
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 5:59 pm
דורך קינד_אן_קייט
נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 9:48 am
דורך פליקער
Mamakating, Bloomingburg officials file racketeering lawsuit against developer
By Jeremiah Horrigan
April 14, 2015 - 2:44 PM
BLOOMINGBURG - The Town of Mamakating and Village of Bloomingburg have filed a wide-ranging lawsuit under state and federal racketeering laws against developer Shalom Lamm and others, alleging, among other charges, corruption, bribery and mail fraud.
The lawsuit ranges over nearly a decade of incidents, including what the suit calls "false claims" made by Lamm and his supporters that the communities' opposition to his 396-unit Chestnut Ridge housing complex, which has been marketed to Hasidic Jews, is the result of anti-Semitism.
Lamm brought a $25 million suit in federal court in September alleging "pervasive government-sponsored religious discrimination," a charge officials have vehemently denied.
Philip Simpson, co-counsel for the communities, said their suit was not asking for a specific amount of money but rather it was asking the court to give the town and not the village legal jurisdiction over the development's land, that the development be halted and that a federal monitor be appointed to oversee future development.
The federal Racketeer Influenced and Corrupt Organizations law, known as RICO, has been used since 1970 to combat organized crime syndicates. The suit was filed Tuesday in U. S. Southern District Court in White Plains.
The 158-page complaint presents a highly detailed and dramatic scenario in which two "bucolic communities" are depicted as being "under siege in a hostile takeover spearheaded by a racketeering enterprise headed by Shalom Lamm and Kenneth Nakdimen."
The complaint alleges that Lamm and his business partner Nakdimen have acted "through highly sophisticated covert and overt schemes of fraud, bribery, intimidation and corruptly influencing public officials" in violation of state and federal law.
The suit names former Mamakating supervisor, developer and former Lamm partner Duane Roe, and former village mayor Mark Berentsen, along with unnamed "co-conspirators" who are alleged to have illegally registered to vote in Bloomingburg elections.
Michael Fragin, a spokesman for Lamm and his supporters, released a statement Tuesday calling the lawsuit "a public relations stunt filled with recycled allegations previously rejected by New York courts."
The statement said they were confident of a quick dismissal and that "taxpayers of Mamakating and Bloomingburg should be deeply disturbed by the wasting of their tax dollars in this folly."
נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 2:07 pm
דורך שלמה המלך
א פאטש פאר א פאטש!
זיי מיינען אים לכאורה צי זאגען לאז די אפ מיין בארד לאז איך אפ דיין בארד!
(די אייציגסטע אישו זיי האבען ביידער קיינע בערד...)
נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 5:45 pm
דורך פלעין יודיש
Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג נ.י.
נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 6:29 pm
דורך נופת צופים
ווער איז ער, דער יונגערמאן?
נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 7:01 pm
דורך שלמה המלך
ער איז אהרן ראבינער די נייע 'ווילעדש טראסטי'
זיי מאכען פונעם דאס גע'נער! איך ווייס נישט פארוואס ער לאזט זיך ווי אזא מעקעלע! ער וואלט געדארפט נעמען א דרייסטערע שריט מיט א שטערקערער ענטפער!
שוין, ער איז נישט געוועהן גערישט! כ'אף אז יעצט איז ער גרייט אויף אטאקעס....
נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 7:14 pm
דורך בן תמליון
ער'ז נישט שלעכט פאר אזא אומגערישטן אטאקע, האלט זיך קיהל. לעומת זה ווייזט עס דאס שנאה און פארביסנקייט פון די שונאים דארט.
Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג נ.י.
נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 7:14 pm
דורך נופת צופים
ס'מאכט א טערריבעל רושם. א באקומט א פורסט אימפרעשן ווי א קרימינאל.
נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 7:24 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך הער היינט פון א אונזעריגער, וואס גייט אהין וואוינען בקרוב
נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 7:32 pm
דורך ישראל קאפקע
בן תמליון האט געשריבן:ער'ז נישט שלעכט פאר אזא אומגערישטן אטאקע, האלט זיך קיהל. לעומת זה ווייזט עס דאס שנאה און פארביסנקייט פון די שונאים דארט.
איך טראכט אז ראבינער טוט עס אפשר דווקא. אויב ענטפערט אים ראבינער אויף זיין פראגע וועט יענער נישט ווערן בארואיגט. ווי עס גייט מיט אזעלכע מענטשן וועט ער נאר ווערן מער אנגערייצט און מארגן אנקומען מיט נאך פינף פראגעס. יענער וויל נישט קיינע תירוצים, יענער וויל שרייען און זיך ארויסגעבן זיין כעס, און דאס לאזט אים ראבינער טון וויפיל ער וויל.
עס קוקט טאקע אויס געפערליך שלעכט אויף א זעכציג סקונדעס קליפ, אבער מעגליך מאכט יענער געוואלדעס ביי יעדע מיטינג און די בעסטע וועג איז יענעם איגנארירן.
עס איז שווער דאס צו וויסן זיכער פון דעם קליפ, אבער אז ראבינער זאך נישט וויסן וויאזוי ער שרייבט זיין נאמען? ער זאל נישט וויסן וואס צו ענטפערן וואו ער האט געוואוינט 'בשעת' ער איז געלאפן פארן אמט? מען דארף טאקע נישט זיין דער קלוגסטער סוחר און געריבנסטער פאליטיקאנט צו לויפן פאר אן אמט אין עפעס א פיצל שטעטל, אבער א גענצליכע נאר?
סאו איך וואלט געזאגט אז ער טוט עס בשיטה.
נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 11:02 pm
דורך געוואלדיג
זיין נאמען וייסט ער זייער גוט וויאזוי מען ספעלט נאר אנשטאט צו ענטפערן צייגט ער איהם די בלעכל אין פראנט פון איהם וואס האט זיין נאמען אויך דעם, און וועגן זיין וואוין ארט איז א בחינה פון ווען דו ענדיגסט רעדן לאז מיר וויסן.
נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 1:08 am
דורך BAL TSHIVA
בהשקפה ראשונה זעט ער אויס ווי אן אויסגעקלאפטע הושענא ערב פסח פאר שריפת חמץ.
אבער טראכט אריין, כאטשיק וואס ער וואלט גענטפערט וואלט אים אדער טיפער באגראבן אדער וואלט דאס געפירט צי א לענגערע debate וואס וואלט אים מן הסתם אויך נישט גיברענגט קיין כבוד (משום אין צדיק בארץ).
אנשטאט צי ענטפערן ווייזט ער אויפן סיין end of discussion, ער פארלירט זיך נישט נאר קיקט אים גראד אין פרצוף.
והא ראיה עס האט געארבעט ווייל דער גוי איז גלייך געגאנגען צי די corporation story.
אין אז עס ארבעט שפילט מען איבער די זעלבע געים.
נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 1:14 am
דורך BAL TSHIVA
@ישראל קאפקע ברוך שכונתי נאכן שרייבן באמערקט אז מיר ברענגען ארויס די זעלבע נקודות
נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 8:46 am
דורך הוגה
יעדער שרייבט כל מיני סברות פארוואס ראבינער ענטפערט נישט געהעריג. וואס איז אבער למעשה? האט ער אפאר וועגן וויאזוי ער שרייבט זיין נאמען (דבר המצוי בקרב אנ"ש)? האט ער איינגעגעבן א ק"י אדרעס אלץ זיין רעזידענץ? אסאך מאל איז די סימפעל הסבר דער אמת.
נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 9:46 am
דורך ישראל קאפקע
הוגה האט געשריבן:יעדער שרייבט כל מיני סברות פארוואס ראבינער ענטפערט נישט געהעריג. וואס איז אבער למעשה? האט ער אפאר וועגן וויאזוי ער שרייבט זיין נאמען (דבר המצוי בקרב אנ"ש)? האט ער איינגעגעבן א ק"י אדרעס אלץ זיין רעזידענץ? אסאך מאל איז די סימפעל הסבר דער אמת.
and he couldn't get his story straight?
ווען ער טרעפט עפעס א צווייטן הויז זיינער פון פופצן חדשים צוריק וואלט איך געזאגט אז די הסבר איז פשוט, אבער ער האט דאך גערעדזשיסטערט די הויז אין קרית יואל סוף 2014 בשעת/גלייך פארן לויפן. איז ער דען אינגאנצן משוגע, רעדזשיסטערן זיין רעזידענס אין קרית יואל בשעת ער לויפט פאר אן אמט אין פיינטליכע טעריטאריע?
נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 11:57 am
דורך Big Boy
ישראל קאפקע האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:יעדער שרייבט כל מיני סברות פארוואס ראבינער ענטפערט נישט געהעריג. וואס איז אבער למעשה? האט ער אפאר וועגן וויאזוי ער שרייבט זיין נאמען (דבר המצוי בקרב אנ"ש)? האט ער איינגעגעבן א ק"י אדרעס אלץ זיין רעזידענץ? אסאך מאל איז די סימפעל הסבר דער אמת.
and he couldn't get his story straight?
ווען ער טרעפט עפעס א צווייטן הויז זיינער פון פופצן חדשים צוריק וואלט איך געזאגט אז די הסבר איז פשוט, אבער ער האט דאך גערעדזשיסטערט די הויז אין קרית יואל סוף 2014 בשעת/גלייך פארן לויפן. איז ער דען אינגאנצן משוגע, רעדזשיסטערן זיין רעזידענס אין קרית יואל בשעת ער לויפט פאר אן אמט אין פיינטליכע טעריטאריע?
I agree with you. I think the posters here are giving him too much credit. If he didn't want to answer, he could've said I don't want to answer because these questions will be endless instead he looks like a criminal.