בלאט 12 פון 22

Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 7:30 am
דורך מיינונגזאגער
טיטאניק האט געשריבן:
העלא האט געשריבן:קיינער האט מיר דא נישט אפגעוואנדן דערווייל,
עס הייבט זיך נישט אהן,
אונזערע זענען געגאנגען לאנגע קליידער,

און קיין יומען העיר שייטלעך זענען נישט געווען,

עס איז געווען דעמאלט "עכטע שיינע האר", מען האט עס נאר ציגעדעקט, אבער מען איז לכתחילה געגאנגען שיינע לאנגע לאקען, יא דיינע באבעס
האסט אראפ געגאלט אירע האר, א פרוי'ס טבע איז צי ליב האבען אירע האר, האט זי זיך געמאכט יומען שייטלעך, ועל זה צווח הגה"ק רבינו עובדי' יוסף אז עס איז על פי הלכה אסאר מער מהודר צי גיין מיט לאנגע אבער ציגעדעקטע האר, ווי אפילו איין טראפ אויפגעדעקטע שייטעל (די נאן סענץ פון פריזעט אדער שפיצעל האט ער אויך געמיינט)
די האר ביזנעס איז גאר א צווייטער נושא, און עבדי׳ יוסף ז״ל איז גערעכט. אבער הני מילי ווען מען רעדט פון די ספרדישע חדר, און ער האט זיך נישט קיין רעכט צו מישן אין די חסידישע גדולים׳ס פסק וועגן די האר. די האר ביזנעס איז געמאכט געווארן וועגן א מכשול און עס איז געווען אן הוראות שעה און די רביס האבן דאן איינגעזעהן אז האלטן די גזירה פון האר פאר ווייטער אפי׳ דער ענין איז שוין נישט נוגע, איז וויכטיג פאר די אשכנעזישער אידענטום אוןנעס שטעלט זיך ארויס 200 יאר שפעטער אז זיי זענען אין א געוויסער זון גערעכט געווען (פאר ווער עס ווייסט. פאר די נושא קומט אן עקסטערע אשכול. איך וועל נישט יעצט אריין גיין דערינען.)


Sent from my iPhone using Tapatalk

Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 7:30 am
דורך מיינונגזאגער
פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:17 - 18 יאר, מיט סקורטס העכער די קניען, פינטעלע?
דו דערציילסט גאר גרויסע חידושים. וואס זאל איך טוהן אז אן אנאמינער ניק אויף קאווע שטיבעל טראגט נישט ביי מיר געניג א נאמנות אז איך זאל דאס גלייבן. חבל
עס איז יא ריכטיג


Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 11:57 am
דורך באר מים
מיינונגזאגער האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:וויפיל מענער זענען שוין ג'הרג'ט געווארן פון אביסל עקסטערע מעיקאפ.


די פראבלעם באמת איז אז מכאפט נישט אז דאס וואס הייסט קיוט, זיס, אדער יונג-ווייבלדיג, איז באמת פריצות....

שומו שמים! ווי שטעלט מען אויף אזאנס פרעדיגן פאר אונזערע ווייבער? ווער איז די רעביצין בעק? ווער איז איר מאן? והוקע אותה נגד השמש.
מעיקאפ מיט איי ליינער זענען צוויי אנדערע זאכן און עס איז קלאר זי האט נישט געמיינט געהעריגע מעיקאפ אפי זי האט גענוצט די ווארט מעיקאפ ווייל גלייך דעראויף האט זי געזאגט א משהוא קאליר. געמיינט צו זאגן האט זי פארבן די אויגן בלוי אדער שווארץ אדער סיי וואספארא קאליר אבער ניט נייטראלער מעיק אפ וואס איז ממש סקין קאלאר וואס מאכט עס נאר סמוטער.


Sent from my iPhone using Tapatalk

Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 12:00 pm
דורך מיינונגזאגער
באר מים האט געשריבן:
מיינונגזאגער האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:וויפיל מענער זענען שוין ג'הרג'ט געווארן פון אביסל עקסטערע מעיקאפ.


די פראבלעם באמת איז אז מכאפט נישט אז דאס וואס הייסט קיוט, זיס, אדער יונג-ווייבלדיג, איז באמת פריצות....

שומו שמים! ווי שטעלט מען אויף אזאנס פרעדיגן פאר אונזערע ווייבער? ווער איז די רעביצין בעק? ווער איז איר מאן? והוקע אותה נגד השמש.
מעיקאפ מיט איי ליינער זענען צוויי אנדערע זאכן און עס איז קלאר זי האט נישט געמיינט געהעריגע מעיקאפ אפי זי האט גענוצט די ווארט מעיקאפ ווייל גלייך דעראויף האט זי געזאגט א משהוא קאליר. געמיינט צו זאגן האט זי פארבן די אויגן בלוי אדער שווארץ אדער סיי וואספארא קאליר אבער ניט נייטראלער מעיק אפ וואס איז ממש סקין קאלאר וואס מאכט עס נאר סמוטער.


Sent from my iPhone using Tapatalk
דזשאסט ריקוואטעט ?


Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 4:30 pm
דורך מנחם ציון
unnamed.jpg

[שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] מלמעלה ובולשיט מלמטה

Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 7:59 am
דורך געלט


אינז זעמער מער ווייניגער אויף איין פעיטש (מעגליך מען קען דאס ריפן שלום ביית)
די private לעבען קען איך אויך זאגן אז בה עס גייט אויף א גיט וועג
נאר ביי איין זאך פין זיך אןטון זענען מיר אויף מעסער שטעך
אינז קימער ביידע פין א ווליאמסבורגע סאטמער קאווערט שייטעל פעיס מעקאף וכו׳! איי וואט קאל איט סעמי בעל באטיש
פאר עפעס א סיבה מיין ווייב האט נישט צויפיל געפיל צום גאנצען זאך פין זיך אןטון אין אויז זעין גוט נישט אז פארקערט יא אבער זי וואלט גע מעגט צו לייגען מער געפיל
למשל לעצטענס האט זי אן געהויבן צי לייגען ווייניגער מעיקאף אין בלאש מיטן תיריץ אז מען זעיט אויס בעסער אזוי (גיי פארשטיי )
אייביג גייט זי מיט דארק קאליר אין ווען איך זאג איר אז זאל אויך קויפן אנדערע קאלערס זאגט זי אז זי האט נישט קיין פראבלעים אבער זי האט נישט געטראפען וואס זאל איר שטיין גיט ׳ א יעדער טרעפ נאר נישט זי ???
גראדע איר עלטערע שוועסטערס אין מאמע פאר שטייען יא גאנץ גוט אין האבן טאקע פין מאל צו מאל טענות אויף מיין וויב אז זי געטזיך נישט געניג אף ,

שוין פאר 10 יאר פראביר איך מיט שיינעם אז עס מיר זייער וויכדיג זי זאל זיך מער א הערהשטעלן פרנסה איז בה דא סא זי קען שפענדען, אבער פאר סאם ריזען איז שוין געווארען א שטיקל פייט זי וויל נאר קיין ווי מער סימפל אין עס מיר כסדר
איך בעט איר בכל נישט זי זאל טוישען לבוש נאר דאס אנטון זאל נישט זיין קיין עול אין טין א גאנצע טובה איך וויל זי זאל אריין לייגען מער קאף אין אזאך וואס נאר זי קען מיר צו שטעלן
אנשאלדיגט פאר מיין ספעלינג אין לשון אבער איך קען בכל נישט שרייבען איך זיך שוין אזוי לאנג הילף אן קיין ריזאלטס פריביר איך דא

Is Anyone with me?
I would appreciate to hear comments from you
and also if you know of someone Specialize in this (of course im ready to pay)

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 9:11 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
טייערער הרב געלט שיחי'

איך פארשטיי דיין ווייטאג זייער גוט,
די וועלט זאגט אז דער שליסל צום מאנ'ס הארץ איז דורך דעם בויך...
משא"כ ביי די פרוי קען מען אנקומען צו איר הארץ דיירעקלי!
דער צוגאנג דארף זיין מיט דעם אופן:" טייערע ווייב איך פיל אייביג אזוי שטארק ווי דו ווילסט מיר זיין מהנה און ווי דו ווילסט מיר צופרידען שטעלן (ס'איז כדאי צו ברענגן פאקטן ווי זי צייכענט זיך אויס דאס מערסטע) ווען דו וואלסט געוואוסט ווי שטארק דאס מיינט פאר מיר ווען דו נעמסט מער קער פון דיין אויסזעהן וואלסטו זיכער דאס געטוהן פאר מיר".

ס'קען נעמען אביסל צייט אבער בדרך כלל איז דאס דער מהלך.
עלה והצלח

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 6:56 pm
דורך בת קול
אויב דו פארשטייסט נישט פארוואס זי האט ליב זיך אנצוטוהן סימפל, דארף זי נישט פארשטיין פארוואס דו וויסלט פארקערט.
די רגע דו קומסט מיטן מהלך איר צו טוישן האסטו פארלוירן די מערכה.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:36 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
בת קול האט געשריבן:אויב דו פארשטייסט נישט פארוואס זי האט ליב זיך אנצוטוהן סימפל, דארף זי נישט פארשטיין פארוואס דו וויסלט פארקערט.
די רגע דו קומסט מיטן מהלך איר צו טוישן האסטו פארלוירן די מערכה.

מען רעדט נישט דא וועגן פארשטיין. מען רעדט דא פון די געווענליכע געפיל פון א פרוי פון וועלן געפעלן פאר איר מאן...
און געווענליך אויב די פרוי וועט פילן א אהבה שאינה תלוי' בדבר a unconditional love וועט זי וועלן צושטעלן

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 9:16 am
דורך בת קול
זעהט אויס דו פארשטייסט אויך נישט. עס זענען דא מענטשן וואס האבן ליב א סימפל מינימעל אויסזעהן.
זיי האבן דאס אמתדיג ליב. זיי פילן פאלש אין אנדערע קליידונג.

אהבה מאכט נישט א מענטש זאל זיך אינערליך טוישן.

Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 5:06 pm
דורך געלט
בת קול האט געשריבן:זעהט אויס דו פארשטייסט אויך נישט. עס זענען דא מענטשן וואס האבן ליב א סימפל מינימעל אויסזעהן.
זיי האבן דאס אמתדיג ליב. זיי פילן פאלש אין אנדערע קליידונג.

אהבה מאכט נישט א מענטש זאל זיך אינערליך טוישן.
So what you think what the Solution?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 6:47 pm
דורך פאליטיקאנט
[tag]שמעקעדיג[/tag] ????

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 7:06 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ס'איז פשוט שרעקעדיג צו זעהן וואסערע צוריקגעבליבענע און סעקסיסט מין בליק מאנכע דא האבן אויף פרויען, און דאס איז נאך די אויפגעקלערטע קאוועשטיבל חברה, ס'גיבט מיר די טשיללס.

Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 8:46 pm
דורך געלט
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ס'איז פשוט שרעקעדיג צו זעהן וואסערע צוריקגעבליבענע און סעקסיסט מין בליק מאנכע דא האבן אויף פרויען, און דאס איז נאך די אויפגעקלערטע קאוועשטיבל חברה, ס'גיבט מיר די טשיללס.
‏אדרבא לאמיר הערען פין דיר דיין בליג

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 10:47 pm
דורך בת קול
עפן דיין טאש און פארמאך דיין מויל.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 7:04 pm
דורך שמעקעדיג
פאליטיקאנט האט געשריבן:[tag]שמעקעדיג[/tag] ????

א דאנק פאר מיך מכבד זיין... עס איז א שווערע שאלה, אן קיין קלארע תירוץ מיט פארזיכערטע תוצאות. איך וועל פרובירן אביסל מסביר זיין דעם ענין וויפיל עס איז שייך (מלפני הפרגוד), און לאמיר האפן עס וועט קלארער מאכן די נושא.

ערשטנס, צום פארדרוס פון די אלע סעקסיסטן/פעמיניסטן דא, מוז איך מקדים זיין די דעת תורה אין דעם ענין, ווי עס ווערט מבואר אין חז"ל און אין פארשידענע ספרים אז עס איז דא א חיוב אויף די ווייב זיך צוצושטעלן פאר'ן מאן, עס איז א געוואלדיגע ענין און ברענגט אלע מיני השפעות און גוטע קינדער, ווי דער שו"ע זאגט אז אויב דער מאן זעהט אשתו מתקשטת לפניו ומשתדלתו וכו' איז מען זוכה צו גאר הייליגע קינדער.

ווי אויך ווייסן מיר אז איינע פון די סיבות פון חתונה האבן איז "שמצילו מן החטא", אודאי דארף דער מאן מצדו געבן די מצוה פון עונה פאר די ווייב, אבער די פרוי מצדה דארף וויסן אז זי קען אפהיטן דעם מאן און עס איז זייער חשוב אין הימל, און עס איז ידוע די מעשה אין גמ' מסכת תענית מיט אבא חלקי' מיט זיין רביצין וואס זענען געווען פון די חשובי הדור אזש די חכמים זענען זיי געקומען בעטן צו מתפלל זיין אויף רעגן, און זי איז געגאנגען מיט שיינע קליידער אנטקעגן איר מאן כדי ער זאל זיך זעטיגן מיט איר און נישט אדורכפאלן מיט אנדערע נסיונות. און דא רעדט מען פון שרפי מעלה!

(דאס זאג איך נאר פאר אונז צווישן די שורות, דו זאלסט דאס נישט זאגן פאר דיין ווייב, ווייל זי קען שפירן מאניפולירט און געקארנערט. לאז דאס קומען פון א טעראפיסט אדער א דריטער מענטש.)

יעצט לאמיר צוקומען צו פראקטישע עצות. ערשטנס דארף מען וויסן אז מען קען נישט טוישן קיין מענטשן בדרך כלל. עס איז אסאך מאל א ביטערע פיל אראפצושלינגען, אבער דער מציאות איז אז קיינער האט נישט אלעס און יעדער מוז מוותר זיין אויף געוויסע זאכן פון דעם צווייטן. פארשטייט זיך אז נישט אלעס קען מען מוותר זיין, אבער קודם דארף מען וויסן דעם קאנצעפט, קיינער האט נישט ליב ווען דער צווייטער וויל אים/איר טוישן אדער בעסער מאכן. אבער א געזונטער מענטש "וויל" געבן מדעת עצמו, אן דעם וואס יענער זאל דארפן מוטשען.

בעפאר מיר גייען שרייבן איבער די פרוי, דארף מען קודם אנאליזירן דעם מאן, צי ער איז טאקע א מאן כראוי וכיאות, צי טוט ער אלעס וואס א פרוי וויל פון א מאן (פארשטייט זיך עד שידו מגעת), צי גיבט ער איר גענוג ליבשאפט, אויפמערקזאמקייט, אינטערעסע אין איר וועלט, געטריישאפט, טראסט, הילף, רעספעקט, עמאשענעל און פיזיקל סופפארט, קוואליטי צייט, צי קערט ער און זארגט זיך פאר איר, וכו' וכו'. געווענליך ווען א ווייב ווערט באפרידיגט פון א מאן מיט אלע אירע צרכים, פאלן זאכן אין פלאץ, און זי ווערט עקסייטעד פאר אים און זוכט אים אויך צו פליעזן און מחי' זיין אין זיינע ענינים, זי וויל אים מאכן פרייליך, און זי שפירט נישט ווי א חפץ, אן אבזשעקט, וואס דער מאן נוצט אויס פאר זיינע עדווענטעדזשעס. אבער אויב דער מאן איז נישט אוועילעבל פאר איר, נאר זוכט צו אנטלויפן פון הויז בכל עת ועונה און איז מער ביזי מיט זיין טעלעפאן, ביזנעס אדער חברים, דאן הייבט זיך דא אן דער פראבלעם, ער מוז זיך זעלבסט מתקן זיין. מען קען נישט פארלאנגען פון א פרוי זאל טון פאר'ן מאן אויב מען איז נישט קיין "מאן".

טאמער זעהט דער מאן אז ער טוט מצדו אלעס וואס עס פאדערט, צו די בעסטע פון זיין יכולת (קיינער קען נישט אלעס און אלעמאל, און א פרוי פארשטייט דאס), דאן פאדערט זיך א דיאגנאז צו פארשטיין וואס שטערט די פרוי. צומאל קען מען מיט א היימישע שמועס עס אליינס אויספיגור'ן, און צומאל אויב איז עס א טיפערע סיבה, דארף מען גיין צו א פראפעסיאנאל וואס זאל קענען דערגיין צווישן די שורות אדער אדורכגיין די יונגע יארן צו פארשטיין וואס עס איז גורם איר ווידערווילן צו אזא פשוט'ע זאך, אז פרויען האבן בטבע זיך ליב אנצוטון שיין.

עס קענען זיין צענדליגע סיבות, וואס נישט אלעס קען מען דא אויסרעכענען. עס זענען פשוט דא פרויען וואס האבן נישט קיין געדולד זיך שיין צו מאכן, זיי זענען פויל אדער באקוועם. אבער פאר אזעלכע פרויען, האבן מיר שוין געשריבן, אויב איז באמת פאראן אין שטוב אהבה ואחוה, און איינער סעקריפייסד פאר'ן צווייטן, דארף דאס זיין גענוג איר צו מזרז זיין אז זי מוז אויך אוועקגעבן פון איר באקוועמליכקייט, לכה"פ פון צייט צו צייט, און צופרידנשטעלן איר מאן. ווייל א געזונטע פרוי האט ליב ווען דער מאן, וואס טריעט איר מיט רעספעקט און ליבשאפט, האט איר ליב און ווערט עקסייטעד פאר איר.

טאמער איז עס אבער נישט קיין געזונטע פרוי, און דאס וואלט זיך אנגעזעהן אויך ביי אנדערע ענינים אין לעבן אז זי זוכט נישט קיין נאנטשאפט און אינטימעסי מיט'ן מאן (די נאטור רופט זיך avoidant), דאן איז זיכער דא עפעס טיפער וואס שטערט איר, וואס וועט דארפן האבן הילף. עס זענען פאראן ביי נאטור קעלטערע נאטורן וואס זוכן נישט אזוי ווייט צו געפעלן פאר יענעם, פאראן אסאך מעגליכקייטן אז אין איר טשיילדהוד האט זי געהאט אישוס וואס האט גורם געווען איר יעצטיגע מצב, און דאס קען מען היילן. עס קען אויך זיין א סעלפישע נאטור פון איר זייט, וואס פאדערט עבודת המדות אדער צו היילן ווייטאגן פון די יונגע יארן, וואס איז גורם פארשידענע פערסאנאליטי דיסארדערס וואס מוז האבן הילף פון א פראפעסיאנאל.

עס איז קלאר אז די ערשטע טריט צו קלארקייט איז קאמיוניקאציע. נישט איר דרוקן, נישט דזשאדזשן, נאר סתם איר אויסהערן מיט א רואיגקייט וואס זי האט צו זאגן, און אקצעפטירן אירע ווערטער מיט פארשטענדעניש. אויב קענט איר זיך אדורכקומען צווישן זיך און קלארער ווערן אין דעם מצב, איז אודאי גוט; אויב נישט, פרוביר איר מסביר צו זיין דיין שוועריגקייט, זאג איר אז דו ווילסט איר נישט שווער מאכן, און פרעג איר אויב זי איז גרייט צו גיין א דריטן וואס קען אויסארבעטן א שטיקל מהלך וואס זאל צופרידנשטעלן ביידע פון ענק.

דאס איז אויפ'ן שפיץ גאפל, לאמיר וויסן אויב דאס העלפט דיר אדער אויב עפעס איז נאך נישט קלאר. אסאך הצלחה.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 7:13 pm
דורך בת קול
איך בין מחולק אז אלע פרויען האבן זיך ליב צו באפיצן.
עס מוז נישט זיין מען האט געהאט עפעס א מין טראומע אין די יוגנט.
@געלט האט שוין קלאר געמאכט אז אויסער דעם וואס זיי קומען זיך נישט אויס איבער די קאליר ליפסטיק און ענליכע פראבלעמען, האבן זיי א גוטע שלום בית.
שיקן א דריטע פארטי איבערצוגעבן וועט עס נישט מאכן אויס מאניפולעריש, אדער ווייניגער סעקסיסט.
נישט יעדע זאך וואס חכמים האבן געזאגט טויזנט יאר צוריק איז נאך נוגע היינט. זיי האבן גערעדט לויט די אומשטענדן אין וואס זיי האבן געלעבט.

און צום לעצט נאכאמאל, אויב דו מיינסט יעדע פרוי האט זיך ליב אנצוטוהן gaudy, קענסטו זיך פשוט נישט מיט גענוג פרויען.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 7:23 pm
דורך בת קול
און זיי אמתדיג.
וויפיל פון ענק וואלטן פערמענענטלי געטוישט לבוש פאר ענקערע פרויען צו עפעס וואס מאכט אייך פילן זייער אומבאקוועם.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 8:12 pm
דורך רביה''ק זי''ע
בת קול האט געשריבן:נישט יעדע זאך וואס חכמים האבן געזאגט טויזנט יאר צוריק איז נאך נוגע היינט. זיי האבן גערעדט לויט די אומשטענדן אין וואס זיי האבן געלעבט.

א ליסטע פון נאך אזעלכע זאכן, אין הלכה שפראך רופט זיך עס "נשתנו הטבעים" - די נאטורן האבן זיך געטוישט.

https://www.sefaria.org/sheets/174025.1 ... l&lang2=en

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 8:24 pm
דורך [NAMELESS]
בת קול האט געשריבן:און זיי אמתדיג.
וויפיל פון ענק וואלטן פערמענענטלי געטוישט לבוש פאר ענקערע פרויען צו עפעס וואס מאכט אייך פילן זייער אומבאקוועם.

פארוואס נישט? איך וואלט זיכער געטוישט פאר מיין ווייב, איר צופרידן צו שטעלן, פארשטייט זיך נישט דראסטישע שנויים, נאר צוביסלעך.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 8:53 pm
דורך רביה''ק זי''ע
שמעקעדיג האט געשריבן:עס ווערט מבואר אין חז"ל און אין פארשידענע ספרים אז עס איז דא א חיוב אויף די ווייב זיך צוצושטעלן פאר'ן מאן, ווי דער שו"ע זאגט אז אויב דער מאן זעהט אשתו מתקשטת לפניו ומשתדלתו וכו' איז מען זוכה צו גאר הייליגע קינדער.
אין שולחן ערוך דארט שטייט נישט אז ס'איז א חיוב אויפ'ן פרוי צו טוהן עפעס, וואס שטייט יא איז אז אויב די מאן זעהט אז די פרוי וויל זייער שטארק שלא בשעת עונה און ער שטעלט זיך צו צו איר איז ער זוכה וכו'

שמעקעדיג האט געשריבן:ווי אויך ווייסן מיר אז איינע פון די סיבות פון חתונה האבן איז "שמצילו מן החטא"

איך ווייס נישט דערפון, די מימרא פון "מצילות אותנו מן החטא" איז פון רבי חייא וואס האט געהאט א שלעכטע ווייב וואס האט איהם נישט אויפגעהערט צו פייניגן און ער איז נאכאלץ געווען גוט צו איר, ווען מ'האט איהם געפרעגט פארוואס האט ער געזאגט "אויף דעם אליינס וואס זי ציעט אויף מיינע קינדער און זי ראטעוועט מיר פון זינד דאס איז שוין גענוג אז איך זאל זיין גוט צו איר." (יבמות סג)

טיפיקל חתן רבי תורעס, מ'נעמט מאמרי חז"ל, מ'נעמט זיי ארויס פון קאנטעקסט, מ'לייגט צו אייגענע פירושים און דמיונות, און מ'האמיר א "דעת תורה". און אלע קעלבערלעך בוקן זיך און ווייזן מיט'ן (מיטעלסטען?) פינגער "אלה דעותיך ישראל".

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 9:06 pm
דורך שמעקעדיג
זיי נישט אזא צולייגער... ווילסט איך זאל איבערטייטשן די גמ' נדרים דף כ.?

איך האב שוין געהערט דיינע פורים תורות פון אסאך אויפגעקלערטע, די גמרא זאגט טאקע נישט אלעס אפן, אבער צווישן די שורות זעהט מען אז א מאן האט אמאל געקענט טון וואס ער האט געוואלט מיט'ן ווייב און זי האט זיך געמוזט צושטעלן. אזוי איז קלאר גע'פסק'נט אין שו"ע און אין רמב"ם.

עס איז א היינטיגע משוגעת (און רשעות) צו געבן אלע רעכטן פאר די פרויען און זאלן די מענער אויסגיין פאר צער. ווען מען לערנט אדורך גמ' ופוסקים זעהט מען קלאר אז די תורה האט געוואלט ביידע זאלן הנאה האבן און מכבד זיין איינער דעם צווייטן. די פרוי האט א חיוב צו טון די רצון פון דעם מאן און מכבד זיין ווי א מלך.

האסט אמאל געהערט פון די גמרא אין אשה אלא ליופי? דו ווילסט איך זאל דיר אראפברענגען א בוך מיט מקורות?

אומגלויבליך וואס גייט היינט פאר. מענער טארן גארנישט טון, אבער די פרויען דארפן זיך נישט צושטעלן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 9:07 pm
דורך שמעקעדיג
בת קול האט געשריבן:איך בין מחולק אז אלע פרויען האבן זיך ליב צו באפיצן.
עס מוז נישט זיין מען האט געהאט עפעס א מין טראומע אין די יוגנט.
@געלט האט שוין קלאר געמאכט אז אויסער דעם וואס זיי קומען זיך נישט אויס איבער די קאליר ליפסטיק און ענליכע פראבלעמען, האבן זיי א גוטע שלום בית.
שיקן א דריטע פארטי איבערצוגעבן וועט עס נישט מאכן אויס מאניפולעריש, אדער ווייניגער סעקסיסט..

מעגסט מחולק זיין. עס טוישט נישט דעם מציאות.