בלאט 12 פון 63

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 11:20 am
דורך פוןדעסטוועגןדאך
יואליש,
תיקון טעות- equal opportunity offending..

אמת אז פאוסט און פעילד מעסייע זענען די זעלבע, אין אונזערע אויגען. די חורבן איז אז אן ארטיקל פון די פאוסט ווערט איבערגדראשען אין צענדליגע, אויב נישט הונדערטע בלאגס און נייעס סייטס. עס האט א גרויסע השפעה. איבערהויפט ווען כלומרשט זאגן זיי נאך פון law enforcement. ווייניג לייגן צו קאפ צו טראכטען ווי זיי קענען ארויסנעמן ווערטער פון קאנטעקסט, און אינגאנצען פארדרייען די מכוון פון די ארגינעלע ווערטער.

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 11:23 am
דורך פידלער
קען איך suggesten אז מענטשן זאלן שרייבן זייערער געהעריגע נעמען אין די בריוון וואס זיי שיקן? אנאנימע בריוון האבן נישט די זעלבע impact און ס'ווייזט אז מיר שעמען זיך מיט וואס מיר שרייבן. אויך, ביטע שיסט נישט גערעגטע ווערטער פאר פייער און פאר וואסער. פרובירט צו שרייבן זאכלעך. און אויב איינער קען דיך העלפן מיט ענגליש ספעלינג און גראמאטיק, נעמטס יענעם'ס הילף. אסאך מאל שרייבן מיר נארמאלע זאכן, אבער ס'קוקט אויס קינדיש ווייל די ספעלינג איז אזוי שלעכט.

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 11:24 am
דורך outspoken
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=62WJaOaxYBQ[/youtube]

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 11:31 am
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 11:42 am
דורך [NAMELESS]
וואס איז נייעס איז מוחה
http://www.vosizneias.com/151409/2014/0 ... york-post/

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 11:45 am
דורך רויטע וואנצעס

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 11:53 am
דורך ישמעאל הכהן
יעדן צווייטן טאג איז דא א פראטעסט קעגן דעם פאוסט, יעדעס מאל פון א אנדערע גרופ וואס איז געווארן אפענדעד. דאס איז וואס זיי ווילן זיי לעבן פון דעם!

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 11:57 am
דורך רויטע וואנצעס
C/p. This is a private email and phone number from Aaron short
aaronmshort@yahoo.com
7182602547
this guy wrote the story on the post
Send him a email

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 11:58 am
דורך ישמעאל הכהן
ער מאכט אבער נישט דעם העדליין און ער האט נישט א ווארט וואו דער העדליין זאל זיין. מ'דארף בעיקר פראטעסטירן קעגן דעם עדיטאר

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 12:07 pm
דורך חד גדיא
רויטע וואנצעס האט געשריבן:sign Facebook petition
https://www.facebook.com/menachemstark

די חתימות פארמערן זיך ב"ה יעדע סעקונדע. ס'האלט שוין ביי 1820!

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 12:08 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב נישט עקסעס צו פעיסבוך. קען איינער אראפברענגען וואס דארט שטייט?

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 12:08 pm
דורך ישמעאל הכהן
וואס גייט עס אן פארן פאוסט אז ס'האט אסאך חתימות?

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 12:14 pm
דורך טעפל
ישמעאל הכהן האט געשריבן:וואס גייט עס אן פארן פאוסט אז ס'האט אסאך חתימות?

אפשר וועלן זיי כאפען וואו מיאוס זיי זענען געוועהן דא.

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 12:16 pm
דורך [NAMELESS]
די פארווערטס איז מוחה אויף די נ"י פאוסט
http://blogs.forward.com/forward-thinki ... -humanity/

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 12:19 pm
דורך יאיר
יואליש האט געשריבן:
איינגעמיירעט האט געשריבן:די ליבעראליוזים און די גרויזאמע געמיינקייט און השחתה פון די רעדאקציע איז ארויס פון אלע גבולים.


די ניו יארק פאוסט איז א קאנסערוואטיווע טעבלאויט. א חיים שאולזאהן שמוץ פעפער, א פעילד-מאסייע-סטיל, וואס זייער גאנצע חיונה ציען זיי פון קאנטראווערסיאלע העדליינס, קעגן יעדעם איינעם אן קיין דיסקרימענאציע. זיי זענען אן Equal Opportunity Offenders גאסיפ בלעטעל. און איינער וואס ליינט זיי יעדען טאג ווייסט אז זיי טוהן דאס מיט יעדן, זייענדיג א צוזאמשטעל פון קאנטראווערסיע-הינגעריג און איפכא מסתברא. דער "פאוסט" פארטרעט "דער גוי" אזוי ווי שמריה און שאולזאהן פארטרעטן "דער איד."

אעפ"כ א טעבלויט האט נישט לייסענס צו אפענדן און טאנצען קאדאטשקאס אויף טראגעדיעס, שווימען אין די בלוט און טרערן פון דעם נרצח'ס פארווייטאגטע משפחה און א שאקירטע געמיינדע. מ'ברויך מען מאכן א ויצעקו און זיי לייגן אין פלאץ, אזוי ווי ס'פאסירט אפט ווען זיי ציען איבער דאס שטריקל און בא'עוולה'ן אנדערע מינאריטעטן.

ס'קומט זיך א שכוח פאר יוסי געשטעטנער פארן אנהייבן די "איך האב אים נישט געוואלט טויט" קאמפעין נעכטן. (די פראבלעם איז אז ער שרייט וואלף און וויינט אויף טוויטער "מידיא באקריוועדע" יעדע שני וחמישי. און ס'איז שוין היינט א "טאקטיק" און זיין "ענטפער" צו יעדע אומבאקוועמע נייעס.)

דער נארישער, רשעות'דיגער קאמענט וואס זיי ברענגען פון פעילד מעסייע איז ריין אנטיסעמיטיש:
“His slanted shtreimel on his head gives his crookedness away,” one commenter wrote on FailedMessiah.com, referring to the victim’s fur hat in a photo.

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 12:21 pm
דורך [NAMELESS]
אלגעמיינער וועגן די נ"י פאוסט קאווער
http://www.algemeiner.com/2014/01/05/ou ... sidic-jew/

ערוץ שבע שרייבט אז ער גייט באגראבן ווערן אין הר המנוחות.....
http://www.israelnationalnews.com/News/ ... smUK_RDsxI

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 12:31 pm
דורך נאר,,פרייליך
ברסלבער האט געשריבן: יעדער האט ארויסגעברענגט אויף זיין שטייגער די גוטע זיטן פונעם נפטר, ער האט מרבה געווען בצדקה וחסד, געהאלפן אסאך במתן בסתר, שטענדיג געהאט א שמייכל צו יעדן, זיך נישט געקריגט מיט קיינעם, מען האט אויפגעזוכט אלע גוטע נקודות וואס ער האט געטוהן ביי זיין לעבן, איינער האט געזאגט אז ער פלעגט אויפשטיין יעדן טאג פארטאגס צו גיין לערנען און באגלייטן זיין זוהן אין ישיבה. און אזוי ווייטער האט יעדער ארויסגעברענגט די שבחים אויפן נפטר.
קיינער האט נישט גערעדט פון זיין שיינע קאר וואס ער האט געהאט, אדער פון זיין שיינע הויז, אדער פון אנדערע באקוועליכקייטן וואס ער האט פארמאגט. פארוואס? ווייל יעצט זענען די אלע זאכן נישט רעלעוואנט, די אלע זאכן לאזט מען דא, מען נעמט עס נישט מיט אויבן. פון וואס האט מען גערעדט? נאר פון די גוטע זאכן וואס ער האט געטוהן, נאר דאס איז יעצט נוגע, נאר דאס נעמט מען מיט נאכן שטארבן.

לאמיר דאס נעמען פאר א מוסר השכל. מען דארף זיך טאקע נישט פייניגן, מען דארף נישט אוועק ווארפן אלע עוה"ז'דיגע זאכן, מען מעג זיין באקוועם אויף דער וועלט. אבער אין בעק פון מח דארף מען געדענקן אז איין טאג וועל איך אויך ליגן דארט אין דעם ארון אינדערמיט, איבערגעדעקט מיט שווארצן ליילעך, און דאן וועט נאר זיין רעלעוואנט די גוטע זאכן וואס איך האב אריינגעכאפט אויף די וועלט, און ב"ה אז מיר זענען נאך דא און מיר האבן נאך די מעגליכקייטן זיך אנצופילן גאנצע זעק דערפון.

דאס איז א ריכטיגער ברסלבער שטיקעל
דער הייליגער רבי נתן האט דאס אריינגעבראקט אין זיינע תלמידים נאר צו זיין פארנימען נישט צו חלילה פארגעסן פינעם ריבוי עוה"ז די מינוט ווען מען וועט דיר טראגען מיט די פוס צו די טיר
.....
אז מען רעדט שוין נוסח ברסלב ברויך מען ארויסנעמען א נקודה טובה פינעם באריכט אינעם פאוסט היינט,
אז דאס וועט געבן א בליק פאר א רעכטדענקענדער גוי אז דאס אלעס וואס ער ליינט זיך אהן כסדר מיט העצע קעגן דעם עם הנבחר איז בלויז ענליכע שטריכען צום היינטיגען ארטיקעל און איז געטריבען בלויז פינעם הלכה בידוע, און ברויך אים נישט מחייב זיין צו טראכטען שלעכט אויף א יוד.

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 12:41 pm
דורך shem-tov
אדער פארקערט ליידער

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 12:45 pm
דורך אפטעמיסט
ימ"ש

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 1:34 pm
דורך קרעקער
ווען מיר האבען ווען א שארפטאן וואלען מיר אנדערש אויסגעזעהן

וויקיפעדיע

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 1:34 pm
דורך יואליש
וויקיפידיע'ס ליסט פון ניו יארק פאסט'ס קאנטרעווערסיע, אי אפשר לפרטם, אבער די דאזיגע קאנטרעווערסיע איז יעצט אויף די ליסטע.

https://en.wikipedia.org/wiki/New_York_ ... troversies

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 1:48 pm
דורך היימישער ליטוואק
בקיצור, איין זאך, דער פוסט איז רשעות'דיג, אומפרופעשיאניל, אכזריות'דיג, געמיין, נידריג, וואולגאר, בלוט-דורשטיג, גרויזאם. אלעס - - - - - - -
אבער נישט - - - - - - -
אנטיסעמיטיש
זיי טוהן דאס צו יעדן איינעם.
ביטע וואס איר שרייבט/שרייט/פראטעסטירט
נוצט נישט דעם אנטי-סעמיט טענה. ווייל
עס איז נישט גרעכט
און וועט בעקפייערן.

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 1:49 pm
דורך [NAMELESS]
דעילי מעיל פון ענגלאנד
http://www.dailymail.co.uk/news/article ... pster.html