בלאט 12 פון 50

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 6:46 pm
דורך מנשה לוסטיג
כוכב האט געשריבן:אויב דא איז דעות כוזבות דעמאלט בלייב זיצן אין פעיסבוק און הענג ארום מיט אלע שקצים און נקיבות וואס לייקן דיך.
וואס קומסטו דא בכלל?

איך זאג דעם אמת, ס'איז דורכזיכטיג כפירה רייד יעדע וואך באזונדער, כאטש איך זיץ אין פייס, מאכט עס נישט אוועק די אמת וואס איך זאג, קבל את האמת ממי שאמרו.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 6:57 pm
דורך בר דעת
מנשה קענסט נוצן א פרישע טעפל אייז וואסער.
אפשר גאר א פרישע רקידה'לע

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 6:58 pm
דורך כוכב
און דער איזרעאלי קליפ וואס דו לינקסט קיין יוטוב ווי פרויען און מענער טאנצן, יענץ איז תורה בטהרה, און נאר ואפילו בהסתרה איז נישט גענוג ווארעם.
מנשה, סטאפ דיין היפאקריטסווע.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 7:14 pm
דורך כוכב
דער סקווירער גיליון האט יעדע וואך דורכזוכטיגע כפירה צומאל איז עס אף ווייט כפירה און לכבוד יו'ט בעיזשע כפירה.
יעצט פרעג מיך אפ.
און זייט ווען איז א גראסערי מאן א פוסק אין הל' כפירה? הל' בשר בחלב פסקנסטו אויך?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 7:21 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך בין מוסר מודעה, אז כ'האב חלילה גארנישט פערזענליך קעגן דער בליק, איך שפיר אז כ'מוז זאגן וואס איך זעה דארט, יא איך נעם עס אין האנט יעדע דריטע וואך, און קוק ווידער, אפשר האבן זיי שוין אפגעלאזט די גריבלערייען אין זאכן וואס איז נישט געזונט פאר אונזערע יונגע קינדער צו לייענען, אבער ניין, זיי שרייבן מיט א פרישקייט נאך און נאך שעדליכע נושאים וואס איז א סכנה פאר ווער ס'וויל זיינע קינדער זאלן האלטן די קאפ גלייך.
און יעצט קענט איר מיר באוואשן מיט קאלטס און ווארעמס, כ'מיין כ'האב יוצא געווען.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 7:37 pm
דורך ישראל קאפקע
איך מוז צושטימען צו ר' מנשה,
נישט קיין אפענע דורזיכטיגע כפירה, אפילו נישט קיין באהאלטענע כפירה, אבער זיי שרייבן וועכנטליך איבער הייקעלע טעמעס וואס קען אפשוואכן סובקאנשעסלי קינדער און יונגעלייט וואס זענען נישט קלאר אין אמונה זאכן, כנלע''ד.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 7:46 pm
דורך כוכב
מנשה, אויסער מאלן וואסער און דעמאגאגן כדרכך בקודש מיט דיין קונסטלערישן vague שפראך. אפשר ציטירסטו עפעס א פאראגראף כפירה?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 7:49 pm
דורך יין שרף
ישראל קאפקע האט געשריבן:זיי שרייבן וועכנטליך איבער הייקעלע טעמעס וואס קען אפשוואכן סובקאנשעסלי קינדער און יונגעלייט וואס זענען נישט קלאר אין אמונה זאכן, כנלע''ד.


אמונה אין וואס???

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 7:55 pm
דורך בשבילי!
דאס איז חוץ'ן פורים מאכן פון זייערע ליינער. לעצטע וואך אויפן דעקל א ריזיגן בילד פון איש ירושלים, ווער קען מיינען אז דא קומט א זאפטיגס אינטערוויו מיט דעם מיסטעריעזן מאן, נאכן אפליינען בין איך געוואר געווארן אין וויפיל פיס סווימינג פול א קינד מעג דייוון. פארוואס האבן זיי פאר דעם געלט נישט אינטערוויווט א צווייטן לייף גארד?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 7:55 pm
דורך I'm back
יין שרף האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:זיי שרייבן וועכנטליך איבער הייקעלע טעמעס וואס קען אפשוואכן סובקאנשעסלי קינדער און יונגעלייט וואס זענען נישט קלאר אין אמונה זאכן, כנלע''ד.


אמונה אין וואס???


אללא

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 7:58 pm
דורך ישראל קאפקע
I'm back האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:זיי שרייבן וועכנטליך איבער הייקעלע טעמעס וואס קען אפשוואכן סובקאנשעסלי קינדער און יונגעלייט וואס זענען נישט קלאר אין אמונה זאכן, כנלע''ד.


אמונה אין וואס???


אללא

Stop it!!! One track minded b!t©hes.
מען מעג טאקע נישט האבן דא א נארמאלע שמועס?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 8:01 pm
דורך ישראל קאפקע
יין שרף האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:זיי שרייבן וועכנטליך איבער הייקעלע טעמעס וואס קען אפשוואכן סובקאנשעסלי קינדער און יונגעלייט וואס זענען נישט קלאר אין אמונה זאכן, כנלע''ד.


אמונה אין וואס???


איך קען דיר נישט געבן קיין משל אויפן פלאץ, לאמיר ווארטן ביז נאך שבת, (איך בליק עס געווענליך דורך אום שבת),

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 9:26 pm
דורך איך אויך
וואספארא טעראריסט ביסטו אז דו ווייסט אפילו נישט אז אללא מיינט גאט??

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 1:30 am
דורך ונבנתה העיר
ונבנתה העיר האט געשריבן:וואס איך קען נאר נישט פארשטיין איז פארוואס זיי לאזן זיך נישט אפ פון דעם נארישן 'א בליק', חוץ פון דעם וואס א בילדער העפט צום 'מאמענט' איז ווי דזשאו ביידן אין די ניין טעג [?], איז עס פול מיט אומבאלומפערטע, קרומע, נארישע, נישט-גוט-אויסגעלייגטע צושריפטן צו די בילדער.

אט איז א דוגמא פון די וואך, ער באשרייבט קריסטאל נאכט מיט אט דעם גרויסן בילד וואס יעדע הגיע לחינוך ווייסט אז דאס איז פונעם ווארשא'ער געטא.

באקומען אין אישי:

'מאמענט' און 'א בליק' צוטיילן זיך קומענדיגע וואך, ברוך הטוב והמטיב.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 1:48 am
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 5:08 pm
דורך מנשה לוסטיג
דער בליק איז נישקשה פאר זיך, און ס'דא צופיל קריטיק זינט איר שידוך מיטן טרייפענעם מאמענט

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 5:25 pm
דורך מנשה לוסטיג
קארל האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:וואס איך קען נאר נישט פארשטיין איז פארוואס זיי לאזן זיך נישט אפ פון דעם נארישן 'א בליק', חוץ פון דעם וואס א בילדער העפט צום 'מאמענט' איז ווי דזשאו ביידן אין די ניין טעג [?], איז עס פול מיט אומבאלומפערטע, קרומע, נארישע, נישט-גוט-אויסגעלייגטע צושריפטן צו די בילדער.

אט איז א דוגמא פון די וואך, ער באשרייבט קריסטאל נאכט מיט אט דעם גרויסן בילד וואס יעדע הגיע לחינוך ווייסט אז דאס איז פונעם ווארשא'ער געטא.

באקומען אין אישי:

'מאמענט' און 'א בליק' צוטיילן זיך קומענדיגע וואך, ברוך הטוב והמטיב.

אויף ראש השנה. "מאמענט" וועט אנשטאט "א בליק" צובאקומען צוויי מאגאזינען - פאר פרויען און קינדער.

יידישע?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 6:39 pm
דורך I'm back
ניין, סקווערע

נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 3:14 am
דורך מיין מיינונג
מפי השמועה האט ר׳ יואל קרויס פון די בארימטע YHK גראפיקס פירמע אפגעקויפט די מאמענט פון משפחת רובין, און ער זעלבסט ווערט דער רעדאקטאר און אויסשטעלער פון א מאמענט מיט נאך צוויי ביילאגעס וואס וועלן צוקומען וועכנטליך, א מאמענט פאר די שטוב און פאר די קינדער.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 9:06 am
דורך [NAMELESS]
Cp
קורצע היסטאריע פין די היינטיגע ארויסגעבער'ס פין די מאגעזין "א בליק"!
אנגעהויבן האט זיך מיט 4 יאר ציריק ווען זיי האבן געפענט א מאגעזין "די וועלט" א יאר נאכן דאס עפענען האבן זיי זיך ציקריגט מיט זייער שותף אין עס פארמאכט אין געפענט מיט א ניייע שותף א נייע מאגעזין "די אידישע וועלט" נאך א קנאפע יאר האבן זיי זיך ציקריגט מיטן צווייטע שותף אין פארמאכט די אידישע וועלט, דערנאך האבן זיי געפענט "א בליק" מיט א דריטע שותף אין פאר 4 חדשים ציריק האט זיי די דריטע שותף אויך איבערגעלאזט אין זיי זענען געגאנגען זיכן נייע אינוועסטערס אין געפענט די "מאמענט" וואס קומט ארויס ציזאמען מיט "א בליק"
יעצט 4 חדשים שפעטער לאזן די גרופע אינוועסטער'ס איבער די בעלי בתים פין א בליק אין טיילן זיך אפ אין די מאמענט וועט אי"ה אנהייבן ארוסקומען ווייטער אין העמיר ווארטן אין זעהן וואס א בליק גייט טון צי זיי וועלן זייך ציריק עפענען אדער בלייבן פארשפארט, אין די יעצטיגע טעג סיינען די בעלי בתים פין מאמענט קאנטראקט מיט די גרעסטע יודישע שרייבער'ס.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 10:12 am
דורך אפטעמיסט
[tag]ראשעקאל[/tag], אויב איז אמת אז "מאמענט" טיילט זיך אפ פונעם "בליק" (ווי ס'איז צום האפענונג) דארף מען טוישן דער קעפל פון דעם אשכול.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 10:16 am
דורך קענער
דארף מען פותח זיין א נייע אכשכול
איך וויל פארשטיין
דאס גייט זיין ממש אזוי ווי דער צייטשריפט ע"ה? די זעלבע סטייל און אויסשטעל?
מיט א ביטע צו יואל קרויס, זייטס מוחל און לייגט ארויס די פלענער

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 12:08 am
דורך אבי גערעדט
היינט געטוויט
@MagazineMoment: Some exciting announcements to come in this week's Moment. Who's ready? #MomentMagazine #Yiddish

m.twitter.com/MagazineMoment