אין יוני 19 2004 האבן אסטראנאמער אנדעקט אן אסטראויד וועלכע מ'האט א נאמען געגעבן
עפאפיס, וואס לויט חשבונות איז אויסגעקומען אז עס איז דא 2.7% שאנס (איינס פון 45) אז עס וועט אריינקראכן אין אונזער וועלט אין 2029. א קורצע צייט שפעטער האט מען אויסגערעכנט אז אין 2029 וועט עס נישט אריינקראכן, אבער עס איז דא א שאנס איינס פון 250,000 אז עס וועט צוריקקומען אין אפריל 13, 2036 און דעמאלטס אריינקראכן. לויט די חשבונות וואס האבן געוויזן אז עס וועט אריינקראכן אין 2036, איז אויסגעקומען אז עס וועט אריינפאלן אינעם פאסיפיק אקעאן, וואס דאס מיינט אז דורכן עוואקואירן דעם פאסיפיק קאוסט וועט מען קענען פארמיידן סיי וואספארא פאטאליטעטן, כאטשיג די געלט שאדענעס פון צונאמיס וואס דער קראך וואלט פאראורזאכט וואלטן געווען אומגעהויער גרויס.
נעכטן האבן נ
אסא וויסנשאפטלער געמאלדן אז לויט נייע חשבונות פון אינפארמאציע וואס מ'האט צוזאם געקליבן אין 2011 און אין 2012 קומט אויס אז די שאנסן אז עפאפיס זאל אריינקראכן אינעם וועלט זענען ווייניגער ווי איינס אין א מיליאן.
עס וועט נאך אלס זיין גאר אן אינטערעסאנטער פענאמענאן וועט אין 2029 וועט דער אסטראויד פארבייפליען די וועלט אזוי נאענט ווי 30,000 קילאמעטער. אין פארגלייך, די לבנה איז 385,000 קילאמעטער אוועק און קאמוניקאציע סאטעליטען זענען 35,000 קילאמעטער אוועק. קאסמאס מאגאזין האט שוין אפילו אנגעגרייט א
וועב בלאט וואו מ'וועט קענען מיטהאלטן לייוו ווי עס פליעט פארביי.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.