בלאט 12 פון 13

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 11:42 am
דורך הקטן
שבת אחים האט געשריבן:למשל סאיז דא פול מיט קליינע קריכיגע באשאפענישן וואס האבן זיך עוואלעווט אויסצוקוקן פונקטליך ווי זייערע ארומיגע ענווייערמענט, אסאך פון זיי קוקן למשל אויס פונקט ווי די גרינע בלעטל פונעם בוים כדאי צו פארבלענדן די אויגן פון די אנדערע בעלי חי׳. די זעלבע איז מיט די באוויסטע משל פון ״דארווינס פייגלעך״ (פיניטשעס)אין די גאלאפעקאוס אינזילן וואס אויף געוויסע אינזילן ווי סזענען געוואקסן מעהר הארטע בלעטער איז די זעלבע ״מין״ פייגל איוואלוועט צו האבן א שטערקערע פיסק (ביע״ק בלע״ז). אט די אלע זענען לכאורה נישט׳ רענדאם׳.

נאר וואס?
יש מנהיג לבירה??

נשלח: מיטוואך פעברואר 14, 2018 6:29 pm
דורך הקטן
songbirds-brains-mates
www.pnas.org/content/112/11/3517
וואס עוועלאציע קען אלס טון
“The magic of the songbird is that vocal learning is incredibly rare to find in animals,” said Dr. Woolley. “No ape can do it (except the human), no monkey can do it, and no rodent can do it.” And she believes that by understanding more about how songbirds use their brains to make sense of sound, she can learn more about how humans use theirs to develop a spoken language early to communicate later in life.


לכורה נישט רענדאם, וואס?
פארוואס נישט, יא רענדאם! א געזיליאן יאר
אבער די נקיבות טון דאך פארקערט
ok א געזיליען+ יאר

נשלח: מוצ"ש פעברואר 17, 2018 11:36 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ריכטיג האט געשריבן:ייש"כ כ'וועל עס באלד דורכלייענען.
וואו פונקטליך שרייבט דאס ר' גדליה? אין וועלעכער אני מאמין איז דאס נכלל? לויט מיין זכרון האט ר' גדליה בלויז געזאגט אז ס'איז נישטא קיין סיבה דאס נישט אנצונעמען. אבער פון דעם ביז יסוד האמונה איז דער וועג א ווייטער, ווי אויך האב איך ערענסטע ספיקות לפי"ז ווייל די יסודות האמונה טוישן זיך יעדע שטיק צייט מיט יעדע נייע אנטפלעקונג.

מ'מוז גלייבן אלעס וואס די וויסנשאפטלער זאגן, אזוי שטייט און גמרא, "חכמה בגוים תאמין", אויב נישט קען זיין אז דו בוזט א כופר בדברי חז"ל.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 17, 2018 11:42 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ריכטיג האט געשריבן:@יאיר, פון וויפיל איך לייען פון אייך זענט איר א שטארקע חסיד פון עוואלוציע עפ"י תורה, אפשר קענט איר מיר איינמאל פאר אלעמאל מסביר זיין וואס מאכט אייך נייטן דערצו מער ווי צו די טראדיציאנאלע פשט אין בראשית ברא?
אויב איר האט דאס שוין אמאל מסביר געווען ביטע שטעלט א לינק, ייש"כ.

א. אין גמרא שטייט אז "מעשה בראשית" און "מעשה מרכבה" טאר מען נישט לערנען ברבים, זעהט אויס אז די גמרא האט געהאלטן אז נישט יעדער קען עס פארשטיין, און דו קליינע ראצער ווילסט זאלן אז דו קענסט עס פארשטיין?

ב. ווייל מ'קען נישט אפטיילן אור פון חושך, און אין פסוק שטייט, ויבדל אלקים בין האור ובין החושך.

ג. אין פסוק שטייט 'ויהי ערב ויהי בוקר יום שני' און הערשט שפעטער שטייט 'ויאמר אלקים יהי מארת ברקיע השמים להבדיל בין היום ובין הלילה והיו לאתת ולמועדים ולימים ושנים'.

נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2018 12:01 am
דורך berlbalaguleh
הקטן האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:למשל סאיז דא פול מיט קליינע קריכיגע באשאפענישן וואס האבן זיך עוואלעווט אויסצוקוקן פונקטליך ווי זייערע ארומיגע ענווייערמענט, אסאך פון זיי קוקן למשל אויס פונקט ווי די גרינע בלעטל פונעם בוים כדאי צו פארבלענדן די אויגן פון די אנדערע בעלי חי׳. די זעלבע איז מיט די באוויסטע משל פון ״דארווינס פייגלעך״ (פיניטשעס)אין די גאלאפעקאוס אינזילן וואס אויף געוויסע אינזילן ווי סזענען געוואקסן מעהר הארטע בלעטער איז די זעלבע ״מין״ פייגל איוואלוועט צו האבן א שטערקערע פיסק (ביע״ק בלע״ז). אט די אלע זענען לכאורה נישט׳ רענדאם׳.

נאר וואס?
יש מנהיג לבירה??

הקטן: אט דאס איז די פונדאמעטאלע חילוק צווישן די עוואלוציאנערן (תלמידיו של דארווין) און די מאמינים בה' אלוקי ישראל. זיי זעהען די זעלבע פאקטן. און די טיפשים נייטן זיך אריינצולערנען פשט אז דאס איז וואס זיי רופן אן..."עוואלוציע/דארוויניזם". און די נארמאלע מענטשן די בעלי שכל פארשטייען אז דאס איז חכמה אלוקית. וואס הקב"ה האט מיט גרויס חכמה באשאפן א יעדע זאך און באשעפענישן לפי צרכיהם...!

דער רמב"ם זאגט זייער א גוטן משל איבער דעם. ווען א מענטש זאלל אריינגיין אין א פלאץ (מוזעאום) וואו ס'זענען דא הערליכע בילדער און צייכענונגען פון בערג און וועלדער און טייכן. אויב ער וועט זאגן אז די אלע זאכן זענען געווארן פון זיך אליינס דורך א צופאל. ס'האט זיך אויסגעגאסן פלעשלעך טינט פון פארשידענע פארבן און ס'איז ארויסגעקומען אזא הערליכע בילד. דער מענטש איז דאך א חסר דיעה. און א יעדער נארמאלער מענטש וועט פארשטיין אז א גרויסער קונסטלער האט דאס געמאכט מיט גרויס חכמה...!

נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:09 am
דורך רביה''ק זי''ע
הקטן האט געשריבן:בער בלייבט בער - ס'איז אייביג געווען שווארצע בערן און ווייסע בערן


www.youtube.com/watch?v=LsM8n1g57SA

לייגטס אוועק די קליפ, אין מילליאן יאר ארום, ווען הקטן וועט 'טענה'ן אז "ס'איז אייביג געווען ברוינע דזיראפעס און ווייסע דזיראפעס", זאלסטו האבן מיט וואס איהם אפצופרעגן.
שאל אביך ויגדך, ס'געווען אמאל א צייט ווען ס'נאר געווען ברוינע דזיראפעס.

נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2018 2:04 am
דורך [NAMELESS]
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:ייש"כ כ'וועל עס באלד דורכלייענען.
וואו פונקטליך שרייבט דאס ר' גדליה? אין וועלעכער אני מאמין איז דאס נכלל? לויט מיין זכרון האט ר' גדליה בלויז געזאגט אז ס'איז נישטא קיין סיבה דאס נישט אנצונעמען. אבער פון דעם ביז יסוד האמונה איז דער וועג א ווייטער, ווי אויך האב איך ערענסטע ספיקות לפי"ז ווייל די יסודות האמונה טוישן זיך יעדע שטיק צייט מיט יעדע נייע אנטפלעקונג.

מ'מוז גלייבן אלעס וואס די וויסנשאפטלער זאגן, אזוי שטייט און גמרא, "חכמה בגוים תאמין", אויב נישט קען זיין אז דו בוזט א כופר בדברי חז"ל.

איך גלויב אז עס זענען דא גוי'אישע חכמים, איך מוז אבער נישט גלויבן אז יעדע מסקנא פון א חכם איז אמת.

נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2018 2:08 am
דורך [NAMELESS]
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:@יאיר, פון וויפיל איך לייען פון אייך זענט איר א שטארקע חסיד פון עוואלוציע עפ"י תורה, אפשר קענט איר מיר איינמאל פאר אלעמאל מסביר זיין וואס מאכט אייך נייטן דערצו מער ווי צו די טראדיציאנאלע פשט אין בראשית ברא?
אויב איר האט דאס שוין אמאל מסביר געווען ביטע שטעלט א לינק, ייש"כ.

א. אין גמרא שטייט אז "מעשה בראשית" און "מעשה מרכבה" טאר מען נישט לערנען ברבים, זעהט אויס אז די גמרא האט געהאלטן אז נישט יעדער קען עס פארשטיין, און דו קליינע ראצער ווילסט זאלן אז דו קענסט עס פארשטיין?

ב. ווייל מ'קען נישט אפטיילן אור פון חושך, און אין פסוק שטייט, ויבדל אלקים בין האור ובין החושך.

ג. אין פסוק שטייט 'ויהי ערב ויהי בוקר יום שני' און הערשט שפעטער שטייט 'ויאמר אלקים יהי מארת ברקיע השמים להבדיל בין היום ובין הלילה והיו לאתת ולמועדים ולימים ושנים'.

א. מעשה בראשית און מעשה מרכבה איז עוואלוציע???

ב..איך האב נארוואס געבלינקט די לייט ביי מיר אין שטוב, ויבדל ריכטיג בין האור ובין החושך... וואסערע נאנסענס.

ג. אשר על כן?

נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2018 7:46 am
דורך רביה''ק זי''ע
ריכטיג האט געשריבן:א. מעשה בראשית און מעשה מרכבה איז עוואלוציע???
ניין, ס'איז סודות התורה.


ריכטיג האט געשריבן:ב..איך האב נארוואס געבלינקט די לייט ביי מיר אין שטוב, ויבדל ריכטיג בין האור ובין החושך... וואסערע נאנסענס.
רש"י הקדוש קריגט מיט אייך, ער זאגט אז ס'האט נישט קיין פשט על פי פשוטו של מקרא.


ריכטיג האט געשריבן:ג. אשר על כן?
מוז זיין אז ס'איז נישט כפשוטו, נאר סודות התורה.

נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2018 7:48 am
דורך רביה''ק זי''ע
ריכטיג האט געשריבן:איך גלויב אז עס זענען דא גוי'אישע חכמים, איך מוז אבער נישט גלויבן אז יעדע מסקנא פון א חכם איז אמת.

קום צוזאמען טייטשן, חכמה בגוים=וויסנשאפט פון די פעלקר. תאמין=זאלסטו גלייבן.
ענידיוועס, מ'דארף גלייבן אז ס'וואלט געקענט זיין אמת.

נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2018 9:22 am
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: חכמה בגויים, תאמין. אז דו זאלסט גלייבן אז ס'איז דא אזא קאנסעפט ווי חכמה ביי די גויים. אבער דאס מיינט נישט אז איך קען נישט קריטיש אנאליזירן וואס זיי זאגן. אויב דאס שטימט מיט'ן מציאות אדער נישט...!

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2018 5:32 pm
דורך הקטן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:בער בלייבט בער - ס'איז אייביג געווען שווארצע בערן און ווייסע בערן


http://www.youtube.com/watch?v=LsM8n1g57SA

לייגטס אוועק די קליפ, אין מילליאן יאר ארום, ווען הקטן וועט 'טענה'ן אז "ס'איז אייביג געווען ברוינע דזיראפעס און ווייסע דזיראפעס", זאלסטו האבן מיט וואס איהם אפצופרעגן.
שאל אביך ויגדך, ס'געווען אמאל א צייט ווען ס'נאר געווען ברוינע דזיראפעס.

באהאלט דעם קליפ, אויף דעם קליפ וועט מען דאך קלאר זען אז ס'איז אייביק געווען ווייסע, הגם נישט קיין סך.

פאר דו שרייבסט, ווער קודם געוואר וואס די "חכמה בגוים" זאגן, מאך דיך נישט צונער
די קלעסיק סטאדי פין די פיסקלעך פין די פייגליך, זאגט בכלל נישט אז דא איז באשאפען געווארן א נייער סארט פייגל - "סערווייוועל אף די פיטעס" איז מסביר פארוואס פין דער אלטער בער אדער פייגיל איז היינט דא מער וואו אנדערע.

דאס איז ס'איז אייביג געווען ביידער בערן איז נישט מיין חידיש

נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2020 7:45 pm
דורך כרם זית
אין די ספר ''הרב הדומה למלאך'' וואס באשרייבט דער גאון ר' ברוך בער ז''ל, ווערט געברענגט אז ווען רב''ב איז געווען אין ניו יורק איז פארגעקומען א קבלת פנים פאר אים ביי די ניו יורקער באן סטאנציע, וואו עס האט צווישן אנדערע אויפגעטראטן די מעיאר פון ניו יורק לכבודו. האט דאן דער מעיאר געזאגט אז די עצם מציאות פון ר' ברוך בער איז א סתירה מיט דארווינ'ס טעאריע וויבאלד עס איז נישט מעגלעך אז אזא אויסגעארבעטע מענטש זאל שטאמען פון מאלפע'ס.

באותו ענין האב איך געהערט פון א מגיד שיעור אז ווען א בחור פרעגט א קשיא פון ראשונים איז עס די גרעסטע אפרעג אויף דארווינ'ס טעאריע, וויבאלד עס קומט אויס אז די היינטיגע מוחות פארשטייען די זעלבע ווי אמאליגע...

נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2021 7:23 pm
דורך מי אני
3E2A79EE-0EFE-48E8-9DEB-9E60FF9894E7.jpeg
מספר על האדם (פי״ב) מהרב מנחם נחום משטעפינעשט/איטצקאן זצ״ל.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 1:33 pm
דורך מי אני
C89C5760-A184-4587-8A9E-797FD6255B33.jpeg

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 7:47 am
דורך מי אני
6A2B2B95-F9B9-4F2B-9B20-B12FCCD3589F.jpeg

דער נוצרישער טעאלאג דר. ראָווען וויליאמס.

נשלח: זונטאג מערץ 20, 2022 10:10 pm
דורך מי אני
הרב דר. מיכאל אברהם שרייבט:
ידידי נדב שנרב אמר לי פעם שהוא אינו מבין מדוע האבולוציה סותרת את המסורת שלנו יותר מהגרביטציה. אם מניחים שחוקי הטבע פועלים בלי מפעיל, אז גם הגרביטציה סותרת את האמונה שלנו לא פחות מהאבולוציה, ואם אנחנו מקבלים את העובדה שהמדע מתאר את פעולתו של הקב”ה, אזי אין סתירה מהותית בין תיאוריה מדעית כלשהי לבין המסורת הדתית.

נשלח: זונטאג מערץ 20, 2022 11:43 pm
דורך שאלתיאל
איך ציטער אריינצולייגן מיין קאפ צווישן די גרויסע בערג וואס האבן זיך דא ארומגעאמפערט אבער איך זעה אז מען האט נאכנישט אראפגעברענגט ר' גדליה נדל'ס תורה איבער דער עוואלוציע. ער טענה'ט אז מען קען אנעמען דארווינ'ס טעאריע פון עוואלוציע און ס'איז נישט קיין סתירה כהוא זה צו מעשה בראשית און צו דעם אז דער באשעפער האט באשאפן די וועלט. איך פארשטיי נישט אינגאנצן עד הסוף וואס ער זאגט אבער איך וועל ציטירן דא עטליכע שטיקלעך:

1.PNG

2.PNG


דא שרייבט ער מיט וואס ער קריגט זיך אויף אים

3.PNG

נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2022 8:13 am
דורך מי אני
הרב דר. נתן סליפקין איז זיך שטארק מסתמך אויף אים אין זיין The Challenge of Creation.

Re: דארווין

נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2022 10:15 am
דורך כרם זית
הרב יהושע ענבל אין זיין ספר 'לדרכה של תורה שבעל פה' האט עטליכע הערות אויף ר' גדליה. כ'וועל עס שפעטער בע''ה מעתיק זיין.

נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2022 1:52 pm
דורך שאלתיאל
כרם זית האט געשריבן:הרב יהושע ענבל אין זיין ספר 'לדרכה של תורה שבעל פה' האט עטליכע הערות אויף ר' גדליה. כ'וועל עס שפעטער בע''ה מעתיק זיין.

אונז ווארטן מיר אויפן העתקה

נשלח: מאנטאג אפריל 04, 2022 3:02 pm
דורך מי אני
הרב שמואל אלכסנדראוו ז״ל אין זיין טל תחיה אויף אבות איז מפרש דעם (אבות פ״ג מי״ז) אם אין קמח אין תורה אם אין תורה אין קמח, אז דאס גייט מיט דעם אז נאטורליכע סעלעקציע וואו מ׳האט געזוכט צו סורווייוון און פארשאפן ״קמח״ ומזון לקיום המין, דאס האט צוביסלעך גורם געווען אז די ביי וועמען די דעת איז נתפתח געווארן [״תורה״] און האבן דאס גרינגער געקענט דאדורך שאפן זענען סעלעקטירט געווארן. און דערנאך האט דאס געשטארקט אז זיי זאלן ווייטער גרינגער קענען פארשאפן די ״קמח״ ומזון.
51F05792-7B26-4A0E-810F-908D1E299100.jpeg

נשלח: מיטוואך יוני 29, 2022 6:10 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי