בלאט 12 פון 16

נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 8:15 pm
דורך שמואל פרימו
ער ליידט פאר די עוונות פונעם דור.

נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 8:16 pm
דורך שמואל פרימו
גר ותושב האט געשריבן:
שמואל פרימו האט געשריבן:גר ותושב, הגם דו האסט געטשעפעט, אבער דו פרעגסט אן ערנסטע פראגע, וועל איך דיר ענטפערן:

מיר האבן פראבירט צו זיין אין א קהילה, מען האט אונז פון איבעראל פארטריבן. קודם בארא-פארק, דערנאך מאנסי - וואס א דאנק דעם קאשויער מיט זיינע רדיפות האבן מיר געמוזט אוועקגיין פון דארט. דאן איז פארגעקומען דעם גירוש קאנאדא, מיר האבן פראבירט צו גיין צו אן אנדערן פראווינץ אבער מען האט אונז אויך פון דארט פארטריבן. דעריבער זענען מיר וואו מיר זענען.

מיר וואלטן געווען מער פון גערן זיך צו געפינען אינאיינעם מיט אנדערע אידישע קינדער - מען לאזט אונז נאר נישט.

אסאך צדיקים האבן געוואנדערט פון איין פלאץ צום אנדערן און געליטן פיהל רדיפות אבער קיינער איז נישט געגאנגען מחוץ לישוב וועיגן דעים.


קענסט מיר ענטפערן, בנאמנות, וואס ער האט געזאלט טון אין אזא מצב? - אדרבה, וואס וואלסטו געטאן?

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 8:17 pm
דורך גר ותושב
שמואל פרימו האט געשריבן:
גר ותושב האט געשריבן:
שמואל פרימו האט געשריבן:גר ותושב, הגם דו האסט געטשעפעט, אבער דו פרעגסט אן ערנסטע פראגע, וועל איך דיר ענטפערן:

מיר האבן פראבירט צו זיין אין א קהילה, מען האט אונז פון איבעראל פארטריבן. קודם בארא-פארק, דערנאך מאנסי - וואס א דאנק דעם קאשויער מיט זיינע רדיפות האבן מיר געמוזט אוועקגיין פון דארט. דאן איז פארגעקומען דעם גירוש קאנאדא, מיר האבן פראבירט צו גיין צו אן אנדערן פראווינץ אבער מען האט אונז אויך פון דארט פארטריבן. דעריבער זענען מיר וואו מיר זענען.

מיר וואלטן געווען מער פון גערן זיך צו געפינען אינאיינעם מיט אנדערע אידישע קינדער - מען לאזט אונז נאר נישט.

אסאך צדיקים האבן געוואנדערט פון איין פלאץ צום אנדערן און געליטן פיהל רדיפות אבער קיינער איז נישט געגאנגען מחוץ לישוב וועיגן דעים.


קענסט מיר ענטפערן, בנאמנות, וואס ער האט געזאלט טון אין אזא מצב? - אדרבה, וואס וואלסטו געטאן?

זיך געבויגן דאס קאפ געליטן און געשויגן און געזאגט כפרת עוונות

נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 8:18 pm
דורך שמואל פרימו
און זיך געלאזט איינזעצן אין תפיסה, אין איינעם מיט א גאנצע קהילה? - וואס, דו האסט פיבער אפשר?


...
אקעי, איך דארף גיין נאך פינף מינוט - דער רבי לאזט מיר רופן.

ווער עס וויל זיך מזכיר זיין, קען שיקן אן אישי (בדרך כבוד מיט רעספעקט, וועל איך עס מזכיר זיין בל"נ)

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 8:19 pm
דורך גר ותושב
שמואל פרימו האט געשריבן:ער ליידט פאר די עוונות פונעם דור.

אבער אפשר ליידט ער פאר זיין אייגענע עוונות אדער אפשר איז ער סתם אדוירך פאל.
איך האב שוין דערמאנט אויבן אז כדי צו פאכן מיט די העכערע זאכן פעינדל דארף מען פארשטיין קודם פארוואס ער איז העכער קודם און אנדערע ווערטער קודם זיי מסביר די סולם מוצב ארצה אז איך זאל קענען גלייבן אז ראשו מגיע השמימה.

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 8:19 pm
דורך ביליג
יעדע מענטש האט זיך זיינע שוואכקייטן.. און אין ערגסטן פאל ווערט ער אנגערופן א מענטש מיט משוגעיתן
ווען איינער האט אסאך משוגאתן ווערט ער אנגערופען א"משוגונער"
ודו"ק ותשכח

נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 8:23 pm
דורך (1 נייע הודעה)
שמואל דער רבי האט גיבעטין צו וייטער שרייבן

נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 8:23 pm
דורך שמואל פרימו
ביליג האט געשריבן:יעדע מענטש האט זיך זיינע שוואכקייטן.. און אין ערגסטן פאל ווערט ער אנגערופן א מענטש מיט משוגעיתן
ווען איינער האט אסאך משוגאתן ווערט ער אנגערופען א"משוגונער"
ודו"ק ותשכח


איימסארי, איך זעה נישט אין אים מער משוגעת'ן ווי אין דעם סקוויראער אדער תו"א רבי. ווילסט עס אויסרעכענען איינס פער איינס? - איך בין גרייט.

איך דארף יעצט לויפן, מיר וועלן ממשיך זיין שפעטער.

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 8:26 pm
דורך גר ותושב
(1 נייע הודעה) האט געשריבן:שמואל דער רבי האט גיבעטין צו וייטער שרייבן

רבותי עס איז מיר א גרויסע כבוד אז קהילת לב טהור האלט מיט וואס מיר שרייבן.

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 8:28 pm
דורך ביליג
ער האט צוזאמגענומען
פרומקייטן פון תו"א
פיינונגען פון שומרי אמונים
דיקטארשאפט פון סקווירא
קנאות פון סאטמאר
נגונים פון ספרדים
לבוש פון תנאים
מלקות פון די תורה
פאסטן פון די אראבער
וכו' וכו'
דו כאפסט די נקודה אדער איך זאל עס מער מסביר זיין ?

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 8:32 pm
דורך גר ותושב
איך מיין אז ביליג איז זייער גערעכט די האסט אויסגערעכנט א סאך חסרונות פון אנדערע רביים וואס זענען אומפארשטענדליך אבער יעדער פון זיי מיט אפאר אנדערע זאכן און נישט אזוי שטארק עקסטרים און יעדער פון זיי האט סוף כל סוף א תשובה בצידו פון זכות אבות מגן עליו מה שאין כן דיין פירער האט איז א כל בו ער האט אלע דערמאנטע חסרונות און אויף די מערסטע עקסטרימע אופן אבער ער האט נישט קיין זכות אבות.

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 8:38 pm
דורך גר ותושב
און וואס איז מיטן לבוש פון די מענער?
און בעצם וואס איז די מקור פון זיך פירן ווי אמאל?
און ווי ענדיגט זיך עס איז דא לעקטער ביי עינק?

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 8:56 pm
דורך Big Boss
Put up your information if someone wants to donate. Perhaps you should open a go fund me for the property you guys want to get.


Although I personally have a very different view on Judaism, you have the right to practice any religion the way you perceive it.


You guys definitely shouldn't be living under such harsh circumstances.


Each and everyone of you deserves the Basic Essentials of life. I am sure a lot of people here even if they disagree they would still want to see the quality of life improved.


If you could put a solid plan forward. I am sure you would  get some help. 



Sent from my SM-G935V using Tapatalk

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 9:02 pm
דורך ביליג
קיינער האלט נישט אז די מענטשן זענען מחייב מיתה.
סך הכל האט מען טענות אויף דעם מנהיג און זיינע דרכים.

נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 9:03 pm
דורך בת קול
שמילו, עס קען טאקע זיין אז א פרעגער פרעגט שאלות מיט ווייניגער כבוד וואס עס פאסט דיר, די שאלות זענען אבער לעגעטימע, און די וויטערדיגע ליינער בלייבן מיט שאלות, וואס דו לאזט אומגעענטפערט.
איך בין זיכער אז ענק טוען נישט זאכן אן קיין הסבר, איז וואס שטערט דיר צו ענטפערן די סיבות, נישט קיין חילוק ווער און פארוואס מען פרעגט?

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 9:33 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נישט בלויע בלוט איז דער ענין. הרב טווערסקי איז ממשיך א קייט אין וואס זיין חסידים זענען געבוירען. איך קוק עס אן ווי נאנסענס און פארקרומט, אבער אזוי לעבען זיי. דער רבי'ס זענען פלעינער מענטשען וואס קלערען אז אזוי זענען זיי עפעס ממשיך, געמישט מיט א שטיקעל מדות פראבלעם.
דיין רבי איז א תלמיד פון קיינעם, און זיין גאנג צייגט נאר אויף אינערליכע שלעכטס. ער האט נישט וואס אנצוהאלטען, ער האט נישט קיין רעכט זיך עפעס איינצורעדען אז אזוי מוז זיין. נאר זיין מדות פראבלעם.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 10:16 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
נאך 5 מינוט די רבי לאזט מיך ריפען [FACE WITH TEARS OF JOY]

נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 10:26 pm
דורך [NAMELESS]
שמואל פרימו האט געשריבן:ס'איז געווען איין מענטש, וואס האט געשריבן מיט צוויי ניקים אן רשות... ער איז געגאנגען צו א לייבערי אין קענעדע, באהאלטענערהייט אן רשות... דער רבי האט אים שווער גע'קנס'עט דערויף.

ביטע ווייז אן א מראה מקום אין חז״ל אז א רבי צו א מנהיג מעג באשטראפן א צווייטען, דאכט זיך מיר אז אין אונזער אידישע היסטוריה איז דאס נאר געווען בימי הסנהדרין.

פרעגסט פארוואס לב טהור איז אנדערשט פון סיי וועלעכער חסידות, לעניית דעתי ליגט אין דיינע ווערטער באהאלטן טייל פון די תשובה, דאס אז א רבי זאל באשטראפן אנדערע מאכט ענק פאר א קולט. דאס האט גארנישט מיט אידישקייט.

נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 10:39 pm
דורך שמעקעדיג
שמואל פרימו האט געשריבן:אקעי, איך דארף גיין נאך פינף מינוט - דער רבי לאזט מיר רופן.

האסט פארגעסן שרייבן תמ"ל.
הגם ווארשיינליך בשוגג, קומט זיך דיר ה' פעמים מלקות. אז דו וועסט עס מקבל זיין באהבה, וועסטו האבן די זכי' און אפקומען נאך אויף דער וועלט.

נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 10:47 pm
דורך שמואל פרימו
שמעקעדיג, דו רעדסט? - דו ווייסט דאך יא, דו שעמסט זיך נישט צו טון דאס זעלבע פאר א צווייטע חסידות? - קענסט מיר זאגן וואס זיי זענען אנדערש פון דיין חסידות? דו, שעמסט זיך נישט אזוי צו רעדן?

איך וואלט ערווארטעט אז דו זאלסט צוריקציען פון דיין לצנות און איבערבעטן א גאנצע קהילה בישראל.

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 11:01 pm
דורך ביליג
לב טהור איז נישט קיין חסידות. פינטל.
עס איז א קולט!
אפשר וויסטו נישט וואס מיינט א קולט אדער ווייס איך נישט וואס מיינט א חסידות.

נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 11:03 pm
דורך שמואל פרימו
אויב אזוי איז ניקלשבורג מיט סקווירא אויך א קולט.

נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 11:05 pm
דורך יהושע חיים
אויב איך מעג פרעגן דער טעם פון נישט עסען אייער און בשר עוף? אויב עס איז אמת
איז עס אלס געזינטהייט אדער מיט כשרות העופות בנוגע למסורת העופות?