בלאט 12 פון 214

נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 2:29 pm
דורך פליישיגער
ליינענדיג די פארום א שטיק צייט האב איך באשלאסען אריינצורעדן אין די טעמעס וואס ווערט דא דורכגעשמועסט, איך האף צו נהנה זיין און צו מהנה זיין אנדערע מיט מיינע תגובות.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 2:29 pm
דורך איך אויך
ס'גיט האט געשריבן:איבערקליגען אלע ניקים אויף א שפיציגע פארנעם איז מיין ציל נאכדעם וואס עס איז שוין א לאנגע צייט וואס איך ווער נערוועז צו זעהן אסאך וואס דארפען א פיקס אפ


מיט וועם גייסטו אנהייבן?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 2:30 pm
דורך ARONGREEN
CHUSID FROM NEW YORK
TRYING TO HELP PEOPLE MOVE ON IN LIFE . DECIDED TO JOIN TO CORRECT PEOPLE AND TRY TO HELP WITH THEM WITH WHAT I COULD

נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 2:31 pm
דורך קאווע טרינקער
ARONGREEN האט געשריבן:CHUSID FROM NEW YORK
TRYING TO HELP PEOPLE MOVE ON IN LIFE . DECIDED TO JOIN TO CORRECT PEOPLE AND TRY TO HELP WITH THEM WITH WHAT I COULD

I AM READY

נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 2:33 pm
דורך רויטע וואנצעס
ענדליך מיינט עס איינער ערענסט! ואפפער קעפס יוכיח.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 2:38 pm
דורך איך אויך
האמיר שוין צויי שפאגל נייע טערעפיסטן (פרישע האגער/פראדאקטיוו/להשיג גראדאירטע?) וואס זענען גרייט מטפל צו זיין מיטן עולם.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 5:02 pm
דורך טאטעלע שיינער
איך ווייס נישט וויאזוי דאס איז, אבער נעכטן האט א חבר מיינער מיר געשיקט אן אי מייל מיט א לינק צו ״קאווע שטיבל״.

איך זעה אז עס טוט זיך דא א וועלט אנבעליוועבל, און איך האב קיינמאל פון דעם נישט געהערט, אלס אנגעקומען שפעט און דער ארבייט ווייל איך האב געדארפט אויפיקן די לעצטע נייעס און בהמ״ד קאווע שטיבל, פיל פסקים און עגמת נפש וואלט איך געשפארט ווען איך ווייס ווען פון דעם געבענטשטען מקום!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 5:03 pm
דורך מבין דבר
ארויסגעבען מיינוגען מיט א אמת. זיך נישט לאזען נארען פון מפיצי מעשיות און שמועות מלא אייגענע נגיעות אין סיבות נאר קומען מיט די ריכטיגע מקורות

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 10:28 pm
דורך עכט פרום
איך בין א אינגערמאן אין די דרייסיגער יארן, זייער ערליך און אפגעהיטן. איך גלייך אבער צו הערן פארשידענע מיינונגען און געדאנקן פון אלע זייטן ווילאנג עס איז נישט נגד תורת משה. מיין גרעסטע תאוה איז א הייסע מקוה, מיין קלענסטע תאוה איז געלט, יאפטשיק איז ערגעץ אין צווישן. שוין אייוואנע בי עי פארט אף די פארטי דא.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 10:28 pm
דורך חיים צבי
איך בין א אינגערמאן, א מיטגליד פון די סאטמאר מהרא קהילה. איך נוץ דערווייל אייוועלט אלץ מיין סאציאלער פארברענג פלאץ אויפן וועב, טראצדעם האב איך מיר געעפענט דא א ניק צו ליינען, לייקן, און צומאל קאמענטירן אויף די נושאים וואס אינטערעסירן מיר.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 11:46 pm
דורך קאווע טרינקער
עכט פרום האט געשריבן:איך בין א אינגערמאן אין די דרייסיגער יארן, זייער ערליך און אפגעהיטן

מיט וואס? עירוב? חיטוטי שכבי?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 11:47 pm
דורך קאווע טרינקער
חיים צבי האט געשריבן:איך בין א אינגערמאן, א מיטגליד פון די סאטמאר מהרא קהילה. איך נוץ דערווייל אייוועלט אלץ מיין סאציאלער פארברענג פלאץ אויפן וועב

וואס איז דיין ניק דארט?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 11:50 pm
דורך קאווע טרינקער
טאטעלע שיינער האט געשריבן:אלס אנגעקומען שפעט און דער ארבייט ווייל איך האב געדארפט אויפיקן די לעצטע נייעס און בהמ״ד קאווע שטיבל, פיל פסקים און עגמת נפש וואלט איך געשפארט ווען איך ווייס ווען פון דעם געבענטשטען מקום!

יא קאווע שטיבל איז די שורש פון אלע פראבלעמען

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 11:51 pm
דורך קאווע טרינקער
פליישיגער האט געשריבן:ליינענדיג די פארום א שטיק צייט האב איך באשלאסען אריינצורעדן אין די טעמעס וואס ווערט דא דורכגעשמועסט, איך האף צו נהנה זיין און צו מהנה זיין אנדערע מיט מיינע תגובות.

פליז שטיי ווייט פון די מילקשעיקער אשכול.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 12:39 am
דורך יתרו
יתרו האט געשריבן:איך בין שוין מיד פון אלע ניקים וואס קומען אן מיט א ערשטע הודעה אנגעפילט מיט געקינצעלטע פראזן און דער עולם מיינט אז אט אט באווייזט זיך א נייער שטערן. אבער וואו וואס ווען? מען הערט נישט פון זיין קיין פיפס די נעקסטע האלבע יאר.
רימון כ'מיין נישט דיר.

טעות, רימון כ'מיין דיר אויך.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 9:16 am
דורך חיים צבי
קאווע טרינקער האט געשריבן:
חיים צבי האט געשריבן:איך בין א אינגערמאן, א מיטגליד פון די סאטמאר מהרא קהילה. איך נוץ דערווייל אייוועלט אלץ מיין סאציאלער פארברענג פלאץ אויפן וועב

וואס איז דיין ניק דארט?
חיים צבי

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 8:55 pm
דורך ידוע תדע
איך מוז מגייב זיין אויף געוויסע שמיעסן אין די קאווע שטיבעל
און עס איז מיר א פארגעניגען אנטייל צו נעמען אין די ברייט פארצוויגטע נושאים אונם קאווע שטיבל.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 3:08 pm
דורך ירא שמים
איך בין אזוי וואו מזאגט א היימישע וואוילע יונגערמאן וואס זיצט אפ די יארן אין כולל און איך טרינק צווישען אפינף אין צען איך גדענק נישט פונקנעך נאר אזוי מיין איך

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 3:12 pm
דורך Canon
מיינע אינטערעסן זענען באזירט אויף פאטאגראפיע, איך האף צו קענען בארייכערן דא מיט מיינע ידיעות אין דעם שטח, איך האלט שוין דא ביי 25 ווערטער?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 3:12 pm
דורך יהושיע
איך האב לעצטענעס געריעלייזט, אז די קאווע שטיבל איז נישט אזוי ווי איך האב געמיינט. באמערקט האב איך ווי די אשכול שרייבער זענען נישט סתם קיין היציגע יונגעלייט וואס האבן נישט/יא וואס צו טוהן מיט די צייט, נאר עס איז צוגעלייגט מח צו די נושאים. אין אזא קאווע שטיבל וויל איך מיין קאווע טרינקען.
מיינע אינטערעסען זענען עטוואס דעסטינקט און אנדערש ווי אינגעלייט אין מיין יאר גאנג אבער איך בין מאמין אז איך וועל טרעפן דא די אייגנארטיגקייטן וואס איך זיך, ווייל ווי פריער דערמאנט איז מח משתלט אען די שטיבל.
מיר זענען 30 יאר יונג (און 500 יאר אלט). וואס מיר מיינען מיט דעם צוזאגן אסאך זענען מער אדורך אין די עליכם 30 יאר פון מינים ממינים שונים וואס וועט קענען ניצען פאר א לערע פאר די חברים פונעם קאווע שטיבעל.
אויף דערווייל זענען חסידות, שאיפות, און פלענער נאך נישט פארהאן. א חסידישער אינגערמאן אן א פארטיי. די איינציגסטע שאיפה, און פלאן, איז צו שרייבן עטוואס פונעם לעבן עקספיריענס וואס דארף קענען ווארפן ליכט אויף פארשידענע שאלות וואס מאנכע פארשטייען נישט ירא הקהל וישפוט, אפשר וועלן דא זיין עטליכע וואס וועלן קענען ניצן סיי וואס פונעם אוצר האקספיריענס.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 3:45 pm
דורך ראשעקאל
Canon האט געשריבן:מיינע אינטערעסן זענען באזירט אויף פאטאגראפיע, איך האף צו קענען בארייכערן דא מיט מיינע ידיעות אין דעם שטח, איך האלט שוין דא ביי 25 ווערטער?

כ'זעה אז די האסט שוין געלייגט אפאר פיקטשער'ס פון רבי'ס. דאס איז דיינע אייגענע בילדער?

וויסענשאפט פון די גאר קאמפליצירטע סיסטעם דא אויף די אשכולים

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 3:58 pm
דורך יהושיע
א גוטן,
עס איז זייער אנגענעם צו זיין אן אויף געכאפטער גאסט, ווי נאר מיינע ווערטער האבן אן געהויבן זיך באווייזן האב איך באלד זיך געטראפן מיט גאר ווארעמע ווינטשן, עלה והצלח.
איך אייך חשובער קאווע שטיבל מיט גלידער, פארשטייט אליין אז דער ערשטער אימפרעשאן איז די שטערקסטע, וויל איך דא דזשאסט מעורר זיין "דיס איז אנלי מיי פירסט אימפרעשאן". דאן ווייס איך שוין נישט וואס וועט זיין.
ווי איך גלייב איך באמונה פשוטה אז עס וועט מיר נאמען עטוואס צייט זיך צו דערלערנען וואס איר אלע זענט שוין גאר באקאנט. ע"כ בעהט איך זייער, ביי-האנדעלט מיר מיט אביסעלע געדולד ביז איך קום אריין שוואונג ( אויב בכלל )

אויסלייזער נאך אלץ א חסידישער אינגערמאן

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 4:23 pm
דורך יהושיע
איך ווייס נישט ווי די קומענדיגע פאר שורות באלאנגען. אבער אפאר ווייטאגליכע ווערטער האסטו באגלייט דיין אינטראדאקשען צו ווער און וואס די ביסט. "נאך אלץ א חסידישער אינגערמאן" וואס די דרשות פונעם רה"כ שליט"א זאגט פון צייט צו צייט דערהאלט איר זיך. איך בין ממש ערשטוינט צו זעהן וואספארא חשובער סארט עולם די וועבזייטל ציהט צו זיך. אבל דא עקא, טאקע דאס, און נאר דאס האבן אלע עיני העדה געוויינט.
קוק ווי א חשובער כולל אינגערמאן דראפעט זיך אויף די גראדע ווענט זיך צו האלטן חסידיש.
נ.ב. איך וויל איבער בעהט דעם עולם דא אזוי ווי איך קען זיך נישט אויס דא ווי אזוי די זאכן דא ארבעט, ווי אויך בין איך נישט זיכער אז האב געשריבען אויף די ריכטיגע פלאץ. אתכם הסלוחה.