בלאט 12 פון 14
נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 8:59 pm
דורך [NAMELESS]
לויט די לעצטע אפטעיד קוקט אויס אז שס באקומט 8, ישי לעת עתה בערך 70% אפגעציילט מאכט ער עס נאכנישט,
נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 9:53 pm
דורך גיבור
ברעקינג: 90% געציילט, ליכוד-30 המחנה הציוני-24, אראבער-12, יש עתיד-11, כולנו-10, הבית היהודי-8, ש"ס-7, יהדות התורה-7, ישראל ביתנו-6, מרץ-5 יחד-0
אויב עס בלייבט אזוי איז ביבי נתניהו די קומענדיגע פרעמיער!
נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 9:59 pm
דורך גיבור
פאר אלע וואס פרעגן וויל איך קלאר מאכן : הסכם עודפים קען מען נאר מאכן נאך וואס מען גייט אריבער די אחוז החסימה דאס הייסט די מינימום אריינצוגיין אין כנסת אז דעמאלטס וועט מען צאמשטעלן נאך א בענקל פון די איבעריגע, אבער אויב באקומט מען ניטאמאל די מינימום וואס איז 3.25% ווערט מען אויסגעמעקט און די קולות גייט אין גארבידזש.
נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 10:04 pm
דורך גיבור
פאר אלי ישי וואס האט יעצט 114,355 קולות וואס איז כרגע 3% פעלט בערך 7000 וואוטס וואס כמעט אוממעגליך אז ער זאל דאס באקומען.
אפדעיט
נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 10:05 pm
דורך חסיד
ליכוד 31
עבודה 24
לאפיד 11
אראבער 11
כולנו 10
בנט 8
שס 8
ליבערמאן 6
אגודה 6
מרץ 5
ישי 0
נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 10:07 pm
דורך [NAMELESS]
95% שטומען אפגעציילט , ליכוד 30 !! המחנה הציוני 24 , אראבישע פארטייען 13 לפיד אראפ צו 11 , כחלון 10 , בנט 8 , שס 7 , יהדות התורה 7 !! ,ליברמן 6 , בקושי עברה את האחוז החסימה , יחד 0 ,
נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 10:12 pm
דורך אויסלייזער
הרב נחמן קאללער איז אין די מינוטין אין טעלעפאנישע טרייסט געשפרעך מיט הרב אלי ישי.
נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 10:13 pm
דורך [NAMELESS]
גיבור האט געשריבן:פאר אלע וואס פרעגן וויל איך קלאר מאכן : הסכם עודפים קען מען נאר מאכן נאך וואס מען גייט אריבער די אחוז החסימה דאס הייסט די מינימום אריינצוגיין אין כנסת אז דעמאלטס וועט מען צאמשטעלן נאך א בענקל פון די איבעריגע, אבער אויב באקומט מען ניטאמאל די מינימום וואס איז 3.25% ווערט מען אויסגעמעקט און די קולות גייט אין גארבידזש.
אבער וואס עס טוט יא אויף איז אז יעצט ווערט געשאצט אנדערש די פרייז פער בענקל !! ווייל עס איז דא ווייניגער שטומען , ממילא דארף מען א קלענערע פראצענט שטומען פער בענקל ,(נישט אז ישי לדוגמא קען יעצט יא אריין קומן ווייל יעצט האט ער שוין יא גענוג , ווייל איינמאל די האסט נישט גענוג ביסטו פארטיג ! נאר עס טוט אויף פאר די אנדערע ,)
נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 10:17 pm
דורך [NAMELESS]
מיט 99% : די זעלבע נומבערס וואו און די פריערדיגע תגובה ,
נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 10:18 pm
דורך ישמעאל הכהן
ווי
נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 10:37 pm
דורך [NAMELESS]
די פאולס לגבי ביבי זענען געווען זייער אומאקוראט ! מיט א 30% אפגערוקט ! , זייט 1981 איז נאך נישט געווען אזא שפרינג , פאריגע וואך האט מען אום נאך געגעבן 21-22 ,(און געוויסע אפילו 18 !) און געשפרינגן איז ער ביז 30 מאנדאטן !
ער וועט זיין די דריטע מאל און א רייע ! די איינציגסטע וואס איז שוין געווען אזויפיל מאל איז געווען בן גוריון ,
נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 10:40 pm
דורך outspoken
חסיד האט געשריבן:ליכוד 31
עבודה 24
לאפיד 11
אראבער 11
כולנו 10
בנט 8
שס 8
ליבערמאן 6
אגודה 6
מרץ 5
ישי 0
סאטמאר א נצחון שמייכל
נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 10:47 pm
דורך [NAMELESS]
outspoken האט געשריבן:חסיד האט געשריבן:ליכוד 31
עבודה 24
לאפיד 11
אראבער 11
כולנו 10
בנט 8
שס 8
ליבערמאן 6
אגודה 6
מרץ 5
ישי 0
סאטמאר א נצחון שמייכל
דערווייל איז נישט דא וואס צו שמייכלן ..
דערווייל האלט שס ביי 7 , טאמער זיי האבן 8 (דורך די שטומען פון די סאלדאטן ) איז עס א געווינס נישט א לאס !
יעצט יהדות התורה האלט דערווייל ביי 7 ,(עס קען זיין אז זיי גייען עס דערלייגן צו שס דורך די הסכם עודפים)
נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 10:58 pm
דורך שמעון וואלף
באמת דארף מען קוקן אויף די צאל שטימען וואס יהדות התורה האט באקומען היינט קאמפערד צו די נאמבער פון 2013. די צאל שטימען פון היינט (ווי ס'האלט יעצט) איז 202,705 אין פארגלייך צו 2013 ווען ס'איז געווען 195,892.
נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 11:11 pm
דורך [NAMELESS]
.
נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 2:48 pm
דורך איש את רעהו
שמעון וואלף האט געשריבן:באמת דארף מען קוקן אויף די צאל שטימען וואס יהדות התורה האט באקומען היינט קאמפערד צו די נאמבער פון 2013. די צאל שטימען פון היינט (ווי ס'האלט יעצט) איז 202,705 אין פארגלייך צו 2013 ווען ס'איז געווען 195,892.
ממש בושות
אין די צייט וואס יעדע איינציגע שבת קומט פאר שווערע צענדליגע שלום זכר'ס און קידושים
האט מען נאר 7 טויזענט שטימעס צובאקומען?
נאכדערצו אז די חרדים זענען אריבער אזעלכע ביטערע שווערע יארן, וואס גייט דא פאר?
נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 6:10 pm
דורך ישמעאל הכהן
ס'איז א פארגעניגן צו זען ווי קאווע שטיבל ציהט צו זיך בלויז די סמייטע פון כלל ישראל, אזעלכע אידן וואס לא כרעו לבעל הציוני און ווייניג אינטערעסירט דא די וואלן אין מדנ''י, אונטער צען טויזענט צפיות אין דעם אשכול. בשעת וואס אויף די אנדערע זייט אויף היי מעלט ווערן צוגעצויגן אלע ציונים וואס קאכן אריין אינעם שמעלציגן ישראלישן טאפ. א חרפה.
ברוך וכול' שהבדילנו מן התועים
נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 6:17 pm
דורך פרייוויליג
ישמעאל הכהן האט געשריבן:ס'איז א פארגעניגן צו זען ווי קאווע שטיבל ציהט צו זיך בלויז די סמייטע פון כלל ישראל, אזעלכע אידן וואס לא כרעו לבעל הציוני און ווייניג אינטערעסירט דא די וואלן אין מדנ''י, אונטער צען טויזענט צפיות אין דעם אשכול. בשעת וואס אויף די אנדערע זייט אויף היי מעלט ווערן צוגעצויגן אלע ציונים וואס קאכן אריין אינעם שמעלציגן ישראלישן טאפ. א חרפה.
ברוך וכול' שהבדילנו מן התועים
שוין לאנג נישט געהערט אזא גוט ווארט. די היפקאריטיע דארט איז איום ונורא!! און פאר א נויט לייגט מען
צו
נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 6:20 pm
דורך פרייוויליג
בוזשי און ציפי אויפן וואסער היינט, א טאג נאך די שטורמישע וואלן.
נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 6:20 pm
דורך פרייוויליג
ניו יארק פאוסט.
נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 9:36 pm
דורך געוואלדיג
רבותי איך וויל דא מגלה דעת זיין אז מען קען ציילן אויף איין האנט וויפיל מאל איך בין געווען אויף איי וועלט, איך מיין אז דא איז ב"ה פיל רייכער די תוכן און די ניקים, דא קומט דער גרויסער אבער, עס זענען דא זייער אסאך נושאים וואס ווערן דא נישט צוגערירט כמעט נאר די מינימאל ווי למשל די וואלן, איך זיך נישט צו גיין אויף אלע סייטס צו וויסן פונקטליך וואו די וואלן האלטן און איך קום דאס זוכן דא אבער איך טרעף קוים אפאר אויסגעדראשענע הערות און נישט גענוג אפדעיטעט,
סא וויל איך בעטן א הארציגע בקשה פון אונזערע טייערע חברים, ווען דו שטויסט זיך אן אין עפעס א אינטרעסאנטע נייעס לאז עס נישט במנוחה נכונה נאר נעם די פאר מינוט און טייטש דאס איבער אויף פלעין אידיש און ברענג דאס אהער, לתועלת הענין וואלט איך מציע געווען מען זאל מאכן א ספעציעלע אשכול פאר טעגליכע נייעס און יעדער זאל ברוב טובו צולייגן צום אשכול וברוב עם הדרת מלך.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 12:44 am
דורך [NAMELESS]
די נאמבערס האבן זיך געריקט היינט מיט די פרישע אפגעציילטע שטימען, ליכוד ארויף צו 30 די אראבער פאלט צו 13 מרץ ארויף צו 5,
נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 12:51 am
דורך [NAMELESS]
ברעקינג! יהדות התורה פאלט צו 6 א נצחון פאר בני תורה - אוירבאך