בלאט 12 פון 17

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 10:22 pm
דורך יאיר
הקטן האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:נאכאמאל, די ראיה פון דעם כוזרי איז אז מענטשן וועלן נישט אננעמען א קלעים אז זייערע אור עלטערן האבן מיטגעהאלטן א געוויסע מעמד, אויסער אויב זיי האבן עס ווירקליך געהערט פון זייערע עלטערן

ניין!
די ראיה פון דעם כוזרי איז אז טויזנענטע מענטשן וועלן נישט זאגן אז זיי האבן געהערט פין זייער עלטערן, אויסער אויב זיי האבן עס ווירקליך געהערט פון זייערע עלטערן.

די היינטיגע טויזנטער מענטשן האבן עס טאקע געהערט פון זייערע עלטערן. די שאלה איז אבער פון וועמען די ערשטע עלטערן האבן דאס געהערט. האבן זיי עס געהערט פון די בעלי העובדה אדער פון איינעם וואס האט זיי דערציילט אז אזא מעשה האט פאסירט צו זייערע אור עלטערן?

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 10:24 pm
דורך הקטן
לעיקוואד האט געשריבן:הקטן
איר דארפט מסביר זיין פארוואס פונקט דער שקר אדער אקט פון דערציילען אז זיי האבען געהערט פון די עלטערן איז עפעס א שווערערע שקר מפרסם זיין ווי דער שקר אז עס איז געשעהן.

סתם אזוי, איך פון מיין טאטע האב קיינמאל מקבל געווען די מסורה. פון מיין טאטע האב איך מקבל געווען נישט עסן פיש פסח, נישט בראקען, און פארקויפען די חמץ פאאר'ן רב ערב פסח. אויך פלעגט ער מיט מיר לערנען א געוויסע ספר אין דעם שטייט די מעשה פון יציאת מצרים מתן תורה וכו'. אבער אלעס וואס ער האט געוואוסט וועגן דעם איז געקומען פון דער ספר נישט פון א מסורת.


טויזענטער מענטשן קענען לעבן אין א טעות - למשל אז אינז האמער דעם זוהר זייט רשב"י - מען מיז דאך נישט וויסען אלס, ווער עס גייט נאך דער ווייסט.
אזוי קענען גיין באבקעס מיט באבקעס נאך דערצו אויב די ידיעה איז גארנישט משנה אדער מחייב.

אבער טויזענטע מענטשען בלי יוצא מן הכלל גייען נישט זאגן א פרעכע ליגענט
ביי די דור פין מיינע עלטערן איז דער ליגענט אז זיי מאכן א סדר ווייל זייער טאטע האט געמאכט א סדר. (מיין טאטע האט מיר יא געזאגט)
ביי די דור וואס זאל האבן אויסגעטראכט אז אייער נעכטן זענען זיי געווען אין מיצרים איז דאס די גראבע ליגענט.

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 10:27 pm
דורך לעיקוואד
פיגערטס אליינס אויס.

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 10:30 pm
דורך יאיר
הקטן, דו כאפסט אז דו מאכסט דא א קאריקאטור פון די אידישע אמונה? אנשטאט צו זאגן אז דער יסוד פון אידישקייט איז צו גלייבן אין מעמד הר סיני, ווי איך האב אלעמאל געוואוסט, זאגסטו אז דער יסוד איז צו גלייבן אז מיין טאטע האט געהערט פון זיין טאטע אז עס איז פארגעקומען מעמד הר סיני.

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 10:39 pm
דורך הקטן
יאיר האט געשריבן:הקטן, דו כאפסט אז דו מאכסט דא א קאריקאטור פון די אידישע אמונה? אנשטאט צו זאגן אז דער יסוד פון אידישקייט איז צו גלייבן אין מעמד הר סיני, ווי איך האב אלעמאל געוואוסט, זאגסטו אז דער יסוד איז צו גלייבן אז מיין טאטע האט געהערט פון זיין טאטע אז עס איז פארגעקומען מעמד הר סיני.

דער כוזרי (מאמר א' אות כ"ה)
וְכֵן פָּתַחְתִּי לְךָ מֶלֶךְ הַכּוּזָר כַּאֲשֶׁר שְׁאִלְתַּנִי עַל אֱמוּנָתִי, הֲשִׁיבוֹתִיךָ מַה שֶּׁאֲנִי חַיָּב בּוֹ וְחַיָּבִין בּוֹ כָל קְהַל יִשְׂרָאֵל, אֲשֶׁר הִתְבָּרֵר אֶצְלָם הַמַּעֲמָד הַהוֹא בִּרְאוּת עֵינֵיהֶם וְאַחַר כֵּן הַקַּבָּלָה הַנִּמְשֶׁכֶת שֶׁהִיא כְמַרְאֵה הָעָיִן:

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 10:52 pm
דורך הקטן
יאיר האט געשריבן: זאגסטו אז דער יסוד איז צו גלייבן אז מיין טאטע האט געהערט פון זיין טאטע אז עס איז פארגעקומען מעמד הר סיני.

איך זאג דאס נישט!
די כוזרי זאגט אז דער שכל הישר זאגט אזוי.
איך ווייס אז עברעם לינקלאן האט עקזעסטירט און איך ווייס אז ס'איז געווען א האליקאסט
און איך ווייס אז מיין טאטע האט דאס געהערט פין זיין טאטע
אין זיין טאטע פין זיין טאטע
...
...
און אזוי ארויף - ביז ביז... די מעמד פין אנכי הויה אלוקיך אשר הוצאתיך מארץ מיצרים - אתם ראיתם אשר עשיתי למצרים - למען תספר באזני בנך

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 11:16 pm
דורך יאיר
הקטן האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן: זאגסטו אז דער יסוד איז צו גלייבן אז מיין טאטע האט געהערט פון זיין טאטע אז עס איז פארגעקומען מעמד הר סיני.

איך זאג דאס נישט!
די כוזרי זאגט אז דער שכל הישר זאגט אזוי.
איך ווייס אז עברעם לינקלאן האט עקזעסטירט און איך ווייס אז ס'איז געווען א האליקאסט
און איך ווייס אז מיין טאטע האט דאס געהערט פין זיין טאטע
אין זיין טאטע פין זיין טאטע
...
...
און אזוי ארויף - ביז ביז... די מעמד פין אנכי הויה אלוקיך אשר הוצאתיך מארץ מיצרים - אתם ראיתם אשר עשיתי למצרים - למען תספר באזני בנך
.
אז דו ווייסט איז זיכער גוט. איך, און נאך פילע הונדערטער טויזנטער אידן, באגנונגן זיך מיט'ן גלייבן. דערפאר פאררופן מיר זיך אלס מאמינים.

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 11:29 pm
דורך הקטן
יאיר האט געשריבן:דערפאר פאררופן מיר זיך אלס מאמינים.

אויב דאס איז פשט פין "מאמינים" וואו אזוי לערנסטו פשט אין ויאמינו בה ובמשה עבדו גראד נאכן זען קריעת ים סוף?

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 11:34 pm
דורך מאטי
@הקטן, ווער זאגט דיר אז אפילו ביים סאמען ערשטער דור האבן אלע מיליאנען טאקע מסכים געווען אז ס'איז געווען א מעמד? אפשר זענען גאר געווען אזעלכע אויבער-חכמים וואס האבן דאן געזאגט לא היו ולא נברא, אבער די זעלעטס האבן פארמירט א קראפט און אויסגעהארגט די אלע סקעפטיקער למען ישמעו..(עיין תשא אחר שני) די איבריגע המון עם האבן זיך געביסן די ליפן און בע"כ אנגעהויבן קומען צום טיש יעדען פרייטאג צונאכטס, אונטער געשריבן אז זיי האבן א פילטער, און ווייטער איבערגעגעבן די מסורה פאר די קינדער עד היום הזה.

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 11:41 pm
דורך לעיקוואד
הקטן האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:דערפאר פאררופן מיר זיך אלס מאמינים.

אויב דאס איז פשט פין "מאמינים" וואו אזוי לערנסטו פשט אין ויאמינו בה ובמשה עבדו גראד נאכן זען קריעת ים סוף?

ער זאגט אז דאס האט מען נישט געשריבען תיכף דערנאך :lol:

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 11:42 pm
דורך געוואלדיג
און די אלע זעלעטס האבן נישט געקענט פאר א גוט יאר ארויסרייסן פון די אויסגעטראפענע חומש וואס משה דער פאעט האט געגעבן אלע זייערע עבירות ווי מרגלים און שיטים ועוד ועוד?

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 11:45 pm
דורך מאטי
ניין, ווייל זיי האבן געוואוסט אז אזעלכע געוואלדיגס פון די דורות העתידים וועלן דאס נוצן אלס באווייז, און זיי האבן דאס נישט געוואלט אוועקנעמן פון זיי.

בד"ו איך האב ליב דיין אונטערשריפט.

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 11:48 pm
דורך יאיר
געוואלדיג האט געשריבן:און די אלע זעלעטס האבן נישט געקענט פאר א גוט יאר ארויסרייסן פון די אויסגעטראפענע חומש וואס משה דער פאעט האט געגעבן אלע זייערע עבירות ווי מרגלים און שיטים ועוד ועוד?

חכם, דאס האבן דאך די זעלאטס אריינגעשריבן! ביי איין מגיפה זענען צוואנציג טויזנט סקעפטיקער געשטארבן, ביי אן אנדער פאל האבן די סקעפטיקער געמאכט אן עגל און גאט האט זיי געהייסן אויסהרגענען וכו'

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 11:51 pm
דורך מאטי
ער רעדט אבער פון די עבירות וואס די זעלעטס אליינס האבן געטון ווי למשל "שלאגן דעם שטיין אנשטאט רעדן"

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 11:53 pm
דורך געוואלדיג
און עגל וואו אהרן איז נישט אוועק און אזוי אויך יהושע וכדו'

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 11:53 pm
דורך געוואלדיג
[tag]מאטי[/tag] איך האב עס אויך ליב

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 11:54 pm
דורך הקטן
לעיקוואד האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:דערפאר פאררופן מיר זיך אלס מאמינים.

אויב דאס איז פשט פין "מאמינים" וואו אזוי לערנסטו פשט אין ויאמינו בה ובמשה עבדו גראד נאכן זען קריעת ים סוף?

ער זאגט אז דאס האט מען נישט געשריבען תיכף דערנאך :lol:

זאל זיין אזוי. אבער ס'דארף דאך האבן א פשט, וואס מיינט דאס?

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 11:54 pm
דורך יאיר
מאטי האט געשריבן:ער רעדט אבער פון די עבירות וואס די זעלעטס אליינס האבן געטון ווי למשל "שלאגן דעם שטיין אנשטאט רעדן"

דאס האבן געשריבן פרישע זעלאטס פאר וועמען די פריערדיגע זעלאטס זענען נישט געווען גענוג פרום.

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 11:55 pm
דורך יאיר
הקטן האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:דערפאר פאררופן מיר זיך אלס מאמינים.

אויב דאס איז פשט פין "מאמינים" וואו אזוי לערנסטו פשט אין ויאמינו בה ובמשה עבדו גראד נאכן זען קריעת ים סוף?

און זיי האבן געהאט טראסט אין גאט.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2015 12:00 am
דורך הקטן
יאיר האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:דערפאר פאררופן מיר זיך אלס מאמינים.

אויב דאס איז פשט פין "מאמינים" וואו אזוי לערנסטו פשט אין ויאמינו בה ובמשה עבדו גראד נאכן זען קריעת ים סוף?

און זיי האבן געהאט טראסט אין גאט.

זייער גיט!
און דערפאר פאררופן מיר זיך אלס מאמינים. - ווייל מיר האבן טראסט אין גאט

נישט אז אינז טראסט'מער אז ס'דא א גאט

נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2015 12:01 am
דורך געוואלדיג
און פארוואס האבן די זעלבע זעלאטס מסכים געווען אז יהושע איז ווייניגער פון דער ליבעראלער משה און אזוי ווייטער יעדע דור אויב איז יעדער געווען מער עקסטרעים

נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2015 12:04 am
דורך יאיר
הקטן, איך האב אויך אמונה אין אידישקייט, נישט נאר אין גאט.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2015 12:05 am
דורך יאיר
געוואלדיג האט געשריבן:און פארוואס האבן די זעלבע זעלאטס מסכים געווען אז יהושע איז ווייניגער פון דער ליבעראלער משה און אזוי ווייטער יעדע דור אויב איז יעדער געווען מער עקסטרעים

ווייל א חלק פון די אגענדע פון די נייע זעלאטס איז געווען דער קאנצעפט פון ירידת הדורות.