בלאט 12 פון 16
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 5:24 am
דורך diff
ער האט נאך גארנישט געזאגט. חוץ דעם באגראבענע קורח'ס טענה ומדוע תתנשאו
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 3:59 pm
דורך חקרן
בונדל האט געשריבן:אין די היינטיגע טעג ווען אזויפיל פאלען אוועק, זענען מנהיגים גאר וויכטיג פארן דור.
און פאר דעם פאלן פון סקווירא אזוי ווייניג אוועק...
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 4:38 pm
דורך מנשה לוסטיג
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 7:13 pm
דורך חאצקעל שניידער
זייער שיין די עולם זאגט צוזאמען וואו אין א כאר.
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 7:44 pm
דורך דולה ומשקה
דער וויינעריי דארט קוקט מיר אויס ווי כאילו עס זאל שטיין אין סידור "כאן נהגים לבכות".
מיט געפיל אדער מיטן אמת - האט דאס וויינען נישט קיין שייכות.
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 7:45 pm
דורך חאצקעל שניידער
ראו מה ביני לבינך מברויך קוקען אויפן גוטע חלק.[emoji38][emoji5]️[emoji39]
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 7:47 pm
דורך מנשה לוסטיג
חאצקעל שניידער האט געשריבן:ראו מה ביני לבינך מברויך קוקען אויפן גוטע חלק.[emoji38][emoji5]️[emoji39]
ראו מה ביני לבינך, איך פראביר נישט צו רעדן לשון הרע, אוודאי נישט נאכן מעורר זיין, וויאזוי שעמט זיך נישט א יוד עובר צוזיין אויף א בינטל לאווין אין די תורה.
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 7:51 pm
דורך דולה ומשקה
ווען די מנשה זאלסט זיך אזוי אנעמען אויף דער איסור לשון הרע פון סיי אימער, החרשתי.
נאר דו ביסט מוחה ווען דער מדובר איז ר' דוד'ל טווערסקי החונה בשכון סקווירא ספינגוואלי, אה, דיין יוזל, קומט אויס דו מיינסט עס אויך בכלל נישט מיט קיין אמת, כרבו כבהמתו.
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 8:00 pm
דורך מנשה לוסטיג
פארוואס רעדסטו אויף מיר? ביסט עובר בשאט נפש אויף א איסור דאורייתא, איך בין נישט מסכים
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 8:10 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער כשר חזיר פיס'ל....
ווען דו רעדסט פון מיין ביה''כ מנהגים האסטו נישט קיין פראבלעם מיט לה''ר. ווען דו רעדסט פון הרב ח''א רט''ב האסטו נישט קיין פראבלעם מיט לה''ר (אז דו ווילסט זאגען אז ער איז נישט בכלל עמיתך, ווייז אויף דעם א פסק ב''ד). נאר וועגען דער ד''ט רעדט דער תורה? עפ''י דין איז גארנישט הארבער דער רעדען לה''ר אויף איהם ווי אויף א מענטש אין גאס. (אדרבה. אין חזו''א שטייט אז אויף א מנהיג איז נישט דא קיין איסור לה''ר)
איך האב זיך נישט באליידיגט. אדרבה, איך האב הנאה אז ווען מ'בעט קראנטע פאקטען וועגען די אויסגעצייכענטקייט פון דער עם הנבחר האסטו נישט בעסער וואס צו ברענגען ווי מיין פיהראכץ אין ביה''כ, ווייזט אויס אז איך בין גערעכט געווען. אבער דו האסט זיך ערלויבט מיר צו פראקען מיט דיין שמוציגע קינדישע וויצלעך און נאך דעם פראווען פרום וועגען דער איסור לה''ר.
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 8:13 pm
דורך שיח ושיג
ווייסט איינער פארוואס דער ער וויינט אזוי ביי ספירת העומר? ממש ער קען נישט קומען צום ווארט! איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט אז מען דארף וויינען דעמאלס
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 8:22 pm
דורך חאצקעל שניידער
מי יעמד בסוד קדושים...
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 8:24 pm
דורך חאצקעל שניידער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער כשר חזיר פיס'ל....
(אדרבה. אין חזו''א שטייט אז אויף א מנהיג איז נישט דא קיין איסור לה''ר)
.
איך זוך שוין לאנג דעם חזו״א ווייסט אפשר וואו סשטייט?
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 8:34 pm
דורך מנשה לוסטיג
און אז איך טו א עבירה מעגסטו שוין? איך האב תשובה געטון. טו דו אויך תשובה
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 8:41 pm
דורך בונדל
שיח ושיג האט געשריבן:ווייסט איינער פארוואס דער ער וויינט אזוי ביי ספירת העומר? ממש ער קען נישט קומען צום ווארט! איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט אז מען דארף וויינען דעמאלס
אין סקווירא איז דער דרך געווען מיט וויינען. ר' יו'ט ערליך זינגט שוין "אין טיפע קרעכצן ביי דעם סקווערן"
דער רבי וויינט זייער שטארק ביי: התרת נדרים ערב ראש השנה - די למנצח פאר די תקיעות - די פיר קאפיטלעך תהלים יום כיפור ביינאכט - די הושענות - שמחת תורה ביי די הקפות - מצלאין מוצאי קלאטשן טיש - הלל יעדע יום טוב [צווייטע טעג, אדער שבועות ביידע] - חנוכה ליכט צינדן - ביי די הגדה און בעיקר ביי נשמת - ספירה - אקדמות - און נאך.
יעדע שבת וויינט דער רבי זייער שטארק ביי רעווא דרעווין - יצוה, קל מסתתר
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 8:45 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'איז אין אגרות ח''ב קל''ג.
מנשה, א חזיר רעדט אויך אזוי. אז דו טוסט תשובה, טו א תשובת המשקל. טאמער דו האסט געזינדיגט פאר סקווער, טו תשובה און אנטלויף פון סקווער, כמבואר בשו''ע חו''מ ל''ד
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 8:49 pm
דורך בונדל
ביי די אלע תפילות האט דער רבי אונז שטארק אינזין. ווען ער וואלט נישט מתפלל געווען פאר אונז, וואלט ער נישט אזוי געוויינט
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 8:51 pm
דורך מנשה לוסטיג
אויב ביסטו טאקע א מומר להכעיס, איך בין דיר מעורר און דאך ביסטו עובר להכעיס אויפן תורה, דארף מען מיט דיר האנדלען מיטן לינקן האנט.
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 9:33 pm
דורך ודי למבין
בונדל האט געשריבן:ביי די אלע תפילות האט דער רבי אונז שטארק אינזין. ווען ער וואלט נישט מתפלל געווען פאר אונז, וואלט ער נישט אזוי געוויינט
...זאגט יעדע לב טהור משוגענער...
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 10:37 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פון וואנעט ווייסטו וואס ער האט אינזין? ווייל אזוי ווילט זיך? אפשר טראכט ער גאר וואס ער גייט עסען וועטשערע?
פון וואו קומט דער בלינדע גלויבונג? תורה פאדערט עס נישט, שכל גלייכט עס נישט, און דער וועלט דארף עס נישט. אז מ'ווייסט און מ'קען זיך אויפווייזען וואס איז זיין גדלות, ממילא. אבער ביזדערווייל ווייסט מען נאר אז ער איז דער רעבע פון א פארטיי וואס די שוחטים דארט פארמאגען עפעס אן אומר-ערקלערטע צוגאנג, וואס עקזיסטירט מעגליך ביי פיהל אנדערע אויך, מ'ווייסט נאך נישט וואס ס'איז צו קענען אויפווייזען. נו, פון דעם בויט זיך אגאנצע גלויבונג?
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 10:40 pm
דורך חאצקעל שניידער
חאצקעל שניידער האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער כשר חזיר פיס'ל....
(אדרבה. אין חזו''א שטייט אז אויף א מנהיג איז נישט דא קיין איסור לה''ר)
.
איך זוך שוין לאנג דעם חזו״א ווייסט אפשר וואו סשטייט?
ר׳ לפ״ב כקען אפשר זוכה זיין צו א תשובה ממעכ״ת?
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 10:43 pm
דורך איש את רעהו
ער האט שוין גענטפערט, קוק צוריק זיינע תגובות
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 10:44 pm
דורך חאצקעל שניידער
יא גערעכט אנטשודיגט.