בלאט 12 פון 18
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 12:11 am
דורך אליצפן
בעצם באדערן מיך ביידע נקודות, סיי דאס אז ער שרייבט אזעלכע לאנגע אויסגעצויגענע ארטיקלען, און סיי דער פאקט אז ער האט נאר פיר ארטיקלעך בזמן וואס אפילו די וועכנטליכע מאגאזינען האבן מער ווי דעם.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:49 am
דורך סאו וואט
סארי צפון-דיסעגרי.
ער נעמט א נושא לייגט ער עס אראפ מיט א פיטשיפקיס צום זאך.
ווער דארף קליינע ארטיקלען, געווענליך א קליין ארטיקעל איז דו מעשה נישט אזוי מורא'דיג אדער אונטרעסאנט.
לדוגמא: ווען זיין קאמפאטישען דער בליץ האט דער זעלבע נושא ווי דער שטערן, איז דער בליץ אזוי ווי דו מראי מקומות אדער מפתחות פאר דער שטערן.
אדער וועט עס דער בליץ צוטיילן און כמה חדשים (אזוי ווי טשערנאבליער נוקאלער ארטיקעל), וואס איז נאך סאך מער ערגער.
און גראדע עפי"ר האט ער יא איין גאר לאנגע ארטיקעל, צוויי פלעין לאנגע ארטיקעל
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 2:55 am
דורך הדד בן בדד
דאס איז דאך דער גאנצער אייגענארטיגקייט פון דעם שטערן, אז ער האט לענגערע ארטיקלען וועלכע דעקן א נושא מער יסודות'דיג.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 3:17 am
דורך אליצפן
נישט אמת, דאס איז א לעצטגער מנהג זיינע. קוק אריין אין אלטע שטערן'ס פון דריי ביז צען יאר צוריק וועסטו זעהן ער פלעגט אלעמאל שרייבן אסאך מער ארטיקלען, און נישט אזוי אויסציען די קישקעס.
מסתמא איז די ריכטיגע סיבה טאקע ווי I'm back האט געזאגט אז אין יודיש קומט ער ארויס מיט צוויי א חודש דעריבער מוז ער צוטיילן זיין סחורה אין צוויי.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:12 am
דורך פרישער
איך קיק זיי אלע אן ווי מראי מקומות, ווען ער ברעינגט דו מעשה מיט טשערנאבל, אין עס איז אינטערעסאנט, נעמט מען אפיר רעבע גוגל, און מען דריקט דו נויטיגע קנעפ, און מען ווערט געוואויער אלעס איבער טשערנאבל, אדער אויב שרייבן זיי וועיגן א מין באמבע וואס האט אויפגעריסן דאמבע'ס, ווענדט מען זיך צים גוי וואס האט פראדאצירט א שיינע פילם דערפין, מסתמה ווען זיי האבן געזעין דעים באשרייבינג.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 9:38 am
דורך ברסלבער
איינער האט געליינט הרב אשר לעווין דעם חודש?
ער האט צושפרייט זיין פעדער איבער פיר זייטן, וואו ער בארוהיגט די עלטערן פון קינדער וואס גייען אוועק פון אידישן וועג, קודם איז ער מקדים אז ער רעדט נישט פון די פארשאלטענע "פיער פרעשור", נאר פון אמת'ע שולד-געפילן וואס עלטערן טראכטן וואס זיי האבן נישט גוט געטוהן אז זייער קינד האט זיך אוועק געגליטשט.
זאגט ער דריי נקודות.
1. נחת איז א מתנה פון באשעפער, און ווי לאנג מען האט געטוהן וואס מען האט צו טוהן צו מחנך זיין דאס קינד, אפילו ווען מען זעהט נישט קיין נחת נאכדעם איז דאס נישט די עלטערנס שולד.
2. ער ברענגט פון אמרי אמת אז דאס עפל פאלט נישט ווייט פונעם בוים נאר אונטער נארמאלע אומשטענדן, אבער ווען עס בלאזן שטארקע שטורעם ווינטען פאלט דאס עפל יא ווייט, און דאס איז נישט די עלטערנס שולד.
3. בחירה - יעדער מענטש האט א בחירה צו בוחר זיין בטוב או ברע, און אויב דאס קינד האט בוחר געווען ברע זענען די עלטערן נישט שולדיג דערויף.
ער זאגט אז אין די קומענדיגע אויסגאבע וועט ער ווייטער שרייבן איבער די נושא.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 11:52 am
דורך שמעקעדיג
יא! כ'האב עס געלייענט, און שטארק הנאה געהאט, און געפלאנט צו שרייבן דערוועגן.
ברסלבער האט געשריבן:זאגט ער דריי נקודות.
1. נחת איז א מתנה פון באשעפער, און ווי לאנג מען האט געטוהן וואס מען האט צו טוהן צו מחנך זיין דאס קינד, אפילו ווען מען זעהט נישט קיין נחת נאכדעם איז דאס נישט די עלטערנס שולד.
ער איז מסביר אז פונקט ווי יעדער ארבעט א גאנצע וואך און נישט יעדער מאכט די זעלבע געלט, די פרנסה קומט פון הימל, און מיר דארפן בלויז טון אונזער השתדלות, און קיינער באשולדיגט זיך נישט אליינס אז ער איז א לא יוצלח ווייל ער פארדינט נישט וואס דער עושר פארדינט; כן הדבר הזה, דער מענטש דארף טון זיינס, חינוך איז א מצוה וואס יעדער דארף טון לויט זיינע כוחות, און די נחת דאס קומט שוין פון הימל, אפגעזעהן פון די אינוועסטמענט.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 1:30 pm
דורך zurich
קען עס איינער פליעז ארויפלייגן?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 1:41 pm
דורך שמעקעדיג
וואס עפעס? מעגסט עס קויפן...
נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 3:47 pm
דורך אבי גערעדט
יאפ, געקויפט געליינט און שטארק הנאה געהאט, אויך האבן זיי די חודש א רייכע קאווער סטארי איבער עמיצן עריק עריקסאן וואס האט פיין מסדר געווען די נאציס און אדאנק אים האבן די אליאירטע באמבאדירט אלע סינטעטישע אויל איינריכטונגען וואס דאס האט עווענטועל געמאכט די נאציס פארלירן די קריג (טייערע ר' שמעון איך גלייב אז די ליינסט די אשכול דא, ווענדן מיר זיך דא צו אייך, ביטע שרייבן יעדע חודש כאטשאיין ארטיקל פון די האלאקאוסט, עס איז דא א גאנצע נייע דור וואס דורשט צו ליינען אין וויסן דערוועגן, און בעצם איז א חוב פאר שרייבער צו שרייבן דערוועגן פשוט ס'זאל נישט פארגעסן ווערן די שרעקליכע רשעות וואס איז געטון געווארן צו אינזער פאלק.
תודה למפרע)
נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 4:08 pm
דורך שמעקעדיג
ער שרייבט אסאך דערוועגן. בפרט אין די גרעבערע ימים טובים אויסגאבעס. איך האב יעדן מאל באזונדער הנאה.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 3:43 pm
דורך שמעקעדיג
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 2:26 pm
דורך שמעקעדיג
אה, נתחדש ימינו כקדם!
איך האב זיך דערקוויקט דעם חודש מיט די שטערן, מיט גאר געשמאקע אינפארמאטיווע ארטיקלען, אבער בעיקר האב איך הנאה געהאט - איך ענזשוי דאס פון די מערסטע - ווי אזוי מען לייזט מיסטעריעזע געשיכטעס, ווי יעדער טאפט אין די פינצטער, און איין געניטער דעטעקטיוו נעמט זיך צו דער עבודה, גייט אדורך יעדן דעטאל, און זאכן הייבן זיך אן אויסצוקלארן.
הלואי זאל יעדע חודש זיין א אפטיילונג פאר אזעלכע געשיכטעס.
איך האב אויך שטארק הנאה געהאט פון דעם אינטערוויאו מיט טאם קאמינסקי, פון וועמען מיר הערן טאג-טעגליך די טרעפיק רעפארטס אויף 880 WCBS.
כה לחי!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 2:28 pm
דורך דער (פינטעל) איד
טאם קאמינסקי טאקע וויכטיג אז אונזערע קינדער זאלן וויסן פון עם און פון ראדיא בכלל. כפארשטיי נישט פארוואס געוויסע רשעים האבן עס געאסערט
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 3:11 pm
דורך נולד מאוחר
קאשוי רב זצ''ל איז געווען א שטארקע תמים נישט קיין רייש שיען עיין.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 3:18 pm
דורך נאר,,פרייליך
דער רב פון קאשוי האט ניש גע'אסר'ט דעם שטערן שפאקטיוו מאגאזין
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 3:59 pm
דורך נולד מאוחר
גערעכט דארט איז מסתמא יא דא רשעים. כהאב געמיינט אז ער רעדט פומעם איסור אויף ראדיא.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 5:56 pm
דורך פרישער
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:טאם קאמינסקי טאקע וויכטיג אז אונזערע קינדער זאלן וויסן פון עם און פון ראדיא בכלל. כפארשטיי נישט פארוואס געוויסע רשעים האבן עס געאסערט
הגם איך גלייך די ארטיקל וועיגן טאם קאמינצקי, און איך האב אים געהערט אויפן ראדיא ביז גוגל איז ארויסגעקימען מיט טרעפיק אויף גוגל מעפס, אבער דאך האב איך פארשטאנען אז עס איז נישט וויכטיג געוועין אז זיי זאלן אים באשרייבן, איז שוין טאקע מער נישט דא וואס צי שרייבן, און מען האלט שוין ביי א טרעפיק רעפארטער פון א העליקאפטער וואס האט געזעין א חופה פון א רבי, מיי גאש, פארוואס האבן זיי נישט קיין באשרייבונג פון דזשארזש עס פעטאן, אדער דאגלעס מעקארטאר, אדער אנדערע מלחמה העלדן, אדער עיב ליקאלן און אנדערע פרעזידענטן, עס פעילט וואס צי שרייבן, סיז א שאנדע, אבער איך גלייך זייער איך זאג נאר קאנסטראקטיוו קריטיק.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 6:49 pm
דורך שמעקעדיג
זעהסט דאך אז פאר מיר איז עס געווען גאר אינטרעסאנט און איך האב עס געליינט מיט שפאנונג.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 7:14 pm
דורך פרישער
איך האב עס אויך געליינט מיט שפאנינג, אבער ליידער איז דא פיל זאכן וואס איך האב שטארק הנאה צי ליינען אבער קינדער מיט קליינע מוחות זענען נאך נישט געניג רייף מבחין צי זיין, זה הכלל פאר א קינד וואס מען האקט אריין אז ער זאל נישט הערן קיין ראדיא, ברויך מען נישט געיבן צי ליינען קיין ארטיקלעך וואס עס הייבט ארויס ראדיא פיגורן, און איך כאשר אבדתי.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 7:15 pm
דורך דער (פינטעל) איד
ווי נעמט מען נאך לייקס דיר צו לייקן פרישער פאר דיינע אויפריכטיגע ווערטער
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 7:37 pm
דורך נולד מאוחר
פרישער האט געשריבן:איך האב עס אויך געליינט מיט שפאנינג, אבער ליידער איז דא פיל זאכן וואס איך האב שטארק הנאה צי ליינען אבער קינדער מיט קליינע מוחות זענען נאך נישט געניג רייף מבחין צי זיין, זה הכלל פאר א קינד וואס מען האקט אריין אז ער זאל נישט הערן קיין ראדיא, ברויך מען נישט געיבן צי ליינען קיין ארטיקלעך וואס עס הייבט ארויס ראדיא פיגורן, און איך כאשר אבדתי.
וואספארא ראדיא רעדט מען דא? וואסעפעס האקט מען דאס אריין און קונדער? מהאט שוין נישט וואס ציטאן און האקן מיט די קונדער?
בשלמא קודם נחום האט מען נאך מורא געבאט אז די קינדער ווכלן וויסען אז סאיז דא אזא זאך ווי רעיפ. יעצט אבער לערנענט מען דאס לכתחלה מיט די קינדער.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 7:40 pm
דורך פרישער
אה מאוחר איז מאוחר, קיק איבער פון פריער וועסטו וויסן