בלאט 111 פון 213

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 5:01 pm
דורך בוךווארעם
ירח בן יומו האט געשריבן:
בוךווארעם האט געשריבן:כ'בין נישט קלאר וואס דו מיינסט, (לכאורה איז די חסרון אין מיר...) אבער כ'מיין אז מ'וועט אנפרעגן א דורכשניטלעך אינגערמאן וועלכע קהילה/חסידות איז מערסטענס מקושר צו דאס חוזק-טערם 'אינגערישע-נער' וועט פאפא זיין די אנטווארט. נישט ריכטיג?

שטעלט אייך נאר פאר די רבוש"ע שטייט און איז גוזר אויף יעדער טיפ הנוצר חכם אדער טיפש, אזוי גייט עס איינער קרוגט מער חכמה און איינער ווייניגער, איינער קרוגט מער טיפשות און איינער וויינגער, פלוצילינג רופט זיך אן דער באשעפער "אה דא קומט איינער וואס גייט דאוונען אין א שול וואס הייטס פאפא, איהם גיבט מיין א גאנצע זאק טיפשות"
מיינט איהר טאקע אז ס'גייט אזוי?

ס'זעהט מיר אויס ווי דו דינגסטעך מיט עמיצער אויב פאפא איז פאקטיש מער טיפוש'ער פון אנדערע. אבער כ'זעה נישט ווער ס'האט דא היינט דערמאנט א דעה וועגן די נושא בכלל.
איך בין ניי דא סאו אנטשולדיג אז איך פרעג (תמימות'דיג) דו ביזסט אפשר סתם א Troll? אדער פרעגסט מחוסר ידיעה?

ליתר שאת http://en.wikipedia.org/wiki/Heritability_of_IQ

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 5:17 pm
דורך געוואלדיג
לית דין בר נש האט געשריבן:ג. ווער איז ראש ישיבת אהבת תורה? ער זעהט אויס אביסל ווי א אינגערמאן בערגער א קאסאן אייניקל איז דאס טאקע אים?

דאס איז ער

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 5:20 pm
דורך לית דין בר נש
נפתלי הירצקא? פון מאנסי?
ווען האט ער גיעפענט א ישיבה?

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 5:29 pm
דורך געוואלדיג
יאפס.
ער האט דאס געפנט די זמן, לדבריו ווייל בחורים האבן איהם געבעטן...

נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 12:20 am
דורך chusid
יעצט געוואטשט א מאווי פון אפארעישאן סאלאמאן אין 1994 ווען מדינת ישראל האט ארויפגעברענגט טויזענטער עטיאפיע יודן קיין ישראל, בין איך נייגעריג צו וויסן מער איבער זיי זענען זיי שומר תורה ומצוות? וויאזוי האט הרב עובדיה יוסףגעקענט דערגיין אז זיי זענען טאקע יודן?

נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 12:34 am
דורך ונבנתה העיר
ווי אזוי רופט זיך די זשאנרע פון נגינה?

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=WLHI6bfRVbM[/youtube]

נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 6:46 pm
דורך חסיד
כ'וואלט זעהר געוואלט זעהן דעם פסק בית דין פון באונעס איירעס, ווי כ'הער איז עס גאר אינטערעסאנט, ווי קען מען עס זעהן?

וויאזוי דאיונלאוט מען א קליפ פון יוטוב / פיעסבוק?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 1:55 am
דורך smart
הילף ביטע

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 1:57 am
דורך אויסגערוט
#YouTubeDownloader for #Android
Search and download videos and music from #YouTube. #Free. No ads.
By @twidentex http://dentex.github.io/apps/youtubedownloader/

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 2:01 am
דורך smart
אויסגערוט האט געשריבן:#YouTubeDownloader for #Android
Search and download videos and music from #YouTube. #Free. No ads.
By @twidentex http://dentex.github.io/apps/youtubedownloader/


שכוח פאר די אינפא.

אבער איך זיך פאר א רעגיולער קאמפיוטער. ואו אויך עס זאל ארבעטעו פאר פעיסבוק.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 6:34 pm
דורך לעיקוואד
אויף פייסבוק דארף right click
Save as
צו ארבעטן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 6:42 pm
דורך [NAMELESS]
videoder איז א גוטע עפפ איך ווייס נישט צי עס ארבעט פאר פעיסבוק

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 8:49 pm
דורך ונבנתה העיר
ונבנתה העיר האט געשריבן:ווי אזוי רופט זיך די זשאנרע פון נגינה?

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=WLHI6bfRVbM[/youtube]

[tag]יאיר[/tag] תאיר, [tag]כעלעם'ר מגיד[/tag] תגיד, [tag]צלפחד[/tag] בן חפר תגיב באשכול הכופר.

נשלח: פרייטאג יאנואר 09, 2015 12:32 am
דורך מנחם
ווען איך פאר אויף א שאסיי וואס האט מאניטער וואס צייגט די ספיד פון די פארבייפארענדע קארס, וויאזוי ווייס איך וועמענס ספיד ער צייגט?

נשלח: פרייטאג יאנואר 09, 2015 1:13 am
דורך [NAMELESS]
ווייסט איינער צו די עמעזאן פייער פאון איז גוט?

גאר מאדנע

נשלח: מוצ"ש יאנואר 10, 2015 10:27 pm
דורך לא להנאת גופי
אינטריסאנטע שאלה:

וואס איז פשט, אז אין שול קען איך רעדן און הערן כל דבר האסור, דהיינו לשון הרע אויף האלב, צי רוב שטאט, יעדער האלבע רומער אויף יעדער צווייטע משוגענע, און קיינער געט נישט קיין hoot. פארקערט די קופקע וואקסט שנעל. אבער ווען איינער נעמט זיך רעדן אביסעלע אפיקורסות, אדער אפ' אקעגן רבנים, ווערט די עולם ווילד, און די קופקע ענדיגט זיך גאנץ שנעל..
ווידער דא אויף קאווע שטיבל איז פונקט פארקערט!!
כל דבר האסור אויף יעדער דבר שבקדושה פון באבוב-סאמאר ביז משה רבינו-אילת, און די עולם לעקט זיך די פינגער, אבער ווען איינער דערמאנט ח''ו א לשון הרע מוט א נאמען איז עס היסטעריע, מ'טאלאלירט נישט דאס מודנעסטע בארעדעכץ בשום פנים.
וואס איז פשט אז ס'זאל זיין אזוי 'משה קאפויער'?????

נשלח: מוצ"ש יאנואר 10, 2015 10:35 pm
דורך chusid
איך דארף ארויסנעמען א לאון- הלואה אויף מיין נ"י לייף פאליסי, דאס הייסט א הלואה אויף די קעש וועליא . וועט מיין חבר דער עיזשענט..מיטהאלטן אז איך טו דאס?

נשלח: מוצ"ש יאנואר 10, 2015 10:37 pm
דורך רויטע וואנצעס
פשוט, וואס מ'לאזט נישט שמועסן אין היכל הביהמ"ד גייט מען ארויס שמועסן אין קאווע שטיבל.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 10, 2015 11:26 pm
דורך א איד
chusid האט געשריבן:איך דארף ארויסנעמען א לאון- הלואה אויף מיין נ"י לייף פאליסי, דאס הייסט א הלואה אויף די קעש וועליא . וועט מיין חבר דער עיזשענט..מיטהאלטן אז איך טו דאס?

איך מיין אז יא
ווען איך האב געדארפט ארויסנעמען האב איך עס געדארפט טוהן דורך מיין עידזשנט, באט קען זיין אז היינט איז שוין אנדערש.
ביסיידס דעם, ווינטש איך דיר אז זאלסט נישט דארפן צוקומען צו דעם, נאר עס זאל קומען גרויסע השפעות צו די פילע וואך, ווי מען זאגט.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 10, 2015 11:45 pm
דורך געפילטע פיש
ונבנתה העיר האט געשריבן:ווי אזוי רופט זיך די זשאנרע פון נגינה?

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=WLHI6bfRVbM[/youtube]

כ'מיין Jazz אדער Big band. [tag]ונבנתה העיר[/tag]

נשלח: זונטאג יאנואר 11, 2015 9:43 pm
דורך ידען
וואס איז געוועהן אין די איסט סייד אז סיז געוועהן אזוי סאך אידען און יעדער האט אוועק געמופט פון דארט?

נשלח: זונטאג יאנואר 11, 2015 10:16 pm
דורך berlbalaguleh
ידען האט געשריבן:וואס איז געוועהן אין די איסט סייד אז סיז געוועהן אזוי סאך אידען און יעדער האט אוועק געמופט פון דארט?

ידען: דו ווייסט דאך אז איך בין נישט קיין ידען. אבער לפי קוצר ידיעתי איז דארט געווען א אידישער יישוב. און דער עולם האט געוואוינט זייער צוזאמגעשטופט. אין ענגע דירות און נישט קיין גוטע לעבנס באדינגונגען אין די טענעמענטס. און א ביסל שפעטער ווען דער עולם איז שוין געווען א ביסל מער פארמעגליך האט מען זיך אויסגעשפרייט. א גרויסער טייל פון די אידן זענען געגאנגען וואוינען קיין ברוקלין. אן אנדער חלק איז געגאנגען קיין בראנקס. וועלכע איז דאמאלס געווען א נייע און זייער שיינע געגענט. פאר די טונקל הויטיגע בני חם, אחיהם של מצריים זענען דארט אהין אנגעקומען. און רוב פון די קינדער פון די ערשטע אימיגראנטן וועלכע זענען שוין געגאנגען אין די פאבליק סקולס און נאכדעם אין קאלעדזש און זענען געווארן דאקטוירים און לאיערס, האבן אוועקגעמופט אין אנדערע שטעט. ווייט פון זייערע עלטערן. דער יישוב האט זיך נישט אויסגעליידיג אין א קורצע צייט. נאר אין משך פון יארן. אויך זענען צוגעקומען אנדערע נידריגע עלעמענטן מיט וועלכע מ'האט נישט געקענט וואוינען בכפיפה אחת...!

נשלח: זונטאג יאנואר 11, 2015 10:45 pm
דורך ידען
ביסט דאך יא א ידען....