בלאט 111 פון 164
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 4:32 am
דורך יאיר
איך זע נישט קיין בלינדע גלייבעכטס דא. אדרבה, פון די תגובות איז משמע אז די איינציגסטע סיבה פארוואס מען גלייבט אין זיין אומשולד איז ווייל זיי קענען נישט פארשטיין פארוואס א מיידל זאל זיך לאזן בריען און נישט דערציילן. איך מיין אז דאס איז אויבנאויף א סברא וואס לייגט זיך אויפ'ן שכל. אודאי איז זייער מעגליך אז זיי זענען נישט גערעכט, ווי כבודו הרמה האט שוין גע'טענה'ט, אבער דאס איז סך הכל א סברא'דיגע ויכוח, גארנישט איז נישט בלינד, און יעדער וויל באמת פארשטיין די מעשה לויט זיין פארשטאנד. און צו מען טוישט זיך דעם מיינונג דא, אוי ווי מען טוישט זיך. קוק נאר איבער אונזער גאנצער אשכול פון אנהויב, וועסטו זען וואו בערל בעל עגלה האט געשריגן חי וקים אז ער איז שולדיג ווי אלע בייזע רוחות, און מח שליט האט געהאלטן פונקט פארקערט, און יאיר איז געווען פארנומען צוצולייגן אויל צום פייער און זיכער מאכן אז דער ויכוח פארט ווייטער אויף הויכע טענער
.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 4:38 am
דורך נולד מאוחר
מוח שליט האטגעשריבן'' .'איבער דעם ענין פין פארברענען, זעהט מען ווייטער קלאר אז די ווייסט נישט די א' ב''
אפשר קענסטו אביסעל מסביר זיין די ענין און מאחורי.
קענסט ניצן אן אנדערע ניק וואס האט שוין רשות. אויב די האסט.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 4:57 am
דורך מוח שליט
הא הא, די ביסט גוט.
you have a point בנוגע די בלינדע גלייבעכטץ. עס איז אמת אז מען גייט נאך וואס דער עולם זאגט אין מען מיינט נישט קיין שלעכטס.
אבער לאמיר רעדען אביעקטיוו, אין נישט זיך שטיפען צו פאסיפיזם, למען השלום דא.
מען האט מר. הוראוויץ, מרת ענגעלמאן, ה. פ., א פאר פאלק אינעם בנין, עזרא פרידלענדער, די פראסעקיוטער, א פאר פאלק אין די בנין ווי ער וואוינט. אין פארשטייט זיך די 'חצופה' אליינס. אלע זאגען ערשט האנטיג אז עס איז דא נאך וויקטימס.
דאך זאגען מענטשען מיט באמבאסטישקייט אז נחמיה איז אומשולדיג.
איז דאס סך הכל אן אנעסט מיסטעיק?
סיידנאוט.
איך האב דעי שבת גערעדט מיט א אינגערמאן א חבר מיינער וואס קען זיך נאנט מיט אן עסקן פין בארא פארק וואס איז שטארק אינוואלווד מיט איין וויקטים. (איך ווייס נישט צו איך קען איר רופען וויקטעם, ווייל זי איז שוין געווען אן אדולט וואס איז געגאנגען צו אים פאר מערידזש קאונסלינג. אבער ווי באקאנט איז מען זייער וואלנערעבעל אין א טעראפיסט קען דאס גיט אויסניצען.) דער עסקן איז געגאנגען צו א וויליאמבורגער רב אין ער האט געזאגט יא יא איך ווייס, אבער וואס איז דען יעצט שייך צו טון.
איך פארשטיי אז מען מיז מיר נישט גלייבען דא. אבער איך קען נאר זאגען אז איך בין זייער ווייט פין אויפמאכען מעשיות אויף מענטשען, איך פארשטיי די חומר הענין פין מוציא זיין אזא שם רע.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 4:59 am
דורך מוח שליט
"אפשר קענסטו אביסעל מסביר זיין די ענין און מאחורי.
קענסט ניצן אן אנדערע ניק וואס האט שוין רשות. אויב די האסט."
לא הבנתי. עס האט גארנישט צו טון מיט כדרכו.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 5:02 am
דורך לייביש
מוח שליט האט געשריבן:לייבוש,
וואס האב איך "אראפגעלייגט" ביי מיין "סימפל קוועשטאן", וואס איז אזוי אנדערש ווי די מציאות? אזוי אז די קענסט פשוט נישט ענטפערען. פליז האסטו קיינמאל נישט געלערנט קיין גמרא? מען רעדט א גאנצען טאג פין ציורים. פליז זיי מיר מסביר פארוואס די קענסט עס נישט ענטפערען.
פארוואס טראכסטו אז דאס וואס די קוואוטסט איז א פרישע שאלה?
יעצט, אויב איינער האט נאכגעקוקט "ביידע" זייטן האט א קלארע בילד און ער וואלט יא געקענט שיקן ווייטער צו אים, צופרידן?
לאמיר דיך פרעגן אפאר שאלות, (מיין לענגערע תגובה לאז איך פאר שפעטער)
אויב האט זי אומשולדיגערהייט פארציילט איר מעשה, פארוואס האט זי צוגעלייגט א יאר ווען מ'האט קלאר אויפגעוויזן אין קארט אז זי האט אנגעהויבן 08 וואס דאס איז נאר 2 יאר און נישט 3 יאר ווי זי פארקויפט פאר יעדעם, די סיבה איז ווייל ביי די 12 זענען די קלאגעס דאפעלט שטערקער.
האסט געהערט ביידע זייטן וויזוי די ערשטע וויזיט האט אויסגעקוקט? מיט קאמאן סענס וועמענס קען זיין אמת? שוין אמאל געזעהן איינער זאל שיקן זיין 12 יעריגע טאכטער אן איר באגלייטן דעם ערשטן מאל? (לאמיר נישט רעדן די סתירות וואס זי האט געהאט איבער דעם) האסט נאכגעקוקט כאטש ביי איר טאטע וואס די אמת איז?
האסט א אנונג וואס זי איז געווען ביי די 12 נאך פאר זי האט אנגעהויבן גיין צו אים? פרעג עני שכן
האסט א אנונג אירע רילעישענס מיט די עלטערן פארן גיין צו וועבערמאן און נאכן?
אויב האט זי געהאט א פחד אוועקצוגיין פון אים (אזוי זאגט זי דאך) ווייל מ'האט געסטראשעט מיטן ווארפן, ביי וויפיל סקולס האט זי געלערנט בשעת'ן גיין צו וועבערמאן? ווילאנג איז זי געווען אן א סקול בכלל?
געדענק איך רעד פון די צוויי יאר וואס זי איז דארט געווען.
אין וועם און מיט וואס האט זי ריוואלטעט אז פונקט ביי וועבערמאן איז זי געווען פארשפארט אז זי האט נישט געקענט אויפהערן גיין צו אים.
לויט די פאון קאלס, ווער האט וועם געקאלט די גאנצע צוויי יאר קאונסלינג.
די אלע תירוצים קענסטו טרעפן אין די טרענסקריפט פון די פאריגע קארט.
(ווי אויך צו זיי האבן עס בכלל אפגעפרעגט)
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 5:05 am
דורך לייביש
איבער די אלע נעמען וואס דו האסט אויסגערעכנט, איז אודך דו רעדסט איינער וואס האט נאר געהערט וואס זיי זאגן? אדער איינער וואס האט באמת געוואלט וויסן.
אויב גייט איינער פונקטליך נאך די אלע נעמען פירן זיי צום זעלבן מקור.. וד"ל
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 5:10 am
דורך מוח שליט
לייבוש שרייבט,
"יעצט, אויב איינער האט נאכגעקוקט "ביידע" זייטן האט א קלארע בילד און ער וואלט יא געקענט שיקן ווייטער צו אים, צופרידן?
ניין אוודאי בין איך נישט צופרידן. דו זעהסט נישט ווי דו האסט גארנישט געענטפערט. די שאלה איז אויב מיט דיין יעצטיגע אינפא וואלסטו אים אפגעזאגט פין זיין פאסטען אלס קאונסלער פאר אינגע פראבלעם מיידלעך אדער נישט. די שאלה איז אויף "דיר", מיט דיין יעצטיגע אינפא, אויב 'דו' ביסט מנהל, און 'דו' דארפסט מאכן א באשלוס צו דו זאלסט אים אפזאגן אין ער גייט האבן גרויסע בושות, אדער דו וועסט ווייטער שיקען מיידלעך צו אים.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 5:18 am
דורך לייביש
דו לערנסט טאקע אזוי גמרא?
אפילו די ליטוואקעס לערנען נישט אזוי קרום.
איך קען עס איבערזאגן, איך בין נישט קיין מנהל און איך פלאן נישט צו זיין, אויב פרעגסטו אויף מיין קינד איז די תירוץ: לויט ווי ס'האלט יעצט קלאר אז יא.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 5:23 am
דורך מוח שליט
איך ווייס נישט וואס די מיינסט וד"ל.
די ווייסט פונקטליך די שקרניתדיגע מקור אין די זאגסט נאר וד"ל??
הוראוויץ זאגט אז ער האט גערעדט מיט צוויי חסידישע אינגעלייט אין מיט נאך צווי קעיסעס. ער האט געגעבען דיטעילס אז וועבערמאן האט איר געזאגט אז וועגן טוט ער מיט איר, ווייל אין פריערדיגען גילגול זענען זיי געווען צוזאמען. ער האט אויך געגעבן דיטעילס פין פארברענען.
ענגעלמאן האט אליינס גערעדט מיט א מאמע, אין אויך גערעדט מיט א פרוי אויפען גאס, וואס איז אליינס א וויקטים. זי זאגט אויך זי האט א ליסט פין אכט וויקטימס
ה. פ. ווייס איך סעקאנד הענד. [דאס הייסט איינס אוועק פין אים]
א פאר פאלק אינעם בנין ווייס איך אויך סעקאנד הענד.
וואס איז דע 'וד"ל'?
ווי קען מען זעהן די טרענסקריפטס ביטע?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 5:30 am
דורך מוח שליט
לייבוש שרייבט:
"איך בין נישט קיין מנהל און איך פלאן נישט צו זיין"
סאררי דעס איז נישט צו דער זאך. די קענסט נאר ענטפערען א שאלה פין חזקת ג' שנים, נאר אויב די טיסט אין ריעל עסטעיט? די קענסט נישט ענטפערען אויף די שאלה פשוט ווייל די ביזט נישט קיין מנהל. איך הער.
אבער מיט דעם אלעם דארף איך דיר געבן קרעדיט. די האסט דאך געענטפערט למחצה. די וואלסט באמת געלאזט דיין 13 יעריג מיידל גיין מארגען צופרי צו אים אין זיין דירה מיט די דריי צובראכענע שלעסער.
פיין. איך הער. אלל איי ניד איז אז די אלע אנדערע וואס זאגען אומשולדיג זאל גרייט זיין צו שיקען זיין טאכטער דארט. אין זאלען יא קענען טראכטען צו אלץ מנהל וואלטען זיין געשיקט צו אים אדער אויפגעזאגט זיין פאסטען מיט בזיונות אין געשיקט צו אן אנדערען.
ווי וויל טעיק איט פראם דעיר.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 10:28 am
דורך petergrifin
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 10:38 am
דורך [NAMELESS]
מוח שליט, איך בין יא גרייט אנצונעמען די מנהל פאסטען. און לאמיך ענטפערן דיין פראגע. איך בין בכלל נישט איבערגעצייגט אין וועבערמאןס שילד, אבער איך וואלט טאקע נישט געשיקט קיין מיידלעך צו אים יעצט צוליב די איינס אין א מיליאן טשענס אז אפשר איז ער טאקע יא שילדיג.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 10:47 am
דורך געוואלד געשריגן
ראשעקאל האט געשריבן:מוח שליט, איך בין יא גרייט אנצונעמען די מנהל פאסטען. און לאמיך ענטפערן דיין פראגע. איך בין בכלל נישט איבערגעצייגט אין וועבערמאןס שילד, אבער איך וואלט טאקע נישט געשיקט קיין מיידלעך צו אים יעצט צוליב די איינס אין א מיליאן טשענס אז אפשר איז ער טאקע יא שילדיג.
צו זאגן אז ס׳איז אן ״איינס אין א מילאן שאנס״ איז נאריש
Anyone who spends the majority of time with young girls has way more than a once in million chance. Give me a break.
Are you willing to settle for one in a thousand?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 10:47 am
דורך [NAMELESS]
שטעלסט זיך אויף א נארישקייט.
יא, איך בין מסכים אויך פאר איינס אין הונדרעט טשענס
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:14 am
דורך מוח שליט
הויכגעשעצטער ראשעקאל,
נייס טריי, אבער פליז קוק איבער די שאלה פונקטליך. איך שרייב ווי פאלגענד
"די די איינציגסטע זאך וואס די קענסט טון איז אים אפזאגען פין זיין פאסטען. וואס דאס וועט אים שאפען גרויסע בזיונות"
דיינע אפשאנס זענען אדער אים אפזאגען אין דערמיט שאפען גרויסע בזיונות, אדער אים נישט אפזאגען אין די זיין אפוינמענט קאלענדער איז פיל מיט אפוינטמענטס א יעדען טאג, פאר די נעקסטע יאר צייט. די ביסט דער וואס מאכט דעם באשלוס אין א יעדע יונג קינד וואס די שיקסט אהין איז דיין אחריות.
נו יעצט ראשעקאל אזוי ווי די האסט מקיים געווען דעם במקום שאין איש. אין די האסט מוסיף געווען אויף דיין ראשעקאלשאפט אויך די מנהלת פאסטען, וואס שטייט שוין ליידיג א פאר טעג דא, בעט איך דיך ווער נישט יעצט נעלם. ענטפער אויף די שאלה.
אויך דארפסטו פארשטיין אז איך רעד צו דעי סארט ניקס דא וואס "האבען נייעס פאר מיר, נחמיה איז אומשולדיג". אויף וויפיל איך זעה פין דיינע ווערטער דא, זאגסטו אז די "ביסט נישט איבערצייגט אין זיין שולד". נו דאס איז גאר ווייט פין שרייען אומשולדיג.
איך אליין האב נישט גענוג אריינגעטאכט צו מיט די אינפא וואס איך האב יעצט וואלט איך ווען געמאכט א גילטי ווערדיקט אויף אים. אבער יו קען בי שור עז העלל אז איך האב זייער שטארקע צדדים אז ער איז גילטי. איז דאס גענוג אים צו פסקנען גילטי? דאננא.
מיט עהרע,
מוח שליט
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:51 am
דורך געוואלד געשריגן
ראשעקאל האט געשריבן:שטעלסט זיך אויף א נארישקייט.
יא, איך בין מסכים אויך פאר איינס אין הונדרעט טשענס
no, I think you're willing to give him the benefit of the doubt. Then when you had to address the issue of sending
our children to him, you started singing a different tune, but didn't want to fully admit it. Face it, there were very damning things said about him. Enough to make any sane person cringe. We don't need to go as far as the burns.
For the record, and I've mentioned this before, the psychology of a child is not logical and methodical. Children can be manipulated easily, especially in communities where people are afraid to admit that
anything is imperfect. Thus yes, it was very easy to threaten her and tell her no one would believe her. At some point, people need to assume responsibility. So yes, more than one in a hundred as well. I especially say this because I know someone personally who was hurt and couldn't do anything out of fear and worry of consequences. The last blow to a victim is seeing how little support she receives. How's that for building confidence? Nothing is obvious. Even burns. Things need to change, and fast. Stop nitpicking and look at it as a whole.
Please wake up.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 12:18 pm
דורך berlbalaguleh
ראשעקאל האט געשריבן:מוח שליט, איך בין יא גרייט אנצונעמען די מנהל פאסטען. און לאמיך ענטפערן דיין פראגע. איך בין בכלל נישט איבערגעצייגט אין וועבערמאןס שילד, אבער איך וואלט טאקע נישט געשיקט קיין מיידלעך צו אים יעצט צוליב די איינס אין א מיליאן טשענס אז אפשר איז ער טאקע יא שילדיג.
ייש"כ פאר מחזק זיין מיין (און רוב נארמאלע מענטשן'ס) מיינונג. טייל ארגומענטירער דא אין קאווע שטיבל זענען ביי די מיינונג אז נ.וו. איז א רשע גמור און זיי גלייבן אלעס וואס די אנקלעגער האבן ארויפגעווארפן אויף איהם. ס'איז אבער דא א דרך הממוצע. א מיטל וועג. מ'גלייבט אז די באשולדיגונגען זענען נישט אמת. אבער מען טוט אויך נישט אינדארסירן דעם וועג וויאזוי ער און די סקול האבן לכתחילה געהאנדלט. אבער ס'איז היינט ליידער אזא מצב אז די מענטשן וועלכע ארבעטן פאר די רעכטן פון די וויקטימס ווילן נישט הערן א צווייטע מיינונג, פון מענטשן וועלכע זענען נישט איבערצייגט אין די שולד פונ'ם באשולדיגטן.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 12:31 pm
דורך געוואלד געשריגן
berlbalaguleh האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:מוח שליט, איך בין יא גרייט אנצונעמען די מנהל פאסטען. און לאמיך ענטפערן דיין פראגע. איך בין בכלל נישט איבערגעצייגט אין וועבערמאןס שילד, אבער איך וואלט טאקע נישט געשיקט קיין מיידלעך צו אים יעצט צוליב די איינס אין א מיליאן טשענס אז אפשר איז ער טאקע יא שילדיג.
ייש"כ פאר מחזק זיין מיין (און רוב נארמאלע מענטשן'ס) מיינונג. טייל ארגומענטירער דא אין קאווע שטיבל זענען ביי די מיינונג אז נ.וו. איז א רשע גמור און זיי גלייבן אלעס וואס די אנקלעגער האבן ארויפגעווארפן אויף איהם. ס'איז אבער דא א דרך הממוצע. א מיטל וועג. מ'גלייבט אז די באשולדיגונגען זענען נישט אמת. אבער מען טוט אויך נישט אינדארסירן דעם וועג וויאזוי ער און די סקול האבן לכתחילה געהאנדלט. אבער ס'איז היינט ליידער אזא מצב אז די מענטשן וועלכע ארבעטן פאר די רעכטן פון די וויקטימס ווילן נישט הערן א צווייטע מיינונג, פון מענטשן וועלכע זענען נישט איבערצייגט אין די שולד פונ'ם באשולדיגטן.
אנשולדיקן מיר רב בערל אבער דאס איז נישט אמת. א מיטל וועג? צו זאגן אז ס'איז אן "איינס אין א מיליאן שאנס" איז בכלל נישט קיין מיטל וועג. לאל
how about this comparison?
דו זאגסט ס'איז א 99 פראצענט שאנס ער איז אומשולדיג און איך זאג ס'איז א 99 פראצענט ער איז שולדיג
seems about even according to your logic
again, this is just hypothetical
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 12:38 pm
דורך berlbalaguleh
לייביש האט געשריבן:קענסט אפשר מסביר זיין וואס דו ווילסט דא מיט דיין שאלה?
די סקול האט קיינמאל נישט געשיקט קיין מיידלעך צו אים, די יעצטיגע מאל וואס זיי האבן פארלאגנט פון די קרויס עלטערן צו גיין צו איינעם, און קרויס האט אנגעטראגן די וועבערמאן נאמען האבן זיי גלייך אויך פארלאגנט א פרוי מיט וועם זי זאל רעדן און ווי מ'האט געזאגט אין קארט פלעגט זי רעדן מיט איינעם מרת וו.
איז וואס באמבאדירסטו מיט דיין קשיא איבער און איבער?
איבער דיינע לאנגע תורות וואס דו ביסט נאך מסביר מיט משלים.
דו לייגסט אראפ דיינע "אייגענע" סטאטיסטיקס מיט פאקטן, פארציילסט די מעשה וויזוי דו ווילסט (דאס איז דיין אייגענע גירסה) און ווארטס איינער זאל דיר אפפרעגן.
כ'האף שפעטער אפצושרייבן אביסל א לענגערע תגובה, צו מסביר זיין מיינע ווערטער.
ייש"כ פאר אפענטפערן איהם. איך בין נישט בכח ווייל ס'איז דא זייער אינטרעסאנטע זאכן וואס איך דרינג מיר אויף פון זיינע תגובות. נאר איך האלט מיך צו אן אייזערנעם כלל. נישט צו אטאקירן קיינעם פערזענליך אפילו יענער פארדינט זיך עס. איין זאך זעה איך דא. אז ס'איז פאראן מענטשן מיט שטארקע דמיונות.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 12:52 pm
דורך מוח שליט
בעל עגלה,
וואס דרייסטו דיך שוין ווייטער ארויס אין די באהאלטסטיך אינטער דעם ראשעקאל. קאם אן, דא אין קאווע שטיב איז א בעל עגלה פינקט אזוי חשוב ווי א ראשעקאל. (עז לאנג אז ער איז פין די "נארמאלע מענטשען".)
איך האב געוואוסט אז עס גייט קומען עצות ביז איבערן קאפ וויאזוי מען דארף פארעכטן. אבער דאס איז נישט מיין שאלה.
א פלא והפלא, ווי מען טוט אלעס אויף דער וועלט אויסער ענטפערען. עס איז ממש א געים וואס מענטשען שפילען דא. זיי שרייען "די באשולדיגונגען זענען נישט אמת" אבער מען האט מורא צו ענטפערן די שאלה.
ביי דיר איז עס נאך מער אינטערסאנט. די קענסט אפי' נישט פועלן ביי דיר ארויסצוזאגען פין מויל אז קען זיין ער איז שולדיג. אפי' ראשעקאל האט דאס שוין געקענט טון.
אבער צוריק צו מיין שאלה, פארוואס קענסטו עס נישט ענטפערען. אהן דריידליך?
פליז קוק וואס איך האב געשריבען צו ראשעקאל א שעה א האלב צוריק. אין זעה פארוואס ער האט נישט געענטפערט.
וואס איז די חכמה פין נישט האבען אן אנעסט דיסקאשען?
אויך האב איך זייער קלאר געשריבען אז איך ווייס נישט צו מיין אינפא איז גענוג צו געבן א גילטי ווערדיקט. אויב מען הייסט מיר יעצט געבן א פסק ווייס איך נישט וואס איך וואלט געענטפערט.
איך זאג איין זאך א גאנצען צייט :
שריי נישט אומשולדיג ווען די אליינס האלטסט נישט באמת אזוי (אויב די האלטסט טאקע אומשולדיג דעמאלט ענטפער מיין פראגע).
שריי נישט אוממעגליך ווען די פארשטייסט נישט די א' ב' וויאזוי דאס ארבעט.
מצד השני זעה איך יא די אויפריכטיגקייט פין אסאך מענטשען דא [ובתוכם אינזער טייערער בעל עגלה]. עטץ זענט גענוג אויפריכטיג נישט צו זאגען פרעכע לגיונות. עטץ זענט נישט גרייט צו זאגען אז "יא איך וועל שיקען מיידליך צו אים א יאר צייט. אפי' אויב איך קען טוישען די קאונסלער צו א צווייטען וועל איך עס נישט טון (מכח די גרויסע בזיונות וואס דאס וועט שאפען פאר וועבערמאן), אין איך וועל ווייטער שיקען צו אים ווייל איך בין איבערצייגט אין זיין אומשולד." קיינער איז נישט גרייט דעס צו זאגען (אפי' אינטער די שלייער פין א ניק).
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 12:56 pm
דורך מוח שליט
בעל עגלה,
לייבוש שרייבט אז ער "גייט מיך אפענטפערן מיט א לאנגע תגובה" אין די זאגסט אים שוין שקויעך פארען אפענטפערן. what honesty.
איך האב הנאה אז די האלטסט דיך צו דיין אייזערנעם כלל פין נישט אטאקירען פערזענליך. ביז א סעקונדע שפעטעטר וואס די זאגסט אז איך האב גרויסע דמיונות.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:02 pm
דורך מוח שליט
בעל עגלה, די שרייבסט,
"איך בין נישט בכח ווייל ס'איז דא זייער אינטרעסאנטע זאכן וואס איך דרינג מיר אויף פון זיינע תגובות"
הנני מוסר ומודיע, איך געב דיר די רעכט צו שרייבען דא די אינטערסאנטע זאכען וואס די דרינגסט דיך אויף אף מיר. אבער שרייב עס מיט הבנה נישט סתם געשאסען. זיי עס מסביר מיט טעם. עס איז מיר ממש אינטערסאנט צו זעהן וואס די דרינגסט דיר אויף פין מיינע ווערטער.
ווער מיר נישט נעלם ווען איך בין דיר מסביר פארוואס עס איז נישט ריכטיג. לאמיר זעהן צו די קענסט האבען אן אנעסט דיסקאשען.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 2:19 pm
דורך שמעקעדיג
מח שליט,
שטעל דיר פאר ביסט אין די טווין-טאוערס בשעת 9/11. אויפן אכציגסטן שטאק. בשעת די פליגערס קראכן אריין מיט אימפעט.
דו קענסט זיך אדער דערשטיקן פונעם פייער צום טויט, אדער טאנצן אכציג שטאק צו א מיתה משונה.
וועלכעס וואלסטו גענומען?
אנטלויף מיר נישט.
לאמיר האבן א נארמאלע דעסקאשען.
איך האב הנאה אז מיר האבן דא פיינעלי א נארמאלע מענטש וואס האט א שכל הישר און א IQ עבאוו די רעסט,