בלאט 112 פון 213

נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 12:52 pm
דורך מים חיים
א איד האט געשריבן:
chusid האט געשריבן:איך דארף ארויסנעמען א לאון- הלואה אויף מיין נ"י לייף פאליסי, דאס הייסט א הלואה אויף די קעש וועליא . וועט מיין חבר דער עיזשענט..מיטהאלטן אז איך טו דאס?

איך מיין אז יא
ווען איך האב געדארפט ארויסנעמען האב איך עס געדארפט טוהן דורך מיין עידזשנט, באט קען זיין אז היינט איז שוין אנדערש.
ביסיידס דעם, ווינטש איך דיר אז זאלסט נישט דארפן צוקומען צו דעם, נאר עס זאל קומען גרויסע השפעות צו די פילע וואך, ווי מען זאגט.

עס מוז נישט גיין דורך דעם עידזשענט. קענסט עס אליינס טוהן אנליין אדער אויפן פאון.

עס מוז נישט זיין אז דער עידזשענט גייט געוואר ווערן, חוץ אויב ער גייט קוקן אין די פאליסי זעהן וואס טוט זיך דארט וועט ער זעהן א לאון אויפן פאליסי.

אבער אפילו אויב יא, וועמען גייט אן אז דער עידזשענט ווייסט אז דו נעמסט א לאון? ער דערלייגט גארנישט דערפון, פונקט פארקערט, ביים פארקויפן האט ער דיר מן הסתם געזאגט אז דו גייסט קענען נעמען א לאון, סאו וואס איז דער סוד?

נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 1:09 pm
דורך berlbalaguleh
ידען האט געשריבן:ביסט דאך יא א ידען....

ידען: ייש"כ. אבער דער הייליגער רמב"ם זאגט אין הלכות דיעות..."תכלית הידיעה, שלא נדע"...!

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 1:19 pm
דורך אפטעמיסט
וויאזוי הייסט א קוטשמע אין ענגליש? (כ'זוך עס אויף עמעזאן).

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 1:28 pm
דורך berlbalaguleh
אפטעמיסט האט געשריבן:וויאזוי הייסט א קוטשמע אין ענגליש? (כ'זוך עס אויף עמעזאן).

כ'ווייס נישט. נאר ס'זעהט אויס אז ס'איז אן אוקראיניש ווארט. ווייל איינער פון זייערע פרעזידענטן האט געהייסן לעאנארד קוטשמא...!

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 1:45 pm
דורך יין שרף
אפטעמיסט האט געשריבן:וויאזוי הייסט א קוטשמע אין ענגליש? (כ'זוך עס אויף עמעזאן).

די אפעציעלע רוסישע קוטשמע הייסט א Ushanka, אדער kučma.

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 1:51 pm
דורך ישראל קאפקע
אפטעמיסט האט געשריבן:וויאזוי הייסט א קוטשמע אין ענגליש? (כ'זוך עס אויף עמעזאן).


https://en.m.wikipedia.org/wiki/Jinnah_ ... nah_Cap.29
קאַראַקול: א טראדיציאנאלע היטל פארשפרייט צווישן די טערקישע פערסישע, און קורדישע שבטים.

אין מזרח אייראפע איז עס ווארשיינליך אנגעקומען דורך טערקיי, אדער מעגליך דורך רוסלאנד.

די ענדליכסטע וואס איך האב געפונען איז אויף די קאפ פון כאמיד קארזאי די פרעזידענט פון אפגאניסטאן. :lol:

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 1:59 pm
דורך ישראל קאפקע
יין שרף האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:וויאזוי הייסט א קוטשמע אין ענגליש? (כ'זוך עס אויף עמעזאן).

די אפעציעלע רוסישע קוטשמע הייסט א Ushanka, אדער kučma.

איך גלייב נישט אז ער מיינט דאס

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 2:11 pm
דורך elter-zeide

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 2:59 pm
דורך אפטעמיסט
א גרויסן דאנק אלע מגיבים, אבער כ'רעד נישט פון דעם. איך זוך די גלאטע שיינע באלבאטישע קוטשמע, אזאנס וואס פאסט פאר א וויליאמסבורגער ראסער.

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 3:17 pm
דורך געוואלדיג
דו ביסט זיכער נישט איינס

נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:53 pm
דורך ונבנתה העיר
ווער האט מחדש געווען און איינגעפיהרט די - לדעתי קינדערישן און אומב'טעמ'טן - ניגון מיט וועלכע מען דרש'ענט אויף די ראדיא?

נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 1:11 pm
דורך מאטי
וואו אין ספר יואל (די עכטע) שטייט בפירוש אז ס'גייט קומען א היישעריק-שטורעם?

נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 1:33 am
דורך chusid
איך ליין קיינמאל די בלאט, יעצט איז מיר אויסגעקומען עס צו ליינען זע איך אז ביי ביבי נתניהו שרייבן זיי נישט שר"י. ווידער אויפן זעלבען עמוד שרייבן זיי שמעון פרס שר"י. מאי שנא פרס מביבי?

נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 1:43 am
דורך שמעקעדיג
פרעג זיי עס אליינס בכתב, דורך א בריוו צו דער בלאט. זיי וועלן זיך דערקוויקן דערמיט, נאך יארן לאנג פרובירן אויסצוטראכטן אייגענע-פאבריצירטע בריוון. וועסט זיך איינקויפן עוה"ב.

נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 1:57 am
דורך קאווע טרינקער
chusid האט געשריבן:איך ליין קיינמאל די בלאט, יעצט איז מיר אויסגעקומען עס צו ליינען זע איך אז ביי ביבי נתניהו שרייבן זיי נישט שר"י. ווידער אויפן זעלבען עמוד שרייבן זיי שמעון פרס שר"י. מאי שנא פרס מביבי?

ווייל פרס האט נאך מצער געווען דעם רבי זי"ע בימים ההם.

נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 11:22 am
דורך שיח ושיג
פארוואס רופן אלע וומסב"גער אידן די "פעליסעידס פארקוועי" די "פאליסיידס"? איך פארשטיי אז מען טוישט אין יעדער שפראך ווערטער לויט די הברה אין וועג פון רעדען אבער איך זעה נישט קיין שום סיבה צו זאגן פאליסיידס. קודם די "פע" איז פון די נארמאלע אידישע גראמאטיק, אין "סעידס" קען מען אויך זאגן, פונקט אזוי ווי מען זאגט דאס ענגלישע ווארט CAKE אויף אידיש אויך "קעיק".

נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 11:48 am
דורך שבת אחים
שווערע דאגות !

נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 2:06 pm
דורך דריידל
מיר ווינדערט פארוואס זיי רופן "היויס" סטריט "יוס" סטריט

נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 2:41 pm
דורך א איד
מיר ווינדערט פארוואס מען זאגט נייף און נישט קנייף
ווי אויך נייט און נישט קנייט

נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 3:56 pm
דורך שלמה המלך
מיך ווינדערט פארוואס עטס גייטס נישט ארבייטען!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 10:06 pm
דורך קאצקע ציקער
מאטי האט געשריבן:
ירח בן יומו האט געשריבן:פארוואס האט פאפא זובה געווען דערמאנט צו ווערען דורך יעדער בדחן?

כ'מיין אז היינטיגע צייטן איז שוין נישטא דער קראנקהייט אז מענטשן זענען זובה.

Moti , you made me smile

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 10:10 pm
דורך קאצקע ציקער
שמן זית האט געשריבן:דו ווילסט באמת וויסן פארוואס דייקא פאפא האט זוכה געווען דערצו?..
כ'האב פאר דיר א פשוטע עצה, שפאציר אריין אהין פאר א וויילע, נאכדעם עמער רעדן.... גוט??

דו זאגסט דעי כלל אויף אלע פאפא בתי מדרשים, אדער נאר אין ווילי?

נשלח: פרייטאג יאנואר 23, 2015 8:03 am
דורך דריידל
הערטס אויף מיט די נערישקייטן. איך פאל אריין דא דארט אין פאפא און איך קען זאגן אז די סאטמערע קענען זיך גיין לערנען נארמאלקייט אין פאפא. רוב פאפענע וואס איך קען זענען אויסטערלישע פיינע מענטשן און ווייט פון נערנים. איך וואלט מיך עניטיים משדך געווען מיט א פאפענער ענדערש ווי א סאטמערע סעלפיש אויבער חכם.