בלאט 112 פון 179

נשלח: דינסטאג יאנואר 11, 2022 2:45 pm
דורך שמן למאור
א חבד'סקער חסיד האט געהאט א דרילינג, דריי אינגעלעך,
ער האט שוין געלאזט וויסן פון פריער אז ער וועט גיבן דריי ליובאוויטשער נעמען, און נישט נאך זיידעס,
די עולם איז געשטאנען און געווארט מיט שפאנונג...

מען רופט אויס די ערשטע... ויקרא שמו בישראל..'בהמה'!
וואס איז דאס? די טאטע איז מסביר בהמה איז ר''ת, ב'רוך ה'בא מ'לך ה'משיח, א פיינע חבד'סקער נאמען..

די צווייטע קינד.... ויקרא שמו בישראל 'חמור'!
די פאטער איז מסביר חמור איז ר''ת ח'יי מ'ורינו ור'בינו,

ס'קומט צום דריטן... ויקרא שמו בישראל 'סוס'!
די טאטע איז זיך מסביר, סוס איז ר''ת ס'ו'ן ס'עווענטי 770

נשלח: דינסטאג יאנואר 11, 2022 2:50 pm
דורך וואלווי
די ליובאוויטשע געבן טאקע פאר מיידלעך די נאמען שמח"ה ע"ש ה'רבנית ח'יה מ'ושקא ש'ניאורסאן

נשלח: דינסטאג יאנואר 11, 2022 2:57 pm
דורך שמן למאור
וואלווי האט געשריבן:די ליובאוויטשע געבן טאקע פאר מיידלעך די נאמען שמח"ה ע"ש ה'רבנית ח'יה מ'ושקא ש'ניאורסאן

אזוי קרום צו זיין? זיי קענען נישט גראד געבן, חיה מאשקע?
דאס דערמאנט מיר פון א צווייטע מעשה,

מען האט געפרעגט א חבד'סקער חסיד, וואס איז דאס די יו''ט פון י''ט כסלו?
האט ער געענטפערט, אז אין די בחינה פון י''ט ככלו, איז די בחינה פון 'רבי' ארויס פון די בחינה פון 'תפיסה'!
האט מען אים געפרעגט, פארוואס זאגסטו נישט פשוט, י''ט כסלו איז די רבי ארויס פון תפיסה?
האט ער געזאגט, אהה איך האב עס פשוט געוואלט מקרב זיין אל השכל....

נשלח: דינסטאג יאנואר 11, 2022 3:04 pm
דורך וואלווי
זיי געבען מושקי'ס אויך

נשלח: דינסטאג יאנואר 11, 2022 3:06 pm
דורך וואלווי
עצי שטים האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:די ליובאוויטשע געבן טאקע פאר מיידלעך די נאמען שמח"ה ע"ש ה'רבנית ח'יה מ'ושקא ש'ניאורסאן

אזוי קרום צו זיין? זיי קענען נישט גראד געבן, חיה מאשקע?
דאס דערמאנט מיר פון א צווייטע מעשה,

מען האט געפרעגט א חבד'סקער חסיד, וואס איז דאס די יו''ט פון י''ט כסלו?
האט ער געענטפערט, אז אין די בחינה פון י''ט ככלו, איז די בחינה פון 'רבי' ארויס פון די בחינה פון 'תפיסה'!
האט מען אים געפרעגט, פארוואס זאגסטו נישט פשוט, י''ט כסלו איז די רבי ארויס פון תפיסה?
האט ער געזאגט, אהה איך האב עס פשוט געוואלט מקרב זיין אל השכל....


ס'איז גארנישט קיין דזשאוק מיט אזעלעכע "שכל'דיגע" קירבות האט מען פארוקט מערכת שמים כדי צו זוכה זיין אין א לייברערי עד כדי דידן נצח.

נישט איינגעפאלן פאר קיינעם אז ס'דא א סימפל סאלאשין אין פשוטע ממנות אן קיין פנימיות

נשלח: דינסטאג יאנואר 11, 2022 4:39 pm
דורך פאלאצ'ינטא
איינער האט גערופען די פאליציי אז זיין ווייב פעלט צוויי וואכען. נאכ'ן זוכען אפאר טעג רופען זיי איהם אן און זאגען איהם מיט א שמחה...

ר' איד, אונז האבען געפונען דיין ווייב.

פרעגט ער, וואס האט זי געזאגט?

גאנישט, ענטפערען די פאליציי

זאגט ער, דעמאלס איז זי נישט מיין ווייב

נשלח: דינסטאג יאנואר 11, 2022 5:49 pm
דורך שמן למאור
איינער איז געקומען צו א שלום בית מאכער, און זיך געפערליך אפגערעדט אז ער האט א צעדרייטע ווייב,
עד כדי כך אז נעכטן נאכט האט זי אים אריינגעגאסן סם המות אין די טיי, און בדרך נס האט ער דאס באמערקט אין די לעצטע רגע.

די שלום בית מאכער זאגט, שיק איר אריבער צו מיר און איך וועל כאפן א שמועס מיט איר,
די נעקסטע טאג רופט די שלום בית מאכער אן די אינגערמאן און זאגט אים, ''כ'קען דיר זאגן אזויפיל, כ'בין געזעצן מיט איר פאר צוויי שעה און גערעדט מיט איר, איך אין דיינע שיך וואלט אויסגעטרינקען די טיי..."

נשלח: דינסטאג יאנואר 11, 2022 5:56 pm
דורך בענבען
ס'אמאל געווען א גנב אין שטאט און די גנב פלעגט אראפ גיין די קוימער און גנבענען. איין מאל האט ער נישט געחשב'נט גוט און אראפ ביים רב אין שטוב,
זעט ער די רב זיצט און לערנט
פרעגט דער רב דעם גנב וואס טוסטו דא, ענפערט ער איך בין דא פרעגן דער רב א שאלה
יא וואס איז די שאלה
וואס איז די שנעלסטע וועג ארויס פון דא

נשלח: דינסטאג יאנואר 11, 2022 5:57 pm
דורך בענבען
רופא התקין לאדם שיניים תותבות.
"כמה עלי לשלם לך?" מברר.
"אלפיים דולר!" ענה הרופא.
"בבקשה", משלם האיש ופונה ללכת.
"הי, אדוני!", מזדעק הרופא, "זה כסף מזויף!"
"נו, ומה בכך?" מיתמם האיש, "השיניים ששמת לי בפה – מה הם?"...

נשלח: דינסטאג יאנואר 11, 2022 6:22 pm
דורך פאלאצ'ינטא
א ספרדיש אידל גייט אריין אין בית מדרש, און גייט צו צום ארון קודש. ער גייט ארויף די זיבען טרעפ און מאכט אויף די טיהר און פאנגט אן צו ווייענען...

רבש"ע איך האב א משפחה מיט 17 קינדער און איך האב נישט קיין פרנסה צו דעקן די חובות, ממש עס איז צרות...
איך בעט דיר שיק מיר צו אפאר דולר. עס איז דא א גרויסע לאטערי היינט און איך וויל דאס געווינען...

ער מאכט צו די טיהר און הייבט אן אראפצוגיין צוריקציוועגס און פונקט איז עפעס דארט געוועהן וואס ער האט נישט באמערקט און ער טראסקעט אראפ אלע טרעפ...

ער שטייט אויף און גיבט זיך א דריי צום ארון קודש און זאגט...

רבש"ע, דו ווילסט נישט? איז נישט! אבער פארוואס שטופסטו?

נשלח: דינסטאג יאנואר 11, 2022 11:22 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי האט געשריבן:זיי געבען מושקי'ס אויך

ס'איז דא א גרויסע בילדינג. א סקול וואס הייסט בית חיה מושקא, איך האב אמאל דארט געדרייווט דעם באס (פאר 3 טעג)...!

וואלווי וויל אודאי וויסן וואס איז געשעהן נאכדעם? נאכדעם ביניך געגאנגען צו א נענטערע דזשאב אין בארא פארק, נישט צו דארפן פארן א יעדן טאג פאר 20 מינוט ביז קרוינהייטס...!

נשלח: מוצ"ש יאנואר 15, 2022 7:39 pm
דורך שמן למאור
ר' מעכעלע מנתני' ז''ל פלעגט צו זאגן,
פארוואס ביי קידוש לבנה שפרינגט מען, און ביי מאכן אן אשר יצר שפרינגט מען נישט?
די תירוץ איז, אז ווען מען וואלט געמאכט אן אשר יצר בלויז איינמאל א חודש, וואלט מען אויך געשפרינגען...

נשלח: מוצ"ש יאנואר 15, 2022 7:42 pm
דורך שמן למאור
הוא היה אומר,
ס'דא עפעס וואס יעדער ווייסט וועגן מיך, דאן איז דא עפעס וואס נאר איך און מיין ווייב ווייסן, דאן איז דא עפעס וואס נאר די רבוש''ע אליין ווייסט,

דאס אז מיין בעקיטשע איז צעריסן, דאס ווייסט יעדער איינער
דאס אז מיין הויזן איז אויך צעריסן, דאס ווייסט נאר איך און מיין ווייב
און ווען מיין ווייב וועט עס פארעכטן און פארנייען, דאס ווייסט נאר די רבוש''ע אליין...

נשלח: מוצ"ש יאנואר 15, 2022 7:49 pm
דורך שמן למאור
אפאר גרויסע גוים מליאנערן זענען געזעצן און א רעסטאנאנט און געשמועסט, און דערנעבן איז געזעצן א אידעלע,

איין פילאנטראפ זאגט, ענק ווייסן וויפיל געלט איך האב? אויב וויל איך, קען איך יעצט אויפן רגע אפקויפן טשעיס באנק!! יא אלע ברענטשעס!

זאגט די צווייטער, דאס אלעס? איך קען אויך צוקויפן דעלטא עירליינס!

זאגט די דריטער דעטס איט? איך קען אויך גאר צוקויפן צו דעם, אלע הילטאן האטעלן פון ארום די וועלט!

זאגט די נעקסטע, איך קען נאך צו דעם אלעס צוקויפן עקסאן מאביל געז קאמפעני, צוזאמען מיט וואלמארט!!

זיי דרייען זיך אויס צו דעם אידל, און פרעגן, זאג נאר, און וואס איז מיט דיר?
זאגט ער... ענק קענען אלע פארגעסן פון ענקערע חלומות, איך פארקויף ענק גארנישט...

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מאנטאג יאנואר 17, 2022 8:23 am
דורך ברוינשטיין
דאס לעבן איז ווי הויזן פון א קליין קינד.

קורץ און באַקאַקט...

נשלח: מאנטאג יאנואר 17, 2022 12:04 pm
דורך שמן למאור
א קלוגע איד האט אמאל געזאגט,
ווי גוט קען שוין די טאג זיין, אז עס הייבט זיך אהן מיט א 'אויפשטיין'...

נשלח: מאנטאג יאנואר 17, 2022 12:09 pm
דורך שמן למאור
די ראש כולל באמערקט אז ס'איז ליידיג אין כולל, גייט ער אריין און קאווע צימער, און זעט די כולל אינגעלייט זיצן זיך אזוי און קאליצן, און רוקן אריין מזונות, דענישעס מיט קעיק, דעקעלעך מיט וואס נישט,

ער פרעגט אזוי שטרענג, וואס גייט דא פאר? וואס איז די הפקירות דא?

ענטפערט איינער, אונז זענען דא פשוט ארויסגעגאנגען, עוסק צו זיין 'על המחיה ועל הכלכלה'

נשלח: מאנטאג יאנואר 17, 2022 12:14 pm
דורך שמן למאור
פאקט נומער איינס, עס איז אוממעגליך פאר די צונג פון א מענטש אנצורירן זיין נאז,


פאקט נומער צוויי, די פראבירסט יעצט אנצורירן דיין נאז מיט דיין צונג...

נשלח: מאנטאג יאנואר 17, 2022 12:17 pm
דורך שמן למאור
די וועיטער: סור, טשיקן אר ביף?

איך: נישט קיין חילוק די סדר...

נשלח: מאנטאג יאנואר 17, 2022 6:32 pm
דורך Lexus
איינער פארט אויף א פליגער און קוקט אריין אין א גוישע שמוציגע צייטונג
קומט אריין א איד און זעהט ווי ער קוקט אריין אין דעם
נעמט ער זיך שרייען גיוואלד גיוואאללדדד!! א היימישע איד ליינט א שמוציגע צייטונג??!!
בארויאיגטס אייך ענטפערט די איד, איך ליין נישט די צייטונג, איך קוק נאר די בילדער...

נשלח: מאנטאג יאנואר 17, 2022 10:50 pm
דורך berlbalaguleh
ברוינשטיין האט געשריבן:דאס לעבן איז ווי הויזן פון א קליין קינד.

קורץ און באַקאַקט...

נישט ביי א יעדן...!

נשלח: מאנטאג יאנואר 17, 2022 10:55 pm
דורך שמעקעדיג
ער רעדט נאר פון זיידי ברוינשטיין, קוים געווען א בחור'ל און שימלט שוין אינעם נורסינג האום...

נשלח: מאנטאג יאנואר 17, 2022 10:57 pm
דורך berlbalaguleh
אז מ'רעדט פון ליינען צייטונגען: אין די אנהייב דרייסיגער יארן, אין דייטשלאנד ווען די נאציס, ימ"ש זענען שוין געקומען צו די מאכט. און דאס אנטיסעמיטיזם איז געווען זייער גרויס, פארט זיך א אידל מיט די באן. נאר כדי זיך צו באשיצן נעמט ער ארויס א שטורמער און ליינט דאס. שפעטער קומט צו צו איהם נאך א מענטש און מאכט אויף א שטורמער צייטונג. זיי נעמען זיך שמועסן. דער ערשטער פאסאזשיר זאגט צו זיין שכן. די אידן זענען אזוי שרעקליך. זיי ווילן אייננעמען די גאנצע וועלט. אויך. זיי זענען די גרעסטע שווינדלערס און באנדיטן. דער צווייטער לייגט צו נאך שלעכטע זאכן אויף די אידן. אזוי האבן זיי געהאט א פארמעסט. ווער ס'קען בעסער שעלטן די אידן. דער ערשטער אידעלע האלט עס שוין נישט אויס. ער געט (אומווילנדיג) א שריי אויס שמע ישראל...רופטציך אן זיין שכן צו אים...ה' אלוקינו, ה' אחד...!