בלאט 113 פון 213
נשלח: פרייטאג יאנואר 23, 2015 10:17 am
דורך אפשר
שיח ושיג האט געשריבן:פארוואס רופן אלע וומסב"גער אידן די "פעליסעידס פארקוועי" די "פאליסיידס"? איך פארשטיי אז מען טוישט אין יעדער שפראך ווערטער לויט די הברה אין וועג פון רעדען אבער איך זעה נישט קיין שום סיבה צו זאגן פאליסיידס. קודם די "פע" איז פון די נארמאלע אידישע גראמאטיק, אין "סעידס" קען מען אויך זאגן, פונקט אזוי ווי מען זאגט דאס ענגלישע ווארט CAKE אויף אידיש אויך "קעיק".
Barber
וואלסטו געזאגט "בערבער"
נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 1:24 pm
דורך [NAMELESS]
איינער קען מיר ערקלערן וויאזוי 'טארענטס' ארבעטן? ווער געבט דאס ארויס וויאזוי איז עס דא פאר די ריליעס דעיט,
אין וויאזוי דערגייט מען צי א ריכטיגע דאינלאוד? למשל איך האב געסערטשט פאר א טארענט פון furious. 7 אין באקימען עטליכע לינקס וואס האבן פארדרייט די קאפ, די ריליעס דעיט דערפון איז זימער פין די יאר איז מעגליך עס זאל שוין זיין א טארענט? אין אויב יא אווי געפינט מען דאס?
נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 1:39 pm
דורך יואב
איז אמת אז דער וואס האט ערצייגט דעם שאלעשידעס בילקעלע איז דער זעלבער מח וואס האט אויסגעטראפן פערטל שיך?
נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 8:20 pm
דורך chusid
וואס איז דאס ' מיס איזריעל' מיט וואס די נייעס איז ביזי?
נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 8:23 pm
דורך ישראל קאפקע
נשלח: מאנטאג יאנואר 26, 2015 12:44 am
דורך אויסגערוט
chusid האט געשריבן:וואס איז דאס ' מיס איזריעל' מיט וואס די נייעס איז ביזי?
עס איז דא איבער דער גאנצער וועלט א פארמעסט וואס הייסט א beauty pageant דאס מיינט אז מ'פארמעסט זיך אין יעדער מדינה ווער עס איז די שענסטער און דער געווינער באקומט דער טיטל פון יענער מדינה צב"ש מיס אמעריקא. נאכדעם קומען זיך אלע געווינערס צאם און דער געווינער פון זיי ווערט געקרוינט אלס miss universe. דעס פאסירט יעדעס יאר נאכאמאל.
אבי נישט ביי אידן........
נשלח: מאנטאג יאנואר 26, 2015 2:20 am
דורך chusid
אויסגערוט האט געשריבן:chusid האט געשריבן:וואס איז דאס ' מיס איזריעל' מיט וואס די נייעס איז ביזי?
עס איז דא איבער דער גאנצער וועלט א פארמעסט וואס הייסט א beauty pageant דאס מיינט אז מ'פארמעסט זיך אין יעדער מדינה ווער עס איז די שענסטער און דער געווינער באקומט דער טיטל פון יענער מדינה צב"ש מיס אמעריקא. נאכדעם קומען זיך אלע געווינערס צאם און דער געווינער פון זיי ווערט געקרוינט אלס miss universe. דעס פאסירט יעדעס יאר נאכאמאל.
אבי נישט ביי אידן........
עפעס קוקט אויס ווי ס'איז א מיס איזריעל קעגן א מיס לבנון, וואס עפעס דע צוויי? זי איז דער שענסטער אין ישראל?
נשלח: דינסטאג יאנואר 27, 2015 2:09 am
דורך אויסגערוט
דער סקופ איז געווען אז איינער וואס רעפרעזענט אן אראבישער לאנד נאכדערצו לבנון זאל ל"ע פארברענגען און נאך שמייכלען מיט א ציוני היל"ת.
צו זי איז דער שענסטער... זעט זיך אויס אז די בני ברק'ער און מאה שערים מיידלעך האבן זיך נישט משתתף געווען
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 1:49 am
דורך chusid
דע נאכט האבן זיך אראפ געלאזט הינדערט שוטרים קיין פאנאוויטש אין בני ברק און ארעסטירט 25 בחורים, די סיבה האב איך נישט ארויס, איינער ווייסט די פשוטע פאקטן?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 2:52 am
דורך בעל מדות
ביי אינז אין ישיבה קטנה פלעגן אויך קומען פאליציי נאכדעם וואס מען האט זיי גערופן מיט פאלשע באריכטן...(נאר א ווערטל)
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 10:47 am
דורך [NAMELESS]
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 1:45 pm
דורך יואב
ביי וועלכן צדיק אדער גרופע פון חסידים האט זיך אפציעל אנגעפאנגען דעם מאדנעם און אומגעזונטן מנהג פון נעמען און עסן שיריים.
(ביטע נישט ברענגען יענעם ירושלמי.)
נשלח: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:39 pm
דורך שמעקעדיג
אין די לענדער ווי אוסטראליע און סאוט אמעריקע ווי דער ווינטער און זומער איז פארקערט ווי ביי אונז, ווען זאגן זיי מוריד הגשם און ותן טל ומטר?
נשלח: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:56 pm
דורך [NAMELESS]
לויט ארץ ישראל
נשלח: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 9:33 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:אין די לענדער ווי אוסטראליע און סאוט אמעריקע ווי דער ווינטער און זומער איז פארקערט ווי ביי אונז, ווען זאגן זיי מוריד הגשם און ותן טל ומטר?
מעשה שהיה: הגה"צ ר' אברהם לייטנער זצ"ל, ווען ער איז געווען דער רב אין מאנטעווידעא, אורוגוויי, וואו ס'איז אויך דער זעלבער סדר ווי אין אויסטראליע, האט אמאל אהנגעפרעגט די שאלה ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זצ"ל. די תשובה איז געווען אז מוריד הגשם זאגט מען אזוי ווי די גאנצע וועלט. און ותן טל ומטר לברכה זאל מען זאגן ביי "כי אתה שומע תפילת כל פה"...!...ווען ס'איז ווינטער אין יענע מדינה. ד.ה. נאך פסח...!
נשלח: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 10:07 pm
דורך Yossy
יואב האט געשריבן:ביי וועלכן צדיק אדער גרופע פון חסידים האט זיך אפציעל אנגעפאנגען דעם מאדנעם און אומגעזונטן מנהג פון נעמען און עסן שיריים.
(ביטע נישט ברענגען יענעם ירושלמי.)
נאדיר א פסוק. סאיז גאר א געזינטע זאך . וַעֲבַדְתֶּם אֵת ה' אֱלֹהֵיכֶם וּבֵרַךְ אֶת לַחְמְךָ וְאֶת מֵימֶיךָ וַהֲסִרֹתִי מַחֲלָה מִקִּרְבֶּךָ: שמות (כג, כה)
אויב א איד דינט דעם באשעפער קומט אריין א ברכה אין זיינע שיריים אין איז מסוגל אויף כל טוב .. יעצט דארפסט נאר טרעפען א איד וואס דינט דעם באשעפער אין טיילט שיריים.......
נשלח: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 10:38 pm
דורך שמעקעדיג
מאכט סענס, אולי וועגן דעם שרייבט די תורה והסירותי מחלה מקרבך, צוליב די זשערמס..
נשלח: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 10:58 pm
דורך ירח בן יומו
אין בית המקדש איז געווען לחם הפנים, און אלע בשר קדשים פאר די כהנים
נשלח: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 11:08 pm
דורך מאטי
שמעקעדיג האט געשריבן:מאכט סענס, אולי וועגן דעם שרייבט די תורה והסירותי מחלה מקרבך, צוליב די זשערמס..
ווען די פסוקים זענען געשריבן געווארן האט ה' - צוליב אומבאקאנטע סיבות - נאכנישט געוואלט אויסזאגן דעם סוד אז ס'פארהאן אזא זאך ווי זשערמס.
נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 8:54 pm
דורך [NAMELESS]
Yossy האט געשריבן:נאדיר א פסוק. סאיז גאר א געזינטע זאך . וַעֲבַדְתֶּם אֵת ה' אֱלֹהֵיכֶם וּבֵרַךְ אֶת לַחְמְךָ וְאֶת מֵימֶיךָ וַהֲסִרֹתִי מַחֲלָה מִקִּרְבֶּךָ: שמות (כג, כה)
אויב א איד דינט דעם באשעפער קומט אריין א ברכה אין זיינע שיריים אין איז מסוגל אויף כל טוב ..
נאך אזא קרום פשט אין א פסוק חומש שוין לאנג נישט געהערט...
ולדבריך, שטייט נישט אין פסוק "וברך את 'שיירי' לחמך ומימיך", ס'קענען די חסידים עסן פונעם עובד השם'ס ברויט און וואסער אן דעם וואס דער עובד השם בייסט אריין און שפייט אריין דעראין פאר דעם.
נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 9:04 pm
דורך chusid
וואס ליגט אין א פוטבאל געים אז דאס עטרעקט אפילו עלטערע באזעסענע מענטשן שפירן אז זיי מוזן מיטהאלטן די סופער באהל? שפילן מילא אבער מיטהאלטן אפען סקרין?
נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 11:50 pm
דורך petergrifin
װאס פארשטײט דען דער גוי...
נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 9:09 am
דורך קאווע טרינקער
berlbalaguleh האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:אין די לענדער ווי אוסטראליע און סאוט אמעריקע ווי דער ווינטער און זומער איז פארקערט ווי ביי אונז, ווען זאגן זיי מוריד הגשם און ותן טל ומטר?
מעשה שהיה: הגה"צ ר' אברהם לייטנער זצ"ל, ווען ער איז געווען דער רב אין מאנטעווידעא, אורוגוויי, וואו ס'איז אויך דער זעלבער סדר ווי אין אויסטראליע, האט אמאל אהנגעפרעגט די שאלה ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זצ"ל. די תשובה איז געווען אז מוריד הגשם זאגט מען אזוי ווי די גאנצע וועלט. און ותן טל ומטר לברכה זאל מען זאגן ביי "כי אתה שומע תפילת כל פה"...!...ווען ס'איז ווינטער אין יענע מדינה. ד.ה. נאך פסח...!
אחד היה אברהם? דער ערשטער איד צו דאווענען שמונה עשרה אין אורעגוויי?
בערל... ביסט קלוגער פון דעם.