בלאט 114 פון 213
נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 8:37 pm
דורך שמעון וואלף
פארוואס ווען מ'וויל זאגן אז איינער ווייסט נישט עפעס זאגט מען "ער ווייסט נישט בחייכון וביומיכון"?
נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 8:41 pm
דורך ישמעאל הכהן
איי געס איך ווייס נישט בחייכון וביומיכון
נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 8:43 pm
דורך שמערל
יואב האט געשריבן:ביי וועלכן צדיק אדער גרופע פון חסידים האט זיך אפציעל אנגעפאנגען דעם מאדנעם און אומגעזונטן מנהג פון נעמען און עסן שיריים.
(ביטע נישט ברענגען יענעם ירושלמי.)
אין גער איז נאך דא דער אלטער מנהג פון צוריקגעשטאנענע אידן און גויים צוגלייך, אז ביי א פארברענגן עסט מען פון איין טעלער, ווארשיינליך האבן אמאל די חסידים געגעסן צוזאמען מיטן רבי'ן ביים טיש, פון איין טעלער
און פארשטייט זיך אלס כבוד געווארט אז דער רבי זאל עסן די ערשטע.
נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 9:04 pm
דורך ירח בן יומו
שמערל האט געשריבן:
און פארשטייט זיך אלס כבוד געווארט אז דער רבי זאל עסן די ערשטע.
כמבואר בשו"ע או"ח סימן קע
נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 9:24 pm
דורך שמעקעדיג
שמעון וואלף האט געשריבן:פארוואס ווען מ'וויל זאגן אז איינער ווייסט נישט עפעס זאגט מען "ער ווייסט נישט בחייכון וביומיכון"?
א בחינה פון "ער ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט זיין לעבן" (בחייכון איז טייטש אין ענקער לעבן)
נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 9:29 pm
דורך Yossy
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:Yossy האט געשריבן:נאדיר א פסוק. סאיז גאר א געזינטע זאך . וַעֲבַדְתֶּם אֵת ה' אֱלֹהֵיכֶם וּבֵרַךְ אֶת לַחְמְךָ וְאֶת מֵימֶיךָ וַהֲסִרֹתִי מַחֲלָה מִקִּרְבֶּךָ: שמות (כג, כה)
אויב א איד דינט דעם באשעפער קומט אריין א ברכה אין זיינע שיריים אין איז מסוגל אויף כל טוב ..
נאך אזא קרום פשט אין א פסוק חומש שוין לאנג נישט געהערט...
ולדבריך, שטייט נישט אין פסוק "וברך את 'שיירי' לחמך ומימיך", ס'קענען די חסידים עסן פונעם עובד השם'ס ברויט און וואסער אן דעם וואס דער עובד השם בייסט אריין און שפייט אריין דעראין פאר דעם.
כ`האב נישט געזאגט אייגענס . סשטייט אין ספרים
איך וועל נישט זאגען יעצט ווי , ווייל איך וויל דיר נישט מאכען פילען שלעכט פון וועם האסט חוזק געמאכט
נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 11:10 pm
דורך בעל מדות
chusid האט געשריבן:וואס ליגט אין א פוטבאל געים אז דאס עטרעקט אפילו עלטערע באזעסענע מענטשן שפירן אז זיי מוזן מיטהאלטן די סופער באהל? שפילן מילא אבער מיטהאלטן אפען סקרין?
נעם ארויס פון דיינע פראגע "עלטערע באזעצענע מענטשן" ווייל קיינער הייבט עס נישט אהן אלץ אן עלטערע מענטש, מען איז קליין און אלץ קינד ליגט מען שטארק אין ספארט'ס און ווען מען עלטערט זיך בלייבט מען פארליבט דערין, עס איז א פארשטענדליכע האבי וואס דיין פערזענליכקייט שפורט זיך אלץ א חלק דערפון זייענדיג שטאלץ דערמיט ביי יעדע געווינס און דאון ביי יעדע פארלוסט, אין פאקט איז ביי די נישט אידישע וועלט דא אסאך שידוכים וואס פאסירן נישט צוליב וואס ביים בעשוי ווערן זיי געוואויר אז די צווייטער איז א אנהענגער אין "פען" פון א צווייטע טיעם, עס איז ממש אין זייערע הערצער,
נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 11:14 pm
דורך בעל מדות
יעצט וואס איך וויל וויסן איז, ווער קען מיך געבן ראט און טאט מיט א אוועטער, איך קען נישט באשליסן וואס צו לייגן, וועלכע בילד וועט מיך רעפרעזענטירן די בעסטע אלץ א בעל מדות,...
נשלח: דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:12 pm
דורך שמעון וואלף
וויאזוי ווערט אן אייסיקל. ווען וואסער רינט ווערט דאך עס נישט פארפרוירן און ווען ס'איז פארפרוירן רינט עס נישט. די עיקר וויל איך פארשטיין וויאזוי ס'ווערט לענגער ביים שפיץ אונטן - פארוואס טראפט עס נישט אראפ?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 8:42 pm
דורך געוואלדיג
אויף די זעלבע וועג וויאזוי חלב ווערט ביי א ליכט דוק ותשכח
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 8:51 pm
דורך שמעון וואלף
אדרבה, זיי מסביר ביידע
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 9:12 pm
דורך געוואלדיג
ווען די שניי אויפן דאך הייבט אן אויפלאזן הייבט דאס אן אראפ צו רינען, אבער נאר פון אויבן איז שוין גענוג ווארעם פון די זון צו ווערן צולאזט און ווען די וואסער קומט אן אונטן איז דאס שוין גענוג צוריק קאלט צו ווערן צוריק פארפרוירן און אזוי הייבט זיך אן א שפיץ ווייל נאך דעם קומט נאך א טראפ און ווען די טראפ קומט אן אונטן ווערט זי אויך פארפרוירן אונטער די ערשטע וכן הלאה.
די זעלבע מיט חלב די פייער לאזט אויף די חלב פון אויבן און ווען עס קומט אן אונטן ווערט דאס צוריק הארט וכדלעיל.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 9:24 pm
דורך [NAMELESS]
פארוואס נאך א באנק פאלט אין ס'מדרש שישקעט מען ? , צי דען שטילט דאס אפ די גערודער וואס די באנק האט שוין אפגעטון ?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 9:27 pm
דורך בעל מדות
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:פארוואס נאך א באנק פאלט אין ס'מדרש שישקעט מען ? , צי דען שטילט דאס אפ די גערודער וואס די באנק האט שוין אפגעטון ?
זאג, לערנסט אין ישיבה?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 9:55 pm
דורך מאטי
מ'שושקעט אויפן געוואגטן אינגעל וואס פלאצט אויס אין א הילכיגן געלעכטער נאכן עס איבער דרייען.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 11:32 pm
דורך געוואלדיג
בבחינת כשזה קם זה נופל
נשלח: מוצ"ש פעברואר 07, 2015 7:05 pm
דורך chusid
פארוואס זענען ( כמעט) אלע אינטעלעקטואלן, חוקרים, פילאזאפן, סייענטיסטן וכו' מענער און נישט פרויען? זענען מענער קליגער ווי פרויען?
נשלח: מוצ"ש פעברואר 07, 2015 7:40 pm
דורך שמעקעדיג
נעוואדע, אין חכמה לאשה אלא בפלך...
נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 2:16 pm
דורך פרייוויליג
פארוואס קען מען נישט פאר א גוט יאר טוישן די ניגון פון ״שבע ברכות״, קען איינער די ניגון? סארי איך קען נישט שרייבן קיין נאטען, אבער די איבעלדיגער שמח תשמח, און שוש תשוש קריכט שוין פון די נאז, און איז לכאורה די גרעסטע אנטיק ביים אידישען פאלק. ווייסט עמיצער פארוואס מען האט אדאפטירט די ניגון?
נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 4:04 pm
דורך ישראל קאפקע
וואס איז די היסטאריע פון פעטרא און די אראבישן קעניגרייך פון נאבאטיע.
וואס האבן זיי געגלייבט, געגעסן, געהאנדלט, וואו און אין וואס האבן זיי געוואוינט, וועלכע סארט קולטור האבן זיי געהאט. און פון וויפיל מענטשן רעדט מען דא.
וועלכע פארבינדונג האבן זיי געהאט מיט די חשמונאים און וואס זאגן אונזערע מקורות אויף זיי.
וויקיפעדיע איז עפעס זייער קארג איבער זיי.
נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 5:43 pm
דורך א איד
בעל מדות האט געשריבן:chusid האט געשריבן:וואס ליגט אין א פוטבאל געים אז דאס עטרעקט אפילו עלטערע באזעסענע מענטשן שפירן אז זיי מוזן מיטהאלטן די סופער באהל? שפילן מילא אבער מיטהאלטן אפען סקרין?
נעם ארויס פון דיינע פראגע "עלטערע באזעצענע מענטשן" ווייל קיינער הייבט עס נישט אהן אלץ אן עלטערע מענטש, מען איז קליין און אלץ קינד ליגט מען שטארק אין ספארט'ס און ווען מען עלטערט זיך בלייבט מען פארליבט דערין, עס איז א פארשטענדליכע האבי וואס דיין פערזענליכקייט שפורט זיך אלץ א חלק דערפון זייענדיג שטאלץ דערמיט ביי יעדע געווינס און דאון ביי יעדע פארלוסט, אין פאקט איז ביי די נישט אידישע וועלט דא אסאך שידוכים וואס פאסירן נישט צוליב וואס ביים בעשוי ווערן זיי געוואויר אז די צווייטער איז א אנהענגער אין "פען" פון א צווייטע טיעם, עס איז ממש אין זייערע הערצער,
גראדע ווייס איך פון א פאר חברים מיינע, וואס האבן זיך אריינגעלייגט דערין העכער די עשרים.
און איך פארשטיי אויך נישט וואס די תאוה איז אזש זיי קענען פארברענגען א גאנצע טאג פאר דעם, איינע פון זיי האט שוין פארלוירן א דזשאב, ווייל ער איז א גאנצע טאג געזעצן אין ביה"כ וואטשן די געים.
נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 5:44 pm
דורך [NAMELESS]
איז אמת אז ראשעקאל ארבעט פאר די NSA און קוקט איבער די אי מעילס פון אלע היימישע יודען און ווי נאר ער כאפט אויך עפעס א נייער דאקומענט אדער ער הערט אונטער עפעס פון גבאי האדמורי"ם לייגט ער עס דא אויף ק"ש פאר דער דאקומענט קומט בכלל ארויס, און פאר די נייעס איז אפען פאר פובליק?
נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:47 pm
דורך שמעון וואלף
איך ווייס נישט אויב איך זאל עס שרייבן אין דעם אשכול אדער אין אשכול "זאכן וועלכע רעגן מיך אויף!", פארדעם שרייב איך עס אין אשכול פון "זאכן וואס איך וויל וויסן".
והנה, ווען מ'באדאנקט זיך פאר איינעם מיט'ן זאגן שכוח, וועלן מאנכע צוריק ענטפערן "ישר". מתחילה האב איך געמיינט אז די וואס זאגן עס זענען אזעלכע וואס נישט יעדעס ווארט מוז האבן א פשט. אבער לעצטענס זעה איך אז אפילו אזעלכע וואס מעסטן זייערע ווערטער, זאגן עס אויך.
האט עס א פשט?