בלאט 114 פון 214

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 6:14 pm
דורך לאמדיש
שלום עליכם

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 6:43 pm
דורך מנחם ציון
בת קול האט געשריבן:Qwer איז די ערשטע פיר אותיות אויפן keyboard און איז א קאממאן username and password.

און וואס איז די C ?

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 7:21 pm
דורך דורון
איך האב ענליך געמאכט די החלטה צו ווייטליסטן קאווע שטיבל אויף מיין פילטער.
איך בין גרייט אריינצודייווען אינעם שטיבל און זעהן וואס איך האב פארפאסט די אלע יארן.

איך בין א יונגערמאן פון אפסטעיט ניו יארק, איך גלייך צו ליינען און צימאל קאמענטירן אויך ענינים וואס איז צי מיין אינטערעסע.

לעט די געימס בעגין!

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 7:21 pm
דורך גאון אמיתי
איך בין א ידען א שטיקל שרייבער און א מחבר ספרים, אויף דעם וועבזייטל דא איז דא אסאך ידיעות צו באקומען, און א פלאץ צו פארקויפן.
איך בין א חסידישע יונגערמאן, איך וואוין אין אירופה.
געבוירן בין איך אין לאנדאן הבירה אין יאר תשמ"ה.
אפאר מאל האב איך געזוכט מראה מקומות אויף די וועב און איך האב עס כעטראפן אויף דעם וועבזייטל, ממילא וויל איך אייך שטארק באדאנקען.

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 7:22 pm
דורך נאכנישט
א אינגערמאן וואס ווייל קויפן וואלאטעס, מאכן אביסל געלט, צי קנען אוועק שטעלן א אידישע שטוב, אזוי אויכט זיך אינטרעסירן אויף מעגליכע אקנומיע מעיגלעכקייטן. אזוי אויכט זיך קונעקטען מיט אנדערע וואס זיכן זיך איוועסטן.

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 7:22 pm
דורך מבקש האמת
איך בין א אינגערמאן א מבקש וואס האט ליב צו לערנען פון אנדערע. מיין עיקר ציל דא אויף די פארעם איז אויסצושמועסן אן עניין און דערגיין קלאר א זאך און דער עיקר איז צו קונה זיין תורהדיגע און וועלטליכע ידיעות.

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 7:24 pm
דורך ווייטע בליק
הערן פין אונזערע היימישע קרעטשמע אידן געדאַנקן אויף סיי וועלכע נושא איך בין א יונגערמאן מיט אן אפן בליק אויף סיי וואס אין אויפמערקזאם מאכן מענשן וואס לעבן אין טעותים

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 7:24 pm
דורך שטילער_איד
א חסידישער אינגערמאן וואס פרובירט צו דינען דעם באשעפער בכל נפשי ובכל מאודי, מיט א שטארקע אינטערעסע אין אידישקייט און תורה.

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 7:25 pm
דורך edison
צו שיינע ענינים מעשיות איז אמאל וויכטיג צוצוגעבן איך וויל מגלה דעת זיין און מפרסם זיין, עס האט זיך צוזאמענגענומען א חבורה פון יראי ד'בעת רעוא דרעוין בביהמ''ד, און מען האט זיך דורך גערעדט מיט תלמידי חכמים מובהקים בקיאים בש"ס ופוסקים אז צו לייגן קאמענס א דאנק

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 7:25 pm
דורך אלע צוזאמען
איינער פון 50, געבליבן אליין, בלאנדזשעט ארום אויף די וועלט זיכט זיין אייגענע נשמה און טאלאנט, ביי די 12 זיך איינגערעדט ווי יעדע צוועלעף יעריגס אז ער פארשטייט און פירט די וועלט, באזוכט שוין א דריטל כדור הארץ, און טאקע די נישט אנגענומענע חלק.

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 7:26 pm
דורך ברויט מיט סמייטע
א גוטן טייערע יודן. ברשות כל הקהל אנשים וטף ביום אחד... לא איש דברים אנוכי ווען איך ענטפאנגן כמהנג המגידים.... גיבט מיר א מינוט צוויי לאמיר ארויס נעמען דעם קליינעם צעטיל וואס שטייט בקיצור דאס גאנצע.... דאס ווארט בקיצור וועל איך אויסלאזן ווייל עס נערווירט.... בקיצור.... צו צום פונקט....
מיינע הערן אט שטייט פאר אייך א גרינע רופט מען ביי אונז....
איך טו מיר אויס דעם היטל.
שטיי מיט הכנעה.
כתינוק שנשבה....
מיט א ציטער ליין איך פאר...
געקומען בין איך דא איינשרייבן צו פארמעסטן מיט ענק גרויסע אדל לייט....
איך האלט אז איך קען עפעס פארקויפן...
די פראבלעם א גרויסע ביישן אלץ געווען...
נו... אז קיינער ווייסט נישט ווער איך בין קען מען מגלה זיין טפחים....
א טאלאנט פון זינגען גלייב איך נישט קען דא געברענגט ווערן. ניטאמאל א מאלן טאלאנט...
פשוט וועלן איך זיצן ווי א פעדלער אין פארקויפן מיינע צוויי צענט....
איך האף אז אויסהערן וועט מען
די אייבערשטער זאל העלפן... קאווע שטיבל זאל אונז פירן קעגן משיח צדקינו

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 7:26 pm
דורך שטיינדעלע
קומט אלעמאל אריין מיט א מיינונג, האט ליב א צווייטענס דעה, און אמאל זיך אויך טאנען. פארשטיין א זאך גרינטליך און וויסן וויאזוי אלעס ארבעט, אלעמאל ליב צו הערן עפעס פריש.

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 7:27 pm
דורך nespresso
א יונגערמאן וואס איז אייביג דא פאר א גוט שטיקעל נייעס אין א קאווע ספציעל פאר א nespresso איך פארביר נישט מרחיב צו זיין צו פיל איבער מיר עס זאל נישט זיין כל המוסיף גורע באט איך האף די עולם דא וועט הנאה פון מיר און איך פון די עולם דא

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 7:28 pm
דורך Abe2919
איך האב זייער ליב קאווע שטיבל איך ליין עס אייביג פון אינדערפרי ביז ביינאכט עס איז נישט פאראן קיין שום בעסערא וועבזייטל פון דעם עס איז פול מיט אזעלכע אינטערעסאנטע זאכן אין באשרייבונגען א גרויסע יישר כח

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 7:28 pm
דורך חרעמזול
איך האב שוין לאנג געהערט פון דעם פלאץ אבער איך האב קיינמאהל געוואלט בפרהסיא ווייל איך בין א בעל תשובה. אבער דא זעהט אויס אז מען קען געבן א מיינונג און מען זאהל נישט וויסן ווער מען איז

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 7:30 pm
דורך סדרן
וועלקאם אלע נייע מעמבערס צו אונזער הייליגען שטיבל.

מאכטס ענק באקוועם, און שעמטס ענק נישט זיך אנצורופן הויעך און קלאר. ;) ;)

נשלח: מיטוואך פעברואר 10, 2021 6:02 pm
דורך מאנסיאיד
שלום עליכם. איך ליין שוין קאווע שטיבל א לענגערע צייט אין איך האב שטארק הנאה פין אסאך פיינע אשכולות. היינט האב איך אנדליך גענימען די מי אין צייט זיך צי רעגיסטירען.

נשלח: מיטוואך פעברואר 10, 2021 6:03 pm
דורך השלום לכם
איך האב געזעין קאווא שטיבל אין סאיז מיר זייער געפאלן. מען קען דא רעדן מיט פרייע דיבור מיט א נארמא לקייט. איך האב ליעב אפען קייט אין ברייטקייט, אין ווי איך פארשטיי איז קאווע שטיבל די בסלע פלאץ פאר איד צי האבן די ברייטקייט

נשלח: מיטוואך פעברואר 10, 2021 6:04 pm
דורך איטשעפיניע
איך הייס איציק און איך וווין אין ישראל. א געהייראטער מיט דריי טעכטער און זעקס אייניקלעך קיין עין הרע. מיין בערוף איז אן איבערזעצער. איך זעץ איבער פון העברעיש און ענגליש קיין אראביש.
איך בין צוויי און זיבעציג יאר אלט, רעטייערד פון צבא הגנה לישראל, וואו איך בין געווען א ציווילער באאמטער. איך בין אויך געווען א לערער פון הברעיש-אראביש איבערזעצונג אין אטלעכע אוניווערסיטעטן (תל אביב, בר אילן אאוו.).
יידיש האב איך מיך געלערנט פון מיינע באבע און אירע קינדער וואס האבן מיט איר גערעדט יידיש.

נשלח: מיטוואך פעברואר 10, 2021 6:04 pm
דורך פיקוב
עס קומט מיר זייער צו ניץ צו פארברענגן איך האב ליב צו זעהן וואס יענע האט צו זאגן ארויס צו באקומען יענעם דאס איז איינע פין מיינע טאלאנטען בפרט איך האב ליב צו פארברענגן אין היסטאריע אויך צו אריינברענגן שמחת החיים

נשלח: מיטוואך פעברואר 10, 2021 6:05 pm
דורך הושענא
אן אויס גענוצטע כולל אינגערמאן, וואס האט ליב צו ליינען און דורך טוהן די לשונות הזהב פון די הויך פראפעסיאנאלע שרייבער'ס פון קאווע שטיבעל, בלאנדזשעט ארום און די בריאה פון זיין גאט, פרובירט אויס אסאך חצרות און דרכים, סיי עליות און סיי ירידות,סיי גלייכע און סיי קרומע, הייבט אהן צו דערהערן אז ער פארשטייט נישט עפעס איז קיינער גארנישט שולדיג, דאס ווייסט ער אויף זיך אדערווייל...

נשלח: מיטוואך פעברואר 10, 2021 6:06 pm
דורך מיליאנער
סאו איך בין א יונגערמאן וואס ארבעט דערווייל שווער על המחי' ועל הכלכלה אבער איך בין בטבע א מיליאנער... און ווי ס'הייסט יעצט וועלן מיר בקרוב קענען מעלדן גוטע נייעס! אין די מין טיים וועלן מיר זיך אביסל אויסבלאזען דא אין שטיבל

נשלח: מיטוואך פעברואר 10, 2021 6:06 pm
דורך גיב א שמייכעל
לאמיר אינאיינעם מאכן די וועלט א פרייליכע ליסטיגע פלאץ דורכן העלפן מענטשען שמייכלען! אינזער וועלטעלע קען ניצען אביסעלע געלעכטער!
יא! יא! אינז קענען און גייען מאכן די פון לאנג-געפאדערטע-טויש!
און... א מינוט נאר פאר די גייסט ווייטער.... 'גיב א שמייכעל!'