בלאט 115 פון 213

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 3:14 am
דורך chusid
פארוואס איז אויפן ישראליש'ן טעלעוויזיע אלץ דא איינער אויף 'sign language' און אין אמעריקע נישט?

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 7:45 am
דורך BAL TSHIVA
chusid האט געשריבן:פארוואס איז אויפן ישראליש'ן טעלעוויזיע אלץ דא איינער אויף 'sign language' און אין אמעריקע נישט?

More people are hearing impaired due to constant bombing

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 8:24 am
דורך רויטע וואנצעס
איז דא א סיבה פארוואס א סטעמפ דארף זיין אויף די רעכטע זייט אויבן פון פאסט? אויב איך לייג עס אויף די לינקע זייט וועט עס אנקומען?

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:24 am
דורך ירח בן יומו
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איז דא א סיבה פארוואס א סטעמפ דארף זיין אויף די רעכטע זייט אויבן פון פאסט? אויב איך לייג עס אויף די לינקע זייט וועט עס אנקומען?

איך האב אמאל גערעדט מיט די פאסט אפיס און זיי האבן מיר געזאגט אז עס קען ווי אימער אויף די פראנט זייט

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:56 am
דורך שמן זית
שמעון וואלף האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב איך זאל עס שרייבן אין דעם אשכול אדער אין אשכול "זאכן וועלכע רעגן מיך אויף!", פארדעם שרייב איך עס אין אשכול פון "זאכן וואס איך וויל וויסן".
והנה, ווען מ'באדאנקט זיך פאר איינעם מיט'ן זאגן שכוח, וועלן מאנכע צוריק ענטפערן "ישר". מתחילה האב איך געמיינט אז די וואס זאגן עס זענען אזעלכע וואס נישט יעדעס ווארט מוז האבן א פשט. אבער לעצטענס זעה איך אז אפילו אזעלכע וואס מעסטן זייערע ווערטער, זאגן עס אויך.
האט עס א פשט?


ווי מ'זעהט שוין אין די גמרא, איז יישר עפעס אזא סארט אויסדרוט וואו, "זאגסט גוט".

כנלע"ד.

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:01 am
דורך שמן זית
פרייוויליג האט געשריבן:פארוואס קען מען נישט פאר א גוט יאר טוישן די ניגון פון ״שבע ברכות״, קען איינער די ניגון? סארי איך קען נישט שרייבן קיין נאטען, אבער די איבעלדיגער שמח תשמח, און שוש תשוש קריכט שוין פון די נאז, און איז לכאורה די גרעסטע אנטיק ביים אידישען פאלק. ווייסט עמיצער פארוואס מען האט אדאפטירט די ניגון?


האלטס למשל אז יואב'ס מומע יענטע וואלט צוגעלאזט אז ווען זי מאכט א שבע ברכות זאל מען נישט זינגען דעם טראדיציענאלן "שמח תשמח" ניגון?? כ'מיין, דו שפילסט זיך דאך מיט איינע פון די יסודות הדת!!... די "מסורה"!!... וואו קענען מיר זיך אוועקרירן פון א זאך וואס איז קבלה בידינו מדור דור???... שוין, היינטיגע יונגווארג... ניטאמאל ווייסן זיי וואס איז ראנג..

נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 1:49 am
דורך יואב
יעדעס מאל איך זע א קליפ פון א קאר-דשעקינג, זע איך ווי די טיר עפענט זיך אויף ווי נאר דער באנדיט טוט דאס שלעפן. איז די טיר נישט צוגעשפארט? ספעציעל די היינטיגע קארס שפארן זיך די טירן אוטומאטיקלי איינמאל מ'איז אין דרייוו אדער אויב מ'גרייכט א מינימאלן ספיד.  אפשר איז די טיר אפען אינדרויסן פאר סעיפטי?

נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 1:20 pm
דורך שמן זית
איך בין נעכטען געפארן אין איינע פון די געגענטער אין ניו דשזערסי, זעה איך ווי די פייער פאמפס, ליגן ביי די קראס וואלקס, ווי מען טאר סייווי נישט פארקען.

האב איך מיר געכאפט ביים קאפ, פארוואס איז דאס נישט אזוי אין סיטי? לויט מיין חשבון, אויב וועלן אלע פאמפס זיין ביי א קארנער, וועלן צוקומען "טויזענטער" פארקינג ספעיסעס! פארוואס אין די וועלט זאל מען עס נישט פלאצירן דארט?

און א זייטיגע ריוח וועט זיין אז אין פאל פון א אלארם, וועט נישט ווערן אפגעשפארט אינמיטן א גאס, ווייל די פאמפס וועלן זיין ביי די קארנערס.

איך רעד צום זאך? אדער עס האט א סיבה מ'זאל עס נישט קענען טון?

נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 1:22 pm
דורך מאטי
יא, די סיבה איז; די שטאט וועט פארלירן מיליאנען אין טיקעטס.

נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 1:26 pm
דורך שמעון וואלף
נאך א סיבה קען זיין ווייל אזוי איז דא פלאץ, יעדע פאר הונדרעט פיס, ווי א קאר קען זיך אריינציען ווען מ'ווארט און מ'דארף נישט דאפל פארקן, וואס דאס פארשווערט די טרעפיק

נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 2:06 pm
דורך שמן זית
ווער עס איז גוט מיט די אינסטאנצען ווערט געבעטן זיי צו איבערגעבן אז איך בין ענדערש גרייט צו זיצן די פאר מינוט אין טרעפיק וואו צו זוכן טעגליך א האלבע שעה פארקונג..

נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 4:39 pm
דורך געפילטע פיש
berlbalaguleh האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:אין די לענדער ווי אוסטראליע און סאוט אמעריקע ווי דער ווינטער און זומער איז פארקערט ווי ביי אונז, ווען זאגן זיי מוריד הגשם און ותן טל ומטר?

מעשה שהיה: הגה"צ ר' אברהם לייטנער זצ"ל, ווען ער איז געווען דער רב אין מאנטעווידעא, אורוגוויי, וואו ס'איז אויך דער זעלבער סדר ווי אין אויסטראליע, האט אמאל אהנגעפרעגט די שאלה ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זצ"ל. די תשובה איז געווען אז מוריד הגשם זאגט מען אזוי ווי די גאנצע וועלט. און ותן טל ומטר לברכה זאל מען זאגן ביי "כי אתה שומע תפילת כל פה"...!...ווען ס'איז ווינטער אין יענע מדינה. ד.ה. נאך פסח...!

אינטערעסאנט, אז חז"ל וואס האבן געוויסט וויפיל הימלען ס'דא, און וויאזוי מ'מאכט מח סערדזשערי, האבן נישט געוויסט אז תקופת תמוז פאלט אויס אום חודש טבת אונטערן איקוועיטער. וואסי טאקע פשט?

נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 4:39 pm
דורך געפילטע פיש
יואב האט געשריבן:יעדעס מאל איך זע א קליפ פון א קאר-דשעקינג, זע איך ווי די טיר עפענט זיך אויף ווי נאר דער באנדיט טוט דאס שלעפן. איז די טיר נישט צוגעשפארט? ספעציעל די היינטיגע קארס שפארן זיך די טירן אוטומאטיקלי איינמאל מ'איז אין דרייוו אדער אויב מ'גרייכט א מינימאלן ספיד.  אפשר איז די טיר אפען אינדרויסן פאר סעיפטי?

ווייל פון די פעלער וואס די טירן זענען טאקע צוגעשפארט זעסטו נישט קיין ווידיאוס, ווייל ס'נישט דא וואס צו זען.

נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 4:40 pm
דורך chusid
וויפיל דורות - יארן זענען די עווריזש פרייע יוד שוין אפגעריסן פון תורה ומצוות? למשל איז דא פרייע יודן וואס זענען שוין 400 יאר נישט שומרי תו"מ און אידענטיפיצירן זיך נאך אלץ יודן?

נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 5:08 pm
דורך שמערל
פארוואס גייען אלע יואלי ראטה'ס בחורים אנע מאנטלען אפילו אין די ביטערסטע פרעסטן? איז עס דעם רבינ'ס א זאך, אדער אפשר דער אש קודש ווארעמט זיי אן?

נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 5:19 pm
דורך שמערל
chusid האט געשריבן:וויפיל דורות - יארן זענען די עווריזש פרייע יוד שוין אפגעריסן פון תורה ומצוות? למשל איז דא פרייע יודן וואס זענען שוין 400 יאר נישט שומרי תו"מ און אידענטיפיצירן זיך נאך אלץ יודן?


פאר צוויי הינדערט און פופציג יאר, איז כמעט נישט געווען אזא הגדרה ווי א פרייער איד, דער שוואכסטער איד האט באלאנגט צו די פרומע קהלה, און הגם מען האט נישט געקענט צווינגן וואס ער זאל טוהן אין בעדרום, האט זיך יעדער געמיזט צושטעלן צו די אויסערליכע אידישע תקנות, ווי גיין צו דין תורה, צאלן די קהלה שטייער, סידור קידושין וגיטין, וכו'. און אויב האט מען געכאפט איינעם טוהן א גראבע עבירה, האט ער געקענט כאפן אפאר שמיץ מיט א רימאן, אדער ווערן אריינגעלייגט אין חרם.

דער ערשטער פרייער איד ווערט פאררעכנט צו זיין שפינויזע געלעבט קרוב צו פיר הינדערט יאר צוריק. כ'מיין ער האט נישט געהאט קיין קינדער, אבער זייט פרייע אידן האט אנגעהויבן צו ווערן א נארמעלע ערשיינונג בזמן המשכילים, איז נאך דא אסאך פון זייערע אייניקלעך וואס, פאררעכענען זיך אלס אידן, און וועלן נישט חתונה האבן מיט א שיקסע.

נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 6:04 pm
דורך [NAMELESS]
chusid האט געשריבן:וויפיל דורות - יארן זענען די עווריזש פרייע יוד שוין אפגעריסן פון תורה ומצוות? למשל איז דא פרייע יודן וואס זענען שוין 400 יאר נישט שומרי תו"מ און אידענטיפיצירן זיך נאך אלץ יודן?

יעצט געפרעגט דיין שאלה דא ביים שיעור פון רבי ישעי' ווייס וכולם פה אחד אמרו: 70 יאר דהיינו זייט הקמת המדינה, ס'איז מיר געווען א חידוש וויאזוי יעדער האט צוגעטראפן צום זעלבען ענטפער

נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 8:29 pm
דורך shem-tov
א וויזניצע זמירות.
איך זוך צו קויפן א זמירות לבית וויזניץ אזוי ווי סאיז דא די זמירות דברי יואל אין סאטמאר. מיט די פונקטליכע סדר א גאנץ שבת. ווען מען זינגט. וואס מען זינגט. וואס מען עסט. וואס מען טוט. מיט אלע מנהגים. וואסערע זמירות וואלט איר מיר רעקאמענדעט יישר כח.

נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 9:20 pm
דורך [NAMELESS]
פרוביר ביי חסידי הרמ"מ.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 12:14 pm
דורך לית דין בר נש
1. ביז ווי אלט דארף מען זיצן אין א קאר סיט?
2. ביז ווי אלט דארף מען זיצן אין א בוסטער סיט?
3. ביז ווי אלט דארף מען זיין געסיט בעלט אין די בעק?
4. מעג איך זעצן צוויי קינדער (לאמיר זאגן צעהן יאר אלט) צוזאמען אין איין סיט בעלט? אדער מוז יעדע זיין איינגעבינדען באזונדער

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 12:26 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 12:43 pm
דורך געפילטע פיש
יעדע סטעיט איז אנדערש.
4. ניין

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 5:45 pm
דורך געוואלדיג
אינטרעסאנט [tag]שמערל[/tag] דו האלטסט ביי 262 הודעות און 20 ווייניגער מאל געלייקט און 20 מער מאל געווארן געלייקט...