בלאט 115 פון 214

נשלח: מיטוואך פעברואר 10, 2021 6:06 pm
דורך להבדיל
א אידיש קינד רעלאטיוו ניי צום געוועבעכץ, וואס וויל מיטהאלטן אביסל מער וואס טוט זיך אויף די וועלט, און פון מאל צו מאל רעאגירן מיט פארשידנארטיגע ענינים וואו עס ווערט געשפירט פאר וויכטיג צו זאגן עפעס.

נשלח: מיטוואך פעברואר 10, 2021 6:07 pm
דורך דורש אמת
איך בין גרייט צו טוישן מיין מיינונג יעדן טאג. דערגיין דעם אמת באלייכט מיר דעם וועג און איך וויל מיטטיילן ליכט מיט אלע וואס קענען עס ניצן. פארשפרייטן חכמה גיבט מיר חיות אין לעבן. א טאג וואס איך לערן נישט עפעס ניי איז נישט געלעבט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 10, 2021 6:07 pm
דורך בונה של טוב
איך גלייב אז פרייהייט איז אפהענגיק אין בויען געזונטע גבולים און זיך נישט דערשרעקן בועט צו זיין אין אלטע קראנקע וועגן. איך גלייב אין רעספעקטירן זיך און אנדערע. ווען איך רעד אנטקעגן א סיסטעם מיינט נישט אז איך האב נישט ליב די מענטשן אהבת נפש. דוקא ווייל איך האב ליב מענטשן, רעד איך וועגן זאכן וואס קען זיי באשיצן פון קראנקע סיסטעמס...

נשלח: מיטוואך פעברואר 10, 2021 6:09 pm
דורך סדרן
א פרישער מנין נייע מעמבערס (אויפ'ן פריערדיגן בלאט)

וועלקאם אלע נייע מעמבערס צו אונזער הייליגען שטיבל.

מאכטס ענק באקוועם, און שעמטס ענק נישט זיך אנצורופן הויעך און קלאר. ;) ;)

נשלח: מיטוואך פעברואר 10, 2021 6:16 pm
דורך תוהו ובוהו
כמה נוח לזרום עם המוח
בהתניות אוטומטיות שלא דורשות לטרוח
רק לתייג ולנבוח, להסית ולזבוח
לאלילי הרייטינג אייטמים בכל הכוח
הכול כבר מסודר לנו בראש מגירות-מגירות
לא ניתן למציאות להפריע לנו לראות
שכל שמאלני הוא בוגד, כל ערבי מחבל מתאבד
כל חרדי הוא שודד וכל המתנחלים רצחו את רבין
כל תל אביב טבעונית, כל נתיבות מסורתית עממית,
כל הדתיים פרימיטיביים עם ציצית ועל הדרך מחקו את דארווין.

אל תכלאוני בשום כלוב,
אל תסכמו אותי בויקיפדיה.
אני הכל, אני לא כלום,
אור אין סוף לבוש בגוף.
אז אל תכלאוני בשום כלוב.
חנן בן ארי - "ויקיפדיה"

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 6:45 am
דורך בונה של טוב
קעלנער האט געשריבן:אין דעם רעגיסטראציע פארם דארפן נייע מעמבערס שרייבן עטליכע ווערטער איבער זיך, ווי אזוי זיי ווילן זיך פארשטעלן פאר'ן עולם. דאס וועט דא ארויפגעשטעלט ווערן ווען דער ניק ווערט אקטיוויזירט.

שלום עליכם נייע חברים, גיסט אייך אן א גלעזל קאווע, מאכט אייך באקוועם, און לאזט זיך הערן.


וואו פונקטליך קען איך טרעפן דעם פארם? איך בין ניי דא און אביסל ״tech-challenged״ ממילא קען מיר העלפן צו האבן מער קלארקייט: וואו איך קען דאס געפינען

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 6:56 am
דורך סדרן
בונה של טוב האט געשריבן:
קעלנער האט געשריבן:אין דעם רעגיסטראציע פארם דארפן נייע מעמבערס שרייבן עטליכע ווערטער איבער זיך, ווי אזוי זיי ווילן זיך פארשטעלן פאר'ן עולם. דאס וועט דא ארויפגעשטעלט ווערן ווען דער ניק ווערט אקטיוויזירט.

שלום עליכם נייע חברים, גיסט אייך אן א גלעזל קאווע, מאכט אייך באקוועם, און לאזט זיך הערן.


וואו פונקטליך קען איך טרעפן דעם פארם? איך בין ניי דא און אביסל ״tech-challenged״ ממילא קען מיר העלפן צו האבן מער קלארקייט: וואו איך קען דאס געפינען

וואס דו האסט געשריבן איז שוין ארויפגעשטעלט געווארן דא:
viewtopic.php?p=466783#p466783

שלום עליכם צו קאווע שטיבל, און האב הנאה!

נשלח: זונטאג פעברואר 14, 2021 5:46 pm
דורך אנשטענדיגע ייוד
[quote="yesiknow"]I have lots of poetry trying to share it with people who love the yiddish language[/

מיר ווארטן אלע!!!

נשלח: מאנטאג פעברואר 22, 2021 6:44 pm
דורך פיינע פלייכעס
איך בין א וואוילע יוד וואס זוכט אביסל אמת אין א וועלט מלא שקר

נשלח: מאנטאג פעברואר 22, 2021 6:45 pm
דורך סרח בת אשר
איך בין א כשר׳ע אידישע פרוי, פול מיט יראות שמים און אהבת ישראל. מיין שטרעבן אין לעבן איז צו דערלייכטן אידישע הערצער פונקט ווי סרח בת אשר האט אונז געוויזן. איך האב נישט געדולד צו פאטשקען צייט אבער א געשמאקע באלערנדע שמועס קען מיר מאכן דעם טאג. איך האב זיך שטארק געפרייט צו הערן אז קאווע שטיבל איז אפן פאר יעדן איינעם. איך בין שטארק דאנקבאר פאר די געוואלדיגע ארבעט וואס איר טוט צו פארברייטערן ידיעות ביים עולם און האבן אפענע קאנווערסאציעס ווי מען קען זיך אסך לערנען

נשלח: מאנטאג פעברואר 22, 2021 6:47 pm
דורך נצח
היי.

שעקספיר האט געפרעגט די גרויסע פראגע, ״צו זיין, אדער נישט צו זיין״. ער האט אבער נישט געכאפט אז עס זענען ביידע די זעלבע זאך. די אמתע פראגע איז, ביניך, אדער ביניך נישט?

נשלח: מאנטאג פעברואר 22, 2021 6:47 pm
דורך עמקות המחשבה
מיט א טיעפן נשמה אין א שטארקע פארשטאנד, בין איך אייביג געווארן פארשריגן אלץ אן אויפגעקלערטער אין א אנגעליינטער, עד אשר מצאתי את שאהבה נפשי פה במקום הקדוש, וראיתי צדיקים יושבים ביחד, יהי רצון שיהיה חלקי עמהם

נשלח: מאנטאג פעברואר 22, 2021 6:48 pm
דורך א נפקא מינה
בן שלשים לכח, אביסל ערוועקן די מח, מיט א קאווע אין שטיבל אריין שפאצירן, זעהן וואס קען מיך עטוואס בארירן, דאס דארף איך אויך אמאהל אויספריוון, דאס וויל איך אויך קענען באגריפן, איך געב נישט צופיל אינפורמציע פון מיר פרעזענדליך, דאס טוה איך נישט ברבים געווענדליך...

נשלח: מאנטאג פעברואר 22, 2021 6:48 pm
דורך סדרן
שלום עליכם אלע טייערע אידן
לאמיר הערן פון ענק!

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2021 10:26 pm
דורך עובדיה
איך ליין דא לעצטענ'ס היבש אסאך כ'האב נישט צופיל וואס צוצוגעבען אבער אמאל וויל איך שרייבען א ווארט דא און דארט אויך האב איך מיר איינגעהאנדעלט דעם וועקער און איך האב אפאר הערות וואס איך וואלט געוואלט מגיב זיין.

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2021 10:27 pm
דורך Yair
איך זיך נישט צו שרייבען דא, נאר פערצאפאל בין איך אנגעקומען דא צו ליינען א ארטיקעל וועגען דינה כהן, איך האב א הערה וואס וועט זיין אונטערעסאנט האב איך זיך איינגעשריבען

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2021 10:27 pm
דורך אלי מאן
Ima very open minded guy from real Hasidic community what was offensI like to share with other people who are in the same situatioa lot of thoughts in our community and also in our religion son listen man is

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2021 10:28 pm
דורך אבן מקיר
א שרעקליכע פאסירונג האט ליידער פאסירט און מ'קען נישט זיין שטיל. שטיפען אונטער די ראָג איז נישט די עצה. און ס'האט שוין אזויפיל קרבנות געברענגט. זון שטראלן איז די בעסטע disinfectant.

רבוש''ע עד מתי?!!

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2021 10:28 pm
דורך סדרן
שלום עליכם אלע טייערע אידן
לאמיר הערן פון ענק!

נשלח: מיטוואך מערץ 03, 2021 5:21 pm
דורך פערדן קראצער
א לאנגיעריגע אידיש ארטיקלען ליינער וואס האט בייגעוואוינט פארשידענע מאדנע פאסירונגען אין האט זיך פארגלוסט זיי צונויפצוזאמלען אין פארשפרייטען איבערן גרויסן וועלט.
ווי אויך האב איך א פוינט אוף וויו וואס סאיז אשאד אז דער ציבור זאל דאס דערלייגען נאר ווייל א מוטלאזיגקייט האט מיר באנומען, שוין לאמיר זיך נעמען צו די ארבעט אויפגעשארט די ארבעל אין געטייפט!

נשלח: מיטוואך מערץ 03, 2021 5:21 pm
דורך היסטאריע
איך בין גאר באאיינפלוסט פין דער אפיציר אז מען קען שרייבן אויף קאווע שטיבל מיט מער פרייהייט ווי אויף אנדערע פלעצער, איך האף צו שרייבען איינער היסטאריע וואס איז נוגע אונזער קולטור.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 11, 2021 1:47 pm
דורך סאכעטשאווער
איך גלייך זייער שטארק דעם פארים, ביי פון די ברייטקייט וואס עס פארמאגט, וגם לרבות גודל העמקות שמונח פה. ולכן אמרתי גם אני מצטרף, צום קאווע שטיבל, ובעזרת הקל יתברך ויתעלה נכתוב ונצליח

נשלח: זונטאג אפריל 11, 2021 5:20 pm
דורך berelech
עס איז מיר זייער אינטערעסאנט די דיסקוסיעס אין קאווע שטיבל און דאס גלייכן, דעריבער וויל איך זיך באטייליגן און ווערן א מעמבער פון קאווע שטיבל, עס איז נאר א שאד אז מען קען נישט ממש שמועסן ביי א עכטע קאווע, איך האף אז איך וועל הנאה האבן