בלאט 116 פון 179
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 5:31 pm
דורך בענבען
ער איז געגאנגען אין גאס און געזעהן א בד"ה צעטיל ס'איז געשטאנען נצחו אראלים את המצוקים האט ער געזאגט "נע לעצטענס שלאגן זיי זיך אויף נערישקייטן"
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 5:34 pm
דורך שמן למאור
קידוש האט געשריבן:איך וואק היינט אויפן גאס און איך שטיפ א ליידיגע קערידש,
פארט אריבער א עלטערע יוד און א קאר, און מאכט אראפ די פענסטער און נעמט זיך מאכן קולות, יונגערמאן !! יונגערמאן !! דאס קינד איז ארויסגעפאלן פון קערידש.
חיים מענדל פלעגט פארציילן
אמאל האט זיך פארגליסט פארן ראש ממשלה בן גריון א שטיקל בשר חזיר פאר נאכטמאל, אבער די ווייב האט זיך געשעמט איינצוקויפן נישט כשר, האט זי גענומען א וויגעלע און עס ציגעדעקט מיט א דאכענע און אזוי אריינגעלייגט די פלייש דערינען,
אויפן וועג אהיים, איז איר א באקאנטע אנטקעגן געקומען, ווער איז דא אין די וויגעלע? פרעגט די חבר'טע, אה דאס איז אונזער נייע בעיבי, זאגט מיסיס גריון, לאמיך איר זעהן?
ניין מען קען נישט, און זי האט זיך אנגעפאנגען ארויסצודרייען, אינצווישן גיבט די חברטע א שלעפ אראפ די דעקע אין עס אנטפלעקט זיך א חזיר'ל
ריפט זיך אהן די חבר'טע 'WOW ער זעט דאך אויס פינקט ווי זיין טאטע'
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 5:39 pm
דורך berlbalaguleh
עצי שיטים: איך האב געהערט די מעשה מיט א קליינעם שינוי. אז ווען די שכנ'טע האט געפרעגט פון פאולא ב.ג. ווער דאס איז דארט אין קינדער וועגעלע האט זי געזאגט אז דאס איז איהר אייניקל. רופט זיך אן די שכנה..."ער זעהט דאך אויס פונקט ווי דער זיידע...!
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 5:41 pm
דורך שמן למאור
אפאר אמעריקאנער האבן געדינגען א טור גייד זאל זיי ארומפירן אין גליל צו די אלע קברי צדיקים
מען קומט אן קיין צפת און ער ווייזט זיי א בלויע שטיין,
''דאס איז די קבר פון שמואל הנביא''
זיי נעמען זיך זאגן תהילים מיט אן ערנסטקייט
א טאג שפעטער קומט מען אן אין טבריה, און אודך, ער ווייזט זיי א שטיין און זאגט ''דאס איז די קבר פון שמואל הנביא''
האבן זיי אים פארגעהאלטן, וואס איז פשט? נעכטן האסטו אונז געוויזן אין צפת די קבר פון שמואל הנביא?
האט ער זיי געענטפערט,
נעכטן איז געווען שמואל א' היינט איז שמואל ב'
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 6:15 pm
דורך שמן למאור
פאר די וואס האלטן אביסל מיט די נייעס
פוטין פלאנט צו זיין שבת שקלים אין מעזיבוז...
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 6:39 pm
דורך קאמארנער
אויף ר' ברוך מרדכי אזרחי פארציילט מען אסאך פיקאנטישע מעשה'לעך ווי למשל אז איינמאל ווען די צבא האט געמאכט אן אבלאוע אויף זיין ישיבה וועלנדיג כאפן משתמטים וואס גייען נישט אין מיליטער איז ר' ברוך מרדכי געלאפען זיך באהאלטן צוזאמען מיט די בחורים, ווען מען האט אים געפרעגט 'רעבע, וואס באהאלט איר זיך, מ'זוכט אייך נישט, איר זענט שוין סאך צו אלט צו דינען אין מיליטער' ! רופט ער זיך אן 'און א רמטכ"ל דארפן זיי דען נישט האבן?'..
אדער פארציילט מען אז ווען מען האט אים ענדליך אויפגענומען אלץ חבר אין די מועצת פון דגל התורה איז ער אנגעקומען שפעט צום ערשטע אסיפה, דער סעקרעטאר האט זיך אנגערופן צו אים 'ענטשולדיגט במחילת כבוד תורתו, איר זענט געקאמען דרייסיג מינוט שפעט'! רופט זיך ר' ברוך מרדכי אן 'דרייסיג מינוט?! דרייסיג יאר שפעט!'..
'
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 6:46 pm
דורך קאמארנער
וואס טוט געפערליכע קמצן ווען ס'פאלט אריין א פליג אין זיין טעלער זופ?
ער כאפט איר אן ביים פליגל און שרייט ''שפיי עס שוין אויס אדער איך צופליק דיך!'..
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 7:13 pm
דורך קהל'ס נער
קאמארנער האט געשריבן:וואס טוט געפערליכע קמצן ווען ס'פאלט אריין א פליג אין זיין טעלער זופ?
ער כאפט איר אן ביים פליגל און שרייט ''שפיי עס שוין אויס אדער איך צופליק דיך!'..
איכא דמתני לה אהא.
וואס טיט מען ווען ס'פאלט אריין א פליג אין די זיפ?
א גאליציאנע.
כדאמר הקאמארנער: ער כאפט איר אן ביים פליגל און שרייט ''שפיי עס שוין אויס אדער איך צופליק דיך!
א כינעזער.
גיסט אויס די זיפ און עסט די פליג.
או יאמר.
זעקל: ס'דא א פליג אין מיין זיפ!
וועיטער: זארג דיך נישט ס'וועט נישט טרינקע צי סאך.
או כלך לדרך זו.
זעקל: ס'דא א פליג אין מיין זיפ.
וועיטער: וואס האסטו געמיינט, אז פאר די פאר טאלער וועל איך לייגן א עלעפאנט אין דיין זיפ?!
במערבא אמרי.
זעקל: פארוואס שטעקסטו אריין די פינגער אין מיין זיפ?
וועיטער: זארג דיך נישט ס'נישט אזוי הייס איך ווער נישט פארברענט.
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 8:36 pm
דורך בענבען
איך האב היינט געזאגט פאר מיין זין ער זאל טראסטען זיין מנהל ווייל ער איז פופצין יאהר אין די ליין פון חינוך
ער האט מיר געענטפערט "יא יא שוין פופצין יאהר שטייט ער אין די ליין זעהט אויס ס'איז נאכנישט געקומען זיין טורן"
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 9:38 pm
דורך בענבען
איך בין מקנא די פרויען, ווייל זיי האבן נישט קיין ווייב
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 10:00 pm
דורך שמן למאור
איינער האט זיך אויסגעגליטשט אין ביה''מ גבוה אין לעיקוואד, ער האט זיך צעבראכן אפאר ביינער און זיך נישט געקענט אויפשטעלן
פינקט איז עס געווען אין א שטילע ווינקל און קיינער האט נישט באמערקט, איז ער געבליבן אויפן ערד און געווארט אז איינער זאל אדורכגיין
איינער גייט דורך און ער שטעלט זיך אפ, ער קוקט און קוקט מיט אזא טרויערדיגע מינע אויפן געזיכט
'ר' איד' הערט שוין אויף צו קוקן אויף מיר, טוט א טובה, גיבט מיר א האנט, און שטעלט מיר אויף, פאר א גוט יאר
די איד ענטפערט
I'm so sorry, פונקט לעצטע וואך we were working on די נושא of חסד,
this week איז משתתף בצערו של חבירו...
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 6:55 am
דורך ישן מלא חדש
בענבען האט געשריבן:ער איז געגאנגען אין גאס און געזעהן א בד"ה צעטיל ס'איז געשטאנען נצחו אראלים את המצוקים האט ער געזאגט "נע לעצטענס שלאגן זיי זיך אויף נערישקייטן"
עם החלמתו של רבי ברוך מרדכי אזרחי מנגיף הקורונה התבטא ראש הישיבה בפני מקורביו: זה כבר שלוש-אפס למצוקים!
Sent from my moto g(7) play using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 9:05 am
דורך וואלווי
אינטער אזא גרויסע קאפעל מוז ליגן אסאך חכמה...
נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 10:14 am
דורך שמן למאור
איינער זאגט מיר היינט א גוט ווארט,
ס'איז באקאנט די ווערטל פון די מקובל וואס האט געפרעגט פונעם פארמער, די האסט נאך טשיקנס? ווייל איך האב נאך סגילות...
זאגט ער אז דר. פאוטשי האט אנגעפרעגט ביי די פייזער עקזעקויטיוון, ענק האבן נאך בוסטערס,? ווייל איך האב נאך סטרעינס..
נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 11:58 am
דורך קבצו זקנים
בענבען האט געשריבן:איך בין מקנא די פרויען, ווייל זיי האבן נישט קיין ווייב
אין מיין ווייב איז מיך מקנא פארוואס איך בין אזוי גליקליך פארהייראטעט...

נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 1:48 pm
דורך וואלווי
קבצו זקנים האט געשריבן:בענבען האט געשריבן:איך בין מקנא די פרויען, ווייל זיי האבן נישט קיין ווייב
אין מיין ווייב איז מיך מקנא פארוואס איך בין אזוי גליקליך פארהייראטעט...

טוישטס ענק אויף
נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 1:51 pm
דורך קידוש
אין די וואך פון כ"ו אב האט א ספרים געשעפט ארויסגעלייגט א שילד "כל ספרי רבינו הקדוש חצי בחנם".
קומט אריין א ליטווישע אידל און נעמט א 400 דאלערדיגע סעט משניות און לייגט אראפ צוויי מאות און וויל זיך גיין ווייטער
א רגע, א רגע, שרייט אים די געשעפטסמאן נאך, דאס קאסט 400 דאלער
איך האב געזען די חצי בחנם צעטל פונעם סעיל, ווייזט ער אן מיט פרעגעדיגע מינע....
אויש, כאפט זיך דער געשעפטסמאן, ער נעמט ארויס א מארקער און שרייבט שנעל צו צום צעטל, רבינו הקדוש "והטהור"....
נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 1:53 pm
דורך קידוש
א אינגערמאן קומט אמאל אריין צו א געשעפט פון א עקסטערמינעיטאר
און זאגט, איר קענט מיר געבן א מייזן כאפער, שנעל שנעל כ'ברויך כאפן די באס
זאגט אים דער עקסטערמינעיטאר , "סאררי מיר פארקויפן ניש אזא גרויסע כאפער !!!!"
נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 1:53 pm
דורך קידוש
א פרוי זאגט פאר איר מאן אז זי וויל גיין צו א מאוזיעם מיט די קינדער
זאגט דער מאן , "גענוג וואס דו שרייסט דא אויף די קינדער אז זיי זאלן ניש צורירן צו גארניש , ברויך איך נאך באצאלן געלט דערפאר ??!!!!!!!"
נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 5:23 pm
דורך שמן למאור
יענקל איז געקומען צו שמערל'ס הויז איינצומאנען א חוב וואס שמערל איז אים שוין שילדיג א לענגערע צייט,
ער קלאפט און קלאפט, אבער קיינער ענטפערט נישט,
יענקל שרייט אריין 'שמערל' איך ווייס אז די ביסט אינדערהיים, איך זע דא דיינע שיך ליגן ביים טיר!
א קול שרייט ארויס, דאס מיינט נישט גארנישט, איך בין אנטלאפן מיט מיינע שבת'דיגע שיך...
נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 5:32 pm
דורך שמן למאור
א אינגל האט זיך געגרויסט פאר זיינע חברים,
''איך דאווען שמו''ע מיט אזא דביקות, אז איך שפיר נישט גארנישט אויף די וועלט, אפילו מען זאל מיר שטעכן מיט א נאדל, וואלט איך עס נישט געשפירט''
נו נו, די נעקסטע טאג האט איינער געברענגט א נאדל, און אינמיטן די שמו''ע, האט ער געגעבן א שטאך פאר דעם אינגל אין די פיס, ער האט זיך נישט געגעבן קיין ריר, ער גיבט נאך א שטאך, און וואונדער איבער וואונדער די אינגל דאווענט ווייטער די שמו''ע כאילו לא היה
די אינגל נעמט דעם נאדל און גיבט עס א גוטע שטארקע שטאך אריין טיף אין יענעמס פיס, און די אינגל גיבט א שפרינג אויף, אאההההה!!!!
זעסט!! האבן אלע אפגעשפעט, די שפירס שוין איינמאל אינמיטן די שמו''ע!
יא!, האט די אינגל מודה געווען פארשעמטערהייט,
''אבער די ערשטע צוויי מאל האב איך גארנישט געשפירט''...
נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 6:50 pm
דורך berlbalaguleh
עצי שיטים: לא זכיתי להבין דברי קדשיך. וואו דארף מען לאכן? דער אייבישטער האט מיך (בד"כ) באשאנקען מיט א חוש אז איך כאפ גלייך א דזשאוק. אבער דא ארבעט עפעס נישט. אפשר אז דו וועסט נעמען א נאדל און מיר געבן א שטעך וועלל איך שוין שפירן.
נאך אמאל במחילה מכבוד תורתך הרמה. איך האב אינגאנצן נישט געכאפט דעם דזשאוק. מעגליך ווייל איך בין אן אונגערישר. און דאס אונגערישקייט האטציך גובר געווען...!
נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 7:09 pm
דורך קאמארנער
אמאל איז א משגיח אין ישיבה געוואור געווארן אז אויף א בחור אז ער האט א 'סקווער בעק',
רופט ער אים צו און שרייט אויף אים 'געב מיר שוין אהער דאס סקווער בעק צוזאמען מיטן טשארדזשער!'..