בלאט 117 פון 213
נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 8:07 pm
דורך [NAMELESS]
הוגה האט געשריבן:גראדעמעכעלע האט געשריבן:וואס איז פשט אין דעם אוניווערסעלען מנהג פון גיין מיט אונטערוועש? פאר וואספארא גוט יאר פעלט דאס אויס?
[tag]גראדעמעכעלע[/tag], וואס פאלט דיר עפעס ביי אז עס אן אוניווערסאלע מנהג?
.
נא... בעסער מ'רעדט נישט...
נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 8:36 pm
דורך chusid
עזריאל, הייסט ביז אפאר יאר צוריק האט עס באלאנגט פריוואט פאר בנימין הערש און משה דוד?
נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 8:55 pm
דורך [NAMELESS]
קודם אלץ א חסיד וואלסטו געמעגט האבן הכרת הטוב פאר מיין ענטפער.
אויף דיין יעצטיגע שאלה איז די תירוץ לכאורה וויאזוי איך פארשטי יא און ניין זיי זענען געוועהן די בעלי בתים אויפן ארט אבער ס'איז געווען א לענדמארק וואס האט באלאנגט צו די גאווערמענט.
נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 10:59 pm
דורך געפילטע פיש
chusid האט געשריבן:ווען האט יוניפארם אנגעהויבן שפילן א ראלע אין די יודישע רעליגיע ווי למשל אז יודן וואס האלטן פון מהלך העבודה פון בעש"ט גייען מיט א fur hat יעדע שבת? אפשר זאלן אלע יודן וואס זענען מהדר אויף אריזאנע ווייטץ גיין מיט פלארשיין- Floorshein קאמפעני שיך?
דו מאכסט א וויץ אבער ס'גייט שוין סאך ווייטער ווי וועלכע קאמפאני שיך. טאמער ווילסטו מיר זאגן אז ס'דא א חסידישע טראגע, א סאמעטן הוט, ווייסע העמד, לאנגע ראק, זעלבע סחורה הויזן, פלארשיים אדער עקאו שיך, און שוין, וואלט איך נאך אראפגעשלונגען. אבער די אבסורדע קאנפארמיטי וואס מ'זעט ווען ס'קומט צו סיי וועלכע צוגעהערן וואס האט גארנישט מיטן חסידישן לבוש, אדער מיט חוקת הגוי, למשל, וועסט כמעט נישט טרעפן קיין חסידישע יונגעמאן מיט הוט און רעקל וואקן אויף בעדפארד עוועניו אדער 13טע מיט זון גלעזער, וואס איז, די חסידישע אויגן זענען ווייניגער סענסיטיוו צום זון? ס'באדערט עם פיין ער מאכט צו די אויגן אזוי תרוטות ווי די תרמודים פון שמאי הזקן, אבער פאר ראטשילד'ס אוצרות וועט ער זיך נישט אנטוהן א פאר אויגן שיצער. און ס'איז נישט כאילו ס'איז אמאל געווען א תקנה דערגעגן, אדער ס'ווערט געברענגט אין א חסידיש ספר אז ס'איז דרכי אמורי, נע, סתם, קאנפארמיטי, ס'קומט עם אפילו נישט אויפן געדאנק ווי א רעלעוואנטע אפציע, פונקט ווי גיין מיט א פערפל שירעם. יעצט אין די סוב זערא וועטערס זעט מען עס אויך, יונגעלייט וואס וועלן בשום אין אופן נישט אנטוהן קיין ווארימע מאנטל ווי די ספארט אל לא מאוד רעגן מאנטלעך וואס G&G פארקויפט, אוירען שיצער מעג מען נאר צוויי סארט, די וואס האבן א בענדל פון פארענט און די אנעם בענדל, און נאר אויב ס'איז פעך שווארץ, אדערווייז וועט מען ענדערש באקומען פראסט בייט אויפן אויער אבי נישט אנטוהן א נארמאל ווינער הוטל. און נאכאמאל, ווען מ'רעדט דא פונעם שטריימל אין הונדערט דעגריי וועטער, אדער אנדערע בגדים אשר יסודתם בהררי קודש, החרשתי, אבער מ'רעדט סתם פון זאכן וואס זענען געווארן, אן קיין זיצונג, אן קיין החלטה, אן קיין שום סיבה, און דאס אז דער עולם טראכט אפילו נישט פון זוכן עפעס ווארימער ווייזט אין וואסערע גייסטישע תפיסה מיר געפונען זיך.
נשלח: דינסטאג פעברואר 17, 2015 12:40 am
דורך א איד
גם אני בחלומי
די פראבלעם פון זיין א נארמאלע מענטש, ביי אחינו בני החסידים, גייט שוין אריבער די גבולים.
מען דארף זעהן צו מאכן גדרים וואס עס הייסט א נארמאלער מענטש.
נשלח: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:20 pm
דורך געוואלדיג
גראדע באטראכט איך דיין בילד און איך מוז דיר זאגן דו זעהסט אויס צו זיין גאנץ א נארמאלרע חסיד....
נשלח: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:32 pm
דורך א איד
עס האט מיר געדויערט א צוויי מינוט צו כאפן פון וועלכע בילד דו רעדסט, קומענדיגע מאל שרייב אוועטער בלע"ז.
דאס בילד האב איך ארויפגעלייגט א קנאפע דריי יאר צוריק, חוץ דעם וואס איך בין שוין היינט א סאך ווייסער ווי דעמאלטס, בין איך נאך דעמאלטס געווען א נארמאלער מענטש, ווי מען רופט עס ביינונז אין וויליפעסט.
היינט איז די גלעזער א סאך שווארצער ארום און ארום, אזוי ווי די היינטיגע סטייל, איך גיי נישט מיט קיין רעקל מער א גאנצע טאג, בדוחק ביים דאווענען.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 4:01 pm
דורך געוואלדיג
עס וואונדערט מיר צו וויסן וואו אזוי רביס פארגעסן קיינמאל יעלה ויבוא ר"ח, איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געזעהן קיין איין רבי זאל איבער דאווענען ר"ח ווייל ער האט פארגעסן, משא"כ עמך אידן האב איך געזעהן פלענטי, האבן זיי עפעס מעדזשיק?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 5:04 pm
דורך [NAMELESS]
מעשה שהיה אצל הברך משה, ער האט אויסגעטרעטן אין איבער געדאווענט
נשלח: מוצ"ש פעברואר 21, 2015 7:54 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב נישט קיין צוטריט צום באהאלטענעם פארום, איך וויל אבער וויסן וואס איז די חילוק פונעם שווארצן בעקראונד און די פוירפל?
נשלח: מוצ"ש פעברואר 21, 2015 11:55 pm
דורך שמערל
עזריאל, א לענדמארק האט נישט קיין שייכות מיטן בעלות פון די פראפערטי, אויב איך וויל קען איך ארבעטן ארויפצולייגן א לענדמארק סטאטוס אויף א הויז וואס באלאנגט צו דיר, אפילו אויב ביזט נישט מסכים.
אין די פאל פון פינעוו הינדערט בעדפארד, האט עס דאכט זיך באלאנגט פאר uta ביז משה שמואל האט עס אפגעקויפט/באקומען.
נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 10:45 pm
דורך ונבנתה העיר
אז איינער קויפט יעדע וואך איין לאטערי פאר א דאלער, לוינט איהם דען נישט פי כמה וכמה צו קויפן איין מאהל א יאהר 52 לאטעריעס אין איין גורל?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:45 am
דורך [NAMELESS]
ונבנתה העיר האט געשריבן:אז איינער קויפט יעדע וואך איין לאטערי פאר א דאלער, לוינט איהם דען נישט פי כמה וכמה צו קויפן איין מאהל א יאהר 52 לאטעריעס אין איין גורל?
ניין, כמעט נישט קיין חילוק.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 10:34 am
דורך לית דין בר נש
ווי איז די מקור איז די מלאך לייגט געלט אונטער די קושן ווען די צאהן פאלט ארויס?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 10:51 am
דורך [NAMELESS]
לית דין בר נש האט געשריבן:ווי איז די מקור איז די מלאך לייגט געלט אונטער די קושן ווען די צאהן פאלט ארויס?
Tooth fairy
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 11:44 am
דורך געפילטע פיש
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:לית דין בר נש האט געשריבן:ווי איז די מקור איז די מלאך לייגט געלט אונטער די קושן ווען די צאהן פאלט ארויס?
Tooth fairy
אלעס גנב'נען די גוים פון אונזער מסורה!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:32 pm
דורך [NAMELESS]
געפילטע פיש האט געשריבן:אלעס גאנבענען די גוים פון אונזער מסורה!
אפילו דאס גנב'נען מסורות האבן זיי אויך ביי אונז גע'גנב'ט, אזעלעכע גנבים די ידי עשיו.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:40 pm
דורך מאטי
כ'וואונדער זיך צו די "ציין באבא-מעשה" - וואס ווערט לכאורה פראקטיצירט דורך די מעליגע און אויליגע צווישן אונז - איז עטוואס אנדערש ווי די קיכעלעך מיט מילך וואס מ'גרייט צו פאר סאנטא.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 4:10 pm
דורך קאך_לעפל
די הערליכע בילדער ווי מען זעהט יענקל ברוך באזוכט אין די הויז פון רבינו הקוה''ט זי''ע, ברענגט אונז ארויף זויערנאכטאמליכע קאשמארן פון די למ''ד יארן.....
זאכן וואס איך וויל "נישט" וויסן
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 4:26 pm
דורך שמערל
[tag]קאך_לעפל[/tag], פון דיין זויערנאכטאמליכע געמייכעכטץ וויל קיינער אויסדריקלעך נישט וויסן.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 4:57 pm
דורך ראש הישיבה
שפראצט מיר דא און דארט א ווייסע הארע'לע. איך בין עמאציאנאל נישט גרייט אויף דעם. האב איך צוויי שאלות.
1. הלכה- איז דא א היתר ארויסצושלעפן (ווען קיינער זעהט נישט) ווייסע האר?
2. פראקטיש- וועט עס העלפן? וועט עס מאכן אז די האר זאל ערשט ווייס ווערן עטליכע יאר שפעטער?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 5:02 pm
דורך הוגה
עס וועט אפשר העלפן האלטן די בארד שווארץ אבער יונגער וועסטו נישט ווערן.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 5:11 pm
דורך ראש הישיבה
די אישוי איז נישט אינגער אדער עלטער. עס איז אלס דא מענטשן וואס ווערן אינגער ווייס ווי די צווייטע. איך גיי צו די דזשים און טרעף דארט מענטשן מיט לאנגע ווייסע בערד און זיי זענען בעצם פיזיקלי אינג און שטארק ווי א בער.