בלאט 117 פון 179

נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 7:12 pm
דורך קאמארנער
וואס איז די חילוק צווישן די כיור אין בהמ"'ק און מים אחרונים?

ביי די כיור האט מען געוואשן די 'אייגענע פיס'..

נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 11:55 pm
דורך שמן למאור
א גרויסן גולם פון שטאט חעלעם, האט זיך צעבראכן אלע ביינער בשעת'ן שער'ן די בלעטלעך, וואס האט פאסירט? ער איז אראפגעפאלן פון די בוים...

די זעלבע גולם איז ליידער אוועק פון די וועלט בשעת'ן טרינקען מילך, וואס האט פאסירט?
די קוה האט זיך אראפגעזעצט אויף אים...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 11:06 am
דורך קידוש
א בחור וועם מ'האט געדארפט ווארפן פון ישיבה האט געזאגט פאר'ן ראש ישיבה "אויב פלי איך פון ישיבה, גיי איך צום גלח"
דער ראש ישיבה האט גענומען א טאג צו נאכטשעקן ווי דער בחור שטייט באמת,
נאך א טאג רופט ער צוריק דעם בחור
"כ'האב גערעדט צום גלח, דער גלח דארף דיך נישט... ארויס!"

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 11:07 am
דורך קידוש
קאמארנער האט געשריבן:אמאל איז א משגיח אין ישיבה געוואור געווארן אז אויף א בחור אז ער האט א 'סקווער בעק',
רופט ער אים צו און שרייט אויף אים 'געב מיר שוין אהער דאס סקווער בעק צוזאמען מיטן טשארדזשער!'..

מהאט אמאל געזאגט פאר א מנהל אז בחורים אין קעמפ האבן סקענערס, האט ער געהאלטן א שטרענגע דרשה אז וועלעכע בחור מוועט כאפן מיט א סקענער העט פליען פון קעמפ, און חוץ דעם פארשטייט ער נישט פארוואס א בחור דארף בכלל א סקענער די עסן איז גענוג ווארעם.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 11:10 am
דורך קידוש
צוויי גנבים האבן זיך אריין געגנבט ביי א פרוישע קליידער געשעפט,
וען איינער האלט אינמיטן אויסליידיגן די שעלפס באמערקט ער אויף איינע פין די קליידער א טעג וואס שטייט $800
"איך גלייב נישט" רופט ער זיך אן צו זיין חבר, "אזעלעכע גנבים דא"

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 12:02 pm
דורך שמן למאור
קידוש האט געשריבן:צוויי גנבים האבן זיך אריין געגנבט ביי א פרוישע קליידער געשעפט,
וען איינער האלט אינמיטן אויסליידיגן די שעלפס באמערקט ער אויף איינע פין די קליידער א טעג וואס שטייט $800
"איך גלייב נישט" רופט ער זיך אן צו זיין חבר, "אזעלעכע גנבים דא"

ענדליך פארציילט מען אויף א דיין וואס פלעגט פסק'ענען דין תורות, און ער פלעגט טראגן הויכע שטיוול, און בשעת די דין תורה האט ער געשפירט וועליכע פון די צוויי בעלי דינים שטעלן אריין אין די שטיוול א שיינע מטבע, האט ער שוין געוויסט אז יענער איז דער 'גערעכטער' אין די דין תורה
איינמאל האט ער בשעת א דין תורה געשפירט ווי די בעל דין פון די רעכטע זייט ריקט אים אריין סחורה אין די רעכטע שטיוול, פארשטייט זיך אז יענער האט געווינען די דין תורה,
נאכן ענדיגן, האט ער באמערקט ווי יענער האט אים סתם אריינגעלייגט טישוס אין די שטיוול, האט ער זיך אנגעריפן,
'גיט א קוק ווי פאלש די וועלט איז'...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 2:11 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
גלח: צו גלייבסטו אז מרים מגדלנא איז נתעבר געווארן פון גאט?

איד: ווען דיין טאכטער קומט אהיים פון שולע און דערציילט דיר א ענליכער סיפור וואס האט זיך אפגעשפילט מיט איר וואלסטו איר ווען געגלייבט?

[מפי המגיד רב י י יאקובזוהן]

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 4:11 pm
דורך קאמארנער
א אידל פון מאה שערים שלעפט זיך אהיים פון די יערליכע קמחא דפסחא מיט זעק און פעק שוויצענדיג געפערליך,
אינמיטן גיבט ער זיך א רוף אן פארסאפעט: 'מערצעשעם קומענדיגע יאר אז כ'וועל געווינען דעם לאטערי וועל כ'מיך דינגען צוויי שחורים זאלן מיר שלעפן אלע פעק'...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 6:54 pm
דורך שמן למאור
עס האט זיך אראפגעלאזט די וואך אזא גרויסע שניי אין ירושלים, אז די זקני ירושלים זאגן אז זיי געדענקן נישט אין היסטאריע אזא שטארקע שניי

אגב זיי געדענקן אויך נישט וואו זיי האבן געלייגט זייערע גלעזער פינעף מינוט צירוק

נשלח: פרייטאג יאנואר 28, 2022 9:40 am
דורך פאלאצ'ינטא
לכבוד די שניי האב איך זיך דעמאנט אן אלט ווארט.

שניי איז אזוי ווי א שוויגער.

זי קומט פאר איין טאג.

מאכט אן א חרבן פאר צוויי וואכען.

און די איינציגסטע וועליכע פרייען זיך אז זי איז געקומען זענען די קינדער.

נשלח: פרייטאג יאנואר 28, 2022 12:33 pm
דורך berlbalaguleh
ב"ה . קאווע שטיבל האט אריינבאקומען א פרישן סטאק פון פיינע בדחנים...פאלאצ'ינטא,עצי שיטים און קאמארנער. קהל'ס נער איז נאר א האלבער בדחן. ער מאכט אן איינדרוק (רושם) יציאת צדיק עושה רושם, ווי א געוואלדיגער ידען. אה, כ'האב אינגאנצן פארגעסן...זיידי ברוינשטיין...שא... ער שלאפט יעצט. באלד וועט איהם די טונקלע נוירס, די מכשפה אויפוועקן אז ס'איז צייט צו גיין עסן לאנטש. ער דארף זיך אנגרייטן די ציין. ער איז אזא פרומער אז ער האט באשטעלט 3 סעטס ציין. מילכיג, פליישיג און פארווע...!

נשלח: פרייטאג יאנואר 28, 2022 1:13 pm
דורך פאלאצ'ינטא
berlbalaguleh האט געשריבן:ב"ה . קאווע שטיבל האט אריינבאקומען א פרישן סטאק פון פיינע בדחנים...פאלאצ'ינטא,עצי שיטים און קאמארנער. קהל'ס נער איז נאר א האלבער בדחן. ער מאכט אן איינדרוק (רושם) יציאת צדיק עושה רושם, ווי א געוואלדיגער ידען. אה, כ'האב אינגאנצן פארגעסן...זיידי ברוינשטיין...שא... ער שלאפט יעצט. באלד וועט איהם די טונקלע נוירס, די מכשפה אויפוועקן אז ס'איז צייט צו גיין עסן לאנטש. ער דארף זיך אנגרייטן די ציין. ער איז אזא פרומער אז ער האט באשטעלט 3 סעטס ציין. מילכיג, פליישיג און פארווע...!


מען פלעגט זאגען אז די פאלשע ציין דארפען אידן האבען דריי.
מלכים, פליישיג און טשייניז עסען.

קען מען אויך צולייגען... פארוואס האבען אידן זייער ליעב טשייניז עסען?
ווייל די חזיר, און די שעל פיש איז צושניטען און געפרעגעלט אזוי גוט אז מען קען עס נישט דערקענען

נשלח: פרייטאג יאנואר 28, 2022 1:44 pm
דורך בענבען
די היינטיגע Version פון א צוקראצטע CD איז א סטעטוס וואס Load זיך

נשלח: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 11:23 pm
דורך קהל'ס נער
וויאזוי זאגט מען אויף ענגליש
"מען זאל זוכה זיין צי ביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן"?

!"and they lived happily ever after"

נשלח: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 11:26 pm
דורך berlbalaguleh
ניין: ווייל ס'איז דא אזא (נישט אזא שיין) ווערטל. אז די ליובאוויטשער רביצין ווארט פאר ..."ביאת המשיח"...! כ'האב געזאגט פריער אז דאס איז נישט אזא שיין ווערטל...!

נשלח: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 11:30 pm
דורך קהל'ס נער
berlbalaguleh האט געשריבן:ניין: ווייל ס'איז דא אזא (נישט אזא שיין) ווערטל. אז די ליובאוויטשער רביצין ווארט פאר ..."ביאת המשיח"...! כ'האב געזאגט פריער אז דאס איז נישט אזא שיין ווערטל...!


אפשר וועיגען דעים האבן זיי נישט געהאט קיין קינדער?

נשלח: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 11:44 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: יא. נעבעך. דו ווילסט נישט הערן וואס די ---- זאגן פארוואס זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער...!

נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 12:46 am
דורך קהל'ס נער
berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: יא. נעבעך. דו ווילסט נישט הערן וואס די ---- זאגן פארוואס זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער...!


די רעדסט צי ברמיזא, אע"ג שדי לחכימא ברמיזא, אבער איך בין דאך קהל'ס......

נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 12:54 am
דורך berlbalaguleh
ס'איז לשון הרע און רכילות און (מעגליך מוציא שם רע) וועל איך, בעסער סקיפן צו קאמענטירן איבער דעם סאבדזשעקט...!

נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 11:01 am
דורך תרמב
עצי שטים האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:עצי שיטים: דו מעגסט לאכן. איך האב אמאל (מיט א לאנגע צייט צוריק) געהאט אן ענליכע מעשה. איך האב אמאל, מפני מעשה שהיה באקומען 5 טיקעטס פון די פאליס. (ואכמ"ל).דעם נעקסטן טאג אינדערפריה שטעלט מיך אפ א פאליס אין מאנהעטן. ער הייבט אן טענה'ן איבער די רעגיסטרעישן און אינספעקשן סטיקערס וועלכע זענען נישט אין ארדענונג. איך, ברוב תמימותי, געב איהם אהין דעם (פרישן) פעקל פון טיקעטס וואס איך האב אקארשט באקומען. איך האב דערווארט רחמנות פון איהם. כאילו צו זאגן...איך האב שוין באקומען מיין שטראף אויף דעים...! און, הפלא ופלא. ער האט מיך געלאזט גיין אן געבן נאך א פעקל טיקעטס. מיט וואס איך וואלט מיך ווען עקסטער געדארפט ספראווען...ויהי לפלא...א נס פון באשעפער אליין...!

כ'האף אז די האסט געזאגט ''ר' ישע' בענרעב מוישע, אדער זיך לייגן אדער זיך בייגן'' אז נישט קענסטו גיבן קרעדיט נאר פארן באשעפער
ווי האט יענער געזאגט 'רבש''ע גיב מיר פרנסה, אז נישט גיי איך צום ריבניצער'...

א עלטערע איד האט זיך אמאל אויסגערעדט צו א אינגערמאן זאגנדיג, איר ווייסט נישט ווי גליקלעך איר זענט, ווען עטס האטס א צרה לויפט מען צום ריבניצער'ס ציון, אין מיינע צייטן איז דאס נישט געווען..... ער האט נאך געלעבט דעמאלטס......

נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 12:38 pm
דורך קאמארנער
א חסידישע איד א גאסט קומט אריין אין די גרויסע אלטע יעקישע שוהל אין ציריך און שטעלט זיך אוועק דאווענען ביים ערשטן ליידיגע זיץ וואס ער זעט.
א נערוועזע יעקע איילט זיך צו צו אים ' ענטשולדיגונגס איר, דאס איז דאך די זיץ פון הער פרידמאן'!, זאגט דער גאסט 'נישט קיין פראבלעם, ווען ער קומט וועל איך אוועקגיין',
'אבער ער קומט נישט היינט'! שרייט דער יעקע...

נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 12:53 pm
דורך שמן למאור
א ווייב איז אזוי ווי א שטריימל...

עס קאסט טייער

עס זיצט אויפן קאפ

און עס טוט גארנישט אגאנצע וואך...

נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 1:02 pm
דורך קאמארנער
עצי שטים האט געשריבן:א ווייב איז אזוי ווי א שטריימל...

עס קאסט טייער

עס זיצט אויפן קאפ

און עס טוט גארנישט אגאנצע וואך...

נישט מיין ווייב... ;)