בלאט 117 פון 214

נשלח: זונטאג מאי 09, 2021 8:08 pm
דורך וויינשעל
א ליינער שוין פאר לאנגע יארן. שוין צייט זיך צו באטייליגן אין די שמועס פון צייט צו צייט. שרייבן אפנהארציג וואס ליגט אויפן צונג און אין קאפ איז א נישט צום געפונען אין אידיש מיטן אויסנאם פון ק"ש.

נשלח: זונטאג מאי 09, 2021 8:08 pm
דורך מיין אמת
איך האב אסאך געליינט דא אין קאווע שטיבל איבער דברים העומדים ברומו של עולם ווי למשל עדיקאציע, מצוות, און איבער פארשידענע זאכן וואס פלאגט אינזער פאלק,אין איך פיל אז האב וואס ציצולייגען, על כן נעם איך זיך די פעדער אין האנט כיד השם הטובה עלי

נשלח: זונטאג מאי 09, 2021 8:09 pm
דורך א פרעמדע צוקוקער
איך האב שטענדיג געזיכט א פלאץ ווי איך קען ליינען אינטערסאנטע נייעסעלך און וויסענשאפט און ידיעות אין די היימישע שפראך אידיש וועגן דעם וויל איך ווערן א מעמבער ביי קאווע שטיבל ווי מען קען קונה זיין אזוי פיל ידיעות!

נשלח: זונטאג מאי 09, 2021 8:10 pm
דורך סדרן
[center]שלום עליכם אלע פרישע מעמבערס.
מאכטס ענק באקוועם און לאזטס ענק הערן!
[/center]

נשלח: דינסטאג יוני 01, 2021 7:46 pm
דורך תפוח
כתפוח בעצי היער
איך וויל נישט זיין די שטאט'ס נער
כן דודי
דאס איז יעדער איינער מסכים, יחד כולם הודו
בין הבנים
און איך גיי מיך נישט פירן מיט די מידה פון ביישנים

שרייטס אלע, קיין קאווע שטיבל מען גייט מען גייט

נשלח: דינסטאג יוני 01, 2021 7:47 pm
דורך יענקאלעלו
א שטארקער חובב היסטאריע מכל החוגים בכלל ישראל מימות אדם הראשון ועד ימינו אלה, מיט א שטיקל אייגענע צוויי פיאסטער אויף כמה וכמה פון הקורות אתנו, ידיעה מקיפה כמעט אויף יעדן טאפיק בקודש ולהבדיל בחול, שוין געליינט הונדערטער אשכולות אויפן שטיבל פאר די לעצטע 5 יאר

נשלח: דינסטאג יוני 01, 2021 7:47 pm
דורך טריי סטעיט
שלום עליכם. א טריי סטעיט אידל מיט א שטארקע אינטערעסע אין חסידישע געזעלשאפטליכע געאגראפיע וואס ווילזיין א חלק פון די שמועס. לעת עתה וואוינען מיר אין שטעטל אבער מיר האפן בקרוב צו טרעפן אונזער מקום מנוחה אין א ביליגערע מקום.

נשלח: דינסטאג יוני 01, 2021 7:48 pm
דורך ברא כרעא דאבוה
איך בין עוסק אין פרנסה און צו די זייט פארברענג איך אביסל אויף קאווע שטיבל, עכט נישט קיין ספעציעלע היסטאריע, פשוט און גראד, א ברא כרעא דאבוה!

נשלח: דינסטאג יוני 01, 2021 7:48 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
שלום עליכם טייערע אידן.
ווי ס׳פארשטענדליך פון מיין ניק וואס איז על שם ווי ס׳שטייט אין פסוק ׳בתוך עמי אנכי ישבת׳ וויל איך אויסניצן דעם פלאטפארמע אויף דיסקאסירן אלעס איבערן ענין פונעם גלות בתוך גלות.
איך האף מיט די הילף פון ענק אלע צו ווערן קלארער איבער די בעסטע אופן וויאזוי צו זיין באקוועם, עצות און מהלכים צו לעבן א חיים של אושר, צו שטיין פעלזן פעסט בו בזמן ווען שטארקע שטורעם ווינטן בלאזן און פראבירן אומצו-ווארפן די וואס ווילן/קענען נישט מיטגיין 100% מיטן שוואָנג פונעם סיסטעם.

נשלח: דינסטאג יוני 01, 2021 7:49 pm
דורך פיינער מענטש
איך בין א וואולער איד פון וויליאמסבורג, איך גלייך מוזיק אין נגינה, אין ליין אסאך די וועקער אין אנדערע מעמוארן פון אייער וועבזייטל, איך גלייך דאס מוראדיג, אין וואלט געוואלט קענען קאמענטירן אויך. א דאנק

נשלח: דינסטאג יוני 01, 2021 7:49 pm
דורך דער אמת
יא, שלום עליכם טייערע אידישע קינדער קינדער פון איין טאטן און איין פאלק אין די מערסט אויסגעהאלטענע שכל'דיגע אין העכערע אידילאגיע
איך האב אסאך געליינט אין קאווע שטיבל און הנאה געהאט פון די טעמעס ווי אזוי די ריתחא דאורייתא גייט דא האב איך באשלאסן אויך אריין גיין אין די חבריא און מפלפל זיין ווען מען דארף און זיין שטיל ווען מען דארף האבנ'דיג די ריכטיגע דרך הלימוד וואס איך האב קונה געווען דורך אויס מיינע בחורישע יארן
געגאנגן

נשלח: דינסטאג יוני 01, 2021 7:50 pm
דורך מורינו ורבנו
לשמוע ולהשמיע, ללמוד וללמד, להנות ולהנות, לשכול ולהשכיל, לישפע ולהשפיע, לקיים ולהתקיים, לחיות ולהחיות, לאכול ולהאכיל, לשקות ולהשקות, לנבא ולהתנבאות.

צו געבן פון מיר פאר יענעם און צו נעמען פון יענעם פאר מיר, הערן און פארשטיין די צרכים פונעם דור, און קענען אויספירן דעם שליחות פונעם אויבערשטן אויפן בעסטן פארנעם.

נשלח: דינסטאג יוני 01, 2021 7:50 pm
דורך Post
Hi I am an old reader, that decided that it’s about time to create my own Nick
.Hope to enjoy. And hope you will enjoy me
First let’s greet each other make a coffee and get to know ourselves. And we’ll take it from there.

נשלח: דינסטאג יוני 01, 2021 7:51 pm
דורך dafishman3080
איך בין א מאדערנער מענטש, א פראפעסאר, 64 יאר אלט. א פריינד פון חרדישע יידן, און פון כלל-ישראל. איך לייען דעם "וועקער", און "די צייטונג". כ'זע אז אין "קאווע שטיבל" קומען פאר אינטערעסאנטע שמועסן. און א מאל דארף איך האבן ביי וועמען זיך נאכצופרעגן וועגן א ספר אדער די ביאגראפיע פון א גדול-בישראל. אפגעדרוקט עטלעכע ביכער, רעדארקטירט א באנד דרשות אויף יידיש פון הרב יוסף דוב הלוי סאלאווייטשיק, און בקרוב וועט ארויס א צווייטער באנד.

נשלח: דינסטאג יוני 01, 2021 7:52 pm
דורך חמר גמל
בעבר בין איך געוועזן א חסידישער יונגערמאן אריינגעטוהן אין די גאנצע ענין ראשי ורובי, אבער איצטער בין איך שוין ליידער נישט אין די כלים לגמרי אבער עס אינטערעסירט מיר נאך וואס דער היימישער עולם האט צו שמועסן אין פארקויפן

נשלח: דינסטאג יוני 01, 2021 7:52 pm
דורך וואסער
שוין א לאנגע צייט וואס איך האלט מיט אינטערסאנטע דיסקוסיעס אויף קאווע שטובל און איך האב שוין לאנג געקלערט אז אפשר איז אינטערסאנט אריין צו רעדן ביי געוויסע זאכן וואס איך האב א מיינונג אבער איך קען נישט ווייל איך בין נישט איינגעשריבן

נשלח: דינסטאג יוני 01, 2021 7:54 pm
דורך מאיר קלוינמיוס
א גוטען נאכט

איך בין א יונגל פון לאנדאן, איך לערן דא אין א חדר (איך גיי נישט זאגן וועלכע), איך בין צוועלעף. איך האב נישט געזעען אז קינדער שרייבן אויף דיע סייט, אבער איך וויל קענען ליינען.


קאווע שטיבל איז נישט געמאכט פאר קינדער. די ניק איז נישט אקטיוויזירט. הצלחה רבה.
סדרן

נשלח: דינסטאג יוני 01, 2021 7:58 pm
דורך א דאברא אייניקל
.

נשלח: דינסטאג יוני 01, 2021 7:59 pm
דורך סדרן
[center]שלום עליכם אלע טייערע אידן פרישע חברי קאווע שטיבל
מאכטס ענק באקוועם און לאזטס זיך הערן!
[/center]

נשלח: דינסטאג יוני 01, 2021 10:31 pm
דורך תפוח
שכוח הנהלת הקהילה. לאאקינג פארווערד.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך יוני 02, 2021 5:33 pm
דורך פאליטיקאנט
מאיר קלוינמיוס האט געשריבן:
קאווע שטיבל איז נישט געמאכט פאר קינדער. די ניק איז נישט אקטיוויזירט. הצלחה רבה.
סדרן


נאך א מזל כ'האב נישט געשריבן מיין יארגאנג.
מען מעג זיין אויף קאווע שטיבל אונטער 17? כ'פרעג פלעין.

א גוטע טאג, מיין באס קומט שוין.

נשלח: דאנערשטאג יוני 03, 2021 4:11 pm
דורך יעקב מעקסוועל
אונז דארפן נאך אזעלכע אינגלעך ווי דיר... ברענג אהער דיין גאנצע כיתה.

נשלח: דאנערשטאג יוני 03, 2021 8:18 pm
דורך אייראפעישער חסיד
פאליטיקאנט האט געשריבן:
מאיר קלוינמיוס האט געשריבן:
קאווע שטיבל איז נישט געמאכט פאר קינדער. די ניק איז נישט אקטיוויזירט. הצלחה רבה.
סדרן


נאך א מזל כ'האב נישט געשריבן מיין יארגאנג.
מען מעג זיין אויף קאווע שטיבל אונטער 17? כ'פרעג פלעין.

א גוטע טאג, מיין באס קומט שוין.

אזוי יונג און שוין באהאווענט אינעם שווארצען געוועב?
האנדלען מיט סטאקס אין אזא עלטער ? ממש א ילד הפלא!