בלאט 118 פון 213
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 5:22 pm
דורך ברסלבער
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 5:37 pm
דורך ונבנתה העיר
יו"ד סי' קפ"ב.
נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 11:19 am
דורך chusid
ווען הילי היל אדער יואלי לעבאוויטש וכו' מאכט חוזק פון סאסייעטי כגון דער געשמאקע 'טאטע' אין שול וואס לייגט די ציצות אין די קינדערס אויערן... וואס טראכטן דע קארני מענטשן ווען זיי הערן די זשאוק..? מ'מאכט דאך חוזק פון אים.
נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 11:21 am
דורך לית דין בר נש
ער ווייסט אז מען מיינט נישט אים ווייל ער איז טאקע פאני מען מיינט די אנדערע וואס טוהן עס, וואס טוהן עס נישט אזוי געלונגען ווי אים זיי זענען קארני
נשלח: מוצ"ש פעברואר 28, 2015 8:01 pm
דורך יואב
איך זוך א גוטן ספר אויף די חמש מגילות. ספר מיין איך צו זאגן סיי וועלכער באנד וואס האט אונטער איין דאך די בעסטע מפרשים. מפרשים וועלכע פראבירן נישט צו פארדרייען פשט און זענען צו דער זאך.
נשלח: מוצ"ש פעברואר 28, 2015 8:10 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז דא די תורת חיים פון מוה''ק וואס האט תרגום הרס''ג, רש''י, ב' נוסחי ראב''ע, ר' יוסף קרא, רשב''ם, רי''ד, ר''א כ''ץ, רלב''ג, רבני בחיי, ר''י נחמיאש, ר''מ חלאיו,
פארשטייט זיך ביי יעדעם איז עפעס אנדערש 'פשט' אבער דאס איז גאנץ גוט,
(נאר די אויסשטעל איז געפערליך)
נשלח: מוצ"ש פעברואר 28, 2015 8:14 pm
דורך קאווע טרינקער
*מוה"ק ר"ת מוסד הרב קוק.
נשלח: מוצ"ש פעברואר 28, 2015 8:16 pm
דורך [NAMELESS]
מאי קמ''ל?
נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 1:31 pm
דורך chusid
פארוואס עקזעסטירט נאך ברענד מעדיקעישאן אויב דאס קאסט סאך מער ווי זשינעריק ?
נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 4:04 am
דורך chusid
ווער זענען די היימישע יודן וואס מען זעט ביי די יו ען פארזאמלונג ווי מען דערקלערט מדינת ישראל?
נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 5:18 am
דורך שאולדיספריםפאקער
chusid האט געשריבן:פארוואס עקזעסטירט נאך ברענד מעדיקעישאן אויב דאס קאסט סאך מער ווי זשינעריק ?
פאר די זעלבע סיבה פארוואס א עכטע ראלעקס זייגער קאסט 10 אלפים און א פאלטשע 20 טאלער
אדער א בעסערע משל א פאקעט בוק מיטן ווארט couch צו Ralfh קאסט עס צעהן מאל טייערער ווי אן דעים ווארט אפי עס האט דעים זעלבען קוואליטעיט
נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 7:31 pm
דורך משולם שטיינפעלד
נישט אז עס איז ווערט די פרייז, אבער דו האסט אמאל געזעהן א פאלשע פאקעטבוק וואס איז די זעלבע קוואליטעט ווי די ברענדנעים?
נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 8:54 pm
דורך שמעון וואלף
chusid האט געשריבן:ווער זענען די היימישע יודן וואס מען זעט ביי די יו ען פארזאמלונג ווי מען דערקלערט מדינת ישראל?
ברענג א בילד און מ'עמיר פראבירן צו אידענטיפיצירן
נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 10:35 pm
דורך chusid
נשלח: מאנטאג מערץ 09, 2015 11:18 am
דורך סאו וואט
וואס איז דו חילוק און דו דריי פושקעס וואס מ'גייט דערמיט ארום און שומר שבת שול?
נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 9:37 pm
דורך געוואלדיג
געווען היינט אין א טעקסי זאגט ער מיר אז וועט נישט אריין פארן אין מיין דרייוועי ווייל אויב וועט עפעס געשהן צו איהם דארט ווערט ער נישט געדעקט דורך אינשורענס, איך בין נייגעריג צו וויסן צו עס איז טאקע אזוי
נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 12:17 pm
דורך petergrifin
איז דא א יודישע סײט װי בלו קאללער ארבײטער/טעקנישענס רעדן דורך זײער פאך (trade)?
נשלח: מאנטאג מערץ 16, 2015 3:15 pm
דורך געפילטע פיש
petergrifin האט געשריבן:איז דא א יודישע סײט װי בלו קאללער ארבײטער/טעקנישענס רעדן דורך זײער פאך (trade)?
איז דא א סייט וואו קאטוילישע פלאמבערט רעדן זיך דורך זייער פאך? האו אבאוט איסלאמישע שוסטערס?
נשלח: מאנטאג מערץ 16, 2015 4:00 pm
דורך געוואלדיג
ער פרעגט ווייל פאר אידישע לויערס איז דא כנראה לי, און בכלל אידן זענען נענטער צווישן זיך ווי גוים, און ער איז נייגעריג וועגן אידן און נישט גוים, וואס גייט דיר אן? ער דארף זיך זארגן פאר די גוים אויך, וואס באדערט דיר זיין שאלה?
נשלח: מאנטאג מערץ 16, 2015 8:28 pm
דורך שמעון וואלף
פארוואס צוואנציג, פערציג, פיפציג וכו' איז מיט א צ און דרייסיג איז מיט א ס
נשלח: מאנטאג מערץ 16, 2015 9:03 pm
דורך petergrifin
געפילטע פיש האט געשריבן:petergrifin האט געשריבן:איז דא א יודישע סײט װי בלו קאללער ארבײטער/טעקנישענס רעדן דורך זײער פאך (trade)?
איז דא א סייט וואו קאטוילישע פלאמבערט רעדן זיך דורך זייער פאך? האו אבאוט איסלאמישע שוסטערס?
@געפילטע פיש
איך האב געמײנט אזוי װי אין אײװעלט
לינק װי מען רעדט זיך אדורך בעיקר פראגרעמינג און קאמפיוטערס.
און יא אז דו פרעגסט זײער סארקאסטיש איז טאקע דא סײטס נאר לאװ דווקה קאטוילישע פלאמבערס.
למשל׃
electriciantalk.com
נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 2:14 am
דורך געפילטע פיש
אז דו רעדסט פון אידישע שפראך איז עפעס אנדערש, כ'האב געמיינט דו זוכסט א סייט וואו מ'רעדט זיך דורך מיט אידישע בלו קאלער ארבייטער אויף ענגליש.
דאס וואס דו האסט פארשטאנען אלס סארקאזם איז פשוט געווען צו פרעגן פארוואס ווען ס'קומט צו וועלטליכע זאכן מוזן מיר אלעמאל טראכטן אין us vs. them טערמינאלאגיע, כ'פארשטיי אז ווען ס'קומט צו באקן מצות ווילסטו האבן נאר אידן אין דיין חבורה, ניחא, אבער דורכרעדן וואו ס'דא קוואליטי סופלייערס פאר ביליג, וואו קומט דא אריין רעליגיע? אוודאי זענען דא סייטס וואס זענען געאייגענט פאר יעדע מין פאך און האבי, טאקע אזוי ווי די לינק וואס דו האסט געלייגט, נאר איך גלייב נישט אז קאטאליקן זענען מקפיד צו שמועסן מיט אנדערע עלעוועיטער טעקנישענס וואס זענען דוקא פון זייער רעליגיע, דאס איז א חרדישע מחלה וואו יעדער דרויסענדער איז א שלעכטע גוי, ועל דא קא בכינא. דעטס אלל.
נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 11:29 am
דורך א איד
שמעון וואלף האט געשריבן:פארוואס צוואנציג, פערציג, פיפציג וכו' איז מיט א צ און דרייסיג איז מיט א ס
יארמע רב ענטפערט שוין אויף דעם
שטעל זיך פאר אז איינער וואלט געזאגט דריי
ציג, קיינער וואלט נישט פארשטאנען וואס ער רעדט
די זעלבע זאל שטעל זיך פאר אז איינער זאל זאגן צוואנ
סיג אדער פער
סיג, מענטשן וואלטן געמיינט אז ער איז א ספרדישע וואס האט זיך יעצט אויסגעלערנט אידיש.
כן הוא בדרך אפשר.