בלאט 118 פון 179

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 10:48 am
דורך שמן למאור
איינער קומט אריין אין ביה''מ אויף א שנייעדיגן טאג, מיט א גרויסע שטיוול אויף איין פיס, און א געהעריגע שיך אויפן צווייטן פיס
האט מען אים געפרעגט וואס איז פשט? נאר איין שטיוול?

האט ער געזאגט, אז ער האט געהערט אויף די וועטער באריכטן אז עס וועט שנייען 'נאר איין פיס'..

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 12:22 pm
דורך תרמב
א מלמד אין קינדערגארטן האט זיך זייער געמוטשעט ארויפצושטופן די בוטצעס אויף די פיסעלעך פון איינע פון די קליינע קינדער, ענדליך ווען די פוס האט זיך אריינדערזעהן אינעווייניג האט די אינגעלע זיך אנגערופן, רעבע! די בוטצעס איז נישט מיינס.... מיט א שווערע אטעם האט די מלמד עס אראפגעשלעפט פון זיין פוס, איך האב געברענגט מיין ברודער'ס בוטצעס.... האט די אינגעלע צוגעלייגט......

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 2:36 pm
דורך בענבען
ס'איז באקאנט אז דער קייסער פראנץ יאזשעף, פלעגט זיך אלץ פארשטעלן, און ארום גיין צווישן זיינע אונטערטאנען, און אויסהערן וואס זיי רעדן אויף אים, ער האט איינמאל געהערט אז די אידישע מקוה איז די קראנסטע און שנעלסטע נייעס אגענטור, דארט ווייסט מען נייעס נאך פאר ס'פאסירט, און האט זיך דאס געוואלט אליינס איבערצייגן, האט ער זיך פארשטעלט פאר א איד, און געגאנגען צופרי אין מקוה, און פרעגט זיין שכן, וואס איז נייעס היינט? האט אים יענער געענטפערט, האסט נישט געהערט, ס'הייסט אז פראנץ יאזשעף קומט היינט באזוכן אין מקוה.

איינמאל ביי זיינע שפאצירונגען, האט ער אנגעטראפן א אידל, און פרעגט אים, וואס זאגסטו צו פראנץ יאזשעף?

פרעגט אים יענער, ווער, שוואנץ יאזשעף?

ניין, פראנץ יאזשעף, דער קיסר.

איך ווייס זייער גוט וועם דו מיינסט, דו מיינסט שוואנץ יאזשעף.

ער הייסט אבער נישט שוואנץ יאזשעף, נאר פראנץ יאזשעף.

און אזוי האבן זיי זיך גע'טענה'ט אהין און צוריק, ביז דער איד רופט זיך אן אפשר שרייבט איר מיר אראפ ווי אזוי ס'שרייבט זיך פראנץ יאזשעף, און דער קיסר האט גענומען א צעטל און אנגעשריבן זיין נאמען, און דער איד רופט זיך אן, אה, יעצט פארשטיי איך שוין, שכוח.
דעם נעקסטן טאג איז פארן קייסער צוריק געקומען א וועקסל פון באנק וואס דו באנק האט ארויס געגעבן אויף זיין חשבון הונדערט טויזנט רובל, דער קייסער קראצט זיך דעם קאפ, פארוועם האב איך געגעבן אזא וועקסל, ביז ער דערמאנט זיך דעם פרשה מיט דעם אידל, און ער געט זיך א קלאפ אויפן קאפ און געט א שריי, איר ווייסט וואס איך וועל אייך זאגן, טאקע שוואנץ יאזשעף.

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 2:42 pm
דורך בענבען
אן אראבער האט זיך אמאל געטראפען אין א גרויסען ליידיגן מדבר שממה, צוביסלעך איז זיין וואסער וואס ער האט זיך מיט געברענגט אויסגעלאפען, זיין דורשט האט אים אנגעהויבן צו פייניגן מער אין מער, ענדליך פין דערווייטנס דערזעהט ער עפעס זיך רורען עס רוקט זיך, ער האט פארשטאנען אין געהאפט אז דאס איז א מענטש וואס וועט אים קענען העלפען, ער קומט נענטער אין נענטער אין יא עס איז א מענטש, א יודל זיצט ביי א טישל אין ער פעדעלט נעקטייס (האלז בענדער), ער לויפט צו צי אים קוים אין איין אטעם אין ער בעהט זיך ביי אים, העלפ מיר ביטע איך דארפ אביסל וואסער נאס צו מאכען מיינע גומען, איך שפיר ווי איך לאז מיך אויס, דער יוד ענפערט, וואסער האב איך נישט, אבער פארוואס זאלסטו נישט קויפן א נעקטיי? קוק אהער דאס פאסט זייער מיט דעם אנצוג וואס דו טראגסט יעצט, עס קאסט יעצט נאר $150, דער אראבער הייבט אן שרייען איך קויפ נישט קיין איבערגעטריבענע $150 דאלערדיגע נעקטיי איך דארף וואסער ווייל איך גיי שטארבען באלד, ענפערט דער יוד OK איר מיזט נישט קויפן ביי מיר, אין כדי צו צייגען אז איך בין א ארענטליכע מאן וועל איך דיר צייגן דא אויף דער זייט 4 מייל פין דא איז דא א רעסטעראנט דארט קענסטו באקומען וויפיל וואסער דו ווילסט, דער גוי באדאנקט זיך זייער פאר אים אין רעכט אהין זיינע טריט ער ווערט ווייטער אין ווייטער ביז מ'זעהט אים שוין נישט, 5 שעה שפעטער דער גוי שלעפט זיך צוריק אויסגעטריקענט אין גרין, דער יוד פרעגט אים כאדאך דיר געזאגט פיר מייל פין דא, האסט עס נישט געקענט געפונען? יא יא נאך ווי איך האב עס געפונען, אבער דיין ברודער לאזט מיך נישט אריין אן א נעקטיי!!!

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 2:45 pm
דורך בענבען
Yanky: Mommy, can I go out to play?
Mother: with those holes in your socks?!
Yanky: No. with the kids outside!

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 2:46 pm
דורך בענבען
ראובן האט געטראפן שמעון אין די ארבעט, ווען לויט ראובן'ס ידיעות איז פונקט דאן געווען די לווי' פון שמעון'ס שוויגער ל"ע, פרעגט ער שמעון'ען, פארוואס גייסטו נישט צו די לווי', ענפערט שמעון, ביזנעס ביפאר פלעזשער.

איינער האט געזען ווי א חבר זיינער מאכט הבדלה מיטוואך נאכט, פרעגט ער אים וואס גייט פאר, ענטפערט יענער, מיין ווייב איז היינט אהיים געקומען פון וויקעישן, ס'איז אויס יום טוב.

א קינד האט געפרעגט פון א טאטע, טאטי וויפיל קאסט חתונה צו האבן, האט אים דער טאטע געענטפערט, איך ווייס נאכנישט וויפיל, איך האלט עס נאך אינמיטן באצאלן.

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 2:56 pm
דורך קהל'ס נער
אן אראבער מיט זיין זין כאפן אזא שמועס'ל ביי אבות ובנים.
זון: טאטי, פארוואס האבן קעמלען צוויי הויקערס?
טאטע: איך ווייס נישט.
זון: פארוואס רעיגענט נישט אין מדבר?
טאטע: איך ווייס נישט.
זון: איך זאל מער נישט פרעיגן קיין קשיות?
טאטע: אז די וועסט נישט פרעיגן וועסטו נישט וויסן!

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 3:33 pm
דורך תרמב
יעצט זענען די אראבערס אויפן צימבל פון די ליצים?

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 4:09 pm
דורך קהל'ס נער
מוחמד: כ'קען אוועקנעמען די לייטער?
אחמד: נישט קיין פראבלעים, איך כאפ זיך אן אין די פעינט בראש.

(אברהם מרדכי מלאך)

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 4:44 pm
דורך קאמארנער
וויאזוי ווייסט מען אז ביים עפענונג פון די תיבה איז געווען א מקווה טיר?

ס'שטייט דאך קלאר: ''שנים שנים יבואו אל התיבה'..

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 4:45 pm
דורך קהל'ס נער
קאמארנער האט געשריבן:וויאזוי ווייסט מען אז ביים עפענונג פון די תיבה איז געווען א מקווה טיר?

ס'שטייט דאך קלאר: ''שנים שנים יבואו אל התיבה'..


לאל

ס'דערמאנט מיך אין ישיבה האבן אינז זיך אמאל אריין געשטיפט 4 אויף אמאל.

#גיטע_צייטן

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 4:46 pm
דורך קאמארנער
תרמב האט געשריבן:יעצט זענען די אראבערס אויפן צימבל פון די ליצים?

איך פראטעסטיר אויף די קריסטאל קלארע פאשיסטישע ראסיזם 'איסלאמפאביע' וואס גייט דא פאר

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 4:46 pm
דורך קאמארנער
קהל'ס נער האט געשריבן:
קאמארנער האט געשריבן:וויאזוי ווייסט מען אז ביים עפענונג פון די תיבה איז געווען א מקווה טיר?

ס'שטייט דאך קלאר: ''שנים שנים יבואו אל התיבה'..


לאל

ס'דערמאנט מיך אין ישיבה האבן אינז זיך אמאל אריין געשטיפט 4 אויף אמאל.

#גיטע_צייטן

איך אויך, כ'מיין ביי די זעלבע ישיבה ;)

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 4:54 pm
דורך קהל'ס נער
קאמארנער האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:יעצט זענען די אראבערס אויפן צימבל פון די ליצים?

איך פראטעסטיר אויף די קריסטאל קלארע פאשיסטישע ראסיזם 'איסלאמפאביע' וואס גייט דא פאר


אויב די עולם וויל וועל איך טוישן אלע מיינע מעשיות, אז ס'איז געווען מיט א יוד :lol: , אבער דעמאלטס וועט מען זאגן אז כ'בין א סעלף העיטינג jew :lol:

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 5:00 pm
דורך קידוש
א טערעפיסט האט אמאל געזאגט פאר א פרוי

אויב וויסטו עכט אויפרעגן דיין מאן , שיק אים אין גראסערי און ענטפער ניש זיינע מעסעדזשעס אדער פאון קאולס !!!

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 5:00 pm
דורך קידוש
א מיידל קומט צו איר אלטע באבע באזוכן און זאגט איר , "באבי כ'האב אינסטעגראם"


פרעגט די באבע , "און וואס זאגט דער דאקטאר דערצו ?"

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 5:01 pm
דורך קידוש
א עושר מיט א ארימאן האבן זיך צוזאם געטראפן זאגט דער ארימאן צום עושר , זאג נאר וואס האסטו געקויפט פאר דיין ווייב אויף חנוכה
זאגט ער א הערליכע רינגל מיט א קעדילאק
פרעגט ער, צו וואס עפעס די קעדילאק
זאגט ער, אויב ס'פיט איר ניש די רינגל זאל זי עס קענען צוריקטראגן מיטן קעדילאק

און וואס האסטו געקויפט פאר דיין ווייב, פרעגט דער עושר צוריק

זאגט דער ארימאן, קראקס מיט א טרעמפאלין
פרעגט דער עושר וואס איז פשט פונעם טרעמפאלין
זאגט ער, " אויב די קראקס פיטן איר ניש זאל זי טאנצן !!!

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 5:01 pm
דורך קידוש
א אינגערמאן א מתמיד ווען ער האט געענדיגט ש"ס האט ער אנגערופן דעם שווער פארציילן די גוטע בשורה,
איידעם: שווער לעבן, כ'האב ברוך השם זוכה געווען צו מסיים זיין ש"ס",
שווער: וואס האט מען פון ענדיגן ש"ס אויב מ'האט נישט קיין מידות טובות"?
איידעם: ס'איז גארנישט, די שווער דארף זיך נישט פארענטפערן...

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 5:02 pm
דורך קידוש
האט אמאל א אלטע איד געזאגט:
איך געדענק ווען איך האב חתונה געהאט.... איך געדענק אויך מיט וועם... אבער איך קען מעך נישט דערמאנען "פארוואס" איך האב חתונה געהאט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 5:03 pm
דורך קידוש
א חבר א גרוש זאגט מיר אז ווען ער פילט דעפרעסט אז ער איז סינגל , רופט ער אהן איינע פון זיינע חתונה געהאטע חברים און ער הערט זיך צו פאר 10 מינוט צו יענעם און נאכער בארואיגט ער זיך ...

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 5:04 pm
דורך קידוש
געווען אמאל א אידל א גרויסער ארימאן איז ער אריינגעקומען אין סעמעדרעש און הייבט אהן וויינען ביים ארון קודש , הייליגער באשעפער העלף מיר כ'זאל געווינען די לאטערי , כ'זאג צו אז אויב כ'געווין העליך האלב פון די געווינס אוועקטיילן פאר בתי מדרשים און מוסדות התורה

ער קויפט די לאטערי און שטייטצעך ער האט גארניש געווינען

גייט ער אריין אין קלויסטער און גייט צו צודעם אבי אבות הטומאה דעם יאשיק און הייבט אהן וויינען , שמייליגער יאשיק אויב געווין איך די לאטערי זאג איך צו אז העליך פארטיילן האלב פון די געווינס פאר קלויסטערס און פאר משפחות פון גלחים .

ער קויפט דעם לאטערי והנה ... און ער האט געוואנען

הייבט ער אהן טאנצען שרייענדיג דערביי , "יעצט זעה איך אז ס'נישטא קיין גרעסערס פונעם הייליגן באשעפער

דער רבש"ע האט געוואוסט אז כעל ניש געבן קיין פעני ממילא האט ער זיכער געמאכט אז געווין איך ניש , אבער דער אקס-פערד יאשיק האט מיר געגלייבט".........

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 5:30 pm
דורך berlbalaguleh
קידוש: ס'איז דאך באוואסט דער כלל אין די גמ' ..."אין משיבין על הלכה"... מ'פרעגט נישט קיין קשיות אויף א מעשה. דער איד'ל האט דאך געקענט מקיים זיין דעם נדר. ער האט געזאגט אז אויב ער געווינט ועט ער געבן די געלט פאר די משפחות, פי,' די ווייבער און קינדער פון די גלחים...!

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 5:54 pm
דורך אלבערט איינשטיין
פרשת אמור.
פארהערער: א כוהן גדול מעג חתונה האבן מיט א אלמנה?
יונגל : ניין
פ: מיט א גרושה?
י: ניין
פ: סא מיט וועמען יא?
י: מיט א מת מצוה