בלאט 120 פון 213
לקוי חמה תשע״ה
נשלח: מוצ"ש מערץ 21, 2015 10:53 pm
דורך חאצקעל שניידער
ווייסט איינער פרטים פון די לקוי חמה פון פארגאנגענעם פרייטאג , איז דאס געווען עפעס מער וואו יעדע ?
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 1:44 am
דורך חאצקעל שניידער
כהאב געטראפן עפעס א אידישע סייט מיטן נאמען זאלץ וואסער וויסט איינער וואס דאס איז?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 1:46 am
דורך נולד מאוחר
לינק?
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 1:48 am
דורך איך אויך
חאצקעל שניידער האט געשריבן:כהאב געטראפן עפעס א אידישע סייט מיטן נאמען זאלץ וואסער וויסט איינער וואס דאס איז?
ווייסט טאקע נישט?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 1:52 am
דורך נופת צופים
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 2:39 am
דורך berlbalaguleh
נופת צופים האט געשריבן:https://zaltzvaser.wordpress.com
סענט פראם מיי קאושער פאון
נופת צופים: ייש"כ פאר ברענגען דעם לינק. צו ערשט האביך מיך דערשראקן אז דער ארטיקל (אין זאלץ וואסער) באשרייבט מיך. ווייל איך האב אט אזעלכע פאנטאזיעס. צו זיין א מולטי ביליאנער און נאכאלס אנהאלטן די בעל עגלה פאסטן. נאר אויכעט איינס פון מיינע פאנטאזיעס און חלומות איז, אויב איך וועל בעז"ה (איך ווייס נישט צו אין דעם גילגול אדער אין נעקסטן) ווערן א ביליאנער, און פארמאגן גרויסע בילדינגס אין לאנדאן און מאנהעטן, וועל איך בלי"נ מנדב זיין עטליכע באסעס פאר די ישיבות וואו איך האב שוין געדרייווט. אויך וועל איך געבן חנוכה און פורים געלט פאר די קאסטומערס. נישט אז זיי זאללן דארפן געבן פאר מיר.
נאר אפילו אלס פשוט'ער בעל עגלה, אזוי ווי איך בין היינט. אן די בילדינגס און פעקטאריס, האביך שוין אויכעט געהאט די זכיה צו געבן חנוכה געלט פאר א טייל פון מיינע קאסטומערס. ווער ס'ווייסט דעם ענטפער אויף די היכי תימצא איז געלאדנט צו שרייבן דעם ענטפער דא אויף קאווע שטיבל. ווער ס'וועט צו טרעפן דעם ריכטיגן ענטפער וועט אפשר קענען באקומען (אויב כ'וועל ווערן א גרויסער עושר) בלי"נ א פרייז פון $10,000 דאללער...!
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 8:08 am
דורך חאצקעל שניידער
איך אויך האט געשריבן:חאצקעל שניידער האט געשריבן:כהאב געטראפן עפעס א אידישע סייט מיטן נאמען זאלץ וואסער וויסט איינער וואס דאס איז?
ווייסט טאקע נישט?
ניין פון וואו דארף עך צעוויסען?!
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 8:11 am
דורך אבי גערעדט
דאס איז א שרייבער פון אייוועלט וואס נאכן פאוסטן זיינע סחורה אויף אייוועלט לייגט ער זיי ארויף אויפן זאלץוואסער בלאג (גאנץ א געשמאקע פעדער גראדע)
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 12:27 pm
דורך שמעקעדיג
פון וואו ווייסן אלע גבאי צדקה, בפרט די קמחא דפסחא עסקנים, מי ומי ההולכים? פון וועמען צו נעמען און וועמען צו טיילן? פארוואס יעדע יאר קומען צו מיר די עסקנים בעטן א נדבה, אבער קיינער איז נאך קיינמאל נישט געקומען אפפערן אפאר דאלער פאר יו"ט וועלכע איך קען קוים אדורכשוויצן?
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 12:34 pm
דורך הוגה
א גבאי פון די קופת עזרא האט מיר אמאל געזאגט אז א יעדע איד מוז אנטייל נעמען אין קמחא דפסחא, אדער נעמט מען אדער גיבט מען. (איך בין נישט פולקאם מסכים, אבער איך הער די נקודה.) ממילא קלער איך אז היות דו גיבסט פארדעם באקומסטו נישט. דער וואס גיבט נישט דער באקומט.
.
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 12:39 pm
דורך לעיקוואד
שמעקעדיג האט געשריבן:פון וואו ווייסן אלע גבאי צדקה, בפרט די קמחא דפסחא עסקנים, מי ומי ההולכים? פון וועמען צו נעמען און וועמען צו טיילן? פארוואס יעדע יאר קומען צו מיר די עסקנים בעטן א נדבה, אבער קיינער איז נאך קיינמאל נישט געקומען אפפערן אפאר דאלער פאר יו"ט וועלכע איך קען קוים אדורכשוויצן?
דער זעלבער יענטא וואס פירט די גאנצע קהילה זאגט זיי אויס.
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 12:42 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:פון וואו ווייסן אלע גבאי צדקה, בפרט די קמחא דפסחא עסקנים, מי ומי ההולכים? פון וועמען צו נעמען און וועמען צו טיילן? פארוואס יעדע יאר קומען צו מיר די עסקנים בעטן א נדבה, אבער קיינער איז נאך קיינמאל נישט געקומען אפפערן אפאר דאלער פאר יו"ט וועלכע איך קען קוים אדורכשוויצן?
שמעקעדיג: איך שיק זיי שוין אריין דיין אדרעס...
...אויב איך ווייס עס...
דו זאלסט דיך נישט וואונדערן ווען דער גרויסער ריידער רענטל טראק וועט זיך אפשטעללן א טאג פאר עיו"ט פארנט פון דיי הויז און וועט אפ-לאדענען מכל טוב וטוב לכבוד יו"ט...!
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 12:43 pm
דורך berlbalaguleh
הוגה האט געשריבן:א גבאי פון די קופת עזרא האט מיר אמאל געזאגט אז א יעדע איד מוז אנטייל נעמען אין קמחא דפסחא, אדער נעמט מען אדער גיבט מען. (איך בין נישט פולקאם מסכים, אבער איך הער די נקודה.) ממילא קלער איך אז היות דו גיבסט פארדעם באקומסטו נישט. דער וואס גיבט נישט דער באקומט.
.
דאס איז א ווארט וואס מ'זאגט נאך בשם צדיקי אמת. וועלכע צדיקי אמת, זאג איך נישט. ווייל סאיז קרוב צו א חשש גילוי...
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 2:48 pm
דורך מאטי
שמעקעדיג האט געשריבן:פון וואו ווייסן אלע גבאי צדקה, בפרט די קמחא דפסחא עסקנים, מי ומי ההולכים? פון וועמען צו נעמען און וועמען צו טיילן? פארוואס יעדע יאר קומען צו מיר די עסקנים בעטן א נדבה, אבער קיינער איז נאך קיינמאל נישט געקומען אפפערן אפאר דאלער פאר יו"ט וועלכע איך קען קוים אדורכשוויצן?
ווען ס'איז אזוי אנגעזעצט, אז די בושות פון בעטן הילף איז א קלענערע דאגה ווי דער מצב אליינס.
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 7:24 pm
דורך [NAMELESS]
ווען די " אונינג " איז אראפ געראלט , הייסט עס אפען אדער פארמאכט ?
1) צו הייסט עס אפען ווייל ווען די שלאק איז אויף געדרייט איז עס אפען ? (אפילו די פארטש איז צוגעדעקט)
2) אדער הייסט עס פארמאכט ווייל די פארטש איז באדעקט ? (און נאר ווען עס איז ארויף געדרייט הייסט עס אפען , ווייל איך גיי נאך די שלאק )
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 7:29 pm
דורך הויזן טראגער
די אונינג איז אפן אין די פענסטער איז פארמאכט.
אהההה נישט בייגעפאלן...
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 10:32 pm
דורך ונבנתה העיר
וואס איז די עיקר פסיכאלאגישע סיבה וואס איז גורם צער ביי אזא מעשה ווי די זיבן פארברענטע קינדער.
איז עס די עצם געשעהניש, ווי עס זעהט לכאורה אויס במושכל ראשון.
אדער, איז עס די סוב-קאנטשעס געפיהל אז סאמהאו וואלט מען עס געקענט פארמיידן, עס איז כאילו אן עקסטרע קרעדיט טויט.
למשל, ווען עס וואלט געווען א סכום קבוע וידוע מראש אז צעהן מענטשן שטארבן יעדע יאהר יונגערהייט, נאר ווער און וויאזוי וואלט געווען א סורפרייז, וואלט אויך געווען אזא צער?
ולאידך גיסא, ווען קיינער וואלט נישט געשטארבן פון הויכע עלטער, וואלט יעדע טויט מיטגעברענגט אזא צער, נאר כהיום איז עס נישט אזוי מצער ווייל עס איז ידוע מראש [און סוב-קאנטשעסלי אינאינווענטיבעל]?
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 10:41 pm
דורך שמעון וואלף
ווער האט אפגעמאכט אז מרמז צו זיין אויף יא, ריקט מען די קאפ פון אויבן אויף אראפ, און פאר ניין, ריקט מען פון רעכטס צו לינקס?
נ. ב. ס'ליגט מיר אין זכרון אז ס'איז דא עפעס א רש"י וועגן דעם
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 10:51 pm
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף האט געשריבן:ווער האט אפגעמאכט אז מרמז צו זיין אויף יא, ריקט מען די קאפ פון אויבן אויף אראפ, און פאר ניין, ריקט מען פון רעכטס צו לינקס?
נ. ב. ס'ליגט מיר אין זכרון אז ס'איז דא עפעס א רש"י וועגן דעם
שמעון וואלף: די רש"י איז בדרך צתות. אז ווען יעקב אבינו האט געטענה'ט מיט זיין חשוב'ן שווער לבן פארוואס ער האט איהם אויסגעפאפט און געגעבן לאה שטאטס רחל, האט דער צאדיק לבן געזאגט...
לא יעשה כן במקומנו...איז דער ווערטל אז לבן האט געזאגט פאר יעקב ווען ער האט געפרעגט אויב די איז רחל. האט ער געשאקלט מיט'ן קאפ וואס ערגעץ אנדערש מיינט עס אז יא. האט לבן געזאגט..."לא...די וועג פון זאגן ניין...יעשה כן במקומנו...ביי אונז הייסט עס יא... און פארקערט אויך....
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 10:53 pm
דורך שמעון וואלף
א שיין ווארט, אבער נישט דאס האב איך געמיינט. ס'שטייט קלאר ארויס אז ווען מ'זאגט יא שאקלט מען מיט'ן קאפ.
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 11:00 pm
דורך קינד_אן_קייט
ונבנתה העיר האט געשריבן:וואס איז די עיקר פסיכאלאגישע סיבה וואס איז גורם צער ביי אזא מעשה ווי די זיבן פארברענטע קינדער.
איז עס די עצם געשעהניש, ווי עס זעהט לכאורה אויס במושכל ראשון.
אדער, איז עס די סוב-קאנטשעס געפיהל אז סאמהאו וואלט מען עס געקענט פארמיידן, עס איז כאילו אן עקסטרע קרעדיט טויט.
למשל, ווען עס וואלט געווען א סכום קבוע וידוע מראש אז צעהן מענטשן שטארבן יעדע יאהר יונגערהייט, נאר ווער און וויאזוי וואלט געווען א סורפרייז, וואלט אויך געווען אזא צער?
ולאידך גיסא, ווען קיינער וואלט נישט געשטארבן פון הויכע עלטער, וואלט יעדע טויט מיטגעברענגט אזא צער, נאר כהיום איז עס נישט אזוי מצער ווייל עס איז ידוע מראש [און סוב-קאנטשעסלי אינאינווענטיבעל]?
דאכט זיך, אז פסיכאלאגיש גערעדט איז דא פארשידנארטיגע אופנים וויאזוי דאס צו ערקלערן.
ס׳זענען דא אזעלכע וואס א טראגעדיע פיטערט זייערע אייגענע פחדים, זיי מאלן זיך אליין אויס אין יענעם מצב און ווערן געליימט פון שרעק. א חלק דערפון קען אפילו זיין הנאה (תת-הכרה),
וכמאמר החכם: ״די גרעסטע הנאה איז כאפן א געזונטן פראסק״.
באופן כללי צושטערט אזא מעשה דער Bubble פון ׳חיים טובים׳, און ס׳שטופט מענטשן בעל כורחם זיך צו ספראווענען סיי מיט׳ן צער פון חיים עלי אדמות און סיי מיט׳ן כסדר׳דיגער געפאר פון טויט אשר כפסע בינו לבין המציאות. לעבן מיט אומזיכערקייט, איז געפערליך אומבאקוועם און דאס צושאקלט דעם מענטשן.
בפרט ווען א טראגעדיע איז אויף א גרעסערן און אומגעווענליכער פארנעם, שפירן מענטשן א הילפסלאזיגקייט, דער לוסט פון לכה״פ ״איבערלאזן א זכר״ (און איינרעדעניש כאילו דאס גיבט ווערדע פאר׳ן לעבן למפרע) ווערט פארטייבט און צושרויפט ווען ס׳מאלט זיך אויס א רעאליטעט אז אינגאנצן דאס פארקערטע איז אויך נעבאך שייך ל״ע.
ויש עוד הרבה בזה.
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 11:00 pm
דורך הוגה
פארוואס זענען מאשין מצות פיר-עקעדיג? ווי שווער איז עס צו מאכן רינדעכיגע מאשין מצות?
.
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 11:23 pm
דורך יין שרף
לכאורה ווייל מען מאכט איין גרויסע טייג, און דאס ווערט צוטיילט אין צענדליגע מצות. אויב מאכט מען עס רינדיג פארלירט מען טייג פון צווישן די מצות. משא״כ סקווער מצות גייט די קארנער פון איין מצה ביז די נעקסטע.