בלאט 120 פון 164

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:16 pm
דורך נצבד
מוח:

דאס איז אי"ה מיין לעצטע פאלעמיק מיט דיר,דו מאכסט מיך פשוט דיזי מיטן (בדוקא?) פארדרייען מיינע ווערטער,דו פארלאזט דיך אז דער עולם דא,וועט נישט האבען געדולד צוריקצוגיין די פאר דפים,נאכקוקען וואס איך האב געשריבען,ווי אויך דערמאנסטו מיך פון אפאר חברה אויף פעילד מסייעה,ווי דאס עצם צורידערן די מוחות איז א גרויס טייל פון זייער עקסייטמענט אינעם שרייבעריי....

א'קוק מיין "גאנצע" ערשטע תגובה און זאג מיר צו דו פארדרייסט(ספינ) נישט וואס איך זאג

ב' "וויקטים עדוואוקעטס" איז היינט צו טאגס א שם המושאל(אזוי שטעלען זיי זיך פאר פאר די פרעסס) אויף די אלע וואס שרייען אז נחמי' איז גילטי.וליתר שאת קוק וואס איך שרייב "וואס ווייסען נישט די מציאות הדברים".

ג' איך בין נישטא דיך צו איבערצייגען אז נחמי' איז אומשולדיג, דאס איינציגע וואס איך בעט דיך ברחמים איז,אז דו זאלסט מסכים זיין,אז איך "אנאנימער ניק" האלט אז דער "עובד השם" איז א באנדיט,אין איז בארעכטיגט נישט צו האלטען ביי מיר (געדענק,"איך" האלט אז ער האט איינגעזעצט אן אימשולדיגען איד)זיין ביכעל,אן ווערען אנגערופען א פראטעקטאר פון מאלעסטערס,און א נקמה נעמער,און א מעסעדש שיקער, איך וויל פלעין אפהאקען מיט א שייגעץ וואס האט מיר וויי געטאן.

און בעפאר איך שליס מיין בעק ענד פארט מיט דיר,וויל איך דיך נאך איינצאל פרעגען,פארוואס פארגינסטו נישט דעם קרעדיט פארן טאטען,וואס עס קומט אים מיט פולע רעכט?לשיטתך האט ער דאך געטון א געוואלדיגע זאך

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:29 pm
דורך boxcover
נצבד האט געשריבן:מוח:

דאס איז אי"ה מיין לעצטע פאלעמיק מיט דיר,דו מאכסט מיך פשוט דיזי מיטן (בדוקא?) פארדרייען מיינע ווערטער,דו פארלאזט דיך אז דער עולם דא,וועט נישט האבען געדולד צוריקצוגיין די פאר דפים,נאכקוקען וואס איך האב געשריבען,ווי אויך דערמאנסטו מיך פון אפאר חברה אויף פעילד מסייעה,ווי דאס עצם צורידערן די מוחות איז א גרויס טייל פון זייער עקסייטמענט אינעם שרייבעריי....

א'קוק מיין "גאנצע" ערשטע תגובה און זאג מיר צו דו פארדרייסט(ספינ) נישט וואס איך זאג

ב' "וויקטים עדוואוקעטס" איז היינט צו טאגס א שם המושאל(אזוי שטעלען זיי זיך פאר פאר די פרעסס) אויף די אלע וואס שרייען אז נחמי' איז גילטי.וליתר שאת קוק וואס איך שרייב "וואס ווייסען נישט די מציאות הדברים".

ג' איך בין נישטא דיך צו איבערצייגען אז נחמי' איז אומשולדיג, דאס איינציגע וואס איך בעט דיך ברחמים איז,אז דו זאלסט מסכים זיין,אז איך "אנאנימער ניק" האלט אז דער "עובד השם" איז א באנדיט,אין איז בארעכטיגט נישט צו האלטען ביי מיר (געדענק,"איך" האלט אז ער האט איינגעזעצט אן אימשולדיגען איד)זיין ביכעל,אן ווערען אנגערופען א פראטעקטאר פון מאלעסטערס,און א נקמה נעמער,און א מעסעדש שיקער, איך וויל פלעין אפהאקען מיט א שייגעץ וואס האט מיר וויי געטאן.

און בעפאר איך שליס מיין בעק ענד פארט מיט דיר,וויל איך דיך נאך איינצאל פרעגען,פארוואס פארגינסטו נישט דעם קרעדיט פארן טאטען,וואס עס קומט אים מיט פולע רעכט?לשיטתך האט ער דאך געטון א געוואלדיגע זאך

מען האט שוין אסאך גערעדט דא וועגען נישט באליידיגען קיין פעלאו קאווע שטיבל חבר. פרעג איך וויפיעל דיסרעספעקט הייסט באליידיגט?
בד"א? אומט אהער א נצב"ד און פליפ-פלאפט אזאש דזשאן קערי דערזעהט זיך אינעם עולם האמת... עס איז א שטארקע דיסרעספעקט פאר מערערע חברים דאהי, כאילו מען קען שפיעלן אזעליכע נארישע געימס און מ'וועט אים מקבל זיין, IMHO. וואס האלטן אנדערע?

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:41 pm
דורך נצבד
יאנקל האט געשריבן:
נצבד האט געשריבן:ג' איך בין נישטא דיך צו איבערצייגען אז נחמי' איז אומשולדיג, דאס איינציגע וואס איך בעט דיך ברחמים איז,אז דו זאלסט מסכים זיין,אז איך "אנאנימער ניק" האלט אז דער "עובד השם" איז א באנדיט,אין איז בארעכטיגט נישט צו האלטען ביי מיר (געדענק,"איך" האלט אז ער האט איינגעזעצט אן אימשולדיגען איד)זיין ביכעל,אן ווערען אנגערופען א פראטעקטאר פון מאלעסטערס,און א נקמה נעמער,און א מעסעדש שיקער, איך וויל פלעין אפהאקען מיט א שייגעץ וואס האט מיר וויי געטאן.

נצבד,
עס איז מיר א גרויס וואונדער אז דו קענסט נישט ארייננעמען אין קאפ א פשוט'ע סברא. אפילו לשיטתך אז וועבערמאן איז [אומ] שולדיג קענסטו נישט באשייגעצן מר. קרויס ווייל ער האט רעכט צו גלייבן זיין טאכטער. און ממילא לפי ראות עיניו איז וועבערמאן יא שולדיג. איז דאס אזוי שווער צו פארשטיין, אדער מיר האבן דא א לעבעדיגן ביישפיל פון אם אין דעת הבדלה מנין?




איך בין בכלל נישט מחולק מיט דיר,עס איז א פרייע מדינה,דער וואס וויל נישט אננעמען למחצה לשליש ולרביע מיין מיינונג קען, און זאל האלטען זיין ביכעל,און טאמער האט ער וואס צו אדווערטייזען דערין,זאל ער ווייטער אדווערטייזען,איך אבער (וואס האלט אז ער האט איינגעזעצט אן אימשולדיגען יוד)קען באין אופן האלטען זיין דירעקטארי ביי "מיר" אין שטוב, טא פארוואס איז די אוטרעידש אויף די(נישט מיינע ווערטער) "וויליאמסבורגער אינטימידעיטארס, נוקמים און טשיילד מאלעסטאר פראטעקטארס"?

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 9:45 pm
דורך איך אויך
באקסל האסט א שפיץ.

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 9:49 pm
דורך מוח שליט
נצבד שרייבט,

א'קוק מיין "גאנצע" ערשטע תגובה און זאג מיר צו דו פארדרייסט(ספינ) נישט וואס איך זאג.

איך האב נאכאמאל צוריק געקוקט. עס איז קלאר אז דיין גאנצע טענה אויף אים איז פארוואס ער נעמט נישט קיין זייט. אין אז די האסט נישט קיין טענות אויף די מאמע ווייל זי נעמט א זייט. יעצט שרייסטו אבער אז ער איז דער גאנצער אנפירער.
אויך פין די תגובות וואס מען ענטפערט דיר תיכף אויף דיין ערשטע פאוסט זעט מען אז דער עולם האט קלאר אזוי פארשטאנען.

נצבד שרייבט,
ג' איך בין נישטא דיך צו איבערצייגען אז נחמי' איז אומשולדיג, דאס איינציגע וואס איך בעט דיך ברחמים איז,אז דו זאלסט מסכים זיין,אז איך "אנאנימער ניק" האלט אז דער "עובד השם" איז א באנדיט,אין איז בארעכטיגט נישט צו האלטען ביי מיר (געדענק,"איך" האלט אז ער האט איינגעזעצט אן אימשולדיגען איד)זיין ביכעל,אן ווערען אנגערופען א פראטעקטאר פון מאלעסטערס,און א נקמה נעמער,און א מעסעדש שיקער, איך וויל פלעין אפהאקען מיט א שייגעץ וואס האט מיר וויי געטאן.

אז די קענסט נישט איבערצייגען אז מר. קרויס האט געטון א מוראדיגע עוולה פארוואס טראכסטו אז פשוט פין דיין ניצען רשעותדיגע ווערטער אויף אים וועלן מענטשען אנהויבען צו האלטען אז ער האט געטון דא א מוראדיגע עוולה? האלטסטו טאקע אזוי ווייניג פין די מענטשען דא? אויך פארוואס שרייבסטו "עפידעיוויט יוכיח" אין אויך שרייבסטו אז "די עפידעיוויט איז מיר גענוג הוכחה", אויב קומסטו בכלל נישט מוכיח זיין?
די דארפסט געדענקען אז די געשריבענע ווארט בלייבט, אין דארפסט אויסארבעטן דיין רשעותדיגע ליגענטס עקקארדינגלי.
פארשטיי אויך אז די טענה וואס מען האט איז קעגן ווילי מיטן זיין אזוי איינזייטיג אין גרייט אויסצורודפ'ן א משפחה עד חרמה, ווען אלל די עווידענס ווייזט שטארק אז זיי זענען גערעכט.
דיינע סיפורים הבדוים אז "די דארפסט נישט קיין הוכחות ווייל די ווייסט פאר א פאקט", איז נישט מסביר פארוואס ווילי פירט זיך אזוי אויף. ווילסטו אפשר פארקויפען אז דריי פערטל ווילי ווייסט פאר א פאקט? קיינער האט נישט קיין טענות אויף נצב"ד. מיר וועלן אויסהאלטען אז איינע פין דיינע ניקס אין קאווע שטיבעל וועט נישט קויפען די דירעקטארי. מען האט טענות אויף די גאנצע עולם.

נצבד שרייבט,
און בעפאר איך שליס מיין בעק ענד פארט מיט דיר,וויל איך דיך נאך איינצאל פרעגען,פארוואס פארגינסטו נישט דעם קרעדיט פארן טאטען,וואס עס קומט אים מיט פולע רעכט?לשיטתך האט ער דאך געטון א געוואלדיגע זאך.

ווען די וועסט פארשטיין אז דיין ידידות מיט נחמי' האט נישט קיין השפעה אויף די פאקטן, וועסטו שוין פארשטיין פארוואס עס ווענדט זיך נישט צו איך פארגין אים אדער נישט. נישט קיין חילוק צו די האסט א ידיד נחמיה, אין נישט קיין חילוק צו איך פארגין עפעס פאר מר. קרויס. מיר קענען נישט טוישען די פאקטען.

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 9:50 pm
דורך יאיר
נצבד, ווארף שוין ארויס דעם בוך פאר א שווארץ יאר. זיי עס מבער אין שריפת חמץ, גיס עס אן מיט אלקאהאל אום פורים, ווארף עס אריין ביי תשליך אין ים אריין. למען ה', וואס זענען די קאווע שטיבל ליינער שולדיג אז ער וויל נישט האבן דעם ביזנעס דירעקטארי????

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:30 pm
דורך נצבד
טייל פון מיין סאמע ערשטע תגובה אויף קאווע שטיבעל.





הלוואי וואלטסו ווען געווען שטיל! ווער עס ווייסט וואס עס ליגט אלץ אינטער די שורות פון דעם פאטער'ס אפידעיוויט,זעהט קלאר אז ער האט געגעבן פארען פראסעקיוטער אלעס און פונקטליך וואס ער האט געברויכט פון אים,עס איז גילטיג ביי אים דער כלל: אקסען מאכען געלט,בערן מאכען געלט,חזירים (די וואס ווילען עס האבען "ביידע" וועגען) ווערען געשחט'ן.

קום מיר נישט זאגען אז דו ביסט מיר נישט מוחל... ווייל דו ביסט אימשולדיג! בשעת דו האסט אלעס געטאן אינטערצומינעווען נחמי'!

אנגעהויבען פון ארומגיין צו די עסקנים פארצוהאלטען פארען העלפען נחמי'ן,און געענדיגט ביים ארויסלאזען א רומער,אז נחמי' האט א פליע בארגעין אויפען טיש!
בשעת עס האט קיינמאל נישט עקזעסטירט אפילו אין חלום פונעם די.עי,אלעס נאר אז "מענטשן" זאלען האבען טענות,הלמאי "נחמי'"(אפילו ער זאל ווען זיין אומשולדיג) שלעפט אריין דעם עולם און דעם סומאטוכע און חילול השם,לאז אים אפזיצען א פיר פינעף יאר,זאל ער נעמען דאס פאר די "טיעם",
און דאס איז ביי מיר דאס שרעקליכסטע עוולה וואס ער האט געטאן,ער האט געמאכט אז טייל עולם זאל צווייפלען צו מזאל העלפען נחמי'ן.


בקיצור נמרץ,דער עולם האלט נישט ביים מיטשפילען דיין געים,אז דו ביסט בלויז א זייטיגע צוקוקער פון אוסטראליע,און עס האט פשוט נישט קיין שייכות מיט דיר,דו וואלטסט ווען סאך סאך בעסער אפגעשניטען ווען די נעמסט ווען "אפען" א שטעלונג,און סאיז נישט קיין חילוק וועלכע צד, א טאטע פון א טאכטער קען נישט זאגען אז ער נעמט נישט קיין צד,און אזא אויסטערלישע וויכטיגע און קאנטרעווערסעל עסק,אלס א ביזנעס עקספענס....


בעפאר איך ענדיג, קען איך ביישטיין,אז איינער זאל מיר מסביר זיין,פארוואס אויב איך גיי נישט קויפען מיין פרישטאג ביי באארי,אדער עדווערטייזען ביים פאטער,מיינט דאס אינטימידעשאן? אז דיין ברודער טשעפעט די פאמיליע אדער דיין פאטער,דארף דיר איינער מסביר זיין אז דער ברודער איז אוט פון די משפחה? דיין ברודער רופט און קארט דיין טאטע,ער האט א גראסערי,דו סטאפסט איינקויפען ביי אים,ווילסטו דען מיט דעם,אים אינטימידעיטאן? ער איז אוט אין פארטיג

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:43 pm
דורך נצבד
קיינער רודפ'ט אים נישט.פיריעד
דו קענסט נישט פארלאנגען פון א שטאדט(די וואס האלטען אז נחמי' איז אומשולדיג) וואס ער האט אזוי וויי געטאן,זאלען מעלים עין זיין פון דאס גאנצע עסק,און לעבען ווי גוטע ברודער,ווי גארנישט וואלט ווען נישט פאסירט

ווי אויך פלאנט קיינער נישט דא אין וויליאמסבורג צו ""קויפען"" זיין דירעקטארי, (ווייזט ווי נאנט דו ביסט צום גאנצען עסק) עס ווערט אויסגעטיילט "אומזיסט" פאר יעדען ביים טיר

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 12:40 am
דורך [NAMELESS]
טשארלס היינס רעכענט אויס זיינע אויפטוען פון 2012. צצוישען אנדערע: איז 40 יאר תפיסה פאר לוי אראן פאר די מארד פון לייבי קלעצקי ע"ה, און די קאנוויקשען פון נחמיה וועבערמאן
http://prospectheights.patch.com/articl ... -in-review

ווער מאכט די נייע טעלעפאן בוק?

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 1:21 am
דורך נולד מאוחר
איך בין זייער נייגעריק ווער איז די owner פון די נייע פאן בוק?
דורך וויסען ווער ס'איז קען אסאך שאלות פארענטפרט ווערן.
ווער ווייסט? כגלייב סאיז פאבליק אינפוא. ער נעמט דאך דיפאסיטס.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 2:09 am
דורך מוח שליט
נצבד,
ביים אראפברענגען שטיקלעך פין דיין תגובה, דאכצוך מיר אז די האסט אויסגעלאזט אפאר ווערטער דא אין דארט, וואס וואלטען קלאר געצייגט אז דיין יסודותדיגע טענה איז געווען פארוואס ער איז פוסח על שתי הסעיפים.

אבער אפי' די האלבע ווערטער וואס די ברענגסט יא אראפ דא, קוק אביסעלע אין זעה ווי די שרייבסט אז
דאס איז ביי מיר דאס שרעקליכסטע עוולה וואס ער האט געטאן,ער האט געמאכט אז טייל עולם זאל צווייפלען צו מזאל העלפען נחמי'ן
.
פליז זאג מיר אויב די ווערטער שטימען צו זאגען אויף איינעם וואס איז די ראש פין די גאנצע מערכה אנטקעגן וועבערמאן? עס איז קלאר אז די האסט דעמאלט נאך נישט פאבריצירט דעם 'פאקט' אז ער איז
דער עומד בראש
.
ווי קען זיין אז די האלטסט אז ער איש "דער" עומד בראש המערכה, אבער די שרעקליכסטע עוולה זיינער איז ער האט געמאכט מענטשען צווייפלן צו מזאל העלפן נחמי'. די זעהסט אפשר א פיצינקעלע סתירה דא? א געדאנק?
פליז שעיר מיט מיר וואסערע אינפא איז דיר צוגעקומען אז אנהייב האסטו געהאט אישוס מיט זיין עפידעיוויט אין מיט זיין פארהאלטען פאר די עסקנים אין מאכען דעם עולם צווייפלן צו מזאל העלפן נחמי' [וואס דאס איז לויט דיין דעמאלסדיגע שרייבעכץ זיין "שרעקליכסטע עוולה"], אין צום סוף זאגסטו גאר אז ער איז "דער" עומד בראש.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 9:45 am
דורך נצבד
הייסט דאס אז אינזער דיפערענצען איז אראפגעקומען צו אפאר קליינע טעקניקעל דיטעילס?אקיי,דאס איז נישט אזוי שווער מסביר צו זיין....


איז אזוי:דער פאטער פארארבעט דא אויף צוויי פראנטען, איינס,ער טוט און האט געטאן פון די ערשטע מינוט אלעס אויף דער וועלט איינצוזעצען נחמי'ן,עס איז דאס געוויסע זאכען וואס דער עולם קען זעהן מיט די אייגענע אויגען,ווי למשל זיין אפידעיוויט,און פאר די וואס זענען אביסעלע נענטער,ווייסען אויך צו זאגען פון נאך אסאך זאכען,וואס ווייזט אז ער איז געווען בעובי הקורה,ווי למשל זיין(וואס איז אים נישט געלונגען,ווייל נחמי' האט נישטאמאל געכאפט וואס ער וויל פון אים) אפטעיפן זיין שמועסן מיט נחמי' צוויי מאל.

זיין צווייטע פראנט איז זיין "שפיעלען" רחמנות אויף "די גאס" פאר ווער עס איז נאר גרייט אים אויסצוהערען,
אבער ער האט בשעת'ן "שפיעלען" רחמנות,אויך זיכער געמאכט וואס מער שאדען צו מאכען פאר נחמי'.און א משל דערצו,איז געווען זיין ארויסלאזען א רומער אז נחמי' האט א פליע בארגעין אפפער,פארשטייט זיך אז דאס האט ער געזאגט (געשפיעלט) ווייל ער וויל פשוט העלפען נחמי'ן.


עס קען זיין אז וויבאלד איך בין נישט קיין געשולטער שרייבער,האסטו נישט געקענט מבחין זיין ווען איך באציה מיך צו זיין "שפיעלען" און ווען איך באציה מיך צו זיין עקטשועל אינוואלוומענט אין די קעיס.

אבער לאמיך דיר זאגען איין זאך,אז אפילו נאכען חגיגה פון די הונדערטסע בלאט דא,איז דא א געוואלד מיט וויכטיגע דיטעילס מיט פאקטען,וואס דו האסט נאכנישט געהערט דערפון,און דאס מאכט מיך נאך נישט פאר קיין ליגנער,און איך האף אז דו וועסט נאך אסאך סורפרייזט ווערען לטובה ולברכה בקרוב

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 10:00 am
דורך איחוד פעלד
אלע פשט'לעך פאלען אפ דורך איין פשוטע פאקט, אז די פראסעקיוטער האט אים נישט געוואלט אויף די עדות שטוהל, פאר איין סיבה, ווייל זיי האבען געוויסט אז ער וועט קליא מאכען פאר זיי, און עס וועט זיין בעסער פאר נחמיה.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 10:09 am
דורך gehlungen
[quote=", ווייל זיי האבען געוויסט אז ער וועט קליא מאכען פאר זיי, און עס וועט זיין בעסער פאר נחמיה.[/quote]
There is no such a thing if the defense wants somebody on the stand then that somebody is on the stand & the same is vice-versa !

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 10:28 am
דורך קאווע טרינקער
חברה, איך בין אזוי צומישט.
קען איינער ביטע מסכם זיין אלע שיטות, מאכען א חזרה אונטער א שובבים מבצע, א בחינה ביי רבנים, א שבת התוועדות, און נאכדעם גיין ווייטער.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 11:04 am
דורך ווייס ווי שניי
קאווע טרינקער איך בין אויף דיין זייט מען דארף מאכן א חזרה און צאמנעמען די גאנצע 117 פעטשעס און מאכן א סאך הכל

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 11:26 am
דורך boxcover
קאווע טרינקער האט געשריבן:חברה, איך בין אזוי צומישט.
קען איינער ביטע מסכם זיין אלע שיטות, מאכען א חזרה אונטער א שובבים מבצע, א בחינה ביי רבנים, א שבת התוועדות, און נאכדעם גיין ווייטער.

אז שוין יא חזרה, דאן שרייבן די פאקטען אפגעטיילט פון די טענות. (ביי מיר הייסט א פאקט, ווען עס איז דא א דאקומענט אדער לינק צו אונטערשטיצען.)

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 11:42 am
דורך נצבד
קאווע טרינקער האט געשריבן:חברה, איך בין אזוי צומישט.
קען איינער ביטע מסכם זיין אלע שיטות, מאכען א חזרה אונטער א שובבים מבצע, א בחינה ביי רבנים, א שבת התוועדות, און נאכדעם גיין ווייטער.




אויב דו מיינסט אז דו ביסט צומישט,זאג איך דיר אז יעדער ארום דעם פאטער איז צומישט... קיינער קען נישט אויסרעכענען (קען זיין ער אליינס אויך נישט...) וואס זיין נעקסטע שריט גייט זיין, איין מינוט קען ער זיך בעטן ביים איידעם זיינעם,זאל ענדיגען די קארט קעיס,און די נעקסטע מינוט איז ער דער גאנצער טאן געבער.

און דאס איז די סיבה פארוואס ער איז נישט גענוצט געווארן דורך דעם פראסעקיוטער.

(למען האמת,איז דא גענוג פון וועבערמאן'ס מענטשען וואס האלטען אז ער ווערט מאניפולירט,אבער רובא דרובא האלטען אז דאס איז אן אויסגערעכנטע שפיעל,צו בענעפיטען פון ביידע צדדים,)

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 11:49 am
דורך געוואלד געשריגן
נצבד האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:חברה, איך בין אזוי צומישט.
קען איינער ביטע מסכם זיין אלע שיטות, מאכען א חזרה אונטער א שובבים מבצע, א בחינה ביי רבנים, א שבת התוועדות, און נאכדעם גיין ווייטער.




אויב דו מיינסט אז דו ביסט צומישט,זאג איך דיר אז יעדער ארום דעם פאטער איז צומישט... קיינער קען נישט אויסרעכענען (קען זיין ער אליינס אויך נישט...) וואס זיין נעקסטע שריט גייט זיין, איין מינוט קען ער זיך בעטן ביים איידעם זיינעם,זאל ענדיגען די קארט קעיס,און די נעקסטע מינוט איז ער דער גאנצער טאן געבער.

און דאס איז די סיבה פארוואס ער איז נישט גענוצט געווארן דורך דעם פראסעקיוטער.

(למען האמת,איז דא גענוג פון וועבערמאן'ס מענטשען וואס האלטען אז ער ווערט מאניפולירט,אבער רובא דרובא האלטען אז דאס איז אן אויסגערעכנטע שפיעל,צו בענעפיטען פון ביידע צדדים,)


כמובן, יעדער איינער איז צומישט אחוץ דיר

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 12:15 pm
דורך נצבד
פיין פיין!

ווייל איך קאנצעטריר מיך אויף וואס א מענטש "טוט" און וואס די קאנסעקווענצען זענען,און נישט וואס ער "זאגט"

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 12:56 pm
דורך מוח שליט
נצבד שרייבט,
הייסט דאס אז אינזער דיפערענצען איז אראפגעקומען צו אפאר קליינע טעקניקעל דיטעילס?אקיי,דאס איז נישט אזוי שווער מסביר צו זיין....

ניין ניין, מיר האבען גאר גרויסע דיפערענצן.
פארשטיי אז ווען די נושא איז אז מוח שליט מיט נצבד קריגען זיך, בין איך לאנג מוותר. איך פערסאנעלי בין א גרויסע קפדן, אבער מוח'ל, ער איז גרייט מוותר זיין אויף אלעם. מיך גייט דען אהן אז די ניק מוח נעמט א היט?
די נושא איז דא אזוי:
א מיידל קלאגט א מענטש אז ער האט איר מאלעסטעד, וואס דאס איז א דעמעדזש פארן לעבן. מענטשען גייען יארן פאר טעראפי אין קריכן נישט ארויס פינעם דעמעדזש.
מענטשען נעמען זיך אהן מיט א שטארקייט פארען "משלנו". מען פסקנ'ט אפ די שאלה פשוט ווייל מען קוקט אויפען לאנגען רעקל ווערסוס קורצע סקורט. עס האט צו טון מיט די פארמאכטקייט פין טראכטען אז איינער וואס איז שוואך אין אידישקייט איז אוודאי רשעותדיג אין מענטשליכקייט, אין האט נישט קיין שום פראבלעם פין באשולדיגען א מענטש על לא דבר, אין אים אריינשליידערן 50 יאר אין תפיסה על לא עוול בכפו. מען פארשטייט נישט אז עס זענען דא גיטע אין שלעכטע מענטשען איבעראל. עס איז דא א געוויסע סטאטיסטיק אז אפי' מערדערערס דערציילען אין געבן זיך אויס פאר איינעם ווייל זיי קענען נישט לעבן מיט זיך אליינס מכח די עוולה וואס זיי זענען באגאנגען. אבער אונזער אונסולער קאמיוניטי איז פין אייביג אהן מחונך אז דער פושע אדער דער גוי האט נישט קיין איין פינטעל מדת אנושי אין "בעצם וויל ער הרגענען א יעדן איד, נאר ער איז פשוט פויל". ממילא איז דאך פשוט אז לאנגע רעקל געווינט אנטקעגן קורצע סקורט.
נאך א נקודה איז אז מען איז נישט עקספויזד צו די גאנצע איידיע אז מאלעסטערס זענען העכסט נארמאלע מענטשען מיט לאנגער רעקלעך. מען כאפט נישט אז אדרבא דער קלוגער מאלעסטער פארשטייט די וויכטיגקייט פין ארבעטן אויף זיין אימעדזש.
ממילא איז דאך פשוט אז די מיידל דאזנט סטענד ע טשענס. הגע בעצמך ווען עס זאל נישט זיין די מעשה מיט ש. וואלסטו ווען נישט געטראפען עפעס א צווייטע סיבה פארוואס זי וויל נקמה. מען איז דאך מסביר אויף יעדען וואס קומט ארויס צו איז דאס פ. צי איז דאס האראוויץ, ענגלמאן, פרידלענדער, אז זיי האבען א חשבון וכדו'. דאס אומשילד פין וועבערמאן אין די שולד פין קרויס איז שוין א פעיט אקאמפלי נאך איידער זי האט ארויסגערעדט דאס ערשטע ווארט ביים פריסענקט.

אבער לאמיר יעצט נישט רעדן פינעם מיידל, אין לאמיר אוודאי נישט רעדן פין וועבערמאן. לאמיר רעדן א מינוט פין דאס מיידלס משפחה.
וואס טוט א טאטע מאמע ברודער שוועסטער, אויף אזא פאל? דאס ערשטע וואס מען טוט איז מען פארשטייט אז דא גייט מען נישט לעקן קיין האניק. פארשטייט זיך אז אויב מען גלייבט נישט דעם טאכטער איז מען מוראדיג ברוגז אויף איר פארן מאכן אזא מעשה אין אנמאכען בזיונות פאר זיי אלע. אבער אויב גלייבט מען יא, וואס טוט מען.
לאמיר זיך אליינס פרעגן. עס זענען דאך דא אסאך מענטשען צווישען אונז וואס זענען געווארען מאלעסטעד. אבער קיין איינער, אין גם אחד פין אונז וואס איז רעדי אראפצופארען היינט נאכמיטאג צום פריסינקט אין פיילען טשארדזעס בפומבי. נאכמער מען איז אפי' נישט גרייט צו גיין צו א בי"ד בפומבי. ווייל מען פארשטייט די באשולדינוגען אין באשמוצונגען וואס גייען צוריקפליען. נאך אלעם פארשטייסט דאך אז יענער מיט זיין משפחה גייט טון אלעס וואס זיי קענען דיך שטיל צו מאכן. עס איז פאר זיי א מלחמה פארן לעבן.

נו, דא האט ער א טאכטער וואס מיטן חיזוק פין איר פלעטבושע אידישע טעראפיסט גייט מסר'ן [א זאך וואס איז אויסגעהאלטן לויט אסאך רבנים]. נו אויב איז ער א גרעסערער גיבור חיל פין אונז אלע דא, גייט ער מיטן גאנצען כח צוזאמען מיט זיין טאכטער. טאמער אבער איז ער אזוי ווי אונז אלע דא, פרובירט ער נישט צו זיין אקעגן איר ח"ו, ער גלייבט דאך איר. אבער אויך איז ער פשוט נישט בכח (אזוי ווי אונז אלע דא) אנצונעמן אויף זיך אזא מלחמה, ממילא פרובירט ער צו שטיין אין א זייט. דאס הייסט ער פרובירט למשל אז מען זאל ענדערש טראגען די קעיס צו רבנים. ער פרובירט איר צו בארואיגען וויפיל עס איז שייך. ניין, ער איז מסתם נישט גערעכט איר צו בארואיגען, (ער גלייבט דאך איר) אבער ווער האט דען כח צו ווערן געצאפט דאס בלוט איעדע מינוט.

מצד שני איז ער דאך א טאטע אין וויפל ער האלט זיך צוריק פין גיין פולל פאורס, איז דאך קען ער זיך נישט איינהאלטען אין פארהאלטען עסקנים וואס הענגען ריזיגע פלאקאטן פין "עלילות 75". עס טוט דאך אים מוראדיג וויי אז מען באשמוצט גאר זיין טאכטער מיטן ערגסטן בו בשעה וואס ער איז איבערצייגט פארקערט.
דער פראסעקיוטער בעט אן אפידעיוויט צו ער האט דערציילט פארן טאכטער אז וועבערמאן איז דער וואס האט געמאכט די ווידיאו פין ש. נו, ער האט דאך נישט דערציילט. גייט ער אוודאי דאס אונטערשרייבן. אמת אז ער איז נישט דער אנדרייער פינעם קעיס, אבער ער זאל נישט געבן אן אפידעיוויט אויף אן אמתע פאקט וואס וועט העלפן זיין טאכטער? אוודאי מוז מען זיין אן אויסטערלישע רשע פארן אייגן קינד דאס נישט צו טון. דאנט געט מי ראנג, די גאנצע סיבה פארוואס ער גייט נישט אלל די וועי העלפען זיין טאכטער איז פין נישט האבען די דרייסטקייט פין גיין אקעגן זיין גאנצע קאמיוניטי. (אזוי ווי אונז אלע האלטען נישט ביים פייטן די קאמיונטי חוץ מיט אנאמינער ניקס אויף קאווע שטיבעל).

א יעדער בר דעת פארשטייט אז ער איז אין א געפערליכע צרה. מען מאכט פין זיין משפחה אשפה שבאשפה, בזוי בזיונות אויף אן אומדערהערטע אופן. עס איז גאנץ קלאר אז א מענטש קען פין דעם אריינפאלען אין אזא דעפרעססיע אז מען קען זיך אפטון דאס ערגסטע. די גאנצע תוכחה איז אויף אים ארויפגעפאלן.

קומט איינער דא אין איז מחליט אז דער איד ליידט נישט גענוג. לאמיך אים באזידלען, באזונגען אין אים רופען "רשע, שייגעץ, געמיינער". לאמיך חוזק מאכן פין אים אן אויפהער מיט סארקאסטישע נעמען "שטיק הארץ, עובד השם". לאז מיך אפירקראצען די פאר זאכען ווי ער האט זיך אנגענומען עטוואס פאר זיין בלוט אין פלייש אין לאז מיך אים באשמוצען דערפאר. לאז מיך אים באשולדיגען מיט זאכען אהנע שום הוכחות נאר פשוט ווייל איך וויל אזוי. לאז מיך אפי' לייקענען אז ער ליידט בכלל. ער איז בכלל נישט קיין רחמנות.
אין וואס איז דער ציל פין דעם רשע, ווי וויל ער אנקומען דערמיט? ער וויל מיט דעם משפיע זיין אז מען זאל אים קענען אינגאנצען רונירען. טאקע יעצט אז ער איז אונטען זאל מען שוין מאכען זיכער אז נפלה לא תוכל קום ח"ו.

ניין נצבד, מיין דיפערענץ מיט דיר איז נישט מיט אפאר טעקניקעל קליינקייטן. מיין דיפערענץ מיט דיר איז די חילוק פין גבהי מרומים ביז דער טיפסטער שאול תחתית. מיין דיפערענץ איז די חילוק פין נישט קענען אויסהאלטען ווי מען רצחה'ט אין ממית'ט א אידישע משפחה, ווערסוס בלוטדורשטיגע באשמוצינגען אויף א מענטש וואס איז אינגאנצען אונטען. מיטן ציל אים צו ראונירען אינגאנצען אינגאנצען. שרייבען ווערטער אויף אים וואס קיינער האט נישט געשריבען אויף קיין שום פין די באשולדיגטע.

די מיינסט איך האב נישט בעסערס וואס צו טון נאר זיך מיט דיר דא אויסטענהן? איך האלט פשוט אז מען קען נישט אייביג זיין א צדיקל אין זאגען איך מיש מיך נישט. מען קען נישט טראכטען אמתדיגע מחשבות א יעדען טאג פארן דאווענען פין ואהבת לרעך כמך אין דערנאך קוקן גלייכגילטיג אויף רציחות מיט שפיכות דמים. איך קען נישט זיין אזא ליגנער צו מיר אליין.

איך וואונטש דיר אין מיר אין אונז אלע אז אונזערע הערצער זאלען זיין פיל מיט אהבה צו א יעדען איינעם.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 1:45 pm
דורך וועראיזדייןטאטע
קאווע טרינקער האט געשריבן:Boorey Deutsch on FB

Guys sentencing day is pushed off to the 14th, why? because this Farkas Lawyer told the Judge that he is still collecting letters from the community which they wanna give for the judge. (as we all know whats going to be on the letters that the victim and her supporters are OTD and full of lies, just like they did till now) lets not forget that im sure Farkas him self is writing all there letters and just putting different names.. So im asking each and everyone of u to please send a respectful letter to the Judge explain him why and asking him to give this monster the MAXIMUM amount of time as he deserves!! Thank u guys and have a wonderful Shabbos/weekend!!

Please send the letter to the mailing address below and also start the letter with Honorable John G. Ingram..

Honorable John G. Ingram,
New York State Supreme Court, Kings County
320 Jay Street, Room 24.83
Brooklyn, NY 11201

איך זעה אז שרייבן ענגליש קען ער יא ווייל אויף דעם איז שוין דא t9 וכדומה אבער און רעדן איז ער גאנץ שוואך ועייןבutube

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 1:47 pm
דורך יידל
אהא. און פארוואס טאקע האט ער אזא שוואכע ענגליש?