בלאט 13 פון 18

נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 10:33 pm
דורך [NAMELESS]
עוז והדר גמרא מנוקד,
2015-02-08_22.32.531016930252.jpg

ביאור בחירה חופשית

נשלח: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:53 am
דורך chusid
א נייע ספר איז ארויסגעקומען וואס דארף אנגעבליך מסביר זיין וויאזוי בחירה ארבעט, האט עס איינער געליינט?

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 3:00 pm
דורך [NAMELESS]
געזען אין געשעפט א דזורנאל Dialogue For Torah Issues & ideas חלק ד', ארויסגעגעבן דורך ליטוויש ישיבישע בעלי השקפה ר' משה מיזלמאן ר' שלמה מילר ר' שלמה גאטעסמן ר' אהרן פעלדמן ועוד, צו געבן דעם ריכטיגן בליק פארן אינטעליגענטן ארטאדאקסישן איד אויף די היינטיגע דרוקנדע אישוס,
צווישן אנדערע איז דא דארט צוויי דריי ארטיקלן צו אטאקירן די 'אפען ארטאדאקס' באוועגונג באשולדיגונג זיי מיט כפירה בתושב''פ און טאלערערירן כפירה בתורה משמים, אן ארטיקל אויפציווייזן אז ר' משה תקו האט נישט געגלייבט און הגשמת הבורא, אן ארטיקל אויפציווייזן די וויכטיגקייט פון לערנען אמונה מיט די קינדער, אין אן ארטיקל וואס ברענגט אויף אן אינטערעסאנטע שאלה פארוואס איז אין די תורה נישט דא קיין באזינדערע נעמען פאר די מינים פון פיש אזויווי אלע אנדערע בעלי חיים נאר אלע זענען נכלל אונטער איין נאמען 'דג', און א ארטיקל אויפציווייזן די דורכפאל פונעם peer review סיסטעם אויף סייענטיפישע דזורנאלען,

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 5:41 pm
דורך [NAMELESS]
גראדעמעכעלע האט געשריבן:און א ארטיקל אויפציווייזן די דורכפאל פונעם peer review סיסטעם אויף סייענטיפישע דזורנאלען,

און זייער אלטערנאטיוו איז? ליטוויש ישיבישע בעלי השקפה?

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 5:45 pm
דורך [NAMELESS]
לכאורה זייער אלטערנעטיוו איז צו לייענען רב מיזלמנ'ס בוך אנשטאט די סייענטיפיק דזורנאלן וואס זענען קוראפטירט...
איך האב עס נישט דורכגעליינט,

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 7:09 pm
דורך הקטן
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:און א ארטיקל אויפציווייזן די דורכפאל פונעם peer review סיסטעם אויף סייענטיפישע דזורנאלען,

און זייער אלטערנאטיוו איז? ליטוויש ישיבישע בעלי השקפה?

ביז דערווייל איז נישט דא קיין אלטערנאטיוו!

חלקים פין די פראבלעם איז, אז די מאגעזינען נעמען גרויס געלטער פאר אדווערדייזמענס.
וואס גייט אריין און וואס פאלט ארויס איז געוואדען אין געלט.
אין אויב א פראפעסער זאגט עפעס וואס איז נישט פאליטיקלי קארעקט קען ער באצאלן א טייערע פרייז.

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 7:21 pm
דורך [NAMELESS]
ס'זעהט אויס ווי דו האסט נאך קיינמאל נישט סובסקרייבט צו א peer reviewed מאגעזין

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 1:27 pm
דורך הקטן

נשלח: מיטוואך מערץ 04, 2015 12:54 pm
דורך [NAMELESS]
א ספר אויף אלעס ארום השגחת הבורא,
2015-03-04_12.49.26-1302682761.jpg


אן אינטערעסאנט ספר מתורגם צו לה''ק פון איינע פון די חכמי יון
2015-03-04_12.51.4428360042.jpg

2015-03-04_12.54.04-650473148.jpg

נשלח: מאנטאג מערץ 16, 2015 11:45 pm
דורך אויסלייזער
גאר א שוואכע ספר'ל אויף הרב אברהם חיים שפיצער זצ"ל איז ערשינען דורך בני המשפחה, הוצאות מאירות, פראבירט נאכצומאכן די היינטיגע פענצי תולדות ספרים, ס'האט קוים תוכן. כאטש זאל עס זיין אזוי דיק ווי די תולדות הרה"ק בעל משמחי לב זי"ע


א נייע "ויגד משה" הגדה של פסח. דאסמאל נישט פון די באקאנטע רבנישע כ"ץ פאמיליע, נאר פון א רב פון די איסט סייד, הרב פיינשטיין.

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 1:27 pm
דורך [NAMELESS]
קאווע טרינקער האט געשריבן:דרך נשר - משה לאקס
באקומען א טעקסט פון מיין חבר אז ער האט געזעהן א ספר מיטן נאמען "דרך נשר", עפעס אויף רמב"ם, און דער מחבר פון דעם ספר איז משה לאקס.

כ'האב נאך נישט געזעהן דעם ספר, און גוגל האט מיר נישט געהאלפן איר טרעפן, אבער דער מחבר איז יא באקאנט פאר מיר.

משה לאקס איז א זוהן פון ר' חיים לאקס ע"ה, פון וומ"ס. באקאנטע בעל חסד ורודף שלום.
דא האט איר זיין בלאג ער איז א שותף אין ביזנעס מיט איוואן'קע טראמפ (זהירות! שקר החן והבל...) א טאכטער פון דעם באקאנטען נגיד דאנאלד


http://hebrewbooks.org/53494

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 9:30 pm
דורך יין שרף
חסידות על העליונה!

אוצר שיחות וסיפורי חסידות וגדולי ליטא בעניני "חסידים ומתנגדים".

Re: ספרים חדשים

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 9:39 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'איז שוין דא אין געשעפטען? ס'איז געווידמעט קעגען הרב אליאך?
דער נאמען הערט זיך אזוי נעריש, אז ס'רייצט שוין אריינצוקוקען!

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 9:52 pm
דורך איך אויך
פון וועמען האט אליאך געקריגן הוראה?

Re: ספרים חדשים

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 10:05 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פונ'ם הייבען די בלוט דרוק פון אזויפיל בהמות.

Re: ספרים חדשים

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 2:30 pm
דורך טענעסי
עס איז יעצט געדרוקט געווארן א ספר "ליקוטי מישרים מגיד" וואס איז חלקים פון א ספר וואס ר' יצחק צבי בערנפעלד ז"ל אב"ד חוג חת"ס האט געשריבן וואס ער האט געהערט פון א מגיד א מלאך!!!

Re: ספרים חדשים

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 2:35 pm
דורך טענעסי
א דוגמא וואס איז געדרוקט געווארן אין א גליון
https://www.google.co.il/url?sa=t&sourc ... XgLKiigM6Q

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 6:49 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער מענטש האט דען נישט קיין קינדער, יורשים עפעס איינער וואס זארגט זיך פאר זיין בזיונות איהם נישט מבייש זיין ברבים מיט זיין דמיונות?

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 6:56 pm
דורך מיימון

נשלח: פרייטאג יולי 31, 2015 1:21 pm
דורך קאווע טרינקער
נייע ספר "הלכה למשה" ארויסגעגעבן דורך די בעלזא רעביצען תליט"א

אויף הלכות שבת, געשריבן מיט א לייכטע און קורצע מאדערענע לשון הקודש, דורך א בעלזא דיין, אויפן פארלאנג פון די רעביציען לע"נ איר טאטע, ר' משה'לע זצוקללה"ה, וואס פלעגט אמאל פארלענערן הלכות שבת.
די ספר האט הסכמות פון איר מאן, די בעלזא רב, אירע ברודער די וויזניצע רעבעס אין בני ברק. אבער נישט פון די סאטמער און סקווירא שוואגערס.
די גרעסטע נגידים אין בעלזא האבן זיך געלאזט קאסטן צו מנדב זיין די הוצאות.

ס'כדאי צוצולייגען - אז די ספר איז נישט געדרוקט מיט די הדסה/ארטסקרול/בעלזא פונט.

נשלח: פרייטאג יולי 31, 2015 1:26 pm
דורך lazar
מאדערנע לשון קודש?

נשלח: פרייטאג יולי 31, 2015 3:09 pm
דורך געוואלדיג
קאווע טרינקער האט געשריבן:
ס'כדאי צוצולייגען - אז די ספר איז נישט געדרוקט מיט די הדסה/ארטסקרול/בעלזא פונט.

:like

Re: ספרים חדשים

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 4:24 pm
דורך ירא שמים
בילדבילד