בלאט 13 פון 16
נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 7:46 pm
דורך טאמבל סאס
נאך א מזל יענער האט נישט געטענה'ט אז דו האסט געמאכט גדולים אויף ליצני ישראל.
נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 7:48 pm
דורך קאווע טרינקער
איינערער האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:איינערער האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:די טרוקענע פאקטן גייען נישט געזאגט ווערן מפני שהצניעות יפה להם...
למעשה, חילול שבת איז סקילה, נישט קיין כריתות.
טעות - "וּשְׁמַרְתֶּם אֶת הַשַּׁבָּת כִּי קֹדֶשׁ הִוא לָכֶם מְחַלְלֶיהָ מוֹת יוּמָת כִּי כָּל הָעֹשֶׂה בָהּ מְלָאכָה וְנִכְרְתָה הַנֶּפֶשׁ הַהִוא מִקֶּרֶב עַמֶּיהָ" (שמות לא:יד)
ביזט א צדוקי אדער קראי?
בעדות איז עס בסקילה. אין צבא איז עס בפרהסיה!
ככלב שב... - עדים "והתראה"
גערעכט. (אז ס'דארף זיין בהתראה. די חלק פון מיר מכנה זיין בלשון גנאי, ביסטו נישט גערעכט.)
Re: כינוס הרבבות בארקלעיס סענטער - לייוו אפדעיט'ס
נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 7:54 pm
דורך טעכניש
קאווע טרינקער האט געשריבן:פארוואס מאכן זיי נישט א החלטה אז די שלטון זאל אינגאנצען אויפגעבן ארץ ישראל??????
דאס לאזן זיי שוין איבער פאר די ארוינעם צו ערלעדיגן
[emoji23] [emoji23] [emoji23]
נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 7:55 pm
דורך טאמבל סאס
איך טוה תשובה פארן פארברענען אפאר שעה אויף דעי קרעפ. נעווער עגעין באשעפער. כ'זאג דיר צו.
נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 7:57 pm
דורך שמעון_ברוך
berlbalaguleh האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:איך זעה פאפא דיין פון בארא פארק.. ווייס, ער וועט שוין כאפן פון די פאפא אגודיסטען
ער האט זיכער סאטמאר'ע קאנעקשן'ס. משפחה אדער ביזנעס...!
איך האב אויך געזען פאפא דיין פון וויליאמסבורג, ער איז געזיצן אונטער מהרז"ל.
נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 8:00 pm
דורך פאטאש
.
נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 8:04 pm
דורך cictim
קאווע טרינקער האט געשריבן:פארוואס מאכן זיי נישט א החלטה אז די שלטון זאל אינגאנצען אויפגעבן ארץ ישראל??????
זיי דארפן נאך היטן שבת, ניין? לאז זיי מיט די שיטהץ
אשאד, טויזענטע תלמידים זענען אריבער די חינוך און מיינען אז דאס איז אידישקייט, זיי קענען אויסלערנען ווי זיס ס'איז צו זיין א יוד.
נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 8:07 pm
דורך איינערער
קאווע טרינקער האט געשריבן:
גערעכט. (אז ס'דארף זיין בהתראה. די חלק פון מיר מכנה זיין בלשון גנאי, ביסטו נישט גערעכט.)
"איך בין מודיע אז יעדע משמעות פון זלזול איז בטל מעיקר ושורש, כ'האב סתם געוואלט אונטערהאלטן..."
Re: כינוס הרבבות בארקלעיס סענטער - לייוו אפדעיט'ס
נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 8:08 pm
דורך טעכניש
cictim האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:אשאד, טויזענטע תלמידים זענען אריבער די חינוך און מיינען אז דאס איז אידישקייט, זיי קענען אויסלערנען ווי זיס ס'איז צו זיין א יוד.
גיי לערן א גוי ברטנורא...
Re: כינוס הרבבות בארקלעיס סענטער - לייוו אפדעיט'ס
נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 8:08 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ׳גייט שוין אהיים אין א דערהויבענע גוסטע מיט פרייליכע הערצער?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: כינוס הרבבות בארקלעיס סענטער - לייוו אפדעיט'ס
נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 8:09 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ׳גייט שוין אהיים אין א דערהויבענע גוסטע מיט פרייליכע הערצער?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
גרייט פאר די קאנטרי
Re: כינוס הרבבות בארקלעיס סענטער - לייוו אפדעיט'ס
נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 8:14 pm
דורך טמיר
די גרעסטע היסטאריע איז די 287 תגובות אין 4 שעה
נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 8:28 pm
דורך [NAMELESS]
איך בין שאקירט פון די מאסן מענטשען וואס דער האט צוזאמגעשלעפט!
געווען זיכער א 14,000 אויף איינמאל!!
עס איז געווען א היבש ציבור נישט ממש סאטמר.
עפעס א כח פארמאגט ער די רז''ל
נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 8:37 pm
דורך איסר האטלקי
די היסטאריע וואס די כינוס האט געבראכן איז געווען לענ"ד דאס אז עס איז געווען די סאמע ערשטע מאל אין די לעצטע פערציג יאר זיכער וואו אלע סאטמארע קרייזן זענען געווען אזוי פאראייניגט אן קיין פרעמדע (חוץ אויפן אויבן אן). עס האבן זיך פאראייניגט אלע ארויסגעפאלענע פון די לעצטע צענדליגער יארן, פון שאפראן, כונת הלב, קארלסבורג ביז שארמאש. חוץ איין קרייז פון קרית יואל.
נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 8:44 pm
דורך פאטאש
-
נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 8:53 pm
דורך תנחום
כ'קען נאר יעצט ווארטן צו זעהן די "צען מיליאן" דאלער'דיגע קאמפיין צו ראטעווען בחורים פון גיוס וואס וועט נאכפאלגען, און נאך אפאר פרישע ארגעניזאציעס וואס ווועלן ארויף שווימען אויפן מארקעט צו שארן גאלד אויף דעם טרענדינג גזירה
נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 8:57 pm
דורך [NAMELESS]
תנחום האט געשריבן:כ'קען נאר יעצט ווארטן צו זעהן די "צען מיליאן" דאלער'דיגע קאמפיין צו ראטעווען בחורים פון גיוס וואס וועט נאכפאלגען, און נאך אפאר פרישע ארגעניזאציעס וואס ווועלן ארויף שווימען אויפן מארקעט צו שארן גאלד אויף דעם טרענדינג גזירה
זייער נאריש אזוי צו רעדן. קיינער האט נישט גערעדט פון געלד. די כינוס האט אפגעקאסט איבער א האלבע מיליון! האסט געהערט א שנאר אקציע אויף דעם?
סתם שיסן זאצן האט קיין פשט. ווייסט אויס אז עס איז טאקע געווען א היסטארישע סוקסעס
Re: כינוס הרבבות בארקלעיס סענטער - לייוו אפדעיט'ס
נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 9:04 pm
דורך קל וחומר

מאנכע זאגן אז מ'האט געדינגען גוים מיטן היימישן לבוש צו אנפילן דעם כינוס.
Re: כינוס הרבבות בארקלעיס סענטער - לייוו אפדעיט'ס
נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 9:10 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די קינדער זענען געווען? איך הער מ׳האט, מיט עפעס א תירוץ, ארויסגעלאזט די קינדער פריה פון חדר
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 9:14 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די קינדער זענען געווען? איך הער מ׳האט, מיט עפעס א תירוץ, ארויסגעלאזט די קינדער פריה פון חדר
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
כמעט נישט ביי כינוס כלל ישראל איז געווען מער קינדער פערצענטועל
אפי' ישיבה קטנה בחורים'ליך האט מען הערשט אנגעזעהן פון זעקסע צייט
נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 9:16 pm
דורך תנחום
עמעזאן האט געשריבן:תנחום האט געשריבן:כ'קען נאר יעצט ווארטן צו זעהן די "צען מיליאן" דאלער'דיגע קאמפיין צו ראטעווען בחורים פון גיוס וואס וועט נאכפאלגען, און נאך אפאר פרישע ארגעניזאציעס וואס ווועלן ארויף שווימען אויפן מארקעט צו שארן גאלד אויף דעם טרענדינג גזירה
זייער נאריש אזוי צו רעדן. קיינער האט נישט גערעדט פון געלד. די כינוס האט אפגעקאסט איבער א האלבע מיליון! האסט געהערט א שנאר אקציע אויף דעם?
סתם שיסן זאצן האט קיין פשט. ווייסט אויס אז עס איז טאקע געווען א היסטארישע סוקסעס
כאטש זאג עס נישט הויך, געלט וואס האט געקענט גיין פאר טעראפיסטען און מחנכים צו ראטעווען וויליאסבורגער בחורים וואס זענען עט ריסק, געלט וואס וואלט געקענט פארמיידן אלע טיי אווענטס אין שטאט פאר א גאנצע יאר, איז געגאנגען פאר נישט מער און נישט ווייניגער א פאליטישע צוזאמקום. אוי לאותו בושה!
נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 11:44 pm
דורך קאווע טרינקער
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וויאזוי די חברה האבן נישט מורא פון די סכנה פון "אתם בכיתם של חינם..."
יעצט זעה איך אז דאס האט שוין מעורר געווען חבר כנסת המינים משה וויינגארטען
http://mobile.kikar.co.il/article/234855
Re: כינוס הרבבות בארקלעיס סענטער - לייוו אפדעיט'ס
נשלח: מאנטאג יוני 12, 2017 1:35 am
דורך אונטער חכם
יעצט הער איך אויף אויערבאךס האטליין ווי איינער זאגט דארט אז די זאל איז פול עד אפס מקום און ער האט נאך קיינמאל נישט געזעהן אזאנס אין א"י, אויך זאגן זיי דארטן אז "נתונים אלקטרוניים" פונעם זאל ווייזן אז עס זענען געווען 26060 מענטשן.