בלאט 13 פון 16
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2018 2:23 am
דורך אלטער_איד
די לעצטע פאר וואכן האבן זיך צוזאמען געשטעלט עסקנים פון מאנטריאל. טאהש. ניו יארק. און ארבעטן צוזאמען וועגן די טעלער קעיס און בכלל די אביוז.. זעהנדיג אז די מצב ווערט זיי ענג האבן זיי אנגעהויבן רופן צו פארהאנדלען אז מען זאל זיי אפלאזן... דאס קומט פאר אין האטעל ווי די עסקנים זענען איינגעשטאנען.. וואס מען האט גערעדט קען מען יעצט נישט דערציילן, אבער מען האפט אז בקרוב וועט מען סטאפן די אביוז... בעזהשי"ת וועט מען מצליח זיין.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2018 2:28 am
דורך אלטער_איד
חכמת שלמה האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כמה גדולים דברי רבי חלבו שהיה אומר "קשים גרים לישראל כספחת"...
יא יא רביה"ק, אזוי ווי דו זאגסט, אלעס הויבט זיך אן פון זיי. השם ישמרנו.
מאיר יששכר. ווער האט ענק געבעטן צו מאכן גרים?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2018 6:01 am
דורך איסר האטלקי
איסר האטלקי האט געשריבן:איך מיין אז דוב הייקינד איז דער פאסיגער מענטש אריינצומישן. ער גייט יעצט ריזיינען און ער האט ליב אזעלכע זאכן.
איינער דארף אים נאר זאגן אז ער גייט זיין א העלד אויב ברענגט ער דעם קאלט צו א סוף - און ער גייט טאקע זיין א העלד.
אויף די ווידעאוס וואס איז נעכטן פובליצירט געווארן ווי מען זעט די פאליציי שטורעמען זייער באזע, זעט מען דוב'ס רעכטע האנט דער ב''פ דיסטריקט לידער דוד שווארץ אינאיינעם מיט די פאליציי, זעט אויס אז איינער האט שוין אריינגעמישט דוב אין דעם קעיס.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2018 9:45 am
דורך סקרן
אלטער_איד האט געשריבן:די לעצטע פאר וואכן האבן זיך צוזאמען געשטעלט עסקנים פון מאנטריאל. טאהש. ניו יארק. און ארבעטן צוזאמען וועגן די טעלער קעיס און בכלל די אביוז.. זעהנדיג אז די מצב ווערט זיי ענג האבן זיי אנגעהויבן רופן צו פארהאנדלען אז מען זאל זיי אפלאזן... דאס קומט פאר אין האטעל ווי די עסקנים זענען איינגעשטאנען.. וואס מען האט גערעדט קען מען יעצט נישט דערציילן, אבער מען האפט אז בקרוב וועט מען סטאפן די אביוז... בעזהשי"ת וועט מען מצליח זיין.
זיי גייען סטאפען אדער גייט מען ארויסנעמען די קינדער פון דארט?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2018 9:49 am
דורך רביה''ק זי''ע
ענק קענען ביטע אויפהערן אראפברענגען די בילד פון דעם טאהשער רבי דארט? די יראת שמים וואס איך שעפ דערפון איז שוין צופיל, נאך אביסל און איך שטארב מפחד השם ומהדר גאונו...
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2018 11:29 am
דורך אלטער_איד
סקרן האט געשריבן:אלטער_איד האט געשריבן:די לעצטע פאר וואכן האבן זיך צוזאמען געשטעלט עסקנים פון מאנטריאל. טאהש. ניו יארק. און ארבעטן צוזאמען וועגן די טעלער קעיס און בכלל די אביוז.. זעהנדיג אז די מצב ווערט זיי ענג האבן זיי אנגעהויבן רופן צו פארהאנדלען אז מען זאל זיי אפלאזן... דאס קומט פאר אין האטעל ווי די עסקנים זענען איינגעשטאנען.. וואס מען האט גערעדט קען מען יעצט נישט דערציילן, אבער מען האפט אז בקרוב וועט מען סטאפן די אביוז... בעזהשי"ת וועט מען מצליח זיין.
זיי גייען סטאפען אדער גייט מען ארויסנעמען די קינדער פון דארט?
דו ווילסט אז חכמת שלמה זאל וויסן אלע פלענער און דאס געבן פאר די הנהלה? ווער עס רעדט ווייסט נישט, און האפענטליך ווער עס ווייסט רעדט נישט... בשם השם נעשה ונצליח......
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2018 11:30 am
דורך אלטער_איד
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ענק קענען ביטע אויפהערן אראפברענגען די בילד פון דעם טאהשער רבי דארט? די יראת שמים וואס איך שעפ דערפון איז שוין צופיל, נאך אביסל און איך שטארב מפחד השם ומהדר גאונו...
מיר דאכט זיך אז ער ענדלט מער אין דיין פראפייל בילד ווי אין טאהשער רבי....
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 10, 2018 9:32 pm
דורך [NAMELESS]
שטורעמישע אנטוויקלונג און גוואטאמאלא:
כלל ישראל נעמט אויף מיט גרויס פרייד אז ס'איז געלונגען בעז"ה צי טרעפען די פרייטיג די דריי קינדער פון גוואטאמאלא, ביי די גרעניץ פון מעקסיקא און גוואטאמאלא.
די פריידיגע אנטוויקלונג קומט נאכדעם וואס די צוויי גרויסע עסקנים הרה"ח ר' יואל אלתר גאלדבערגער שליט"א און האברך החשוב הרה"ח ר' דוד שווארץ בארא פארק דיסטריקט לידער זענען אראפגעפארען פאריגע פערזענליך קיין גוואטמאלא נישט שוינענדיג צייט אין געלט, אין זיך שטארק אריינגעלייגט אז די שטורעמישע פרשה זאל קומען צי א פרידליכע ענדע,
די ערגענישע עסקן נמרץ ר' דוד שווארץ וועלכע איז באקאנט מיט זיינע געניטע קשרים אין ציזאמארבעט מיט איבערמידליכע עסקנים פון ניו יארק אין מאנטריאל האט ערלעדיגט אז די ערשטע דריי קינדער פון די משפחה זאל אנקומען זיכערהייט קיין ניו יארק אין זאלען האבען תיכף ומיד די נויטיגע פאפירען אריינציקומען קיין אמעריקע, אין אויך האט ער געטרייט מיט זיין עקספיריענס אין שכל הישר צי פארהאנדלען מיט ר' נחמן העלבראנץ און אנדערע פון לב טהור אז ס'זאל נישט ארויסקומען קיין חילול ה' און אויך האט ער אריינגעלייגט כוחות אז געוויסע אנדרייערס קלי דעת זאלען עס נישט אריינלייגען אין די גויאישע אדער פרייע מידיא ח"ו אזוי ווי ניו יארק טיימס, בחדרי חרדים, קאווע שטיבעל, וכד'.
הרה"ח ר' יואל אלתר גאלדבערגער וואס איז באקאנט פאר זיין לב טוב און איבערגעגעבענקייט פאר ערליכע אידען אין האט זיך נישט מורא מבזה צי זיין אין האט נישט קיין פחד צי טון וואס פעלט אויס צי העלפען
ווי ס'איז באקאנט האט ר' יואל אלתר נאך קשרים אינדערהאלב די לב טהור קהלה נאך פון די צייטען ווען ער האט געלערענט אין ישיבת תורת משה אין מאנטריאל ביים דיין הרה"ח ר' משה מנחם טירנויער שליט"א און ער פלעגט כסדר אריבער פארען צי לב טהור זעען וואס מקען העלפען דארט אין ווי סאיז באקאנט האט ער זיך איינגעהאנדעלט א געוואלדיגע רעספעקט אין הערצה ביי ר' העלבראנץ זי"ע וועלכע האט רעספעקטירט אלתרס אמת אין לב טוב צי יעדע איד אן קיין נגיעות, אין אלתר האט אויך אויסגעניצט די אלטע רעספעקט צי פארהאנדלען מיט ר' שלמה'ס זין צי פארהאנדלען אפצישטעלען די פרשה אויף א איידעלע וועג.
ווי אויך האבען זיי געטון פארשידענע פעולות, וואס מהאט געזען נאך צוויי טאג נאכדעם די רעזולטאטען אין מהאט געטראפען די אנדערע דריי קינדער אין א גוטע געזונט צישטאנד ב"ה, פארמיידענדיג א קאטאסטראפע חלילה,
ווי משטעלט זיך פאר קען מען נישט אלעס מפרסם זיין אבער כלל ישראל באדאנקט זיך פאר שתי צהרא דזהב עסקנים פארן העלפען אידען בעת צר.
Cp
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 10, 2018 10:10 pm
דורך החוקר
חתם סופר האט געשריבן:אויך האט ער אריינגעלייגט כוחות אז געוויסע אנדרייערס קלי דעת זאלען עס נישט אריינלייגען אין די גויאישע אדער פרייע מידיא ח"ו אזוי ווי ניו יארק טיימס, בחדרי חרדים, קאווע שטיבעל, וכד'.
דאס דארף זיין א פליק צו וואס?
Re: ברעיקינג; הרב שלמה העלבראנץ אומגעקומען
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 10, 2018 11:48 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
החוקר האט געשריבן:חתם סופר האט געשריבן:אויך האט ער אריינגעלייגט כוחות אז געוויסע אנדרייערס קלי דעת זאלען עס נישט אריינלייגען אין די גויאישע אדער פרייע מידיא ח"ו אזוי ווי ניו יארק טיימס, בחדרי חרדים, קאווע שטיבעל, וכד'.
דאס דארף זיין א פליק צו וואס?
יש דורשין אותו לשבח, אייועלט דערמאנט ער נישט, ווייל ס'טאקע נישט "פריי"
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2018 2:06 am
דורך בן ישי
החוקר האט געשריבן:חתם סופר האט געשריבן:אויך האט ער אריינגעלייגט כוחות אז געוויסע אנדרייערס קלי דעת זאלען עס נישט אריינלייגען אין די גויאישע אדער פרייע מידיא ח"ו אזוי ווי ניו יארק טיימס, בחדרי חרדים, קאווע שטיבעל, וכד'.
דאס דארף זיין א פליק צו וואס?
איך האב מיר טאקע געווינדערט פארוואס ס'נישט דא קיין אשכול וועגן די פרשה דא, יעצט זעה איך אז ס'איז צום פארדאנקען פאר דוד שווארץ...
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2018 2:20 am
דורך cictim
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2018 3:03 am
דורך ליפא
החוקר האט געשריבן:חתם סופר האט געשריבן:אויך האט ער אריינגעלייגט כוחות אז געוויסע אנדרייערס קלי דעת זאלען עס נישט אריינלייגען אין די גויאישע אדער פרייע מידיא ח"ו אזוי ווי ניו יארק טיימס, בחדרי חרדים, קאווע שטיבעל, וכד'.
דאס דארף זיין א פליק צו וואס?
א צווייטע פליק פאלאוט נאך,
הרה''ח ר' משה מנחם טירנויער
Re: ברעיקינג; הרב שלמה העלבראנץ אומגעקומען
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2018 3:09 am
דורך אלטער_איד
ליפא האט געשריבן:החוקר האט געשריבן:חתם סופר האט געשריבן:אויך האט ער אריינגעלייגט כוחות אז געוויסע אנדרייערס קלי דעת זאלען עס נישט אריינלייגען אין די גויאישע אדער פרייע מידיא ח"ו אזוי ווי ניו יארק טיימס, בחדרי חרדים, קאווע שטיבעל, וכד'.
דאס דארף זיין א פליק צו וואס?
א צווייטע פליק פאלאוט נאך,
הרה''ח ר' משה מנחם טירנויער
?
Sent from my BBB100-1 using Tapatalk
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2018 4:33 am
דורך בן ישי
@levthaor
As people are asking. Is it true that they found teller children? We couldn't confirm it for 100 percent true. Therefore we didn't post it.. All we know for sure is. They found someone with children in Mexico, that fit the description. The us embassy is looking in to it.
https://mobile.twitter.com/levthaor/sta ... 9694804992
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2018 3:39 pm
דורך אישתישבי
cictim האט געשריבן:https://bshch.blogspot.com/2018/11/blog-post_230.html
דער ערשטער מאל איך זעה אז זיי אליין האבן אין גע'הרג'עט ווייל ער איז נישט געווען גענוג פרום.
איז העלבראנץ אליין האט נישט געקענט פועלן ביי זיין ווייב מיט צו גיין מיט זיינע שגיונות, און דער זוהן נחמן קען אויך נישט.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 3:02 am
דורך cictim
Re: ברעיקינג; הרב שלמה העלבראנץ אומגעקומען
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 2:42 pm
דורך אונטער חכם
איך האב יעצט געזעהן די קליפס, די בחורים דארט זעען אויס סאך נארמאלער ווי זיי האבן אויסגעזען אין קאנאדע.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 7:23 pm
דורך דער שכן
אונטער חכם האט געשריבן:איך האב יעצט געזעהן די קליפס, די בחורים דארט זעען אויס סאך נארמאלער ווי זיי האבן אויסגעזען אין קאנאדע.
מ׳קען דען וויסן ווער ס׳איז א בחור און ווער א חתונה׳גע׳האַט׳ער?...
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 7:44 pm
דורך berlbalaguleh
אפילו אויפ'ן רעבי'ן זכיסע יאגן אליינע איז מען אויכעט נישט געווען זיכער אויב ער איז א בחור/גרוש/אלמן. אדער א חתונה געהאט'ער. (אינו מוגבל ע"י חדר"ג)
Re: ברעיקינג; הרב שלמה העלבראנץ אומגעקומען
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 8:33 pm
דורך אלטער_איד
*ברעיקינג! שטורמישע אנטוויקלונגען אין די קעיס פון לב טהור-גוואטעמאלע:*
פאריגע וואך מאנטאג זענען די גוואטעמאלע פאליציי אריינגעגאגען אין לב טהור צו זוכן די 3 טעללער קינדער און גארנישט געטראפן, די יו עס עמבעסי האט אבער געהאט ארויפגעלייגט א עמבער אלערט אין די גאנצע וועלט אויף די דריי קינדער.
דאנערשטאג נאכמיטאג האט די טאטע וואס ווערט קאנטראלירט דורך די לב טהור רוצחים זיך באוויזן מיט די דריי קינדער אין מעקסיקא ביי די אמעריקאנער עמבעסי צוזאמען מיט א פרעמדע פרוי און געזאגט אז דאס איז זיין פרוי מרת טעללער און זיי ווילן מאכן פאספארטס פאר די 3 קינדער, פארשטייט זיך אז די יו עס עמבעסי האבן גראד באמערקט די אלערט און גענומען די קינדער אין א זייט און קאנפירעמד אז דאס זענען די קינדער וואס מ'זוכט. זיי האבן געקאנטעקד די מאמע און נעכטן נאכט האבן די קינדער געלאנדעט אין ניו יארק ברוך השם.
ווי עס שטעלט זיך ארויס האבן די לב טהור רשעים באפוילן די טאטע הרב טעללער זיך צו אריבערשווערצן די גרעניץ פון גוואטעמאלע קיין מעקסיקא און דארט אפלייען פאר פאספארטן פאר די קינדער צו קענען פליען ווייטער. ברוך השם אז דא האבן געארבעט עסקנים מיט קאפ און מח און באוויזן אפצושטעלן די בייזוויליגע פלענער.
וכאן המקום להודות די מסירת נפש'דיגע עסקנים וואס זענען געזיצן טעג און נעכט און באגלייט די קעיס מיט ישוב הדעת און אליינס אראפגעפארן אהין קיין גוואטעמאלע *ר' אברהם גרינהויט*, און *ר' יוסי פליטשקין* וואס האבן צוזאמגעשטעלט שווערע געלטער פאר די לעגאלע קאסטן און אפילו פרובירט צו פארהאנדלען מיט די לב טהור חברה און נישט גערוהט קיין מינוט ביז ווילאנג די קינדער האבן דא געלאנדעט. *ר' צבי גלוק* וועלכער האט געארבעט איבערמידליך זיכער צו מאכן אז די קינדער קענען אהיים קומען פון מעקסיקא ווי אמשנעלסטן. און בארא פארק דיסטריקט לידער *ר' דוד שווארץ* וועלכער איז געווען אין כסדר'דיגע פארבינדונגען מיט די אמעריקאנער עמבעסי און אמעריקאנע גאווערמענט אוטאריטעטן וועלכער האט למעשה געפירט צו טרעפן די קינדער, און הרב נתן העלבראנץ וועלכער האט אנגעהויבן די גאנצע רעטונגס אקציע און אריינגעמישט אלע עסקנים.
מיט דעם שליסט זיך נאך א טרויערדיגע קאפיטל פון לב טהור אין כלל ישראל'ס היסטאריע, האפענטליך זאל זיך די גאנצע קולט אויפלעזן.
Sent from my BBB100-1 using Tapatalk
Re: ברעיקינג; הרב שלמה העלבראנץ אומגעקומען
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 11:12 pm
דורך אלטער_איד
מען דארף אויך באדאנקן די חשובע גרים פון גוטטמאלע סיטי וואס האבן געהאלטן רעבעצין טעלער פאר א חודש. און זיך איינגעשטעלט די לעבן צו ראטעווען די דריטע קינד.. הרב משה אברהם סאנטויס און זיין ווייב און די קהילה ...
Sent from my BBB100-1 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 11:36 pm
דורך מאן דאמר
איינער קען שיקן פאר חכמת שלמה׳לה א טשארדדזשער?