בלאט 13 פון 20

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:35 pm
דורך געפילטע פיש
געפילטע פיש האט געשריבן:אויך א WTG קנעפל (What The Gegenom), און א Rolling eyes קנעפל אויך, ס'זאל שוין זיין.

בחדא מחתא, קען מען שוין אויך מאכן א "thanks for stating the obvious" קנעפל, איך שטויס מיך אן דערין זייער אפט לעצטענס, איך וויל אבער נישט זיין rude.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:39 pm
דורך sunbar
מיט אזויפיל קנעפלעך וועט נישט זיין קיין פלאץ צו שרייבן.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 9:44 am
דורך פיקציע
אויב מעגליך, ווען מען צוטיילט אן אשכול און מען מאכט דערפון א נייע אשכול, זאל מען צולייגן א לינק צו די מקור אשכול פון וואו מען האט עס אפגעטיילט.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 8:12 pm
דורך זיידעטשקע
איך וויל נישט חלילה קריטיקירען די טייערע מנהלים וואס שטעלן צו אזא פראכטפולע מקום , אבער שוין איבער א וואך וואס איך האב געשיקט א אישית צו מידת הדין וועגן מאחורי, און ער ענטפערט נישט.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 8:13 pm
דורך זר זהב
מדת הדין כראפעט ב"ה. רעד צו גבאי שני אדער באריסטא

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 9:14 pm
דורך שמעקעדיג
די הנהלה זאגט מיר אז זיי זענען אינפארמירט דערוועגן, און מען ארבעט אויף א פלאן בעזרת השם.

באקומען אפדעיטס איבערן אשכול וואס מ'האט געשריבן!

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 5:45 pm
דורך נייגעריגער
איך וואלט געמיינט אז אזויווי די "לייג צו מיין אונטערשריפט" באקס קומט אטאמאטיש געטשעקט וואלט אויכעט געדארפט זיין די "לאזט מיר וויסן ווען א נייע..." געטשעקט לכתחילה!
אסאך מאל פארגעס איך עס צו מאכן א טשעק און מ'ענפערט מיר אויף מיין תגובה וכדומה און כ'ווייס גארנישט דערפון!!!

זאל דער עולם זאגן זייער מיינונג!

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 6:22 pm
דורך געפילטע פיש
דו ווילסט באמת באקומען אן אימייל יעדע מאל איינער לייגט צו א תגובה צו א אשכול ווי דו האסט געשריבן עפעס?
אויב ווילסטו דוקא זען קעסטו דרוקן אויף ווייז אייערע הודעות אויבן פונען בלאט און זען אלע אשכולות ווי דו האסט שוין געשריבן.

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 6:31 pm
דורך נייגעריגער
ניין, דיין עצה איז נישט גוט פאר מיר!! כ'וויל ס'זאל גיין אטאמאטיש! אויב שוין דרוקן וואלט'ך געדריקט דעם "באקום אימעיל ווען ס'קומט צו נייע הודעות" אינטן די בלאט....

אבער אויב רבו עלי חבריי געב איך אויף! נו, וואס האלט ס'ציבור?

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 12:52 am
דורך אוי טאטי
איך וויל פשוט און פראסט איבערגעבן א הארציגן ישר כח פאר די חשובע מנהלים/אחראים וואס גיבן זיך איבער אזוי געטריי פאר די הצלחה פונעם שטיבל.
איך האב יעצט געדארפט א קליינע טובה, און ממש פופצן מינוט נאכן בעטן איז עס געווען געטוהן.
דער אויבערשטער זאל ענק באצאלן בכפלי כפליים!

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 2:01 am
דורך זר זהב
יעדער מאכט נאך גייקא. פאל נישט דערפאר

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 3:01 pm
דורך לעמיל
מיין זייגער האט זיך צוריק געריקט מיט א שעה, נאך איינער האט די פראבלעים?

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 3:18 pm
דורך יאנקל
אפשר האט עס צוטון מיט דעם אז מ'האט לעצטנס געריקט דעם זייגער? אין "באניצער'ס קאנטראל פאנעל" קענסטו טוישן צו זומער זייגער.

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 4:17 pm
דורך לעמיל
יישר כח יאנקל יעצט איז עס פיין!

מהיכן ירק זה חי?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 3:07 pm
דורך היימישער ליטוואק
אייוועלט האט אדווערטאיזמענטס. פארוואס נישט ביי אונז?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 4:29 pm
דורך לעמיל
איך בין זייער נייגעריג וואס איז די חילוק צווישען די אחראים וואס אונז האבען דא צום ביישפיל נצור לשונך מרע, משמרת, מזכה, בירגער,אחראי ווער איז ממונה אויף וואס?

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 1:28 pm
דורך לעמיל
א גרויסען יישר כח פאר די הנהלה פארען טוישען די קאליר פון תורה ודעת

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 3:55 pm
דורך נולד מאוחר
די נייע קאליר איז שלעכט. די אלטע איז געווען זייער גוט.
שכח קומט זיך עניוועס פאר די הנהלה פאר זייער ארבעט

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 9:09 am
דורך ודי למבין
זיידעטשקע האט געשריבן:איך וויל נישט חלילה קריטיקירען די טייערע מנהלים וואס שטעלן צו אזא פראכטפולע מקום , אבער שוין איבער א וואך וואס איך האב געשיקט א אישית צו מידת הדין וועגן מאחורי, און ער ענטפערט נישט.

מדת הרחמים עלינו התגלגלי..

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 4:54 pm
דורך לעמיל
נולד מאוחר האט געשריבן:די נייע קאליר איז שלעכט. די אלטע איז געווען זייער גוט.
שכח קומט זיך עניוועס פאר די הנהלה פאר זייער ארבעט

די אלטע איז געוועין גוט??? נישט און מיינע אויגען

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 4:22 pm
דורך ברסלבער
ווייסט איינער ווער זענען די עליענס וואס דרייען זיך דא?
Capture1.JPG
Capture1.JPG (12.13 KiB) געזען געווארן 4342 מאל

וואס איז פשט פון דעם?

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 4:31 pm
דורך ראשעקאל
דאס זענען ראבאט'ס פון סוירטש סייט'ס וואס כאפן אויף אלעס אז זיי זאלן קענען געבן די ריזאלט'ס ווען מען זיכט עס

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 4:38 pm
דורך ברסלבער
די ראבאט'ס לאדענען אראפ פייל'ס אויך?
Capture.JPG
Capture.JPG (34.43 KiB) געזען געווארן 4277 מאל