נשלח: זונטאג יוני 12, 2022 2:53 am
בנוגע די בעסטע-מעגליכע וועלט (און אנטינעטעליזם) איז דא דעם מיִר עדישׁאָן פּאראדאקס/״רעפּאָגנענט קאַנקלוּזשאן״ פונעם בריטישן פילאזאף דערעק פּאַרפיט. דאס איז אויב נעם איך אָן א סארט טאטאלע יוּטיליטעריעניזם, וואו די עטישע זאך איז אז עס זאל זיין ווי מער קוואנטיטעט פון תענוג/צופרידענהייט, דאן קומט מען צו צו אַן אבּסורד מסקנא. והיינו, אויב האב איך א ברירה צווישן וועלט א׳ מיט 10 ביליאן מענטשן וואס האבן א גאר גרויסן מאס תענוג, און וועלט ב׳ מיט 20 ביליאן מענטשן מיט אביסל ווייניגער תענוג, דאן דארף איך דאך עפי״ז וועלן וועלט ב׳ - עס האט למעשה מער תענוג. אויב האלט איך איין איבערשפילן דעם שפיל ביז איך קום אָן צו וועלט ת׳ וואס האט הונדערטער ביליאנען מענטשן וואס לעבן א לעבן וואס לוינט זיך קוים, וועט מען מוזן זאגן אז דאס איז בעסער ווי וועלט א׳ (ועכ״פ נישט ערגער), וויבאלד דאס ווערט offset מיט די מערהייט פון מענטשן בהעולם וואס האבן כאטש עפעס עפעס א משהו תענוג. דאס האלט ער איז אבסורד.
דאס איז ענליך צום קשיא ער האט געפרעגט מיט׳ן מדמה זיין צוויי מעשיות:
1). עס איז דא אַן אשה מעוברת וואס אויב נעמט זי נישט א מעדעצין וועט דאס עובר האבן א מום ל״ע. אויב זי נעמט די מעדעצין וועט די עובר זיין כאחד האדם
2). עס איז דא א פרוי וואס אויב זי ווערט יעצט מעוברת וועט די עובר האבן א מום ל״ע. אויב זי ווארט צו וועט די עובר זיין כאחד האדם
אינעם ערשטן מעשה איז פשוט אז די עטישע זאך צו טוהן איז צו נעמען די מעדעצין אלס הצלת העובר. אבער אין די צווייטע מעשה קען מען נישט געהעריג נוצן די טעם. דאס איז וויבאלד ווערן מעוברת שפעטער איז א גאנץ אנדערע מענטש לגמרי און מיט׳ן אפהאלטן דעם יעצטיגן עובר פון צושטאנד קומען, אָננעמענדיג אז דאס וואלט פאסירט און אָננעמענדיג אז דאס עצם לעבן פאר׳ן קינד וואלט ווערט געווען פאר׳ן קינד, בין איך מסלק דאס גענצליכע עקזיסטענץ פון א מענטש בשב ואל תעשה. (עס האט אביסל פּאראלעלן מיט די אַבּאָרשאן דעבאטע וואס איז בקום ועשה.)
***
דא זאגט [5:43-5:56] סימוֺין דע בּוּוואַר:
ובכלל: וכידוע אז ״זיי גייען איין גאט ווייטער״.
***
ולגבי דעם צי הישארות הנפש איז נכלל אין (און אימפּלייד דורך) תחיית המתים, האט דער קריסטליכער כומר בּאַלדאַסאַרע בּאָניפאַשיאו, אין אַן אנטווארט צום אשה חכמה שרה קאָפּיאַ סוּלאַם (א אידענע), גע'טענה'ט אז דאס אז די צדוקים האבן נישט געגלייבט אין תחיית המתים באדייט נישט אז זיי האבן אויך נישט געגלייבט אין הישארות הנפש ונצחיותה. און ווי ר׳ יצחק לאווי/@לעיקוואד זאגט/לייגט צו אין די שיעור, איז די אינווערס דערפון אויך אמת: אז מ׳גלייבט יא אין תחיית המתים באדייט דאס נאך נישט א גלויבונג אויך אין הישארות הנפש ונצחיותה.

***Many believers have told me, I won’t say that they “admitted”, that one is just as lost in a world with God, if you really try to see where good and evil are, and what God’s will is, as in a world without God