בלאט 13 פון 20

Re: די כוזרי ארגומענט

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 12:30 pm
דורך אלבערט איינשטיין
זוכער!!!! לאז דיר נישט!!! ווייז וואס דו קענסט!!! זוכער זיי נישט א פדחן!!! זוכער ביסט בעסער פון דעם! זוכער ביסט קלוגער פון דעם! ווייז פאר די וועלט די אמתדיגקייט! על כל פנים
כאפ נישט קיין קאלטע פיס אין די לעצטע מינוט. דו אנטלויפטס ווי א גוי ביי שולחן ערוך.

האסטו א היימישע יוד. א קאווע שטיבל שרייבער. מעגליך ער גייט אן א קאפל אבער ער איז א יוד פונקט ווי דיר. היטלער וואלט איהם געהרגעט צוזאמען מיט דיר. ער רעדט א זאפטיגע יודיש...
לעטס גא

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 12:44 pm
דורך זוכער
Nanach האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:זוכער: כ'האב יעצט אראפגעלייגט דאס טרייבל מיטן פרייע איד, ער איז גרייט צו גיין צום דעבאטע ווי נאר די ביסט גרייט

ער איז אפילו גרייט אראפצולייגן $1,000 דולער אויב די געווינסט, און אויב ער געווינט דארפסטו 'גארנישט' געבן, די הערסט? קענסט מאכן איזי מאני

אגב זאגט ער מיר, אז יארן צירוק אין די בראשית יארן פלעגט ער זיך דרייען אויף קאווע שטיבל, און בשעת'ן רעדן מיט אים היינט, איז ער אויך ארויף אויף קאווע שטיבל צו זען במה דברים אמורים, סאו האסט שוין נישט די טענה אז ער איז נישט פון קאווע שטיבל,
(גייסט יעצט זאגן אז נאר דער וואס איז געווען אגאנצע צייט, און האט געלאזט מינימום צען תגובות? קאם אן)

א ווארט איז א ווארט, לאמיר מאכן די דעבאטע, ער איז גרייט צו דיסקוסירן אידישקייט, עוועלושן, וואס די ווילסט, ער איז אויסגעקאכט אין אלעם

(איך מיין, וואס האסטו געוואלט?, דעבאטירן מיט מיר?, וואס איך זאג קלאר אז איך גלייב 90% אין אידישקייט, און די זאגסט אז מען קען פראווען 100%, און אונז וועלן זיך טענה'ן וויפול פראצענט אונז האלטן באמת? דאס איז סתם נאריש,
האסט זיכער געמיינט איינער וואס איז 100% אז עס איז 'נישטא קיין ג-ט' אדער אז אידישקייט איז פאלש, אדער יענער איז אכ''פ 90% אין דעם, און נאר אזוי וועט די אמת ארויסקומען, נישט אזוי?)

איך בין נישט חושד אז די האסט אפגעריסן די גאלדענע קייט פון נישט זאגן ליגנט, וואס ציט זיך שוין פון מתן תורה ביז צו דיין טאטע, און די האסט באמת נישט קיין פראבלעם זיך ארויסצושטעלן מיט דיין פנים כדי צו דעבאטירן און צוקומען צום אמת

הער אויף מיט די ארויסגעדרייאכצער, און לאמער גיין תכלית, ווען וועסטו זיין גרייט צום דעבאטע?

Wow wow!!! כל הכבוד!!
נא! [tag]זוכער[/tag] ווי ביסטע? איך ווארט שוין קוים צו מיטהאלטן, בד”וו איך האף אז [tag]זוכער[/tag] וועט געוואונען, כאטש איך געב עס שוואכע טשאנסען, נישט ווייל מען קען נישט געוואונען נאר ווייל ער זעהט נישט אויס צו זיין גענוג אויסגעקאכט. אבער never say never

איך האב זיך אמאל געטענהט מיט אן אידישן אטעאיסט און בתוך הדברים זאג איך אז ס'איז היינט דא א מערת המכפלה, ס'איז דא א קבר רחל וכו' - שוין איבער 4000 יאר וואס די גאנצע וועלט ווייסט, דאס קענסטו נישט פארלייקנען.
ער נעמט זיך לאכן, ס'איז באבסקע מעשות און ער גלייבט נישט אין די אלע זאכן. אויסגעטראכטע שקרים, נישט געווען קיין אברהם יצחק יעקב. די גאנצע בייבל איז איין שטיק געבעקס נישטא קיין גאט און קיין פאלק, ס'איז אלעס אויסגעזויגן פון פינגער. נישטא קיין שום עווידענס. כלשונו. מיט אזא איינעם קען איך נישט טענה'ן און אוודאי נישט געווינען. אפשר א צווייטער קען. מעגליך. איך בין נישט בכח.

לגבי וואס זאג איך דאס: מיט איינעם וואס זאגט אפן אז ער גלייבט גארנישט איז נישטא קיין דעבאטע. פינקט ווי די האלעקאוסט לייקענער וועלן לייקנען שטיין און ביין אז ס'איז קיינמאל קיין האלעקאוסט נישט געווען. מ'האט נישט גע'הרגט קיין 6 מיליאן אידן. ס'איז א אידישע שקר. די ציונים און די זקני ציון האבן עס אויסגעטראכט. קענסט אים ווייזן קרעמיטאריומ'ס קענסטו אים ברענגען לעבעדיגע מענטשן וואס האבן דאס אליין מיטגעטעלעבט. והוא באחד: אלע זענען ליגנער. און עס זענען פאראן צענדליגער טויזענטער האלאקאוסט לייקענער, וואס קיין שום פרוף וועט זיי נישט טוישן. - ווייל זיי האבן א נגיעה.

איך האב פאקטיש אויפגעוויזן דא פאר יעדן איינעם אנגעהויבן פון @מי אני, ביז @עצי שטים און אלע 20 אנדערע מווכחים, אז אלע דעבאנקד טעאריעס פון די ביביל קריטיקער איז פוסטע שקר - זיי פאבריצירן א פאלשע נעראטיוו - און פרובירן עס אריינשטיפן אין פסוק. איי אלע מפורשים זאגן אז דער פסוק זאגט בפירוש נישט דאס. ער איז דאך אבער א גלויביגער אין ביקורת המקרא, און וויל האלטן וואס ער האט אפגעמאכט - צוליב זיין נגיעה.

נאכאמאל, מיר אלע האבן נגיעות ווי איך האב שוין געשריבן אויבן. איך האב א נגיעה אז תורת משה איז אמת ויצייב 100 פראצענט. בלי שום ספק, מיט קלארע פרוף.
פון אלע 20 ק"ש מעמבערס וועלכע האבן זיך געדונגען מיט מיר, האט קיינער נישט געקענט אפווענדן מיינע ראיות פון די פסוקים און פון די גמרא. אבער פונקט ווי איך קען נישט איבערצייגן דעם נאציסטישע האלעקאוסט לייקענער, וואס וועט לייקענען שמש בצהרים און וועט אויף אלעם זאגן: נישט אמת. נישט קיין ראיה. די זעלבע האב איך מיט קיין פרייען איד / אטעאיסט נישט וואס דעבאטירן. ווייל ער גלייבט נישט קיין איין אות פון תורת משה.

איך בין רעדי זיך צו טענה'ן מיט יעדן. איך טוה דאס שוין 50 יאר צו גוטן ב"ה, איך האב זיך געראכטן אויף פיל שטערקערע קשיות, נאך אלעם האב זיך זיך ארומגעריסן מיט 20 חברה. די קשיות וואס מ'האט דא געשטעלט זענען קיין שום קשיות נישט. די טעאריעס זענען וואסעריג, און געבויט אויף הונענערע פוס. - א שטיקל סורפרייז.

פון די עטליכע הונדערט רעגיסטרירטע באנוצער אין ק"ש - האט קיין איינציגער ניק פון ק"ש נישט דעפענדעד תורת משה. אין גם אחד. נישט געווען קיינער זיך אנצונעמען אז מעמד הר סיני איז יא אמת, אז כלל ישראל איז יא געווען איין פאלק מאז ועד עתה, ווי עס איז דער טרוקענער מציאות און ווי אלע פסוקים שטעלן קלאר, אינטערגערגעשטיצט מיט פסוקים און מיט די DNA באווייזן. און דער כלל פון "אין אדם מוריש שקר לבניו" וואס מ'קען אויף דעם בויען. ווען געוויסע האבן אראפגעריסן די פירער פון כלל ישראל אלץ רוצחים און מערדער האט זיך קיינער נישט אנגענומען פאר משה און אהרן. - נישט קיין סופרייז.

איך האב זיך אליין געשלאגן און אפגענטפערט יעדע איינציגע טענה - און MAKE NO MIKSTAKE - נישט איך בין שטערקער. נאר דער אמת און די תורה הקדושה איז שטערקער פון אלעמען - פאר א סיבה האט עס א קיום. - נישט קיין סורפרייז.

איך האב קיינעם נישט אנגעגריפן אדער געטשעפעט פערזענליך. אין גם אחד. אויב האב איך זיך שארף אויסגעדרוקט אויף איינעם, בין איך אים מפייס ברבים. אין א דעבאטע קען זיך אמאל ארויסריקן פון קאנטראל. נאכאמאל, איך געדענק נישט אמאל צו שרייבן קעגן א יחיד פערזענליך.

ווער עס איז גרייט, זאל מיר לאזן וויסן. אויב איך בין Wראנג וועל איך מודה זיין. און איך ערווארט דאס זעלבע פון די אפאנענטן. כאטש ביז היינט האב דאס נישט דערלעבט.

ידידכם ומוקירכם,
זוכער

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:04 pm
דורך שמן למאור
זוכער: די קומסט אריין מיט דיינע ב.ס. כנהוג

די ציל פונעם דעבאטע איז נישט אז די זאלסט איבערצייגן דעם פרייע איד צו ווערן א פרימער, אויף דעם קענסטו זאגן אז ער איז פיל מיט נגיעות, און איז ווי א האלאקאוסט לייקענער וואס וועט נישט מודה זיין נישט קיין חילוק וואס

ניין, די מטרה איז אויסציקלארן פאר 'אונז' וואס אינז האבן יא שאלות און ספיקות, מיר וועלן שטיין און א זייט און זיך ציקוקן ווער רעדט מער צו דער זאך און ווער מאלט סתם וואסער, אדרבה, אויב וועט ער אריינקומען ווי א האלאקאוסט לייקענער, דאן וועלן אונז גלייך זען אז ער טראלט סתם ארום, און די זעלבע פארקערט

דערווייל האסטו חוץ פון 'זאגן' אז די האסט אלעס פארענטפערט, און זאגן אז אונזערע ספיקות און שאלות זענען לעכעריג, האסטו בכלל נישט געקומען מיט קיין זאכליכע תריצים צים טיש

דיין DNA האט זיך אויסגעשטעלט צו בלויז אויפווייזן אז די כהנים שטאמען פון איין מענטש האעווער איט איז, לאו דוקה אהרן, דיין אין אדם מורש איז דעבאנקט, דיין מסורה ראיה שטייט נאך מיט די זעלבע שאלות וואס פאטשן אין פנים, דיינע דיוקים אין די פסוקים קען מען דרייען וויאזוי מען וויל, און עס איז אפילו נישט נוגע אויב נעמט מען אהן אז א קולט פירער האט ערפינדן אידישקייט און האט געשריבן די אלע פעירי טעילס, די ביסט צעפליקט פון אלע זייטן, אבער די קומסט מיט א בלעכענעם פנים זאגן אז די ביסט גרייט יעדן צו דעבאטירן, און אז היות קיינער ריפט זיך נישט אהן, איז עס גאר א באווייז אז די ביסט גערעכט

אנטלויף נישט און די לעצטע מינוט, מיר ווילן זען קלאר, דיינע אלע הארטע באווייזן קעגן איינער וואס האלט נישט פון דעם,
און אונז וועלן אליין קענען זען למי החותמת ולמי הפסולים

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:17 pm
דורך Nanach
זוכער האט געשריבן:
Nanach האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:זוכער: כ'האב יעצט אראפגעלייגט דאס טרייבל מיטן פרייע איד, ער איז גרייט צו גיין צום דעבאטע ווי נאר די ביסט גרייט

ער איז אפילו גרייט אראפצולייגן $1,000 דולער אויב די געווינסט, און אויב ער געווינט דארפסטו 'גארנישט' געבן, די הערסט? קענסט מאכן איזי מאני

אגב זאגט ער מיר, אז יארן צירוק אין די בראשית יארן פלעגט ער זיך דרייען אויף קאווע שטיבל, און בשעת'ן רעדן מיט אים היינט, איז ער אויך ארויף אויף קאווע שטיבל צו זען במה דברים אמורים, סאו האסט שוין נישט די טענה אז ער איז נישט פון קאווע שטיבל,
(גייסט יעצט זאגן אז נאר דער וואס איז געווען אגאנצע צייט, און האט געלאזט מינימום צען תגובות? קאם אן)

א ווארט איז א ווארט, לאמיר מאכן די דעבאטע, ער איז גרייט צו דיסקוסירן אידישקייט, עוועלושן, וואס די ווילסט, ער איז אויסגעקאכט אין אלעם

(איך מיין, וואס האסטו געוואלט?, דעבאטירן מיט מיר?, וואס איך זאג קלאר אז איך גלייב 90% אין אידישקייט, און די זאגסט אז מען קען פראווען 100%, און אונז וועלן זיך טענה'ן וויפול פראצענט אונז האלטן באמת? דאס איז סתם נאריש,
האסט זיכער געמיינט איינער וואס איז 100% אז עס איז 'נישטא קיין ג-ט' אדער אז אידישקייט איז פאלש, אדער יענער איז אכ''פ 90% אין דעם, און נאר אזוי וועט די אמת ארויסקומען, נישט אזוי?)

איך בין נישט חושד אז די האסט אפגעריסן די גאלדענע קייט פון נישט זאגן ליגנט, וואס ציט זיך שוין פון מתן תורה ביז צו דיין טאטע, און די האסט באמת נישט קיין פראבלעם זיך ארויסצושטעלן מיט דיין פנים כדי צו דעבאטירן און צוקומען צום אמת

הער אויף מיט די ארויסגעדרייאכצער, און לאמער גיין תכלית, ווען וועסטו זיין גרייט צום דעבאטע?

Wow wow!!! כל הכבוד!!
נא! [tag]זוכער[/tag] ווי ביסטע? איך ווארט שוין קוים צו מיטהאלטן, בד”וו איך האף אז [tag]זוכער[/tag] וועט געוואונען, כאטש איך געב עס שוואכע טשאנסען, נישט ווייל מען קען נישט געוואונען נאר ווייל ער זעהט נישט אויס צו זיין גענוג אויסגעקאכט. אבער never say never

איך האב זיך אמאל געטענהט מיט אן אידישן אטעאיסט און בתוך הדברים זאג איך אז ס'איז היינט דא א מערת המכפלה, ס'איז דא א קבר רחל וכו' - שוין איבער 4000 יאר וואס די גאנצע וועלט ווייסט, דאס קענסטו נישט פארלייקנען.
ער נעמט זיך לאכן, ס'איז באבסקע מעשות און ער גלייבט נישט אין די אלע זאכן. אויסגעטראכטע שקרים, נישט געווען קיין אברהם יצחק יעקב. די גאנצע בייבל איז איין שטיק געבעקס נישטא קיין גאט און קיין פאלק, ס'איז אלעס אויסגעזויגן פון פינגער. נישטא קיין שום עווידענס. כלשונו. מיט אזא איינעם קען איך נישט טענה'ן און אוודאי נישט געווינען. אפשר א צווייטער קען. מעגליך. איך בין נישט בכח.

לגבי וואס זאג איך דאס: מיט איינעם וואס זאגט אפן אז ער גלייבט גארנישט איז נישטא קיין דעבאטע. פינקט ווי די האלעקאוסט לייקענער וועלן לייקנען שטיין און ביין אז ס'איז קיינמאל קיין האלעקאוסט נישט געווען. מ'האט נישט גע'הרגט קיין 6 מיליאן אידן. ס'איז א אידישע שקר. די ציונים און די זקני ציון האבן עס אויסגעטראכט. קענסט אים ווייזן קרעמיטאריומ'ס קענסטו אים ברענגען לעבעדיגע מענטשן וואס האבן דאס אליין מיטגעטעלעבט. והוא באחד: אלע זענען ליגנער. און עס זענען פאראן צענדליגער טויזענטער האלאקאוסט לייקענער, וואס קיין שום פרוף וועט זיי נישט טוישן. - ווייל זיי האבן א נגיעה.

איך האב פאקטיש אויפגעוויזן דא פאר יעדן איינעם אנגעהויבן פון @מי אני, ביז @עצי שטים און אלע 20 אנדערע מווכחים, אז אלע דעבאנקד טעאריעס פון די ביביל קריטיקער איז פוסטע שקר - זיי פאבריצירן א פאלשע נעראטיוו - און פרובירן עס אריינשטיפן אין פסוק. איי אלע מפורשים זאגן אז דער פסוק זאגט בפירוש נישט דאס. ער איז דאך אבער א גלויביגער אין ביקורת המקרא, און וויל האלטן וואס ער האט אפגעמאכט - צוליב זיין נגיעה.

נאכאמאל, מיר אלע האבן נגיעות ווי איך האב שוין געשריבן אויבן. איך האב א נגיעה אז תורת משה איז אמת ויצייב 100 פראצענט. בלי שום ספק, מיט קלארע פרוף.
פון אלע 20 ק"ש מעמבערס וועלכע האבן זיך געדונגען מיט מיר, האט קיינער נישט געקענט אפווענדן מיינע ראיות פון די פסוקים און פון די גמרא. אבער פונקט ווי איך קען נישט איבערצייגן דעם נאציסטישע האלעקאוסט לייקענער, וואס וועט לייקענען שמש בצהרים און וועט אויף אלעם זאגן: נישט אמת. נישט קיין ראיה. די זעלבע האב איך מיט קיין פרייען איד / אטעאיסט נישט וואס דעבאטירן. ווייל ער גלייבט נישט קיין איין אות פון תורת משה.

איך בין רעדי זיך צו טענה'ן מיט יעדן. איך טוה דאס שוין 50 יאר צו גוטן ב"ה, איך האב זיך געראכטן אויף פיל שטערקערע קשיות, נאך אלעם האב זיך זיך ארומגעריסן מיט 20 חברה. די קשיות וואס מ'האט דא געשטעלט זענען קיין שום קשיות נישט. די טעאריעס זענען וואסעריג, און געבויט אויף הונענערע פוס. - א שטיקל סורפרייז.

פון די עטליכע הונדערט רעגיסטרירטע באנוצער אין ק"ש - האט קיין איינציגער ניק פון ק"ש נישט דעפענדעד תורת משה. אין גם אחד. נישט געווען קיינער זיך אנצונעמען אז מעמד הר סיני איז יא אמת, אז כלל ישראל איז יא געווען איין פאלק מאז ועד עתה, ווי עס איז דער טרוקענער מציאות און ווי אלע פסוקים שטעלן קלאר, אינטערגערגעשטיצט מיט פסוקים און מיט די DNA באווייזן. און דער כלל פון "אין אדם מוריש שקר לבניו" וואס מ'קען אויף דעם בויען. ווען געוויסע האבן אראפגעריסן די פירער פון כלל ישראל אלץ רוצחים און מערדער האט זיך קיינער נישט אנגענומען פאר משה און אהרן. - נישט קיין סופרייז.

איך האב זיך אליין געשלאגן און אפגענטפערט יעדע איינציגע טענה - און MAKE NO MIKSTAKE - נישט איך בין שטערקער. נאר דער אמת און די תורה הקדושה איז שטערקער פון אלעמען - פאר א סיבה האט עס א קיום. - נישט קיין סורפרייז.

איך האב קיינעם נישט אנגעגריפן אדער געטשעפעט פערזענליך. אין גם אחד. אויב האב איך זיך שארף אויסגעדרוקט אויף איינעם, בין איך אים מפייס ברבים. אין א דעבאטע קען זיך אמאל ארויסריקן פון קאנטראל. נאכאמאל, איך געדענק נישט אמאל צו שרייבן קעגן א יחיד פערזענליך.

ווער עס איז גרייט, זאל מיר לאזן וויסן. אויב איך בין Wראנג וועל איך מודה זיין. און איך ערווארט דאס זעלבע פון די אפאנענטן. כאטש ביז היינט האב דאס נישט דערלעבט.

ידידכם ומוקירכם,
זוכער

איך בין גערעכט!!!
אה יע!!!
אה נא!!
איך בין גערעכט!!!
אה יע!!!
אה נא!!
איך בין גערעכט!!!
אה יע!!!
אה נא!!
אה יע!!! לוזער!! לוזער!!!!
אה!!!! יע!!!!!

יעצט בין איך געוואונען ווייל איך האב געשריגן די העכסטע

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:20 pm
דורך מי אני
דאס׳ן פארגלייכן מבקרי המקרא און לייקענער אינעם כוזרי/רס״ג ראיה צו שואה לייקענער איז א (פּאלעמישע) סארט פאלשע עקוויוועלענס פאָלאָסיִ. עס איז ענליך צו דאס פארגלייכן זיי צו די פלאכע-ערד גלויביגע. מיינענדיג, עס זענען דא עמפּירישע באווייזן, און קאראבּאָרעיטעד פון מערערע מקורות, ווי איינער וואס איז יעצט געקומען פון מאדים און האט נישט קיין שום נגיעה איז עס גאנץ פשוט להוכיח בהוכחות חושיים. דאס קען מען בהחלט נישט זאגן אויף די ראיות דו עדוּסט לצידך.

זאגן, 1). ״וואס הייסט? ס׳שטייט דאך אין א בוך!״ איז ווייט נישט די זעלבע סארט ראיה כלל וכלל.

זאגן, 2). ״אונז האבן א מסורה איש מפי איש״ איז אויך ווייט נישט קיין ראיה און צייגט אויף א מיסאָנדערסטענדינג אין אנטראפּאלאגיע פון רעליגיע און ווי אזוי גלויבונגען קומען צושטאנד.

זאגן, 3). אז מ׳האט ארכעאלאגישע געפינסן פאר איין פרט און פון דעם בויען גאנצעטע כללים און מעשיות אויף ווייטער איז אויך נישט קיין ראיה. ואולי, טאמער ווילסטו דוקא א דמיון צום האלאקאסט איז דאס דומה צו בויען פיתום ורעמסס און צולייגן פרטים צו די טראגעדיע צו וואס מ׳האט נישט קיין (אפילו געהעריגע) עווידענס. ובפרט ווען היפשע ארכעאלאגישע געפינסן שטימען אויסדרוקליך נישט מיט די נאראטיוו פון תנ״ך (כדוגמת יריחו ועוד, ובכלל די מאטעמאטישע אומעגליכקייט); דאס פארשטייט זיך גייסטו פארענטפערן און טענה׳ן אז ס׳איז נישט קיין פירכא וראיה לחובתך. יעצט ווערסטו א האלאקאסט לייקענער?! אתמהה.

דאס זעלבע איז בנוגע א מקום ״מערת המכפלה״ וואס ״ס׳איז אָנגענומען״ אז דארט ליגן די אבות אא״וו.

נאכאמאל, איך זאג נישט אז נישט. אבער זאגן אז איינער וואס לייקענט אין דעם איז כאילו ער לייקענט אינעם האלאקאסט איז פאלג מיר א גאנג.

ולהבהרה, ווי איך האב דערמאנט/אָנגערירט האלט איך אז מ׳קען רואיג בלייבן א מאמין/שותומ״צ אפילו טאמער איז מען צו דעם אלעם מודה און מ׳אנערקענט דאס.

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:21 pm
דורך זוכער
עצי שטים האט געשריבן:זוכער: די קומסט אריין מיט דיינע ב.ס. כנהוג

די ציל פונעם דעבאטע איז נישט אז די זאלסט איבערצייגן דעם פרייע איד צו ווערן א פרימער, אויף דעם קענסטו זאגן אז ער איז פיל מיט נגיעות, און איז ווי א האלאקאוסט לייקענער וואס וועט נישט מודה זיין נישט קיין חילוק וואס

ניין, די מטרה איז אויסציקלארן פאר 'אונז' וואס אינז האבן יא שאלות און ספיקות, מיר וועלן שטיין און א זייט און זיך ציקוקן ווער רעדט מער צו דער זאך און ווער מאלט סתם וואסער, אדרבה, אויב וועט ער אריינקומען ווי א האלאקאוסט לייקענער, דאן וועלן אונז גלייך זען אז ער טראלט סתם ארום, און די זעלבע פארקערט
מיט איינעם וואס גלייבט נישט תורת משה קען איך נישט טענהן' און אוודאי נישט געווינען. מיט א שרייבער פון ק"ש וואס איך קען מעגליך האבן מיט אים געוויסע רויטע ליניעס קען איך נאך טענה'ן. כאטש לאמיתו של דבר, איינער וואס גלייבט נישט אין די 8'טן סעיף פונעם אני מאמין, איז לויט מיימאנידעס, אן אפיקורס.
עצי שטים האט געשריבן:דערווייל האסטו חוץ פון 'זאגן' אז די האסט אלעס פארענטפערט, און זאגן אז אונזערע ספיקות און שאלות זענען לעכעריג, האסטו בכלל נישט געקומען מיט קיין זאכליכע תריצים צים טיש

דיין DNA האט זיך אויסגעשטעלט צו בלויז אויפווייזן אז די כהנים שטאמען פון איין מענטש האעווער איט איז, לאו דוקה אהרן, דיין אין אדם מורש איז דעבאנקט, דיין מסורה ראיה שטייט נאך מיט די זעלבע שאלות וואס פאטשן אין פנים, דיינע דיוקים אין די פסוקים קען מען דרייען וויאזוי מען וויל, און עס איז אפילו נישט נוגע אויב נעמט מען אהן אז א קולט פירער האט ערפינדן אידישקייט און האט געשריבן די אלע פעירי טעילס, די ביסט צעפליקט פון אלע זייטן, אבער די קומסט מיט א בלעכענעם פנים זאגן אז די ביסט גרייט יעדן צו דעבאטירן, און אז היות קיינער ריפט זיך נישט אהן, איז עס גאר א באווייז אז די ביסט גערעכט.

1) אויב אפילו נאר 50 פראצענט פון כהנים פון איבער די וועלט (פיל פאר עזרא) האבן דעם זעלבן DNA וואס ציט זיך איבער 3000, צייגט עס אויף א קלארע המשכה מדור לדור. סייענטיפיש. פאר א האלאקאוסט לייקענער - ווי געשמועסט איז עס נישט גענוג.
2) אין אדם מוריש שקר לבניו, איז אמת און די גמרא'ס כללים איז ביי מיר אייזן שטארק. אויב דו ווילסט מחולק זיין דערוי, איז דאס דיין רעכט. איך האב זיך איבערצייגט אין די ווארהייט.
מיין טאטע איז קיין שקרן. מיין זיידע איז קיין שקרן. זיי האבן מיר קיינמאל קיין ליגנט נישט געזאגט. איך האף אז מיינע קינדער וועלן דאס זעלבע קענען זאגן אויף מיר.
מעגליך אז דיינע עלטערן זענען שקרנים און בלאפער מדור דור. ביזטו עקזעמט.
איך רעדט פון כלליות כלל ישראל.
3) די פסוקים האב איך ראיות פון די מפורשים און פון תרגום. דו האסט נישט קיין ראיות. וועלהויזן איז דיין ראיה. - זיי נישט בייז, HE IS NO MATCH קעגן תרגום און מצודות.
עצי שטים האט געשריבן:
אנטלויף נישט און די לעצטע מינוט, מיר ווילן זען קלאר, דיינע אלע הארטע באווייזן קעגן איינער וואס האלט נישט פון דעם,
און אונז וועלן אליין קענען זען למי החותמת ולמי הפסולים

איך בין דא. איך לויף בעז"ה נישט אוועק.
אבער מיר גייען אין צירקלס. אין בין סייווי א ב.ש. איך בין סייוויי א טראל. איך בין סייוויי א מאנופליסט. איך בין באמת אפגעפרעגט געווארן.

מסכים. אויף אלעם. צופרידן?

איין קליינע בקשה האב איך צו דיר:
קיין האלאקאוסט לייקענער, ווער מיר נישט!

דאנקע שעהן.
זוכער

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:28 pm
דורך שמן למאור
ווען קען מען סקעדזעלן די דעבאטע פאר?

Re: די כוזרי ארגומענט

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:30 pm
דורך ברוינשטיין
ברוינשטיין האט געשריבן:
ברוינשטיין האט געשריבן:
ברוינשטיין האט געשריבן:איך בין גרייט צו דעבאטירן אין פובליק אויף זום!

ביטע נישט ענטפערן אין אישי, לאמיר זיך אויסקומען דא אין דער עפענטליכקייט פינקליך וויאזוי דאס וועט צוגיין
נו!
דער דריטע דערמאנונג קומט שוין מיט א פראסק! פלעגט מיין מלמד זאגן
צום פערדן מאל!

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:31 pm
דורך קהל'ס נער
קים אריין קלאר, די ביסט גרייט צי דעבאטירן לייוו אויף זום פאר 10k, ניין, דעי גאנצע ספין פון לייוו אויף זום איז געוועין דיין איידיע, יעצט ווען ס'איז ציריק געקימען דיך בייסען, אנטלויפסטו.

די שפילסט ארום מיטן עולם, און די ווילסט אז מען זאל דיך נעמען ערנסט, נישט אויף ק"ש, גיי קיין אייוועלט, אדער שיק אריין בריוון צי "השמעיני" דארט וועט מען דיך העפליך אויפנעמען.

דיין אמת'ע פרצוף איז אנדעקט געווארען.

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:36 pm
דורך זוכער
מי אני האט געשריבן:דאס׳ן פארגלייכן מבקרי המקרא און לייקענער אינעם כוזרי/רס״ג ראיה צו שואה לייקענער איז א (פּאלעמישע) סארט פאלשע עקוויוועלענס פאָלאָסיִ. עס איז ענליך צו דאס פארגלייכן זיי צו די פלאכע-ערד גלויביגע. מיינענדיג, עס זענען דא עמפּירישע באווייזן, און קאראבּאָרעיטעד פון מערערע מקורות, ווי איינער וואס איז יעצט געקומען פון מאדים און האט נישט קיין שום נגיעה איז עס גאנץ פשוט להוכיח בהוכחות חושיים. דאס קען מען בהחלט נישט זאגן אויף די ראיות דו עדוּסט לצידך.

טויזענטער האלאקאוסט לייקענער האלטן אנדערש. דו האסט מעגליך א קאנפליקט אוו אינטערעסט צו זאגן אז ס'איז א א (פּאלעמישע) סארט פאלשע עקוויוועלענס פאָלאָסיִ. איך זעה איינעם וואס לייקענט אין יעדע מציאות, און אלע פסוקים וואס צייגן אנדערש פון זיין נעראטיוו. דער איז גארנישט ווינציגער פונעם האלאקאוסט לייקענער. איך קען איינעם וואס לייקענט שמש בצהרים נישט טענה'ן און אוודאי נישט געווינען.

מי אני האט געשריבן:זאגן, 1). ״וואס הייסט? ס׳שטייט דאך אין א בוך!״ איז ווייט נישט די זעלבע סארט ראיה כלל וכלל.

אז ס'איז דא טויזענטער וואס קענען לייקענען דעם האלעקאוסט וואס מיינע זיידעס זענען גע'הרגט געווארן, קען מען אלעס לייקענען. ביי יעדן איד וואס א מציאות מיינט אז ער ווייסט פון זיין טאטע וואס ווייסט פאר א מציאות אז זיין טאטע'ס טאטע איז דארט געווען, איז דאס א סארט פראווען פאקט ווי ביי דיר דעם האלאקאוסט.
10 יאר ארום וועט בדרך הטבע קיין האלאלקאוסט איבערלעבער מער נישט זיין. 100 יאר ארום, וועט שוין נישט זיין קיין שום מענטש אויף דער וועלט וואס האט אליין גערעדט צו א האלאקאוסט איבערלעבער. און אלע עווידענס קען מען מאכן מיט פוטו-שאפ אדער עדיטען פילמען.

מי אני האט געשריבן:זאגן, 2). ״אונז האבן א מסורה איש מפי איש״ איז אויך ווייט נישט קיין ראיה און צייגט אויף א מיסאָנדערסטענדינג אין אנטראפּאלאגיע פון רעליגיע און ווי אזוי גלויבונגען קומען צושטאנד.

ס'איז נישט קיין ראיה פאר דעם וואס האט א צוואנג צו האלטן דערגעגן.

מי אני האט געשריבן:זאגן, 3). אז מ׳האט ארכעאלאגישע געפינסן פאר איין פרט און פון דעם בויען גאנצעטע כללים און מעשיות אויף ווייטער איז אויך נישט קיין ראיה. ואולי, טאמער ווילסטו דוקא א דמיון צום האלאקאסט איז דאס דומה צו בויען פיתום ורעמסס און צולייגן פרטים צו די טראגעדיע צו וואס מ׳האט נישט קיין (אפילו געהעריגע) עווידענס. ובפרט ווען היפשע ארכעאלאגישע געפינסן שטימען אויסדרוקליך נישט מיט די נאראטיוו פון תנ״ך (כדוגמת יריחו ועוד, ובכלל די מאטעמאטישע אומעגליכקייט); דאס פארשטייט זיך גייסטו פארענטפערן און טענה׳ן אז ס׳איז נישט קיין פירכא וראיה לחובתך. יעצט ווערסטו א האלאקאסט לייקענער?! אתמהה.

דאס זעלבע איז בנוגע א מקום ״מערת המכפלה״ וואס ״ס׳איז אָנגענומען״ אז דארט ליגן די אבות אא״וו.

איך האב דיר געברענגט הר גריזים עווידענס, איז עס אויך נישט גענוג. מערת המכפלה אויך נישט גענוג. קבר רחל אויך נישט גענוג.
בין איך דאך גערעכט געווען. כ'מוז דיר אראפברענגען א שטיקל מן, זאלסט גלייבן. שוואכע שאנצן.
מי אני האט געשריבן:נאכאמאל, איך זאג נישט אז נישט. אבער זאגן אז איינער וואס לייקענט אין דעם איז כאילו ער לייקענט אינעם האלאקאסט איז פאלג מיר א גאנג.

נישט כאילו. נאר ביידע קען מען נישט איבערצייגן פאר איינעם וואס האט א קאנפליקט אוו אינטערעס צו לייקענען אלעס.
מי אני האט געשריבן:ולהבהרה, ווי איך האב דערמאנט/אָנגערירט האלט איך אז מ׳קען רואיג בלייבן א מאמין/שותומ״צ אפילו טאמער איז מען צו דעם אלעם מודה און מ׳אנערקענט דאס.

די כוזרי ארגומענט

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
דורך אלבערט איינשטיין
לאמיר דיר מסביר זיין זוכער. איך האב גארנישט צוגעשריבן צו די גאנצע אשכול ווייל ווער בין איך.. יא.. אבער ווען איך לייען זעה איך מיר די זעלבע ווי רוב פון די חברה דא. אלע האלטן דא יודישקייט. איך האלט מיט די גאנצע חסידישע ווארימקייט. און איך וואלט מיר זייער געפרייט אויב אלעס קלאפט א מחיה. איך האב נישט קיין נגיעות. וויאזוי ווייס איך אז נישט? ווייל איך האב געלעבט צוזאמען מיט א חבר מיינס א גלייכן. אונז האבן ביידע געהאט די זעלבע קשיות און האבן ביידע געהאלטן די זעלבע. אונז האבן שעות גערעדט אלעס. אונז האבן געהאלטן די זעלבע. ער איז געווארן אפגעפארן פון נגיעות און איך בין געבליבן וועגן נגיעות. מיינע נגיעות זענען לכוארה געווען אז איך בין זייער אוועק געשטעלט מסודר מיט משפחה און חברים. און זיינע נגיעות איז געווען ווייל ער קומט פון א צופראסקעטע משפחה און האט אביסל פראבלעמען געהאט. אין כאן מקום להעריך איבער איהם. (וויאזוי ווייס איך אז ער איז געווארן אפגעפארן פון נגיעות און נישט זיין קלארע שכל. פשוט ער האט עס מיר אליינס געזאגט. הודאות בעל דין..)
ווי איך האב געזעהן אונז אלע חברים דא אין שטיבל האבן זייער קלאר ארויס וואס פליעט. אונז אלע ווילן גלייבן אז די תורה איז אמת. אבער מיט דעם אלע בלייבן אונז מיטן אפענע קאפ אז יא. יודישקייט איז נישט מוכרח על ידי חקירה. וויפיל מפרובירט. אפילו חקר׳ן אמונה פשיטה מאכט פראבלעמען.
אזוי ארום גייענדיג א צירקיל אהין אין צוריק.
למעשה דו קענסט שרייען וויפיל דו ווילסט די ען עי איז א ראי׳ ווייל דו האלסט באמת אזוי. די פראבלעם איז אז אונזער קליינע קאפ כאפט אפילו נישט וואס די קלארע עוועדענס איז.
פונקט ווי איינער פרובירט צו לייקענען די האלאקאסט. און איז מסביר די גאנצע קאנצפעראציע און יא. ער זאגט עס מיט אזא זיכערקייט און ער האט א געשליפן צינגל אויכעט אבער איך זעה עפעס נישט אין מיין קאפ וויאזוי עס זאל שטימען אזא גרויסע קאנצפעראציע. יא! איך בין נישט גענוג קלוג איהם צו מסביר זיין פאר די גרויסע בלינדע וואס איז שטארק אין זיין בייעס אז עס איז ווארשיינלעך יא געווען האלאקאסט.
איך לייען אלעס וואס דו זאגסט און יא אלעס איז לעכערדיג. אבער וואס יא. פאר א נארמאלע מענטש וואס קוקט מיט א ברייטע בליק קען מען מסביר זיין אז וואס דו זאגטס איז נישט קיין ראי׳ אבער קיינער דא איז נאכנישט געווען גענוג קלוג צו קענען טוישן דיין מיינונג ווייל דו ביסט שטארק פארגלייבט מיט א בייעס. אבער זיי האבן גענוג אפגעענטפערט אז איך וואס לייען פון אינדרויסן זעהט אז דיינע ווערטער זענען לעכערדיג.
ביים דעבאטע גיי איך צוהערן און דו גייסט זיכער נישט טוישן דיין מיינונג. דו גייסט שרייען מיט א הייזריגע קול (שטעל מיר אזוי פאר) אבער פאר די צוהערערס וועט זיין גענוג קלאר ווער לייגט אפ מער שכלדיג און ווער האקט קאפ און וואנט.
זוכער ביסט גרייט צו ווייזן אז דו האסט א שכלדיגע דעבאטע אראפ צולייגן?
אויב יענער למשל וועט לייקענען אז שטארקע באווייזן ווי האלאקאסט ווייסן אונז ווער רעדט שטותים. אז יענער ווען אפשפעטן פון מערת המכפילה אן א געהעריגע צוגאנג מיטן פשוטע אויסגאנג ברענג מיר פרוף אז עס איז יא דא וועלן מיר קענען דן זיין צו ער איז בייעסד.
בקיצור אונז וועלן צוהערן און זעהן ווער קומט אריין קלארער און נישט איבער חזרן א ענין און שרייט אז דו האסט מיר נאכנישט פארענטפערט דאס. פארן בלויזע זינד אז אונז זענען נישט גענוג קלוג צו קענען מסביר זיין א טיפוש. איך רוף דיר נישט קיין טיפוש דו ביסט זייער זייער קלוג. אבער יא. איך זעה בחוש ווי דו האסט קאפ אין וואנט.
יאלא לאמיר זעהן
מיט א קלאפ פונעם האמערל הייבט זיך אן די דעבאטע
וואס טייטש לא ידעתי?!

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:54 pm
דורך Nanach
זוכער האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:דאס׳ן פארגלייכן מבקרי המקרא און לייקענער אינעם כוזרי/רס״ג ראיה צו שואה לייקענער איז א (פּאלעמישע) סארט פאלשע עקוויוועלענס פאָלאָסיִ. עס איז ענליך צו דאס פארגלייכן זיי צו די פלאכע-ערד גלויביגע. מיינענדיג, עס זענען דא עמפּירישע באווייזן, און קאראבּאָרעיטעד פון מערערע מקורות, ווי איינער וואס איז יעצט געקומען פון מאדים און האט נישט קיין שום נגיעה איז עס גאנץ פשוט להוכיח בהוכחות חושיים. דאס קען מען בהחלט נישט זאגן אויף די ראיות דו עדוּסט לצידך.

טויזענטער האלאקאוסט לייקענער האלטן אנדערש. דו האסט מעגליך א קאנפליקט אוו אינטערעסט צו זאגן אז ס'איז א א (פּאלעמישע) סארט פאלשע עקוויוועלענס פאָלאָסיִ. איך זעה איינעם וואס לייקענט אין יעדע מציאות, און אלע פסוקים וואס צייגן אנדערש פון זיין נעראטיוו. דער איז גארנישט ווינציגער פונעם האלאקאוסט לייקענער. איך קען איינעם וואס לייקענט שמש בצהרים נישט טענה'ן און אוודאי נישט געווינען.

מי אני האט געשריבן:זאגן, 1). ״וואס הייסט? ס׳שטייט דאך אין א בוך!״ איז ווייט נישט די זעלבע סארט ראיה כלל וכלל.

אז ס'איז דא טויזענטער וואס קענען לייקענען דעם האלעקאוסט וואס מיינע זיידעס זענען גע'הרגט געווארן, קען מען אלעס לייקענען. ביי יעדן איד וואס א מציאות מיינט אז ער ווייסט פון זיין טאטע וואס ווייסט פאר א מציאות אז זיין טאטע'ס טאטע איז דארט געווען, איז דאס א סארט פראווען פאקט ווי ביי דיר דעם האלאקאוסט.
10 יאר ארום וועט בדרך הטבע קיין האלאלקאוסט איבערלעבער מער נישט זיין. 100 יאר ארום, וועט שוין נישט זיין קיין שום מענטש אויף דער וועלט וואס האט אליין גערעדט צו א האלאקאוסט איבערלעבער. און אלע עווידענס קען מען מאכן מיט פוטו-שאפ אדער עדיטען פילמען.

מי אני האט געשריבן:זאגן, 2). ״אונז האבן א מסורה איש מפי איש״ איז אויך ווייט נישט קיין ראיה און צייגט אויף א מיסאָנדערסטענדינג אין אנטראפּאלאגיע פון רעליגיע און ווי אזוי גלויבונגען קומען צושטאנד.

ס'איז נישט קיין ראיה פאר דעם וואס האט א צוואנג צו האלטן דערגעגן.

מי אני האט געשריבן:זאגן, 3). אז מ׳האט ארכעאלאגישע געפינסן פאר איין פרט און פון דעם בויען גאנצעטע כללים און מעשיות אויף ווייטער איז אויך נישט קיין ראיה. ואולי, טאמער ווילסטו דוקא א דמיון צום האלאקאסט איז דאס דומה צו בויען פיתום ורעמסס און צולייגן פרטים צו די טראגעדיע צו וואס מ׳האט נישט קיין (אפילו געהעריגע) עווידענס. ובפרט ווען היפשע ארכעאלאגישע געפינסן שטימען אויסדרוקליך נישט מיט די נאראטיוו פון תנ״ך (כדוגמת יריחו ועוד, ובכלל די מאטעמאטישע אומעגליכקייט); דאס פארשטייט זיך גייסטו פארענטפערן און טענה׳ן אז ס׳איז נישט קיין פירכא וראיה לחובתך. יעצט ווערסטו א האלאקאסט לייקענער?! אתמהה.

דאס זעלבע איז בנוגע א מקום ״מערת המכפלה״ וואס ״ס׳איז אָנגענומען״ אז דארט ליגן די אבות אא״וו.

איך האב דיר געברענגט הר גריזים עווידענס, איז עס אויך נישט גענוג. מערת המכפלה אויך נישט גענוג. קבר רחל אויך נישט גענוג.
בין איך דאך גערעכט געווען. כ'מוז דיר אראפברענגען א שטיקל מן, זאלסט גלייבן. שוואכע שאנצן.
מי אני האט געשריבן:נאכאמאל, איך זאג נישט אז נישט. אבער זאגן אז איינער וואס לייקענט אין דעם איז כאילו ער לייקענט אינעם האלאקאסט איז פאלג מיר א גאנג.

נישט כאילו. נאר ביידע קען מען נישט איבערצייגן פאר איינעם וואס האט א קאנפליקט אוו אינטערעס צו לייקענען אלעס.
מי אני האט געשריבן:ולהבהרה, ווי איך האב דערמאנט/אָנגערירט האלט איך אז מ׳קען רואיג בלייבן א מאמין/שותומ״צ אפילו טאמער איז מען צו דעם אלעם מודה און מ׳אנערקענט דאס.

איך ווייס נישט פארוואס איך ענטפער דיר נאך, אבער די עיקר נקודה איז אז די האלעקאוסט איז דא צענדליגע דאקומענטן/ביכער פון צענדליגער מקורות און אסאך פערספעקטיווס, און אסאך דערפון האבן אן אג’ענדע צו זאגן אז עס איז נישט אמת נאכאלץ קען קיינער עס נישט לייקענען תיכף נאכדעם.
און אה”נ ווען דו וועסט מיר זאגן אז א פערספעקטיוו פון די מלחמה איז אנדערש ווי אנגענומען גיי איך מעגליך זיין מסופק.
משא’כ דא איז נאר דא איין בוך/מקור וואס זאגט עס, און די זעלבע בוך זאגט אז עס איז אמת, און אז דו דארפסט גלייבן דערין (איך געדענק נישט די נאמען וויאזוי דאס ווערט אנגערופן אפשר קען [tag]מי אני[/tag] אריין קומען מיט די נאמען)
יעצט דו האסט אנגעהויבן מיט א ראיה פון DNA, מען האט דיר שוין לאנג אויפגעוויזן אז דאס איז נישט קיין ראיה אויף גארנישט, מקסימום איז עס א ראיה אז אלע כהנים שטאמען פון איין משפחה, וואס די פארשער קריגן נישט אויף דעם, אבער עס זאט גארנישט לגבי אמיתות התורה.
אויב עפעס אדרבה, פאסילס, DNA, ארכעאלאגיע, ברענגן מער קשיות אויף תנ"ך ווי תירוצים/ראיות, מיט וואס די מאמין דארף זיך ספראווענען

מיר ווארטן נאך אויף [tag]מי אני[/tag] זאל אונז העלפן מסביר זיין וויאזוי ער באווייזט עס

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:56 pm
דורך זוכער
איך בין מודה ברבים אז איך בין בייעסד. איך זאג עס איבער צום 10טן מאל.
אבער גלייכצייטיג מיט'ן זעלבן אמת איז נישטא איינער דא אין דעם פורום וואס איז נישט בייעסד אויף זיין צד. מיט א נגיעה קעגן יעדע סארט באווייז, אפילו מ'כאפט זיי מיט זייערע שקרים אין די פסוקים. NOTHING HAPPENED

אויב מערת המכפלה איז קיין שום פרוף
קבר רחל קיין שום פרוף
הר גריזים קיין שום פרוף
DNA קיין שום פרוף
אין אדם מוריש שקר קיין שום פרוף
די קלארע פסוקים וואס צייגן בחוש אז ס'איז איין לאנגע המשכה פון מתן תורה עד היום הזה קיין שום פרוף
די אומגעפעלשטע היסטאריע פון טאטע צו קינד דור אחר דור קיין שום פרוף
איז די האלאקאוסט אויך נישטא קיין שום פרוף.

כ'קלער אז ס'איז א דעבאטע מיט זיך אליין.

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 2:01 pm
דורך זוכער
Nanach האט געשריבן:
איך ווייס נישט פארוואס איך ענטפער דיר נאך, אבער די עיקר נקודה איז אז די האלעקאוסט איז דא צענדליגע דאקומענטן/ביכער פון צענדליגער מקורות און אסאך פערספעקטיווס, און אסאך דערפון האבן אן אג’ענדע צו זאגן אז עס איז נישט אמת נאכאלץ קען קיינער עס נישט לייקענען תיכף נאכדעם.

ס'איז פאראן צענדליגער טויזענטער האלאקאוסט לייקענער וועלכע דרייען זיך ארום, און האבן ראיות אויף אלעם אז ס'איז איין גרויסע אידישע שקר פון די זייאניסט רעזשים.
זיי האבן געזעהן אלע באווייזן וואס איז נאר דא, און זיי זאגן ווייטער מיט א פעסטקייט אז זיי איבערצייגט אז ס'איז שקר. נישט איינער. נאר רבבות מענטשן, פון דעם פראפעסארן און אינטעליגענטע פערזענליכקייט.

ווייל - זיי זענען בייעסד.

DITTO.

Re: די כוזרי ארגומענט

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 2:06 pm

זאג איך דיר נאכאמאל אין א דעבאטע מיט האלאקאסט לייקענער על פי רוב וועסטו איהם נישט קענען איבער צייגן. אבער דו קענסט גענוג אז אלע צוקוקער וועלן זעהן די לעכערדיגקייט אין זיין ווארהייט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 2:09 pm
דורך זוכער
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:

איך רעד נאך נישט פון איבערצייגן אדער געווינען. איך רעד אז איך קען זיך נישט בכלל טענה'ן מיט אן אטעאיסט.

איך אז ברענג א ראיה פון די תורה
אבער תורה איז ביי דעם אטעאיסט א בוך ככל הביכער, מיט 0 קרעדיביליטי, אבדו טענותי.

Re: די כוזרי ארגומענט

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 2:13 pm

פאר דו קומסט מיט א קלארקייט אז די תורה איז נישט א ביך ווי אלע בוכער דארפסטו מסביר פארוואס נישט

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 2:14 pm
דורך זוכער
איך זעה נישט אין די פאססילס קיין שום סתירה צו תורה מן השמים און בריאת שמים וארץ.

עמיצער?

Re: די כוזרי ארגומענט

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 2:17 pm
דורך אלבערט איינשטיין
זוכער האט געשריבן:איך זעה נישט אין די פאססילס קיין שום סתירה צו תורה מן השמים און בריאת שמים וארץ.

עמיצער?
ביסט אריין געקומען שיעף יעצט אנטשולדיגט

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 2:18 pm
דורך זוכער
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:
זוכער האט געשריבן:איך זעה נישט אין די פאססילס קיין שום סתירה צו תורה מן השמים און בריאת שמים וארץ.

עמיצער?
ביסט אריין געקומען שיעף יעצט אנטשולדיגט

לאדזשע מיך אויסגראדן.
דו האסט געשריבן אז פאססיל רעקארד וכו' זענען ראיות קעגן די תורה.

זאג איך: איך זעה נישט קיין שום סתירה, אלעס שטימט ביי מיר זייער קלאר.

אדרבה, לאמיך הערן - נישט שיעף.

Re: די כוזרי ארגומענט

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 2:19 pm
דורך אלבערט איינשטיין
זוכער האט געשריבן:איך זעה נישט אין די פאססילס קיין שום סתירה צו תורה מן השמים און בריאת שמים וארץ.

עמיצער?
איינער וואס זיצט שוין אויף קאווע שטיבל א שטיק צייט ווייסט אז קשיות אויף אמונה האלט נישט דארטן. שוין געווען באשריבן אין פה סח. עס איז דא צו באקומען די pdf פאר אומזוסט

Re: די כוזרי ארגומענט

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 2:19 pm
דורך אלבערט איינשטיין
זוכער האט געשריבן:
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:
זוכער האט געשריבן:איך זעה נישט אין די פאססילס קיין שום סתירה צו תורה מן השמים און בריאת שמים וארץ.

עמיצער?
ביסט אריין געקומען שיעף יעצט אנטשולדיגט

לאדזשע מיך אויסגראדן.
דו האסט געשריבן אז פאססיל רעקארד וכו' זענען ראיות קעגן די תורה.

זאג איך: איך זעה נישט קיין שום סתירה, אלעס שטימט ביי מיר זייער קלאר.

אדרבה, לאמיך הערן - נישט שיעף.
קיינמאל דאס געשריבן. ציטיר ביטע מיינע ווערטער

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 2:20 pm
דורך Nanach
זוכער האט געשריבן:איך בין מודה ברבים אז בין בייעסד. איך זאג עס איבער צום 10טן מאל.
אבער גלייכצייטיג מיט'ן זעלבן אמת איז נישטא איינער דא אין דעם פורום וואס איז נישט בייעסד אויף זיין צד. מיט א נגיעה קעגן יעדע סארט באווייז, אפילו מ'כאפט זיי מיט זייערע שקרים אין די פסוקים. NOTHING HAPPENED

אויב מערת המכפלה איז קיין שום פרוף
קבר רחל קיין שום פרוף
הר גריזים קיין שום פרוף
DNA קיין שום פרוף
אין אדם מוריש שקר קיין שום פרוף
די קלארע פסוקים וואס צייגן בחוש אז ס'איז איין לאנגע המשכה פון מתן תורה עד היום הזה קיין שום פרוף
די אומגעפעלשטע היסטאריע פון טאטע צו קינד דור אחר דור קיין שום פרוף
איז די האלאקאוסט אויך נישטא קיין שום פרוף.

כ'קלער אז ס'איז א דעבאטע מיט זיך אליין.

אוקי לאמיר זעהן
מערת המכפלה די בנין האט הורדוס געבויעט זיך צו בארימען, 250 יאר נאך חתימת התנ”ך לויט די שפעטסטע שיטות, און ער האט עס געבויעט אין די היסטארישע שטאט חברון, עס איז אזויווי ישראל מאיר גבאי קומט אן אין א שטאט אין איראפע ווי א צדיק ליגט אויב ווייסט ער נישט די פלאץ פון ציון לייגט ער א שטיין סיי ווי אין ביה”ח און 10 יאר שפעטער ווייסט קיינער נישט דערפון חוץ יחודים. לייג צו צודעם נישט דעוועלאפט שרייבן און דרוקן טעראר פון די מלוכה, און קיינער געדענקט נישט אז עס איז געווען א געסינג געים
נעקסט קבר רחל איז דא היינט א בנין און א שטיין וואס משה מאנטיפיורי האט געבויעט אויף אלטע יסודות וואס גייט צוריק צו דאקעמענטאציעס פון ביז 900 יאר צוריק בערך, איך זעה אבער נישט אויף וואס עס איז א ראיה
אויף הר גריזים איז דא ארכיאלאגישע באווייזן וואס האט מער קשיות צו אונזער נעראטיוו ווי ראיות, אויב עפעס העלפט עס די שומרונים כידוע להבקאים בארכאולוגיה ישראלית
DNA איז א שטארקע פרוף אז אונז זענען אייניקלעך צו די איזרעאלייט שבטים, און אז די איזרעאלייטס האבן געהאט א משפחת הכהנים ביי שבט יהודה וואס איז צוריק געגאנגען ביז ארום 3000-3500 יאר. אבער עס זאגט נישט צו די משפחה האט געדינט אונזער ווערזשען פון די תורה. די מצרים האבן אויך געהאט משפחת כוהנים ווי אויך מדין, מואב, כנען, חת, אסיריע ועוד און אויב האט מען געטוישט רעליגיע זענען די כוהנים מיט געגאנגען, אזווי היינט זענען די הורוביצ’עס געווארן פון רבניש רעביש.
אין אדם מוריש, איז א וואן ליינער וואס אויף דעם וועל איך דיר אויך ענטפערן מיט אזא וואן ליינער פוק חזי מאי עמא דבר

יעצט ווען איך וואלט געהייסן [tag]זוכער[/tag] וואלט איך יעצט געשריבן debunked....
אבער ניין אדרבה אז די האסט עפעס צו ענטפערן ענטפער, אבער פליז בבקשה ענטפער צום זאך! באצו זיך אויף וואס מען האט דיר גענטפערט חזר נישט איבער זאכן אין סירקלס!!