בלאט 13 פון 110
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 5:05 am
דורך gehlungen
Was he sick?
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 5:16 am
דורך נו גוט נו
די לעצטע פאר טאג האט זיך דער רבי נישט גוט געפילט היינט איז ער צוזאם געפאלן און הצלה האט געארבעט אויף אים ביי אים אין שטוב א לענגערע צייט, אין מיטן האט מען אים אריינגעפירט צום מעיני הישועה שפיטאל אין בני ברק, וואו ער האט ליידער קורץ דערנאך אויסגעהויכט די נשמה אפאר מינוט פאר 9:00 אויף די ארטיגע זייגער.
די רבי שליט"א איז געבוירען און ווין ד' אלול תרפ"ח.
די לוי' גייט ארויס היינט 1:30 אויף די ארטיגע זייגער, פון מרכז החסידות גוטמכר און שיכון ה' אין בני ברק,
מ'גייט אים לייגן און נחלת יצחק בית החיים אין גבעתיים, און די חלקה פון אדמורי בית רוזין.
ת.נ.צ.ב.ה.
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 9:27 am
דורך gehlungen
I heard that he has a very choosheveh son to become the sadigereh rebbeh
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 10:09 am
דורך טעפל
די לויה אין סאדיגורא ביהמ"ד אין בני ברק
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 10:10 am
דורך טעפל
זיין זוהן וואס מ'האט יעצט מכתיר געוועהן על מקומו
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 10:26 am
דורך שמעקעדיג
נו גוט נו האט געשריבן:די רבי שליט"א איז געבוירען און ווין ד' אלול תרפ"ח.
שווער זיך צוגעוויינען, אבער מען זאגט שוין מער נישט שליט"א...

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 10:29 am
דורך קאווע טרינקער
שרעקליך, דאס - די פטירה פון א חבר מועצת - איז דאך א געפערליכע קלאפ פאר אגודת ישראל וואס שטייט יעצט פאר די בחירות.
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 10:50 am
דורך נו גוט נו
שמעקעדיג האט געשריבן:נו גוט נו האט געשריבן:די רבי שליט"א איז געבוירען און ווין ד' אלול תרפ"ח.
שווער זיך צוגעוויינען, אבער מען זאגט שוין מער נישט שליט"א...

יא ליידער מיז מען שוין שרייבן זצוקלל״הה
איך האב גערעדט בלשון וואס איז געווען.
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 11:57 am
דורך boxcover
וואס איז זיין פולע נאמען?
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 12:04 pm
דורך נו גוט נו
boxcover האט געשריבן:וואס איז זיין פולע נאמען?
רבי אברהם יעקב זצוקלל״הה
בן רבי מרדכי שלום יוסף
שם אימו מירה ריזל
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 2:54 am
דורך הדד בן בדד
קאווע טרינקער האט געשריבן:שרעקליך, דאס - די פטירה פון א חבר מועצת - איז דאך א געפערליכע קלאפ פאר אגודת ישראל וואס שטייט יעצט פאר די בחירות.
די פטירה איז טאקע שרעקליך ווייל ער איז געווען א גרויסער ערליכער איד, אבער לגבי די בחירות איז דאס גארנישט, פארקערט, ס'וועט צוקומען א נייעם נאמען, דער רבי שליט"א וועט אויך חתמ'ענען און פארקערט, מ'קען יעצט פאמפען אז דער הייליגער צדיק זצוקללללהההה"ה האט געזאגט אז מען מוז גיין...
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 2:57 am
דורך הדד בן בדד
גאלד האט געשריבן:מים חיים האט געשריבן:ווען מען איז מספיד א רעביצין רעדט מען וועגן די מאן, אשת חבר כחבר. אבער דער מאן דארף זיין א חבר.... זו איז געשטאנען צו די רעכטע האנט, צוגעהאלפן בעבודת הקודש...
גאלאנטא רבנות קומט פונעם שווער?
דער נאמען "גאלאנטא" קומט פונעם שווער,
אבער דאס "רבנות" איז אינגאנצן א יוחס עצמו,
זיין שווער איז נישט געווען קיין רב,
ער רופט זיך "גאלאנטא" ווייל דער נאמען איז געווען עוועלעבל,
ער איז א זידיטשוב'ער אייניקל און איז זיך נוהג במנהגי זידיטשוב,
סארי פארן זיך אנרוקן צוויי פעידשעס און באלד צוויי חדשים דערנאך, אבער איך האב געהערט פון אן אלטן גאלאנטן תלמיד, אז די רבנות איז אים קלאר מיטגעקומען אין נדן. די אלטע זקני התלמידים האבן אים אויפגענומען, און ער האט טאקע געטוישט עטליכע פון זיינע מנהגים און ניגונים וועלכע ער זינגט, צו מנהגי און ניגוני גאלאנטא. ווי אויך איז מיט דעם מיטגעקומען דער גאלאנטא'ר בית המדרש אין ירושלים וועלכע געהערט היינט פאר אים.
נאר דאס אלעס איז טאקע געקומען צוליב דעם וואס ער איז שוין דעמאלס געווען ראוי לאותו איצטלא, און דאס איז שוין יחוס עצמו. זאל דער אויבערשטער אים טרייסטן איבער די פארלוסט פון זיין רביצין.
נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 10:29 pm
דורך [NAMELESS]
דער וויזניצער רבי בעל אמרי חיים'ס איידעם הגה"צ ר' משה ערנסטער איז נפטר געווארן
נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 10:31 pm
דורך ישמעאל הכהן
מיינסט עס ערענסט?
נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 11:25 am
דורך היסטאריקער
ראשעקאל האט געשריבן:דער וויזניצער רבי בעל אמרי חיים'ס איידעם הגה"צ ר' משה ערנסטער איז נפטר געווארן
אינטערסאנטער פאקט
ר׳ משה איז געווען דער איד וואס האט געזען דעם רבי׳ן זצ״ל (בעל דבר״י) ביים פענסטער אין קלויזענבערגער תפיסה, און גערופן די עסקנים צו שתדל׳ן פאר זיין באפרייאונג
נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 2:58 pm
דורך קפנדריא
היסטאריקער האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:דער וויזניצער רבי בעל אמרי חיים'ס איידעם הגה"צ ר' משה ערנסטער איז נפטר געווארן
אינטערסאנטער פאקט
ר׳ משה איז געווען דער איד וואס האט געזען דעם רבי׳ן זצ״ל (בעל דבר״י) ביים פענסטער אין קלויזענבערגער תפיסה, און גערופן די עסקנים צו שתדל׳ן פאר זיין באפרייאונג
וועם מיינסטו דעם רבי'ן 'בעל דבר״י', דברי יציב?
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 11:35 am
דורך היסטאריקער
היסטאריקער האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:דער וויזניצער רבי בעל אמרי חיים'ס איידעם הגה"צ ר' משה ערנסטער איז נפטר געווארן
אינטערסאנטער פאקט
ר׳ משה איז געווען דער איד וואס האט געזען דעם רבי׳ן זצ״ל (בעל דבר״י) ביים פענסטער אין קלויזענבערגער תפיסה, און גערופן די עסקנים צו שתדל׳ן פאר זיין באפרייאונג
אין צייטונג שטייט גאר אז ער איז געווען א תלמיד פון רבי׳ן זצ״ל
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 11:48 am
דורך sunbar
היסטאריקער האט געשריבן:היסטאריקער האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:דער וויזניצער רבי בעל אמרי חיים'ס איידעם הגה"צ ר' משה ערנסטער איז נפטר געווארן
אינטערסאנטער פאקט
ר׳ משה איז געווען דער איד וואס האט געזען דעם רבי׳ן זצ״ל (בעל דבר״י) ביים פענסטער אין קלויזענבערגער תפיסה, און גערופן די עסקנים צו שתדל׳ן פאר זיין באפרייאונג
אין צייטונג שטייט גאר אז ער איז געווען א תלמיד פון רבי׳ן זצ״ל
זיי שרייבן אויף יעדער נפטר אז ער איז געווען דבוק אין סאטמארער רב...
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 12:42 pm
דורך היסטאריקער
אין צייטונג שטייט גאר אז ער איז געווען א תלמיד פון רבי'ן זצ"ל
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 4:41 am
דורך מיין מיינונג
בד"ה: הגאון הגדול ר' יעקב בלוי זצ"ל, חבר בי דינא רבא פון בית דין הגדול עדה החרדית בירושלים עיה"ק.
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 4:43 am
דורך מיין מיינונג
אינטערעסאנט צו באמערקן אז ר' יעקב האט זיך אויסגענומען מיט די הנהלת העדה ווען מ'האט אים אויפגענומען אלס חבר הביד"צ אז ער וועט נישט ברויכן אונטערשרייבן אויף די אלע קו"ק וואס דער ביד"צ גיבט כסדר ארויס, סיידן דער קו"ק קעגן די בחירות. היי יאר האט נאך ר' יעקב עספיעט אונטערצושרייבן דעם קול קורא....
ר' יעקב איז געווען דער "רב הכשרות" פון די עדה החרדית, וואס על פיו יושק כל דבר. זיין פטירה איז א שטארקער פארלוסט פאר די עדה החרדית וועלכע האט היינט פארלוירן נאך א חבר, משרידי דור הישן.
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 2:16 pm
דורך קלאר
בד''ה, א גאר ריזיגער ציבור האט באגלייט די מיטה
עס האבען מספיד געווען אויף כיכר זופניק צווישען אנדערע דער גאב''ד, דער ראב''ד אין די חברי הבד''ץ, דערנאך ר' אליקום שלעזינגער
בילדער
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:35 pm
דורך gehlungen
R' yusef shmeil ben r' moishe yakov kohn. 56 years old lived lately in monsey was a talmid of the vaychy yusef (PUPA)